כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 8:01 am

זיס, איין רגע נאר, פאר דו נעמסט צוריק די מייק...

קודם כל, א שיינעם דאנק פאר'ן שלל ידיעות מיט וואס דו האסט אונז דא מיטגעטיילט. איין זאך אבער דרוקט מיך אביסל, דו שרייבסט כמעט נישט קיין מקורות לדבריך. בדרך כלל שטעל איך דיך אויף די חזקה, אלס אויסגערופענער ידען וחקרן רבתי. אבער יעצט מיט דעם קאנטראווערסיאלן סטעיטמענט, אז כמעט (און דער ביסל איז א מעט מן המעט) גאנץ כלל ישראל האט געגלייבט אין שבתי צבי שר"י, וואלט זיך געפאסט א מקור דערויף.

און דא האסטו צוריק דעם מיקראפאן...
__________________________________
This signature was intentionally left blank

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 8:25 am

אזוי אויך ווען דו גיסט אונז א ווארף אריין אזוי דרך אגב'דיג אז עס איז שוין אמאל געווען אויף געבויט כמעט א דריטער בית המקדש, וואלט גפאסט מרחיב הדיבור צו זיין דערוועגן, זאגן פונקטליך וואס איר רעדט, מיט א מקור וכדומה. איר קנט זיך נישט פארלאזן אז אונז קליינ מענטשעלעך - עפר אנו תחת כפת רגליך - וועלן אליינס קענען נאכפארשן און אויסחקרנען וואס איר מיינט. מען דארף האבן אזא איינעם ווי זיס עס אויס צו פארשן...

---

פונעם מושיען קענט איר רואיג ברענגן, בוודאי סיפורים וואס צדיקים האבן דער ציילט.

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 11:18 am

הרב לייבל רעזניק האט דאכצימיר געשריבן אן ארטיקל איבער ראיות וצדדים לכאן ולכאן איבער די ביהמק נאכן חורבן, אין משפחה מאגאזין ערגעצוואו

דער מחבר איז א ריז אין תורה וארכיאולוגיא, ער האט געשריבן ביכער און אפאר גוטע מאמרים איז צו געפונען דאהי
http://www.aish.com/authors/48868777.html

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 12:16 pm

קליקו האט געשריבן:הרב לייבל רעזניק האט דאכצימיר געשריבן אן ארטיקל איבער ראיות וצדדים לכאן ולכאן איבער די ביהמק נאכן חורבן, אין משפחה מאגאזין ערגעצוואו

דער מחבר איז א ריז אין תורה וארכיאולוגיא, ער האט געשריבן ביכער און אפאר גוטע מאמרים איז צו געפונען דאהי
http://www.aish.com/authors/48868777.html



למה תביא ממרחק לחמך?

זעה דעם מלבי"ם סוף דניאל אויפן פסוק ומעת הוסר התמיד דערמאנט אז מען האט געבויט א בית המקדש בזמן יוליוס קיסר והיה רעש גדול ונחרב הכל עיי"ש

אויב האסטו דעם ספר 'ברכת אהרן' עמ"ס ברכות פון ריישער רב הג"ר אהרן לוין זעה אנהויב (מאמר א' אות ג')

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 12:41 pm

ניין א מאמר אויף א ביהמק פון בר כוכבא צייטן

אבער די מאמר אין ברכת אהרן איז ממש א 'ציוניסטישן' ארטיקל, ער זאגט דארט ממש וואס איך האב געטראכט אלץ, אז וואס איז ברבר וואס דרייט זיך אין די מויל פון מענטשן אויב ביסטו גערעכט אז סדא א מהלך אז די הילוכים ביז די בנין בית המקדש וועט געטוהן ווערן דורך אונז און אונז דארף מיר טוהן וואס איז ערלויבט עפי תורה השקפה והלכה, אבער ממש אלס א ביהמק קרבנות אלע לאדזשיסטיקס וואס איז נאר מעגליך דאן פארוואס זאגן נישט די גדולי ישראל אזוי צו טוהן, איז דא אין דעם מאמר זאגט ער קלאר אין דייטליך פארוואס, און די זעלבע סיבה וואס ריבז און רג האבן געהאט דאנסמאל איז שייך היינט 2010 נאר וואסזשע דען פונקט ווי כלל ישראל ליידער שרעקט זיך נישט אויפצוהייבן דאס קאפ אין גלות ווען סקומט צו בויען שיייענ הייזער און שיינע קארן קליידער און אלע וועלטליכע גארבידזש, פארוואס וויייל די הארץ גלוסט.. יא יא נאר וועגן דעם, איז פארוואסזשע גלוסט נישט די הארץ אנצוגרייטן פאר די יום המקווה פאר א דור צוריק האט א ספרדישע איד געבויט א הויז פאר משיח, מהאט אנגעגרייט קליידער, וואס גייט פאר מיט אונזער דור, א מטוט גארנישט און מיט א מסווה פון פרומקייט ווייל אזוי איז די שיטה פון רבי זי"ע, פארוואס שיינע אפאראטן פאר פארטייישע זאכן וואס מוואלט געלאכט און געוויינט ביים רבין זי"ע איז אלעס דא, נאר פאר דעם טוט די הארץ גלוסטן לאכט מען נישט אבער ווען משלאגט פאר אז אפשר איז דא א חיוב צו בעטן ביים יו ען צו געבן רשות צו מקריב זיין א קרבן איז עס א געלעכטער בפי העם הגם סאיז נישט אפגעפרעגט פה אחד אין די פוסקים מהראשונים עד ימינו

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:19 pm

אוי ביזטו מאדנע.........

גראדע, האט ליובאוויטש געבויט א שיינע גרויסע הויז פאר משיח, סאו אויב משיח קומט וועט ער לכאורה גיין צו זייער בילדונג און נישט צו מיינס, צי וואס זאל איך בויען א הויז פאר משיח'ן ווען ער האט שוין איינס..........

כ'פיל מיך זייער באליידיגט, כ'דאוון דריי מאל א טאג ולירושלים עירך ברחמים תשוב, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים והשב את העבודה לדביר ביתך, און קליקו מאכט מיר אלעס אוועק...........

איך בוי דעם בית המקדש יעדן טאג, אזוי מיר האבן געלערנט אין חדר פון קינדווייז אן, פון יעדע מצוה לייגט מען צו א שטיין, און פון יעדע עבירה נעמט מען אראפ, און פערטיג, דריי נישט קיין קאפ מיט דיינע מזרחי'סטישע קרומקייטן

(כ'דארף נישט צופיל ראיות פון וואו האסט דיך אנגעזאפט מיט די אלע רעיונות דיינע, לויט די לינקס וואס דו צייכנסט צו איז שוין אלעס מוסבר.........

כ'מיין זאלסט שוין אנהויבן צאמצינעמען פעטיציעס אריינציגעבן פאר די יו ען א פארלאנג 'הר הבית שלנו', אהער דערמיט (פארגעס מיך נישט צו רופן צום הנחת אבן הפינה פונם דריטן בית המקדש, איך בין א כהן!!)

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:20 pm

קליקו האט געשריבן:ניין א מאמר אויף א ביהמק פון בר כוכבא צייטן

אבער די מאמר אין ברכת אהרן איז ממש א 'ציוניסטישן' ארטיקל, ער זאגט דארט ממש וואס איך האב געטראכט אלץ, אז וואס איז ברבר וואס דרייט זיך אין די מויל פון מענטשן אויב ביסטו גערעכט אז סדא א מהלך אז די הילוכים ביז די בנין בית המקדש וועט געטוהן ווערן דורך אונז און אונז דארף מיר טוהן וואס איז ערלויבט עפי תורה השקפה והלכה, אבער ממש אלס א ביהמק קרבנות אלע לאדזשיסטיקס וואס איז נאר מעגליך דאן פארוואס זאגן נישט די גדולי ישראל אזוי צו טוהן, איז דא אין דעם מאמר זאגט ער קלאר אין דייטליך פארוואס, און די זעלבע סיבה וואס ריבז און רג האבן געהאט דאנסמאל איז שייך היינט 2010 נאר וואסזשע דען פונקט ווי כלל ישראל ליידער שרעקט זיך נישט אויפצוהייבן דאס קאפ אין גלות ווען סקומט צו בויען שיייענ הייזער און שיינע קארן קליידער און אלע וועלטליכע גארבידזש, פארוואס וויייל די הארץ גלוסט.. יא יא נאר וועגן דעם, איז פארוואסזשע גלוסט נישט די הארץ אנצוגרייטן פאר די יום המקווה פאר א דור צוריק האט א ספרדישע איד געבויט א הויז פאר משיח, מהאט אנגעגרייט קליידער, וואס גייט פאר מיט אונזער דור, א מטוט גארנישט און מיט א מסווה פון פרומקייט ווייל אזוי איז די שיטה פון רבי זי"ע, פארוואס שיינע אפאראטן פאר פארטייישע זאכן וואס מוואלט געלאכט און געוויינט ביים רבין זי"ע איז אלעס דא, נאר פאר דעם טוט די הארץ גלוסטן לאכט מען נישט אבער ווען משלאגט פאר אז אפשר איז דא א חיוב צו בעטן ביים יו ען צו געבן רשות צו מקריב זיין א קרבן איז עס א געלעכטער בפי העם הגם סאיז נישט אפגעפרעגט פה אחד אין די פוסקים מהראשונים עד ימינו

זיי מוחל זאג קלאר וואס די ווילסט, און מיט וועם די אידענטפיצירסט דיך
מיט שלמה גורן וכת דילי'?
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:40 pm

