כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

כת ש"ץ והמסתעף (שם האשכול מלפנים 'נענועים')

תגובהדורך זיס » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 12:23 pm

שטייט זיך א אידל מיט א פארקנייטשטע פנים, די אויגן פארגלייזט אויף ארויף, די טלית איבערגעדעקט ביז האלב פנים. ער שטייט אזוי אין שוהל מיטן לולב און אתרוג אין האנט, שאקלט אויף רעכטס, לינקס, פארנט, ארויף, אראפ, אונטן, יעדן ארט דריי מאל. דער איד שאקלט מיט אן ערנסטקייט, זיין פנים איז רויט פארפלאמט און זינגט זיך אונטער די באקאנטער ניגון.

קוקנדיג אזוי פון דער זייט איז מיר עולה אויפן געדאנק: וואס טראכט דער איד בשעת'ן שאקלען? - איך בין שוין ארומגעגאנגען אין בית-המדרש, אנגעפרעגט ביי אידן וואס מען שאקלט און רוב האבן מיר געענטפערט אז זיי ווייסן נישט... טייל האבן יא געהאט האלבע זאכן וואס מען האט געוויסט, אבער ממש זעיר מן הזעיר. למען האמת; איך בין זיכער אז עס איז פאראן ערנסטע מענטשן וואס שפירן זיך אין אזא צייט ווי א נאר, מען שאקלט אויף אלע זייטן און מען ווייסט נישט אויף וואס מען שאקלט.

איך ווייס אויך אז עס איז פאראן ערנסטע מענטשן וואס מאכן זיך אייגענע כוונות (איך ווייס נישט ווי אויסגעהאלטן דאס איז), און קלערן אז אויב ווייס איך נישט דער אמת'ער כוונה, לאמיר כאטש אינזינען האבן אייגענע מהלכים.

דער אמת'ער כוונה פשטית וואס מען דארף טראכטן ביי יעדע מצוה, איז אז אזוי האט זיך דער טאטע און זיידע געפירט און אזוי וויל דער רבונו-של-עולם, און זיכער איז מען קונה דערמיט אלע זאכן, פונקט ווי אזוי מען וואלט אינזינען געהאט אלע כוונות האר"י.

איך וויל טאקע הערן וואס דער עולם ווייסט איבער די נענועים, און וואס מענטשן קלערן בשעת די נענועים, און סתם... הערות וואס מען קלערט דערויף.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 12:27 pm

דארפסט נישט קריכן ביז כוונת אר"י וכו', ס'האט א פשוטע טעם על פי נגלה, שטייט אין די גמרא סוכה לז ע"ב

אמר רבי יוחנן מוליך ומביא - למי שהארבע רוחות שלו, מעלה ומוריד - למי שהשמים והארץ שלו. במערבא מתנו הכי, אמר רבי חמא בר עוקבא אמר רבי יוסי ברבי חנינא מוליך ומביא - כדי לעצור רוחות רעות, מעלה ומוריד - כדי לעצור טללים רעים

ס' האט עפעס מיט פרנסה רווחים... נו ווער פארשטייט דעם נישט צו דעם...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 12:27 pm

צום הייליגן חפץ חיים - דערציילט מען - איז אריינגעקומען א איד און געפרעגט וועלכע כוונות ער זאל אינזיהן האבן ביים ארומגיין מיט די ד' מינים ביי הושענות, האט אים דער חפץ חיים געענטפערט "אז דו זאלסט חלילה נישט אריינקראכן און שעדיגן קיינעם מיט די שפיץ פון די לולב"... דאס קען מען זאגן אויף דעם אויך.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 12:35 pm

עס איז געווען אמאל א פראסטער איד האט געמאכט די נענועים, האט ער געשאקעלט אזוי, איך האב שונאים פון 'דרום', איך האב שונאים פון 'צפון', איך האב שונאים אין 'מזרח', און איך האב שונאים פון 'מערב'. באשעפער פון 'אויבן', לייג זיי אלע אין דער 'ערד'.