יהיה כן האט געשריבן:
איך בוי דעם בית המקדש יעדן טאג, אזוי מיר האבן געלערנט אין חדר פון קינדווייז אן, פון יעדע מצוה לייגט מען צו א שטיין, און פון יעדע עבירה נעמט מען אראפ, און פערטיג,


יא איך גלייב פונקט אזוי, אבער פארוואס איז געווען עליית תלמידי הבעשט והגרא אויב זיי האבן געלערנט די זעלבע ווי די אין חדר

איך וויל דייקא נישט צוקומען צום נקודה, און יא איך ווייס אז סקוקט אויס אז די מסקנא איז מזרחיסטיש, אבער די זעהסט עס נישט אין מיינע ווערטער און איך זאג עס נישט

וואס איז מעגליך געווען די סיבה וואס די לעצטע צוויי טויזענט יאר זענען אלע גדולי ישראל געגאנצן צווישן די טראפן מיט גרויס מיה אין די נושא

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:48 pm

אנטשולדיג מיר
ביזט טאקע גערעכט
די תלמידי הגר"א והבעש"ט זענען געפארן קיין ארץ ישראל נאר כדי צו פארכאפן דער הר הבית (פראבירן על כל פנים) און זיך נעמען בויען דעם בית המקדש השלישי
איין קליינע קשיא איז מיר נאר אביסל שווער צי וואס זענען זיי געבליבן שטעקן אין טבריא וצפת, מען זעהט נישט זיי זאלן כאטש מאכן א טריפ צום הר הבית צו זעהן פון דער נאנט ווי אזוי מען גייט עס פארכאפן........

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:50 pm

יהיה כן האט געשריבן:אנטשולדיג מיר
ביזט טאקע גערעכט
די תלמידי הגר"א והבעש"ט זענען געפארן קיין ארץ ישראל נאר כדי צו פארכאפן דער הר הבית (פראבירן על כל פנים) און זיך נעמען בויען דעם בית המקדש השלישי
איין קליינע קשיא איז מיר נאר אביסל שווער צי וואס זענען זיי געבליבן שטעקן אין טבריא וצפת, מען זעהט נישט זיי זאלן כאטש מאכן א טריפ צום הר הבית צו זעהן פון דער נאנט ווי אזוי מען גייט עס פארכאפן........


האסט אפגעפרעגט מיינע טענות....

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 1:55 pm

קליקו האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
איך בוי דעם בית המקדש יעדן טאג, אזוי מיר האבן געלערנט אין חדר פון קינדווייז אן, פון יעדע מצוה לייגט מען צו א שטיין, און פון יעדע עבירה נעמט מען אראפ, און פערטיג,




וואס איז מעגליך געווען די סיבה וואס די לעצטע צוויי טויזענט יאר זענען אלע גדולי ישראל געגאנצן צווישן די טראפן מיט גרויס מיה אין די נושא


עפן זיי מוחל אן אשכול איבער דעם נושא, לייג אראפ קלאר און דייטליך ווער איז געגאנגען צווישן די טראפן, ווער אין די טראפן, ווער איז נאס געווארן ווער נישט, ווער איז געווען דערפאר און ווער איז געווען דערקעגן, פארוואס פארווען פארוואו, מיט נארמאלע מקורות, נישט קיין לינקס צו אפאר מזרחי'סטישע ארכילאגיע מייסטער'ס

רעדט קלארע דיבורים, נישט שיס אויף רעכטס און לינקס, א געמישעכץ פון די סאטמארע פאליטיק שיינע קארס און הייזער מיטן בית המקדש און בר כוכבא וכו' באשולידנדיג גאנץ כלל ישראל אין דאס נישט בויען דעם בית המקדש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 2:31 pm

המשך? אויב יא ביטע קוקט איבער וואס מען האט אייך אפגעענפערט דארט, און נאכער ענפערט דארט, נישט הייב אן פון פריש, א דאנק.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 3:14 pm

מען האט דא ארומגערעדט פיל נקודות, איך וואלט געקענט פיל מרחיב הדיבור זיין, נאר ליידער בעוונותינו הרבים שפיר איך זיך נישט אמבעסטן (נישט פארגעסן: איך מאך היינט א וואכנאכט - וואס זאל איך טון אז די פלונית'טע האט זיך געמוזט אויסרעכענען פונקט ווען מיין געזונט צושטאנד איז נישט אמבעסטן...), אבער אויף טאבאקא'ס פראגע און אויף ר' יואל'ס הערה מוז מען ענטפערן, און די איבעריגע וועט קומען לכשירחיב הזמן.


טאבאקא האט געשריבן:[ אינצווישן מיינע סטאנציעס האב איך אפגעשטאט א באזוך אין איינע פון די לאקאלע ספרים געשעפטן, האב איך דארט געפינען דאס ספר "משיחי שקר ומתנגדיהם". צופיל צייט מעיין צו זיין דערין האב איך נישט געהאט, אבער אויף וויפל די צייט האט מיר ערלויבט האב איך געזעהן אז ער נעמט נישט אן ווי זיס. מתוך דבריו קומט ארויס אז די רבנים זענען בדרך כלל יא געווען אקעגן אים, נאר דאס רוב -ווי די רבני איזמיר, בראש פונעם כנה"ג- האט מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן ווייל מ'איז געווען אייגעשטעלט מיטן לעבן, ווי זיס האט שוין דערמאנט, און א טייל איבריגע רבנים האבן אפי' געהאלטן אז כאטש ער איז נישט משיח, אבער למעשה איז עס א גוטע זאך ווייל אידן טוען דאך תשובה און אפשר צוליב דעם וועט משיח קומען. און טאקע נאר ר' יעקב ששפורט האט געהאט די גבורה לוחם צו זיין. (אויך ברענגט ער דארט אז די 'חכמי ירושלים' זענען געווען קעגן אים, און מ'האט אים פארטריבן פון דארט. אבער דאס איז לכאורה געווען נאך פאר ער איז געווארן אויפגעכאפט איבער גאנץ אייראפע). קומט אויס אז ס'איז מער ווי איך האב געוואלט זאגן, ווי צו די גירסא פון זיס וואס טענה'ט אז "ממש אלע רבנים" האבן געהאלטן פון אים. אבער למעשה ווערט שוין ארומגערעדט אינעם דערנעבנדיגן געהענגל צו מ'קען זיך פארלאזן אויף אים, עיי"ש.

בעק טו יא זיס...



קודם כל, מוז איך באוואונדערן הרב טאבאקא, וואס הערט זאכן און גייט עס נאך לעומקן, און גלויבט נישט יעדן אויפן ווארט. איך האב ליב מענטשן וואס טוען קאנטראקטיוו.

לאמיר אייך קלארשטעלן א זאך וואס איך האב שוין דערמאנט פון אנהויב: קיינער וועט נישט וועלן ברבים מודה זיין דעם חורבן וואס איז דארט געווען, יעדער וועט עס פראבירן צו פארוואסערן. אני הקטן האב אויך געשריבן א מאמר איבער כת ש"ץ און איך האב עס אויך פארוואסערט אז מען זאל מיינען אז רוב גדולי ישראל זענען געווען קעגן דעם, ווייל פארוואס זאלן די קינדער און אפילו עלטערע האבן מחשבות זרות און טראכטן וואס דארט איז געווען? און פארוואס זאלן די רבנים מיר מארגן אנרופן אז איך זאל שוין אויפהערן מיט די מעשיות? - סא, בעסער אז מען באהאלט און מען שפארט זיך איין די בזיונות.

אבער מען דארף אבער צו וויסן, אז ווען מען וויל נאכגיין אזעלכע זאכן און ווען מען וויל דערגיין דער אמת, דארף מען קוקן אין דער מקור אליין, מען דארף זען פון וואו דער משיחי שקר נעמט דאס און דארט נאכקוקן, און צומאל זעט מען דארט א צווייטע בילד אינגאנצען, כמו בנידן דידן. למעשה איז דאס געווען דער מציאות און אזוי ווייזן אויף אלע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן פון יענע תקופה.

פאר די וואס בעטן מקורות, גיבט א קוק, זייט מוחל, אין ציצת נובל צבי און אין ספר פון רבי לייב עוזר'יש (תורת הקנאות ברענג איך אפילו נישט, ווייל מען וועט מען מיר חושד זיין אז ער האט געהאט נגיעות), און אזוי אויך אלע ספרים פון יענע תקופה. אדרבה! איך וועל אייך פרעגן פארקערט: ברענג מיר איין ספר פון יענע טעג וואו עס איז משמע אז ער איז נישט געווען אנגענומען. איך מיין אז איר וועט נישט געפינען אזוינס.

איך פארשטיי אז עס איז נישט ראטזאם דאס צו פארשפרייטן אויפן גאס, מען וויל נישט אז די קינדער זאלן וויסן וואספארא שווערע תקופה כלל ישראל איז דורך, מען וויל נישט מען זאל וויסן די געדאנקען פון גדולי ישראל פון יענע תקופה. דעריבער באהאלט מען דאס כסדר, אבער דער מציאות איז ליידער יא אזוי.

אצינד וועל איך נאר אראפברענגען עטליכע אקטיוויטעטן פון עטליכע קהילות פון יענע טעג, אז מען זאל זען דאס עקסטאז פון די אידן אין יענע טעג.

וויניציע, איטאליע
אויך אין וויניציע האט מען געהערט פון שבתי צבי דורך ר' משה זכות, וועלכער איז געפארן פון טערקיי קיין ארץ-ישראל, און האט זיך אויפגעהאלטן אונטערוועגנס אין וויניציע. ער האט דארט דערציילט וועגן שבתי צבי און מענטשן האבן זיך צוגעכאפט צו זיינע געשיכטעס.
עס האט זיך פארמירט אין וויניציע א קליינע גרופע קעגן די עיקרונות פון שבתי צבי, אבער זיי האבן נישט געקענט אויסהאלטן די רדיפות פונעם רוב, וואס זענען געווען פייערדיגע אנהענגערס. די גרופע האט זיך דעריבער שטארק געוואקלט פאר איר עקזיסטענץ, און צום סוף איז עס ליידער אונטערגעגאנגען.

קאסאלי
פאלגנד איז א בריוו פון א איד פון קאסאלי צו זיינע חברים:

השבח לקל יתברך שזכיתי להביא לכם שמועות טובות שבאו אמש... הכל כותבים שאין להם פנאי להעלות על הניר הניסים והנפלאות המתרחשים בלי הרף. אבקשכם להודיע לכל הקהל הקדוש שיסדרו את עניניהם במהירות ככל האפשר, ויספיק להם הרמז שלא לעסוק עוד בשום אומנות, מאחר שישנה תקוה שגאולתנו תהיה יותר מהרה משחשבנו. בפראנקפורט מחכים ארבע מאות בתי אבות המוכנים לדרך הצלחה ורבים הם בסביבה שכבר יצאו. מימי לא חפצתי לכתוב כזבים, אבל עכשיו שאני רואה שמכל הצדדים מאשרים את הנסים הננו מודיע לכם על זאת... כאן עורכים היום תיקון חדש ואשלח לכם העתק ממנו לשבת-קודש. מחכים לשמועות אחרות: אקוה שתהיינה מנחמות ביותר ואודיע לכם עליהן.

אין אידישע איבערזעצונג:
געלויבט השי"ת אז איך האב זוכה געווען אייך צו ברענגען גוטע בשורות וואס זענען נעכטן געקומען... אלע שרייבן אז זיי האבן נישט קיין צייט ארויפצוברענגען אויף פאפיר די ניסים ונפלאות וועלכע פאסירן אן אויפהער. איך בעט אייך צו מודיע זיין פארן גאנצן קהל אז זיי זאלן מסדר זיין זייערע ענינים דאס שנעלסטע וואס מעגליך, און דאס זאל זיין א גענוג גוטער רמז אז זיי זאלן מער נישט עוסק זיין מיט קיין שום אומנות, ווייל עס איז פאראן האפנונג אז די גאולה וועט קומען שנעלער ווי מען האט געקלערט.

אין פראנקפורט ווארטן פיר הונדערט ראשי משפחות ארויסצוגיין מיט הצלחה אין וועג, און פיל זענען שוין געפארן. איך האב קיינמאל נישט געוואלט שרייבן ליגן, אבער אצינד ווען איך זע אז פון אלע זייטן באשטעטיגט מען די שמועות דערצייל איך עס...

דא מאכט מען היינט א נייער תיקון, איך וועל אייך שיקן א קאפיע אויף שבת. מען ווארט אויף גוטע בשורות, איך האף אז עס וועלן זיין בעסערע און איך וועל אייך מודיע זיין דערוועגן.

אמסטערדאם, האלאנד
ווען די בשורות זענען אנגעקומען קיין אמסטערדאם, האט א שמחה ארומגענומען אלע אידן. מען האט זיך גענומען טאנצן אויף די גאסן מיט די ספרי תורה אין די הענט. די גוים זענען זיך מיט וואונדער צאמגעקומען ארום זיי און געפרעגט צוליב וואס עס איז די גרויסע שמחה, און די אידן האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון זאגן אז משיח איז אויפן וועג, און אט-אט גייען זיי שוין אויסגעלייזט ווערן פון די גוי'אישע הענט.

אין אמסטערדאם האבן דאן געוואוינט פיל גדולי ישראל וועלכע זענען ליידער פארכאפט געווארן אינעם נייעם רוח, צווישן זיי ר' רפאל משה דע שפינוזה; רבי יצחק נהר, מיט וועמען רבי יעקב ששפורטש האט זיך כסדר געשריבן בריוו איבער דער נושא; דער גביר רבי אברהם פריירא, וועלכער האט מחבר געווען פיל ספרי מוסר; דער דאקטער רבי בנימין מוספיא, מחב"ס מוסר הערוך, זכר רב, און נאך; דער מהר"י אבוהב זצ"ל, וועלכער האט שפעטער מלחמה געהאלטן מיט זיי בכל ליבו ונפשו, אבער אין אנהויב האט ער זיך נאך געקווענקלט איבער דעם.

עס זענען באקאנט די בריוו וואס ער האט אויסגעטוישט מיט רבי יעקב ששפורטש זצ"ל, דער גרויסער לוחם קעגן שבתאות, שרייבנדיג איינער צום אנדערן בדרך כבוד און מיטן פולסטן רעספעקט. אין די בריוו דריקט זיך דער מהר"י אבוהב אויס צוויידייטיג – פון איין זייט נעמט ער אן די קושיות פון רבי יעקב, אבער פון דער צווייטער זייט שרייבט ער אים אז עס פאסט נישט אז אזא אדם גדול זאל אזוי שנעל, אן זיך אריינלייגן אין ביידע צדדים, פסק'ענען און מחליט זיין איבער דעם ענין. "בעסער וואלט געווען," שרייבט דער מהר"י אבוהב, "אז מען זאל ווארטן ביז דעם דאטום וואס שבתי צבי האט געגעבן אז דעמאלט וועט זיין די גאולה, און זען וואס די צייט וועט ברענגען."

האמבורג – דייטשלאנד
אין האמבורג איז די שמחה געווען גרעסער ווי אין אלע אנדערע שטעט, צוליב דעם וואס דארט זענען אידן שטארק גע'רודפ'ט געווארן, ווערנדיג געצווינגען צו הערן די דרשות פון די ארטיגע גלחים וואס האבן געפרעדיגט קעגן אידן.

רבי יעקב ששפורטש ברענגט דעם בריוו פון רבי יוסף הלוי, דער דרשן אין האמבורג, וואו ער שטעלט פאר די שמחה פון די ארטיגע אידן. זיי האבן ארויסגענומען די ספרי תורה מיט די תכשיטין אין גאס, און די שמחה איז געווארן אזוי גרויס אז די ריקודין זענען צושטערט געווארן ווייל אלע האבן געוואלט טאנצן. דער רב ר' משה ישראל האט געמוזט אנזאגן אז מען זאל האלטן דעם סדר און עס זאלן טאנצן נאר צוועלף בחורים וואס וועלן ארויסקומען אינעם גורל, אבער עס האט גארנישט געהאלפן – קיינער האט נישט געוואלט מוותר זיין אויפן טאנצן.

ווען עס איז אנגעקומען א בריוו מיט נייעס איבער משיח זענען די אשכנז'ישע און ספרד'ישע אידן זיך צוזאמענגענומען אינעם ספרדי'שן בית-הכנסת, און מען האט עס געליינט מיט א הויכן קול. צוזעענדיג די שמחה פון די אידן האבן די גוים עס ברייט געדעקט אין די צייטונגען, וואס איז אויסגעטייטש געווארן ביי אידן אלס הוכחה אז שבתי צבי איז משיח, ווייל אפילו די גוים זענען מודה דערין. א בעל-דרשן האט ביי זיין דרשה געזאגט אז דערמיט ווערט מקוים דער פסוק "והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול", ווייל דאס איז דער גרעסטער שופר וואס קען נאר זיין.

דערנאך האט דער בעל-דרשן אויסגעטייטש דעם פסוק אין שיר-השירים ח:
כמגדל דוד צוורך, "דוד" מיינט מען שבתי צבי, וועלכער איז משיח בן דוד, "מגדל דוד" איז דער בית-המקדש וואס ער וועט אויפבויען, בנוי לתלפיו"ת, דאס וועט געבויעט ווערן אין יאר ת"ל (תלפיות), באלף המגן, אינעם אלף הששי, תלוי עליו כל שלטי הגיבורים, אזוי זענען מעיד אלע צדיקים, וועלכע ווערן גערופן "שלטי הגיבורים".

אלע אנוועזנדע האבן זיך שטארק געפריידט מיט דער דרשה.

אין האמבורג האבן זיך משתתף געווען אויך מאדערניזירטע אידן, פאליטיקאנטן וועלכע זענען געווען מקורב למלכות, צווישן זיי דער שוועדישער פינאנץ מיניסטער, מאנועל יצחק טאקסירא, און דער דאקטער בענעדיקט (ברוך) נחמיה דע קאסטרא.

לויט דער עדות פון כ"ק מרן אדמו"ר מקאלוב שליט"א איז פאראן אין דער קהילה'שער מוזעאום א בריוו וואס די קהילה שרייבט צו שבתי צבי, אים אויפצונעמען אלס משיח. נעבן דעם בריוו געפינט זיך דאס בילד פון הרה"ק רבי יעקב ששפורטש זצוק"ל, דער רב פון אמסטערדאם, און דער גרעסטער לוחם בימיו קעגן די שבתאים.

גענווה
ווערנדיג מיטגעשלעפט נאכן ווינט האבן די אידן אין גענווה פארקויפט זייער האב און גוטס, גרייטנדיג זיך ארויפצוגיין קיין ארץ-ישראל.