פאריאר איז אינעם גליון "ממייענות התאחדותינו" (סאטמאר-מהר"א). געשטאנען א שיינע מאמר בענין ד' מינים. שטייט דארט שיינע פשוט'ע זאכן וואס אינזינען צו האבן ביי די נענונים.
א לינק http://www.mysatmar.com/docs/mayu/5770sikkos.pdf
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 12:38 pm

אז דו ווילסט פרעגן איבער די טיפע סודות און כוונות ע"פ כתבי האר"י החי, און פונם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' ותלמידיו, פרעג ביטע אין אישית, משום כבוד אלקים הסתר דבר.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 12:39 pm

אלף בית האט געשריבן:עס איז געווען אמאל א פראסטער איד האט געמאכט די נענועים, האט ער געשאקעלט אזוי, איך האב שונאים פון 'דרום', איך האב שונאים פון 'צפון', איך האב שונאים אין 'מזרח', און איך האב שונאים פון 'מערב'. באשעפער פון 'אויבן', לייג זיי אלע אין דער 'ערד'.

;l;p- :grin: ;l;p-

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 1:00 pm

ווינקל האט געשריבן:אז דו ווילסט פרעגן איבער די טיפע סודות און כוונות ע"פ כתבי האר"י החי, און פונם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' ותלמידיו, פרעג ביטע אין אישית, משום כבוד אלקים הסתר דבר.

ווינקל דו ביזט פון די יודעי ח"ן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 1:42 pm

גרויזי, אלף בית
נאדיר אפאר גרינע...

די פשוט'סטע כוונה איז אינזין צו האבן דעם לשם יחוד בעפאר, אזוי טוט מען די גרויסע מצוה על דעת אנשי כנסת הגדולה, התנאים ואמוראים, גאונים וראשונים, קדמונים ואחרונים.
וואס דארפסטו מער?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 1:47 pm

פאראיאר צוריק האט א מגיד געשריגן חוה"מ סוכות אז די רעכטע זייט איז מרומז נגד אברהם וואס איז חסד, זאל מען אינזינען האבן אראפצוציען חסדים פאר די דריי בחורים וואס שמאכטן ליידער אינעם פינסטערן טורמע; רעכטס איז גבורה זאל מען אראפשלעפן גבורות קעגן די רשעים וואס פייניגען אידישע קינדער; וכו' וכו' וכו' זאל יעדער צולייגן וואס ער וויל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 2:48 pm

צווישן די מאסן גליונות וואס גלגל האט מיר אריינגעווארפן באישון לילה איז דא איינס מיט'ן נאמען "ויקהל דוד" פון הרה"ג ר' דוד דוב מייזליש שליט"א דארט האט ער א ליקוט פון 13 זייטן מיט אלע כוונות פאר די נענועים

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 3:10 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:אז דו ווילסט פרעגן איבער די טיפע סודות און כוונות ע"פ כתבי האר"י החי, און פונם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' ותלמידיו, פרעג ביטע אין אישית, משום כבוד אלקים הסתר דבר.

ווינקל דו ביזט פון די יודעי ח"ן?

צוליב די פילע וואס האבן אנגעפרעגט פריוואט, ביניך מעתיק וואס כהאב געשריבן פריוואט.
ווינקל האט געשריבן:כהאב נאר געזאגט אז מען קען מיר פרעגן, ענטפערן קען איך נאר וואס איך ווייס.
און אז מען לערנט, קען מען. וההיפוך מובן :-(

אגב האב איך הנאה אז א גרויסער עולם דא לעכצט צו הערן דא"ח.