לאנדאן
אויך די קליינע אידישע קהילה וועלכע האט דאן עקזיסטירט אין לאנדאן האט אויפגעלעבט, און די אידן האבן זיך גענומען גרייט מאכן צו דער גאולה שלימה. הגם רבי יעקב ששפורטש, דער גרויסער מתנגד, האט דארט געדינט אלס רב, האט אבער דער פאקט אז די צייטונגען דערציילן די מעשיות, און די ארטיגע נוצרים גלויבן די שמועות, געלאזט א טיפע השפעה אויף די ענגלישע אידן.

אונגארן
אין אונגארן האבן אידן אויפגעריסן די דעכער פון די הייזער, אז ווען משיח וועט קומען זאל מען שנעלער קענען ארויסנעמען די חפצים פון די הייזער און זיין גרייט אויף ביאת המשיח. עס זענען געווען אידן וועלכע האבן אפילו צוגעגרייט צדה לדרך, זיך גרייטנדיג אין וועג אריין קיין ארץ-ישראל.

תימן
אין תימן האבן אידן אויפגענומען מיט גרויס התלהבות די ידיעה איבער דער גאולה שלימה. מיט זייער תמימות האבן די תימנ'ער אידן געגלויבט אז בקרוב ממש וועט משיח קומען. זיי האבן אויפגעהערט ארבעטן און זיך געפאקט פעק, גרייטנדיג זיך אז משיח זאל זיי קומען נעמען פון דארט. דער מקובל און צדיק רבי שלום שבזי זצוק"ל פון תימן האט אפגעשריבן שירי הלל לכבוד שבתי צבי.

אין דער גאס האבן די גוים גענומען שמועסן אז די אידן האבן אויפגענומען א קעניג און ווילן זיך באפרייען און איבערנעמען די מלוכה פון די מוסלומענער. דאס האט ערוועקט דעם כעס פון דעם ארטיגן מושל, אלמהאדי איסמאיל, וועלכער האט געשיקט איינשפארן דער גביר רבי שלמה גמל. אין א פרייטאג, דער געבעט טאג פון די מוסלומענער, האבן זיך אויף די גאסן פון צנעה באוויזן מיליטער לייט און ארויסגעפירט ר' שלמה גמל מיט אייזערנע קייטן.

דער מושל האט דאן געזאגט פאר ר' שלמה'ן אז ער האט איין ברירה זיך צו ראטעווען –אננעמען דעם מוסלומענישן גלויבן, וואס וועט אויסגעטייטשט ווערן אלס א הכנעה אונטער דער רעגירונג. רבי שלמה האט זיך אבער מוסר נפש געווען פארן באשעפער און זיך געלאזט הרג'ענען על קידוש השם, דורך מיתות משינות, השם ינקם דמו.

קיעוו, אוקריינע
רוסלאנד און אוקריינע זענען געווען די לענדער וואו מען האט שטארק געליטן אין די גזירות פון ת"ח ות"ט, און עס איז דעריבער פארשטענדליך אז די ארטיגע אידן האבן אויפגענומען די בשורות מיט פרייד און געזען דערין א טרייסט אויף זייערע צרות. עס איז געגאנגען ביז אזוי ווייט אז פיל נוצרים האבן אנגעהויבן האבן ספיקות אין זייער רעליגיע, זעענדיג אז משיח קומט. אלס רעזולטאט פון דעם האט גאליאטאווסקי, דער גלח אין קיעוו, געמוזט ארויסקומען מיט א בוך "דער אמת'ער משיח", וואו ער האט אפגעווארפן אלע הוכחות אז שבתי צבי איז משיח.

צווישן אנדערע דערמאנט ער אינעם בוך אז אידן זענען מזלזל אין זייערע גוי'אישע שכנים און טשעפען זיי אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי זיין זייערע קנעכט, און האט פארדאמט די מעשים.

ווער ווייסט וויפיל שנאת ישראל דאס האט גורם געווען?...

פרס (איראן)
אין פרס איז געווען גאר א שטארקער ווינט מיט די ידועות פון שבתי צבי. בכלל איז וויכטיג צו באמערקן אז די פרס'ישע אידן האבן כסדר געטאן אין דעם נושא פון משיח און אלעמאל גערעדט און געווארט אויף משיח צדקינו. אצינד אז עס זענען אנגעקומען שמועות פון די ווייט איבער משיח און שבתי צבי, האבן די אידן איבערגעלאזט אלע זייערע ארבעט און זענען ארויסגעגאנגען אויפן פעלד דאווענען און בעטן אויף ביאת המשיח. פיל פיוטים און תפילות זענען דאן פארפאסט געווארן דורך די פרס'ישע אידן איבער ביאת המשיח און דער גאולה העתידה.

ווען דער ארטיגער מושל האט דאס געזען האט ער זיי געפרעגט: "פארוואס זעט איר נישט פאר וויכטיגער צו צאלן דעם שטייער וואס איר קומט פאר דער רעגירונג? - די אידן האבן אים געענטפערט: "פון היינט וועלן מיר מער נישט צאלן קיין שטייער, ווייל משיח קומט שוין און מיר גייען אוועק פון דא."
למעשה זענען זיי געקומען צו אן אפמאך, אז אויב ביז דריי חדשים קומט נישט משיח וועלן די אידן מוזן צאלן א קנס פון ניין-טויזנט ליטרא (די ארטיגע וואלוטע).

ווען עס איז געקומען די צייט און משיח האט זיך נאכנישט געהאט באוויזן, האט דער מושל מוחל געווען דאס געלט.
פיל אידן פון פרס האבן זיך אויך ארויסגעלאזט אין וועג און זענען געקומען צו פארן צו שבתי צבי.


בנוגע דריטע בית-המקדש, וועל איך אראפברענגען מיינע מקורות ווען איך וועל האבן מער צייט, אינעם אנדערן אשכול.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 3:21 pm

טאבאקא האט געשריבן:איך האב געהערט דעם אינפארמאטיוון דרשה פון ר' אהרן קאהן וואס כ'האב דערמאנט אין דעם אשכול, און איך האב קונה געווען אסאך ידיעות. צוויי נקודות וויל איך דא דערמאנען, ער זאגט דארט אז אסאך פוסקים האלטן אז מ'טאר נישט אריינברענגען די קראים צוריק צו כלל ישראל. לויט דעם ווערט אביסל אפגעפרעגט די הנחה וואס זיס האט דערמאנט פון ר' יוסף חיים (איר געדענקט נישט? מישט צוריק צו גאנץ אנהייב) אז ס'איז אשאד אז זיי ווילן זיך נישט אויסמישן מיט כלל ישראל (היל"ת) און אזוי זאלן זיי האבן א תיקון.



נישט פארשטאנען וואס איך האב געזאגט:

ר' יוסף חיים האט געזאגט אז ס'איז א שאד אז זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט די "גוים", אזוי אז זיי זאלן זיין ספק אידן, און דאן איז מען זיי מגייר מספק און האבן נישט קיין דין פון ממזירות און בני נדות, ווייל גר שנתגייר כקטן שנולד. אבער אצינד אז זיי זענען קלארע אפשטאמיגע פון אידן און האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעמישט, דאן איז נישט שייך קיין גיור, אבער מאידך גיסא זענען זיי קלארע בני נדות און ממזרים.

אויף אזא אופן איז לכאורה נישט פאראן קיין תיקון.

לכאורה איז דאס די סיבה פארוואס מען איז זיי נישט מקבל היינט צווישן כלל ישראל, אפילו ווען טייל פון זיי ווילן שטארק צוריקקומען.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 3:26 pm

הרה"ק מסאטמאר ז"ל כותב בפשיטות בספרו ויואל משה מאמר א' סי' קע"ה "בתחלה הטעה כמעט את כל העולם כולו" ועיי"ש שהאריך בזה
אריינגעהאקט, דאס שרייב איך בנוגע די וואס פרעגן מהיכי תיתי אז ש"ץ האט געהאט רוב וועלט
לעצט פאראכטן דורך והוא פלאי אום מאנטאג אוקטובער 25, 2010 3:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מאנטאג אוקטובער 25, 2010 3:53 pm

טאבאקא האט געשריבן:אזוי ווי ביקסאד האט אנהייב פון דעם אשכול דערמאנט א זאך וואס פאראינטרעסירט מיר פונעם ספר "פי צדיק", האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע דאס אפירצוזוכן, אבער ליידער האב איך עס נאכנישט געפינען.


קענסט שוין אויפהערן מיט דיין זוך-אקציע, עס איז שוין נישט פארהאן צו באקומען.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג אוקטובער 26, 2010 8:38 am

איך קען נישט אויפהערן צו באוואונדערן די צוקער זיסע מידות פון אונזער חשובען חבר, וואס טראץ וואס ער פילט זיך בעוה"ר נישט אמבעסטן, און מאכט ב"ה א וואך נאכט און גייט אט אט מאכן בעזה"ש דעם ברית, און טראץ וואס איך לאז מיך נישט פון אים און פראביר אים אפצואווענדן, דאך האט ער אראפגעגעבן פון זיין טייערע צייט צו ענטפערן, און עס נאך באוואונדערט אויך... (אגב ווייס איך נישט וואס עס מיינט קאנטראקטיוו).
וויל איך טאקע אים נאכאמאל ווינטשן א הערצליכן מז"ט, און ווען נישט חשש גילוי וואלט איך מעגליך זיך באטייליגט אין אייער שמחה, און עס זאל זיין ביי אייך נחשב כאילו הייתי. אבער איין זאך וויל איך דיר בעטן, גיב נישט די נאמען צבי... (פון רעדן אזויפיל, קענסטו זיך נאך חלילה טועה זיין).

דאס וואס איר זאגט אז עס איז נישט ראטזאם צו פארשפרייטן ווי ווייט מ'איז געווען פארכאפט.
מען קען זאגן אן אנדערע סברא אויך, אז אדרבה זאלן זיי וויסן אז ס'האט שוין אמאל פאסירט אזוינס און גדולים וטובים קענען אויך ווערן פארכאפט.
והבן כי קצרתי מאוד.

פון דאס אלעס וואס איר רעכענט אויס, ווערט נאר ביי מיר שטערקער דעם לימוד זכות וואס כ'האב שוין אויבן געשריבן. אז וויבאלד זיי זענען געווען געאגראפיש ווייט און נישט געהאט די קראנטע אינפארמאציע פון דער נאנט, און וויבאלד די עקסייטמענט פאר די גאולה איז געווען גרויס איז יעדער געווארן נאכגעשלעפט. (די ווינדער בלייבט נאר אויף די גדולים וואס האבן יא באזוכט ביי אים, ווי מ'האט שוין דערמאנט. [דער "משיחי שקר" דערמאנט טאקע אויך אז די קינדער פון טו"ז זענען געווען ביי אים, "און נישט געקענט טועם זיין פון גרויס התפעלות פון זיין גרויסקייט"]).

ביטע מאכט קלאר צו ר' יעקב ששפורט איז געווען רב אין אמסטערדאם, אדער אין לאנדאן, אדער גאר ביידע.

און איר האט מיר נישט געענטפערט צו ס'איז וואר אז פון ירושלים האט מען אים פארטריבן.


כאטש איך בין געווענליך נישט אזוי מקפיד צו פארדרייען א שמועס (והאשכול הזה יוכיח), וויל איך אבער בעטן פון "קליקו" זאל ביטע 'נישט' ממשיך זיין מיט זיינע שיטות אין דעם אשכול. ובפרט אז איר האט עס שוין ערווענט ערגעץ אנדערש ווי "למעלה משבעים" האט צוגעצייכנט.

א דאנק פאר סאדע באטל פארן מיר מעלדן אז איך זאל נישט אנגיין מיט מיין זוכעניש, למען לא ניגע לריק. אבער איך וואלט אייך געבעטן אויב איר קענט זאלט איר צוצייכענען וואס איך וויל אזוי שטארק וויסן, און ביקסאד אדער סיי ווער עס קען איז אויך מכובד. (ס'מוז נישט זיין אין דעם אשכול ווייל עס קומט בכלל נישט דא אריין, נאר וויבאלד איך בין א פלאמפייערדיגער צאנזער חסיד 'מוז' איך וויסן וואס ער זאגט).


בנוגע דוכענען
דאס איז דער לשון פון "ויואל משה" מאמר שלש שבועות סימן קיב
ובשו"ת אהל יעקב למהר"י ששפורט שהי' גדול הדור בימי הש"ץ וכתבו עליו כולם שהי' קדוש אלקים, ונשאל בתשובותיו סי' ע' ממקום אחד שלא הי' מנהג לברך ברכת כהנים אלא בכל יו"ט, והביא לשם הש"ץ מנהג מירושלים לברך ברכת כהנים בכל שבת או בכל יום, ואח"כ כאשר נתגלה הש"ץ ברשעתו הי' פלוגתא בין החכמים אם להשאיר המנהג של ברכת כהנים בכל יום שנעשה ע"י הש"ץ, או להחזיר הדבר כמקדם שלא לברך ב"כ אלא בימים טובים. גם בעיקר המנהג הי' פלוגתא אם נכון לברך ב"כ בכל יום או רק ביו"ט, והשיב שם האהל יעקב הכרעתו שבאמת הוא מנהג טוב, אבל כיון שנעשה ע"י הש"ץ אין להתנהג בו. ואעתיק מלשונו קצת בקיצור, כי האריך טובא וז"ל: מי זה אשר תהי' קלה בעיניו ב"כ וכו' ובפרט אומרם ז"ל אין לך יום שאין קללתו מרובה משל חבירו, ותקנתו בברכת כהנים, ונוסף ע"ז היותו מצות עשה דאמור להם וכל שאפשר לעשותה בכל יום מה טוב ומה נעים אך וכו' מגלגלין זכות ע"י זכאי וכיון שמקודם לא נהגו לאומרה כי אם בימים טובים ועכשיו נתחדשה בכל שבת הרי זה דבר טוב יותר ויותר זכות ומתגלגל ע"י חייב והוא נידון למסית ומדיח שעליו נאמר לא תחמול ולא תכסה עליו, ומכ"ש לגלגל זכות על ידו, ואף אם המנהג הראשון אינו מתוקן כ"כ אינו כלום לגבי הלאו דלא תגורו מפני איש ולא תחמול ולא תכסה עליו, עכ"ל בקיצור.

און דער נארוואס ערשינענער הערליכער ספר "אור כי טוב" שרייבט צו: כאן כתב רבינו דהמנהג הי' לומר ב"כ בכל שבת "או בכל יום", אבל להלן מאמר לשה"ק סי' כ"ו הביא רבינו עוה"פ תשובה זו יותר באריכות, וכ' דהמנהג הי' לברך בכל שבת ושבת, וכן כאן כשהביא להלן לשון התשובה כתב, עכשיו נתחדשה "בכל שבת", וכ"ה הלשון בפנים בספר אהל יעקב.


אויב איינער געדענקט האבן מיר אנהייב אשכול גערעדט פון מעתיק זיין ספרי קבלה אויף לשונות העמים, (און אויף סתם ספרים און אפי' אויף אידיש איז אויך געווען א קעגנערשאפט, ווי ס'איז באקאנט אז דער הייליגער דברי חיים זצ"ל האט שטארק לוחם געווען קעגן די אידישע עין יעקב'ס).

וועלן מיר דא מעתיק זיין לש"ק פון טאהשער רבין זז"ג, פון א ש"ש תורה פ' תצוה.
איך האב געהערט ווי דער טאטע זי"ע האט געזאגט אויף די וואס האבן איבערגעטייטשט די תורה און אנדערע ספרי קודש, אויף אונגאריש און אויף אנדערע לשונות העמים, האט ער געזאגט מיט זיין הייליג לשון אזוי: "די וואס האבן דאס געטאן וועלן קיינמאל פון גיהנם נישט ארויסגיין", דער טאטע זי"ע האט נישט אזוי גרינג ארויסגעזאגט א ווארט פון מויל, ער איז געווען א קליינער רעדער, אבער דאס האט ער געזאגט, דאס האט איר וויי געטון בלי שיעור, ווייל ער האט זיך אסאך געווייקט ביי צדיקים וקדושים, האט ער געשפירט וואס דאס מיינט אז מ'פארשעמט די תורה הק', ס'איז שוין דעמאלטס נעבעך געווען דער כח הקליפה, היינט האלט מען שוין ביי די השגה אז מ'קען שוין איבערטייטשן דעם הייליגן זוהר אויך אויף ענגליש רח"ל, אך און וויי פאר די וואס טוען דאס, אלעס ווייל מ'פארשטייט נישט וואס דאס איז קדושת התורה.

אז מ'זעהט ווי אזוי ס'איז היינט דער מצב אין דעם ענין בעוה"ר, וואס זאלן מיר שוין זאגן.
מיר קענען נאר צולייגן אז "העברעאיש" האט דאס זעלבע דין ווי לשונות העמים, אויב נישט ערגער, ודי בהערה זו.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג אוקטובער 26, 2010 9:02 pm

טאבאקא האט געשריבן:ביטע מאכט קלאר צו ר' יעקב ששפורט איז געווען רב אין אמסטערדאם, אדער אין לאנדאן, אדער גאר ביידע.

און איר האט מיר נישט געענטפערט צו ס'איז וואר אז פון ירושלים האט מען אים פארטריבן.




רבי יעקב ששפורטש איז קודם געווען רב אין לאנדאן אבער מען האט אים פארטריבן פון דארט מיט בושות, איז ער דעריבער געפארן קיין אמסטרדם, איך בין נישט זיכער צו ער איז געווארן דארט רב, איך מיין אז נישט - איך וועל עס באלד מברר זיין.

אז מען רעדט שוין פון רבי יעקב ששפורטש, וועלן מיר שוין ברענגען איין לשון וואס ער שרייבט און דערפון קענט איר פארענטפערן דער פריעדיגע קושיא וואס איר האט געפרעגט פון דער משיחי שקר ומתנגדיהם:

"ראיתי את עצמי כגרגיר יחידי בארץ. גם בעלי תורה ותלמידיהם אינם עומדים לימיני, והנמשכים אחרי מעטים מאוד".

אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער לשון קודש פון רבי יעקב איז זייער א שיינע און הויכע שפראך, אינטעלגענט און געשמאק (פיל רייכער פון די היינטיגע עברית...)

אויב דער עולם איז אינטערעסירט וועל איך מרחיב זיין הדיבור בענין רבי יעקב ששפורטש, פון וואו איז ער געקומען, וואס איז געווען זיין אגענדע, און די מלחמה קעגן שבתי צבי א.א.וו. (איך וויל זיך נישט אנשטרעגנגען אויב עס איז נישט אינטערעסאנט).

בנוגע דיין צווייטע שאלה:

יא, עס איז וואר. אבער כדאי צו פארשטיין וואס דארט האט זיך געטאן, דארף מען מסביר זיין עטליכע זאכן:

ירושלים איז דאן געווען אן ארעמע קליינע קהילה פון קוים דריי הונדערט נפשות. עס איז געווען נאך די גזירות פון ת"ח ות"ט, פוילין איז געווען חרוב און די שלוחים וואס פלעגן שטענדיג ברענגען געלט פון די קהילות האבן דאס נישט געקענט באווייזן, ווייל די אידן זענען געווען אינטערעסירט זיך אליין קודם אויפצובויען, איידער זיי שטיצן עניי ארץ-ישראל.