ואגב דאגב, דער יסוד ושורש העבודה שרייבט עטליכע מאל דאכט זיך ביי תקיעת שופר און ביי נאך פלעצער (אויסער וואס דער הייליגער קאמארנער רעדט זייער שארף דערוועגן כידוע) אז עס איז א חיוב אויף יעדן צו פארשטיין טעמים און כוונות ביי יעדע מצוה כפי מדריגתו, און מקען נישט זאגן איך בין פלעין יוצא על דעת מיינע רבי'ס און פארטיג. שטייצעך אז מען קעניש, זאל מען כאטש דאס אינזין האבן (אזוי ווי איך טו). שפיר דיך נאר נישט אזוי שלום עלי נפשי מיט די כוונה...

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 3:45 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:צווישן די מאסן גליונות וואס גלגל האט מיר אריינגעווארפן באישון לילה


וואס איז די אדרעס זיך אויפצוסיינען ביטע?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 3:55 pm

שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך סעפטעמבער 22, 2010 12:51 pm

ייש"כ לייבי, שוין זיך אויפגעסיינט.
כ'וואלט נאך געוואלט באקומען די גליונות פון לכבוד סוכות, כ'בין נייגעריג אויב ס'איז שוין צו שפעט פאר היינט?
http://www.teoria.com/ Music Theory

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 6:12 am

וויבאלד מ'האט דא גערעדט פון קבלה ענינים, וועלן מיר שרייבן אפאר קרישקעלעך וואס מיר האבן געוואלט דא אראפשרייבן בעפאר יו"ט, נאר צוליב מאנגל אין צייט זענען מיר נישט אנגעקומען דערצו.

דאס עצם לערנען קבלה - אפי' ביחידות - אונטער די פערציג איז שוין א אלטע קאנטראווערסיע, וואס מיר וועלן נישט דא צופיל פארברייטערן. אין די משנה אין מס' חגיגה שטייט דאך שוין "ולא במרכבה ביחיד", און אין די אלטע זוהר'ס קען מען זעהן אביסל דערוועגן. אבער דאס איז קלאר אז עס איז געווען אנגענומען אז איינער וואס האט נאך נישט דורכגעלערנט תורת הנגלה - און ווי מ'רופט עס אן "לא מילא כריסו בש"ס ופוסקים" - טאר נישט לערנען תורת הנסתר, און עס איז גאר א גרויסע סכנה פאר אים. און דאס זעלביגע האט מען זיך אמאל נישט צופיל געפירט עפ"י קבלה, נאר אויסגערופענע יחידי סגולה גדולי עולם.