דער מצב איז אויסגעקומען אז אין ירושלים האבן געוואוינט בלויז ארעמע מענטשן, וואס האבן נישט געהאט קיין געלט אוועקצופארן פון דארט, אדער צדיקים וואס זענען געווען אינטערעסירט צו וואוינען נעבן דער מקום השראת השכינה, טראץ די גרויסע סכנות וואס האבן דארט געהערשט.

שבתי צבי האט לאנגע יארן געוואוינט אין ירושלים, נאך איידער ער איז נתגלה געווארן, און די אידן פון דארט האבן אים געקענט אלס חולה רוח און משוגע'נער מענטש, ווייל אזוי האט ער זיך דאן אויפגעפירט.

ווען עס האט זיך אנגעהויבן דער גערודער ארום שבתי צבי, און נתן העזתי איז ארויסגעקומען מיט זיינע נבואות, האבן די רבני ירושלים ארויסגעגעבן א שארפן חרם קעגן שבתי צבי'ן און געשריבן אויף אים אז ער איז א משיח שקר. דאס אלעס איז געווען פון אנהויב פון זיין קארעיע.

אצינד איז די שאלה: זענען די רבני ירושלים מיטגעצויגן געווארן מיטן שטראם און נישט געקוקט אויפן חרם?

שווער צו ענטפערן דערויף.

מיר געפינען אז רבי משה גאלאנטי, פון די רבני ירושלים וואס האבן אונטערגעשריבן אויפן חרם, איז געקומען קיין איזמיר, און ווען די ארטיגע אידן האבן אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען, האט ער געזאגט אז ער איז געקומען מקבל זיין פני משיח. דאס ווייזט לכאורה אז דער חרם איז נאר געווען פון אנהויב אבער שפעטער זענען זיי אויך נמשך געווארן נאך שבתי צבי. דאס זעלבע געפינען מיר, אז אין יאר תט"ו איז ארויסגעקומען א חרם פון די רבני איזמיר קעגן שבתי צבי און זיי שרייבן דארט אז ווער עס וועט אים הרג'ענען וועט האבן א גרויסע מצוה, אבער קוקנדיג צען יאר שפעטער, לויפט גאנץ איזמיר נאך שבתי צבי.

מאידך גיסא: געפינען מיר אין יענע צייט א רב אין חלאב -אראם צובה - מיטן נאמען רבי משה גאלאנטי - ער איז געווען א צווייטער רבי משה גאלאנטי און נישט געהאט קיין שייכות מיטן ירושלימ'ער. אלזא, קען זייער מעגליך זיין אז יענער איז געקומען צו שבתי צבי'ן קיין איזמיר, און נישט דער ירושלימ'ער.

אזוי צו אזוי: אפילו מען זאל אננעמען אז די ירושלימ'ער רבנים האבן זיך געהאלטן שטארק קעגן שבתי צבי, זענען זיי געווען א מינדערהייט, א קליינע קהילה מיט א שוואכע השפעה אויף דער אידישע גאס.

אגב; איך וויל דא אויסדרוקן א גרויסן יישר כח פאר דיין מאמר פון סאטמאר רב איבער דוכענען, איך האב נישט געוויסט דערפון און עס איז זייער אינטערעסאנט.

אזוי אויך וויל איך דאנקען דער וואס האט פריער געברענגט דער מאמר פון סאטמאר רב, אז פון אנהויב האט שבתי צבי מטעה געווען כמעט כל העולם כולו... אויך זייער אינטערעסאנט.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » דינסטאג אוקטובער 26, 2010 9:16 pm

טאבאקא האט געשריבן: ווערט נאר ביי מיר שטערקער דעם לימוד זכות וואס כ'האב שוין אויבן געשריבן. אז וויבאלד זיי זענען געווען געאגראפיש ווייט און נישט געהאט די קראנטע אינפארמאציע פון דער נאנט, און וויבאלד די עקסייטמענט פאר די גאולה איז געווען גרויס איז יעדער געווארן נאכגעשלעפט. (די ווינדער בלייבט נאר אויף די גדולים וואס האבן יא באזוכט ביי אים, ווי מ'האט שוין דערמאנט. [דער "משיחי שקר" דערמאנט טאקע אויך אז די קינדער פון טו"ז זענען געווען ביי אים, "און נישט געקענט טועם זיין פון גרויס התפעלות פון זיין גרויסקייט"]).




טאבאקא טייערע: האסט אנגעכאפט א גוטע נקודה, ווייל זעענדיג ווי די צייטונגען האבן צושמירט די געשיכטע'ס מיט כת ש"ץ, זעט מען וויפיל שטותים דארט איז צוזאמענגענומען, מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן.

איך האב דא צוזאמענגענומען עטליכע אויסצוגן פון פראפעגאנדע נייעס, ליינט און איר וועט שטוינען (רבי יעקב ששפורטש טענה'עט אז די גוים האבן צושמירט די שמועות כדאי חוזק צו מאכן פון די אידן ווען עס וועט זיך אויסשטעלן אז אלעס איז פוסטע שטותים).

ליינט און האט הנאה:

מעקא איינגענומען
די נבואות און שלוחים איבער דער וועלט האבן געצויגן די אויפמערזאמקייט פון די גוים און אלוועלטליכע צייטונגען. פון איבעראל זענען ארומגעגאנגען פארשידענע שמועות און קלאנגען מיט גוזמאות און איבערגעטריבענע באריכטן איבער שבתי צבי און די עשרת השבטים.

אין צפון-אפריקע האבן קורסירט שמועות אז די עשרת השבטים און די בני משה זענען שוין אויפן וועג קיין ירושלים. לויט די שמועות האבן בני ראובן און בני גד שפאצירט אין מחנות אין מדבר מיט געווער אין די הענט, האלטנדיג פענער מיט די נעמען פון די שבטים איינגעקריצט.

די עשרת השבטים
אין אן אנדער צייטונג פון 15 אין יולי 1665 למספרם ווערט איבערגעגעבן ווי פאלגנד:
"פון אלע זייטן באשטעטיגט מען די ידועות אויף דעם פארשריט פון די עשרת השבטים. פון טוניס ווערט איבערגעגעבן אז עס ווערט געזען אין מדבר א ריזיג פאלק וואס שפאנט מיט שנעלע טריט און דערנענטערט זיך מיט א שנעלקייט, באדעקנדיג די ערד פון דעם מדבר. לויט דער השערה פארמאגן זיי אן ערך פון אכט טויזנט אפטיילונגען פון הונדערט ביז טויזנט מאן יעדע איינע. ווען עטליכע האבן פראבירט זיך צו דערנענטערן און זיי אויספרעגן, זענען זיי איבערצייגט געווארן אז דאס איז א ווילד פרעמדע פאלק און קיינער ווייסט נישט ווער זיי זענען. זייער געווער איז א שווערד, פייל-און-בויגן, און א שיסער, אבער זיי פארמאגן נישט די היינטיגע געווער. זייער הויפט איז א הייליגער מאן וועלכער ווייזט וואונדער.

"עס זענען פאראן פארשידענע באריכטן איבער די מחנות, אבער טייל פון זיי זענען נישט קראנט און אומבאגלויבט, דעריבער וועלן מיר נאר ציטירן די מערסט-באגלויבטע שמועות.

"היינט זענען אנגעקומען צוויי שיירות, איינע פון מאראקא און א צווייטע פון מסאביא און מכנאס. צווישן זיי זענען געווען באגלויבטע אידן וועלכע האבן מאשר געווען די שמועות. די דאזיגע האבן צוגעלייגט אז די מחנות אין מדבר זענען אנגעקומען צו די "תפילית" בערג, און די איינוואוינער פון דעם ארט האבן דערציילט אז זיי רעדן אין לשון-קודש. ווער עס גייט ארויס אין מלחמה קעגן זיי ווערט באזיגט. זיי האבן שוין איינגענומען עטליכע שטעט און גע'הרג'עט אלע איינוואוינער אויסער די אידן. זייער הויך איז מיטלגאטיג אבער זענען ברייט און פעסט געבויט, און עס איז נישט פאראן קיין פרוי צווישן זיי. זיי האבן פיל פערד, זייערע געצעלטן זענען שווארץ, און מען זעט א פייערדיגן זויל גיין פאראויס פון זיי, אויסער שבת זעט מען עס נישט.

"לויט די שמועות, זענען איינצלנע פון זיי ארויף אויף א בארג, געגראבן דארט א טיפער גרוב און ארויסגענומען א קופערנעם טרומפייטער. דערמיט בלאזן זיי דריי מאל איידער זיי גייען ארויס אין מלחמה. זייער הויפט איז זייער געשעצט ביי זיי; ער פארשטייט אלע שפראכן און ווען ער זעט א מענטש קען ער אים זאגן אלע געהיימניסן פון זיין הארץ.

"ווען מאנכע האבן נישט געוואלט גלויבן איינעם פון די אידן וועלכע האבן דערציילט די שמועות, האט ער געשוואוירן בנקיטת חפץ פארן ציבור, אז אלעס וואס ער דערציילט איז אמת."

מען נעמט איין ירושלים
עס איז פאראן א דאקומענט פון א איד פון צפון-איטאליע, וועלכער האט צוזאמענגענומען אלע שמועות וואס זענען ארומגעגאנגען אין יענע טעג. צווישן אנדערע שרייבט ער אז די עשרת השבטים האבן זיך שוין צוזאמענגענומען איינצונעמען ירושלים, און די דריי קאדי'ס פון חאלאב, איראק, און ירושלים, האבן צוגעזאגט זיי ארויסצוהעלפן.

אויך שרייבט ער אז זייער הצלחה איז אזוי שטארק אז זיי גרייטן זיך צו גיין אין מלחמה מיט דייטשלאנד, וואס האט אנגעמאכט אזויפיל צרות פאר אידן.
ער ברענגט אויך א שמועה וואס איז געקומען פון רוים, אז דער סולטאן האט פארזיכערט די אידן אז ער וועט זען אז עס זאל אויפגעבויט ווערן דער בית-המקדש, און ער האט מכתיר געווען שבתי צבי אלס משיח.

אין יענער צייט איז אנגעקומען א שליח קיין ירושלים מיט א בריוו אויף וועלכן עס איז אנגעגעבן געווארן אז עס קומט פון די עשרת השבטים צו די אידן אין גלות... למעשה איז מען קורץ דערנאך געוואויר געווארן אז דער שליח איז געווען א פאפער און דער גאנצער בריוו איז געווען אויסגעזויגן פון פינגער, אבער ביי געוויסע אידן האט דאס פיל געשטארקט זייער איבערצייגונג אין די שמועות איבער די עשרת השבטים.

די גוים זענען באזארגט
אין א בריוו פון א גרויסן גלח, דאטירט אויף 28 אין אקטאבער 1665 למספרם, שרייבט ער ווי פאלגנד:

"מר. סירארוס האט געלאזט וויסן דורך א בריוו פון 15 סעפטעמבער די נייעס איבער די עשרת השבטים. זיי זענען שוין אנגעקומען קיין מעקא, וואו עס געפינט זיך דער קבר פון מחמד (דער גרינדער פון דער אראבישער רעליגיע), און האבן איינגענומען די שטאט, אויס'הרג'ענענדיג אלע איינוואוינער אויסער די אידן, וועמען זיי האבן געלאזט לעבן. דעריבער וועט דאס יאר נישט ארויסגיין די איסלאמישע שיירה קיין מעקא, ווייל די שטאט איז איינגענומען געווארן דורך די אידן."

אין האמבורג זענען די פראטעסטאנטן געקומען צו זייער פירער "עסדראס", אינגאנצן באזארגט צוליב די שמועות פון די נצחונות פון די אידן, און מטכס עצה געווען וואס צו טון אויב עס וועט זיי באטרעפן א צרה.

דער נוצר'ישער גלח פעלענהויר פון אמסטערדאם האט ארויסגעגעבן זיין בוך "א גוטע בשורה פאר אידן" (Bonum nucium Israelite, Amsterdam 1655), וואו ער שרייבט אז עס איז נישט לאנג די צייט ווען אידן וועלן אויסגעלייזט ווערן פון גלות און זיך אומקערן צו זייער היימלאנד אין ארץ-ישראל.

מיסיאנערישע ארבעט
די גאנצע מעשה מיט שבתי צבי האט גוט אריינגעשפילט אין די הענט פון גוי'אישע מיסיאנערן וועלכע האבן זיך פארלייגט אויף געוויסע נקודות אין שבתאות און דערמיט געוואלט פארפירן די אידן.

א מיסיאנער שרייבט אין אן ארטיקל א טענה אויף די שבתאים וועלכע האבן אנגענומען שבתי צבי אלס קינד פון באשעפער ר"ל (אזוי ווי שבתי צבי אליין האט זיך גערופן "בכור אלקי"): היתכן, אז ווען מען זאגט אויף שבתי צבי אז ער איז א זון פון באשעפער (עפ"ל) האט קיינער נישט קיין טענות, אבער ווען מען זאגט אויפן אותו-איש ימ"ש דאס זעלבע זאך ווערן אלע אידן ברוגז, אפילו ווען מיליאנען גוים גלויבן אזוי?

(להערה בעלמא: שבתי צבי האט זיך טאקע פיל מאל פראבירט צו פארגלייכן מיטן אותו-איש ימ"ש. ערשטנס, איז באקאנט די אפיקורס'ישע דרשה וואס ער האט גע'דרש'נט אין בית-הכנסת הפורטוגזי, אום שבת-קודש, אז מען האט נישט געטארט מרחק זיין דעם אותו-איש ימ"ש; אויך האט ער געזאגט אז ער וועט צוריקשטעלן דעם אותו האיש אין דעם פלאץ פון די פריעדיגע נביאים עפ"ל. אינ'אמת'ן זענען טאקע פאראן פיל ענליכע שטריכן צווישן זיי: ביידע האבן זיך אנגעגעבן אלס משיחי שקר; ביידע האבן פראבירט צו פארקויפן אז זיי זענען קינדער פון באשעפער (עפ"ל); די שלוחים פון ביידע האבן פארקויפט פאר דער גאס אז זיי האבן מחיה מתים געווען און געהיילט מצורעים; תלמידים פון ביידע האבן געהאלטן אז דער באשעפער האט כביכול איבערגעגעבן די הנהגה פון דער וועלט פאר זיי. עס ווערט געברענגט בשם דעם בעל שם טוב אז ער האט געזען זיצן שבתי צבי אויף איין טיש מיטן אותו-איש ימ"ש.)

דער קעניג פון די אידן
דער ענגלישער קאנסול אין טערקיי, באקאנט מיט'ן נאמען ריקיוט, שרייבט אין א בריוו קיין ענגלאנד:

"איבער פיר הונדערט מענער און פרויען זאגן נבואה איבער דער קעניגרייך פון שבתי צבי. אפילו קינדער וואס קענען נאכנישט רעדן האבן ארויסגעזאגט דעם נאמען "שבתי צבי" וועלכער איז זייער קעניג און משיח. אלטע מענטשן פאלן צו דער ערד און זאגן פאר נצחונות פאר אידן איבער דער וועלט."

ריקיוט לייגט צו אין זיין בריוו אז עס איז שטענדיג געווען באוואוסט אז דאס יאר 1666 איז א יאר ווען עס וועלן געטאן ווערן ניסים אויף דער וועלט, בפרט פאר אידן, וועלכע וועלן זיך אדער שמד'ן (רח"ל), אדער ארויפגיין קיין ארץ-ישראל, און אצינד זעט מען ווי די זאכן ווערן מקוים.

ווען דער בריוו איז אנגעקומען קיין ענגלאנד האט עס געשאפן א גרויסער רעש צווישן די קריסטן, וועלכע האבן געגלויבט די שמועות. צווישן די ענגלישע אידן, וואס האבן זיך געפונען אין געטא אביונון און געליטן שטארקע רדיפות, האבן די שמועות אריינגעבלאזן א גייסט פון האפנונג. פיל האבן זיך גענומען פארקויפן זייערע פארמעגנס און זיך געגרייט ארויפצוגיין קיין ארץ-ישראל.

אונטערגעשטעלטע באריכטן
עס איז גאנץ מעגליך אז א גרויסער חלק פון די באריכטן זענען אפיציעל ארויסגעגעבן געווארן דורך די שבתאים, מיט א בייזוויליגער כוונה צו מאכן דעם רושם אז מען רעדט פון אמת'ע געשעענישן, און ארויסברענגען ביי אידן זייער התלהבות און התרגשות איבער שבתי צבי.

דער ציצת נובל צבי שרייבט אז א גרויסער טייל פון די באריכטן האבן די גוים אליין צושמירט און אויפגעבלאזן, וועלנדיג חוזק מאכן פון די אידן אז זיי זאלן גלויבן די אלע שמועות, און דערנאך זאל זיך עס ארויסשטעלן אלס פאלש און פארפירעריש, א פאקט וואס איז ליידער געווען אמת.

א משיח'ישער ווינט
אידן איבער דער גארער וועלט האבן געשפירט אז אן אויסערגעווענליכע איבערקערעניש קומט פאר. דער צוזאמענשטעל פון עטליכע וואונדערליכע פאקטן האט געוויזן אז עס איז נישט קיין פוסטע פאנטאזיעס: טויזנטער נביאים און נביאות איבער דער וועלט זאגן אפענע נבואות; קלארע באריכטן אין צייטונגען איבער די עשרת השבטים, וואו עס ווערן אנגעגעבן נעמען און דאקומענטן; הודעות פון גוים אז עס קומען גוטע צייטן אויף אידן, א פאקט וואס איז אנגענומען געווארן אלס התגשמות פונעם פסוק "וידעו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך"; שלוחים וועמען שבתי צבי, דער אנגעגעבענער משיח, שיקט ארום צו אלע קהילות אין דער וועלט, מיט פרייליכע ידיעות איבער זיין קומען; שלוחים מיט בריוו פון נתן הנביא פון עזה, אנזאגנדיג אז משיח איז אויפן וועג און דעריבער זאל מען עוסק זיין בתשובה; די מופתים און וואונדער וואס מען דערציילט נאך וואס נתן טוט אין עזה; ועל כולם, דער דעמאלטסדיגער זמן, אויף וועלכן די פריערדיגע גדולים האבן שוין מעיד געווען אז עס איז ימות המשיח. אידן האבן שוין קוים געקענט אויסווארטן נאך די ביטערע צרות פון ת"ח ות"ט, און אצינד האט מען געהערט גוטע בשורות איבער דער גאולה שלימה. מען האט געוואלט גלויבן די אנדייטונגען אויף א גאולה, עס זענען געווען גענוג שטארקע סיבות פארוואס זיי צו גלויבן, און מען האט עס טאקע געגלויבט.