שפעטער מיטן התגלות פונעם אר"י הק' וואס האט שטארק פארברייטערט די לערנונגען אין קבלה, איז געווארן מער פארשפרייט עוסק צו זיין דערין. און נאך שפעטער מיטן התפשטות פונעם אור שבעת הימים דער בעש"ט הק', וואס ער האט איינגעפירט אז אפי' פשוטי עם זאלן זיך פירן עפ"י קבלה, ווי לייגן ר"ת תפילין ועוד. אבער דאס תורת החסידות - וואס בעצם איז דאס אויך נישט ממש קבלה - האט מען נישט געלערנט מיט יעדן איינעם, נאר מיט די הייליגע חבריא.
און דערנאך האט זיך פארשפרייט דאס חסידות דורך זיינע תלמידים אויף פארשידענע שטרעמונגען און קרייזן, יעדער צדיק האט משפיע געווען פאר זיינע חסידים לויט זיין דרגא און מוחין וואס ער האט משיג געווען, אזוי איז געווארן באזונדערע דרכים, ווי חב"ד, ברעסלאוו, קארלין, און נאך. אבער די איינציגסטע פלאץ ווי מ'האט אפן געלערנט "ריכטיג קבלה" (די אונטערשייד צווישן דעם און "חסידות", איז גאר שווער מסביר צו זיין בכלל, און זיכער אין ראם פון אן ארטיקל, מחמת עומק המושג וקוצר המשיג) איז געווען אין "זידיטשוב", דארט האט מען געזאגט תורה עפ"י קבלה, זיך געפירט - כמעט - נאר עפ"י קבלה (עיין בספה"ק שלחן הטהור), און אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם זוהר הק' און אר"י הק' ושאר ספרי הקבלה. די איבריגע תלמידי הבעשטה"ק זענען ווייט נישט געווען אזוי אפן מיט קבלה, און מ'קען זעהן אין זייערע הייליגע ספרים (ספינקא, קאלוב ועוד) ווי זיי האבן געציטערט מגלה צו זיין צופיל. בפרט זעהט מען דאס אינעם הייליגן ווינדערליכן ספר "בני יששכר", וואס נאך יעדעס מאל וואס ער זאגט א גוטס, א געהויבענעם חידוש ממש "צום אויפשפרינגען", לייגט ער צו אזעלכע סארט ווערטער ווי "וה' הטוב יכפר" "וה' יסלח לנו" און ענליכעס. (די פריערדיגע באנוצן זיך שוין אויך דערמיט, ווי הק' ר' שמשון אסטראפאלער אין זיין באקאנטן הערליכן בריוו אויף די הגדה של פסח).
איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מ'האט אזוי געציטערט צו פארשפרייטן די דאזיגע הייליגע סודות איז געווען, ווייל מ'האט מורא געהאט אז אומריינע מענטשן וועלן זיך נעמען דערצו און עס מגשם זיין רח"ל, און מאכן דערפון א חכמה ווי אלע אנדערע חכמות ה"י. און בעצם שטייט דאך שוין אז א מענטש וואס איז נישט ריין שלעפט אים דאס נאר אראפ טיפער אין שאול תחתחית, און עס איז נישט ווי נגלה וואס ס'שטייט מ'זאל דאס לערנען אין וואספארא מצב מ'זאל נאר נישט זיין ווייל המאור שבה יחזירנו למוטב. (און חסידים ואנשי מעשה האבן טאקע מקפיד געווען אז אויב מ'איז פאר א סיבה נישט געווען אין מקוה א טאג וואס מ'ליינט, זאל מען נישט זאגן "בריך שמי'", אדער פרייטיג צו נאכטס "כגוונא" וכדו').
און בעוונותינו הרבים קען מען זאגן "כמה גדולים דברי חכמים", היינט פארשטייט מען ליידער פון וואס זיי האבן מורא געהאט, אז מ'גיבט א קוק אין א"י ווי אזוי עס גייט צו דארט די "קאבאלא" געלערנאכטס, כאפט דאך אן ממש א שרעק. עס זענען אפי' דא גאנצעטע וועבזייטלעך וואס זיי לייגן ארויף אויף די אונטערנעט אלעס איבערגעזעצט אויף פארשידענע גויאישע שפראכן אז יעדער פרייער איד און להבדיל טמא'נער גוי זאל קענען לערנען די קבלה מעשיות און כתבי האר"י, רח"ל. אני הקטן האב אמאל באגעגנט א פאלנער גוי וואס איז אביסל א געלערנטער און א נייגעריגער, וואס האט מיר נאכגעזאגט הייליגע מושגים פון קבלה אזש די האר פון קאפ האבן זיך מיר אויפגעשטעלט. אויב די וועלט איז געווען חושך דריי טעג צוליב'ן איבערזעצן די הייליגע תורה אויף יוונית, ווי טונקל דארף זיין אויף אזא גרויסע ירידה וואס איז דא היינט אין אט די הייליגע באהאלטענע לערע, וואס איז ליידער היינט אפן פראנק און פריי פאר יעדן משוגענעם צו לערנען דערין און זאגן וואס אים גלוסט זיך ה"י, ווער ווייסט צו די שרעקליכע צרות דארט קומען נישט אויף כלל ישראל צוליב אט די שרעקליכע זינד. והשם ירחם על עמו ישראל שנזכה לצאת מן הגלות המר הזה במהרה דידן בקרוב ממש אמן.

נאך א נקודה וואס כ'האב געוואלט בארירן, אז אויב איינער לערנט עס באמת לשם לשמים, איז ווי מער ער לערנט, אנערקענט ער אלס מער אז ער ווייסט נישט און אז ער האלט נאך גאר גאר ווייט פון צו דערגרייכן דעם שלימות. און ווען איינעם דאכט זיך אז ער ווייסט שוין עפעס און פארשטייט שוין עפעס, זאל ער וויסן אז הערשט יעצט שטייט ער גאר ווייט פון צו וויסן עפעס. אזוי איז דאס ביי רוחניות, און אזוי האט מען כסדר געזעהן ביי צדיקי אמת.
די נקודה איז זייער א ברייטע און מ'קען רעדן דערפון טעג און וואכן, אבער מיינע פינגער טוען שוין וויי פון קלאפן, און מיין מוח איז שוין אביסל אנגעשטרענגט פון שרייבן איבער אזא אומשטייגערליכע טעמע, דעריבער וועל איך דערווייל דא שטיין בלייבן, ועוד חזון למועד אויב עס וועט אויספעלן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 6:54 am

גאר א שיינע נקודה בארירסטו דא, מר. טאבעקא, אויב האסטו וואס מוסיף צו זיין דערצו, ביטע טוה דאס ווי נאר דיינע פינגער זענען גרייט צו קלאפן ווייטער און דיין מח פונקציאנירט צוריק.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 7:45 am

יישר כח טאבאקא!
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין און ארויסהאבן די "קאבאלא" באוועגונג, וואס לערנען זיי? אוןוואס פארשטייען זיי? וואס האבן זיי דערפון? לערנען זיי דען בלויז די אפטייטש פון זוהר און אנדערע ספרים? אויב האב זיי נישט קיין קענטעניסן אין די חלק הנגלה וויאזוי פארטייטשן זיי די אלע ענינים?
בקיצור, טאבאקא דו שרייבסט זייער גוט, אויב קענסטו אביסל צוברייטערן די נושא וואלט איך דיר באדאנקט דערויף.

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 12:57 pm

אביסל קארעקשנס אויף טאבאקא'ס מאמר:

לפני התגלות האר"י איז קבלה געווען ממש א נחלת יחידים, געציילטע מענטשן במשך הדורות האבן אנגערירט די גאנצע טעמע. מיטן התגלות האר"י והחבריא שלו, איז געווארן א שטארקע שינוי אין די וועלט בענין הקבלה, איבעראל האט מען זיך גענומען לערנען קבלה, (אמת, פון אנהויב איז געווען א שטיקל התנגדות קעגן אר"י והענין הקבלה, אבער שפעטער איז עס געווארן א שטארק אנגענומענע זאך) עס איז געווארן כמעט ווי נגלה און יעדער האט עוסק געווען אין די זאכן, ספרדים מער פון אשכנזים, אבער אויך ביי די אשכנזים האט מען פיל עוסק געווען דערין, עד כדי כך אז עס איז שוין מער נישט געווען "נסתר", עס איז שוין באלד געווען דער זעלבער נגלה ווי נגלה אליין.

נאך די מעשה פון שבתי צבי, הזדעזע ארץ ומלואו ת"ק פרסה על ת"ק פרסה, עס איז געווען אזא איבערקערעניש אין די וועלט וואס דער דער חות יאיר שרייבט אין א בריוו: "מעת שנברא העולם לא היתה חרדה כזאת בישראל, ועד היום אין אדם יודע עד מה היה לו... והיה שם משיח הנ"ל: 'רבינו שבתי צבי'." די עיקר סיבה איז געווען ווייל, אנדערש ווי מענטשן טראכטן היינט, זענען רוב רובם פון כלל ישראל מיטגעגאנגען מיט שבתי צבי, וביניהם גדולים וצדיקים גאוני ארץ, און ווען שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט האבן אלע איינגעזען דעם חרבן און צוריקגעקומען צו אידישקייט (אויסער דער באקאנטער כת, באקאנט אלס כת ש"ץ).

דעמאלס האט כלל ישראל געמאכט איר חשבון הנפש, וואס איז געווען דער טעות, וואו האט מען געגרייזט, און געקומען צו די מסקנה אז קבלה קען זיין א חרבן אויב זאל מען עס נישט לערנען ריכטיג, מיט א ריינקייט און ערליכקייט. דעמאלס איז ארויסגעקומען די באקאנטע חרם וואס איז אנגענומען געווארן בכל תפוצות ישראל, אז מען זאל נישט לערנען קיין קבלה ביז די פערציג יאר (וואס דעמאלס איז שוין פאראן א קרירות הדם און מען לערנט עס מער בקדושה און מער מיט ישוב הדעת), ווי אויך אז אלע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין די לעצטע הונדערט (דוכט זיך) יאר זאל מען נישט איבערדריקן, ווי אויך זאל מען נישט דרוקן קיין נייע ספרים אין א המשך פון צען (דוכט זיך) יאר, צוליב דעם וואס די מחברים זענען אנגעשטעקט געווען מיט שבתאות און פאלשע קבלה וואס איז נישט אפגעלערנט ריכטיג.

עס זענען געווען גדולים וואס האבן נישט אנגענומען דעם חרם, א שטייגער ווי דער רמח"ל און נאך, דאס האט אויסגערופן א גרויסע מחלוקת און די באקאנטע רדיפות און די החרמות אויפן רמי"ל און זיינע ספרים. אבער מער ווייניגער האט מען אויפגעהערט צו לערנען קבלה אין די ישיבות און בכלל מענטשן אין די יונגע יארן און אפילו אין די עלטערע יארן איז דאס געווארן מער זעלטן.

ווען דער בעל שם טוב איז געקומען האט ער צוריק אריינגעבלאזן א רוח החיים אין קבלה, פארשטייט זיך נישט אין אפענע קבלה אזוי ווי אמאל, אבער אזוי ווי טאבאקא האט בארירט אז מען זאל זיך פירן על פי קבלה אבער נישט געמאכט דערפון דער עיקר לימוד (שפעטער ביים מגיד איז דער קבלה חלק מער אריינגעברענגט געווארן, און אין חב"ד נאך מער שפעטער מיטן בעל התניא וממשיכי דרכו, אבל אין כאן מקומו להאריך בזה). עס איז באקאנט וואס דער מאור ושמש שרייבט אויף א פלאץ אין דעם ענין אז נאכן אר"י הק' האט מען געלערנט קבלה שלא בטהרה און נישט געגאנגען אין מקוה און צוליב דעם איז ארויסגעקומען דער חרבן פון שבתי צבי "והיה העולם שמם, עד שבאו שני מאורות הגדולים מורינו הבעל שם טוב ואדמו"ר הרב רבינו אלימלך נבג"ם, והם פתחו שער לה' צדיקים יבואו בו שלא יהרהר אדם שום הרהור תורה עד שיטבול עצמו לקריו."

הרה"ק ר' צדוק הכהן מלובלין זצ"ל שרייבט ענליך צו דעם אין זיין ספר דברי סופרים (דף ל"ב ע"ד), נאכברענגענדיג אין נאמען פון א ספר: "די תלמידים פון שבתי צבי האבן עוסק געווען אין קבלה נאך איידער זיי האבן זיך אויסגעלייטערט פון זייערע תאוות. דאס האט גורם געווען אז זיי האבן מגשם געווען די תורה, און מגשם געווען די מושגים פון קבלה, פון יחוד קדשא ברוך הוא ושכינתיה, שילוב הוי' אדנ', מען האט מגשם געווען די בחינות פון זעיר אנפין ועטרה דלעילא, זיווג פנים אל פנים, סבים דרחמי, זקנה ובחרות, און נאך און דאס געמאכט אויסקוקן ווי ערדישע מושגים וואס יעדער קען פארשטיין און דורך דעם צוגעקומען צו דעם חרבן. שפעטער איז געקומען דער בעל שם טוב און אויסגעלערנט ווי אזוי צו נוצן די מושגים אן