אין דער גאנצער וועלט איז מפורסם געווארן דער נאמען פון שבתי צבי: פון תימן ביז רוסלאנד, פון ענגלאנד ביז טערקיי, פון אונגארן צו דעם ווייטן פרס (איראן) – איבעראל וואו עס האט עקזיסטירט א אידישע קהילה, איז אויפגעכאפט געווארן דער נאמען פון דעם נייעם משיח, שבתי צבי.

ברוך שפינוזה
נישט נאר אויף פרומע אידן האבן די שמועות געלאזט א שטארקן רושם. אין אמסטערדאם האט דאן געלעבט דער משכיל ברוך שפינוזה, וועלכער איז מוחרם געווארן פון אידישע קינדער, אויף אזוי ווייט אז עס איז נאכנישט געווען אזא הארבער חרם אויף א איד.

זיין חבר, דער געלערנטער היינריך אלדענבורג פון לאנדאן, פרעגט אים אין א בריוו וואס ער זאגט איבער די אלע שמועות אויף משיח און דעם צוריקקער קיין ארץ-ישראל. שפינוזה ענטפערט אים דערויף אז הגם ער איז נישט קיין גרויסער מאמין, זאגט אבער דער דעת אז עס וועט נאך קומען דער טאג וואס אידן וועלן זיך צוריקקערן קיין ארץ-ישראל, דעריבער זענען די שמועות נישט אפגעפרעגט און ער גלויבט דערין.

פארגלייבטע מוסלומענער
נאכמער, אפילו גוים האבן אנגעהויבן נעמען ערנסטע שריט. אין ספר "קורות היהודים בטורקיה" ברענגט דער מחבר אז אן איסלאמישער גייסטליכער פון קאנסטאנטינאפל, מיטן נאמען דריוש, האט געזאגט אז שבתי צבי איז משיח, און אלס רעזולטאט זענען פיל מוסלומענער געווארן פארגלויבט אין שבתי צבי.

ארויף קיין ארץ-ישראל
די נייעס האט ארויסגעברענגט פיל שפאנונג ביי אידן איבער דער וועלט. דאס דערקענט זיך פון די פילע באריכטן וואס מען געפינט איבער אידן וועלכע גרייטן זיך ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל. די שמועות זענען אפשר איבערגעטריבענע, אבער עס ליגט דערין א גרויסער חלק אמת, ווייל פיל אידן איבער דער וועלט האבן זיך געפאקט די פעק און זיך גענומען גרייטן ארויפצוגיין קיין ארץ-ישראל.

לויט באריכטן פון אמסטערדאם, זענען זעכציג שיפן פון אינדיע געווען אויפן וועג קיין ארץ-ישראל. אנדערע האבן דערציילט אז א מיליאן און הונדערט טויזנט אידן זענען אויפן וועג. פון טורין איז געקומען א באריכט אז די האלענדישע אידן געפינען זיך אויף הונדערט-פינף-און-צוואנציג שיפן, אויפן וועג קיין ארץ-ישראל.

אין ספר "קורות היהודים בטורקיה" שילדערט דער שרייבער יענע תקופה. צווישן אנדערע שרייבט ער אז פיל גוים האבן זיך געגרייט ארויפצוגיין קיין ארץ-ישראל צוזאמען מיט די אידן.

שבתי צבי'ס נאמען
פיל אידן האבן געלאזט מאכן גרויסע ליילעכער, ארויפגעשריבן דערויף דעם נאמען פון ש"ץ, און עס אויפגעהאנגען אויף די ווענט פון שטוב. אנדערע האבן געמאכט שיינע קרוינען, אויף וועלכע זיי האבן איינגעקריצט זיין נאמען. אין פיל בתי מדרשים זענען געהאנגען די אותיות ש' און צ'.
א משפחה אין קארלקרוס האט זיך געטוישט זייער משפחה נאמען אויף "משיח". לאנגע יארן שפעטער האבן נאך מענטשן געקענט די משפחה מיטן נאמען משיח.

רבי יעקב אשכנזי, דער פאטער פונעם חכם צבי (שוין געשריבן פון אים), האט געמאכט א ברכה בשם ומלכות אויף שבתי צבי ימ"ש.


איר דארפט נאך עפעס?

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 12:32 am

איך ווייס נישט אין וועלכע אויסגאבע איר שרייבט יא, אבער אין די היימישע שרייבט איר זיכער נישט! קיינמאל נישט געזען א שרייבער זאל מאכן אזא גוטן דזשאב אויף אידישע נושאים.

זיי נישט משוגע, הייב אן צו שרייבן ערנסטע ארטיקלען רעגלמעסיג דא אויף אייוועלט. דער עולם וועט זיך מחיה זיין.

צופרידנהייט גאראנטירט!!!

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 6:21 am

זיס האט געשריבן:אויב דער עולם איז אינטערעסירט וועל איך מרחיב זיין הדיבור בענין רבי יעקב ששפורטש, פון וואו איז ער געקומען, וואס איז געווען זיין אגענדע, און די מלחמה קעגן שבתי צבי א.א.וו. (איך וויל זיך נישט אנשטרעגנגען אויב עס איז נישט אינטערעסאנט).

סארא פראגע דאס? ווי גענע לאוו איט! ווי קענט וועיט!
אבער וואס איך וואלט געקלערט צו בעטן, אז אויב מעגליך זאלט איר עפענען א באזונדערן אשכול דערפאר מיטן נאמען "ר' יעקב ששפורט און זיין מלחמה קעגן ש"ץ", אזוי וועט עס זיין מער מסודר.

זיס האט געשריבן:
בנוגע דיין צווייטע שאלה:

שבתי צבי האט לאנגע יארן געוואוינט אין ירושלים, נאך איידער ער איז נתגלה געווארן, און די אידן פון דארט האבן אים געקענט אלס חולה רוח און משוגע'נער מענטש, ווייל אזוי האט ער זיך דאן אויפגעפירט.

מיר געפינען אז רבי משה גאלאנטי, פון די רבני ירושלים וואס האבן אונטערגעשריבן אויפן חרם, איז געקומען קיין איזמיר, און ווען די ארטיגע אידן האבן אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען, האט ער געזאגט אז ער איז געקומען מקבל זיין פני משיח.

מאידך גיסא: געפינען מיר אין יענע צייט א רב אין חלאב -אראם צובה - מיטן נאמען רבי משה גאלאנטי - ער איז געווען א צווייטער רבי משה גאלאנטי און נישט געהאט קיין שייכות מיטן ירושלימ'ער. אלזא, קען זייער מעגליך זיין אז יענער איז געקומען צו שבתי צבי'ן קיין איזמיר, און נישט דער ירושלימ'ער.


נאך א מזל איר האט געשריבן אז ס'איז געווען א צווייטע, ווייל דאס אז ער זעלבסט איז געקומען נאכן זעהן ווי ער פירט זיך און ער האט אפי' ארויסגעגעבן א חרם, איז ממש נישט מסתבר. ובזה נחה דעתי.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 4:33 pm

imzist האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלכע אויסגאבע איר שרייבט יא, אבער אין די היימישע שרייבט איר זיכער נישט! קיינמאל נישט געזען א שרייבער זאל מאכן אזא גוטן דזשאב אויף אידישע נושאים.

זיי נישט משוגע, הייב אן צו שרייבן ערנסטע ארטיקלען רעגלמעסיג דא אויף אייוועלט. דער עולם וועט זיך מחיה זיין.

צופרידנהייט גאראנטירט!!!


וויפיל צאלט איר?

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אוקטובער 27, 2010 7:39 pm

זיס האט געשריבן:
imzist האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלכע אויסגאבע איר שרייבט יא, אבער אין די היימישע שרייבט איר זיכער נישט! קיינמאל נישט געזען א שרייבער זאל מאכן אזא גוטן דזשאב אויף אידישע נושאים.

זיי נישט משוגע, הייב אן צו שרייבן ערנסטע ארטיקלען רעגלמעסיג דא אויף אייוועלט. דער עולם וועט זיך מחיה זיין.

צופרידנהייט גאראנטירט!!!


וויפיל צאלט איר?


איך האב פארשטייט זיך געמיינט צו זאגן אז דעם עולם'ס צופרידנהייט איז גאראנטירט. צי אייער אויך? ווענדט זיך אין וויאזוי איר נעמט אויף.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג אוקטובער 29, 2010 7:22 am

זיס האט געשריבן:וויפיל צאלט איר?


מאכט א 'אנקעטע' און פרעגט אן דעם ברייטן ציבור וויפל מען איז גרייט צו צאלן...

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מוצ"ש אוקטובער 30, 2010 10:00 pm

זיס האט געשריבן:לאמיר אייך קלארשטעלן א זאך וואס איך האב שוין דערמאנט פון אנהויב: קיינער וועט נישט וועלן ברבים מודה זיין דעם חורבן וואס איז דארט געווען, יעדער וועט עס פראבירן צו פארוואסערן. אני הקטן האב אויך געשריבן א מאמר איבער כת ש"ץ און איך האב עס אויך פארוואסערט אז מען זאל מיינען אז רוב גדולי ישראל זענען געווען קעגן דעם, ווייל פארוואס זאלן די קינדער און אפילו עלטערע האבן מחשבות זרות און טראכטן וואס דארט איז געווען? און פארוואס זאלן די רבנים מיר מארגן אנרופן אז איך זאל שוין אויפהערן מיט די מעשיות? - סא, בעסער אז מען באהאלט און מען שפארט זיך איין די בזיונות.


אפשר איז דאס וואס קארל שרייט אז מען באהאלט פון די קינדער..... (מיס-אינפארמאציע....)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט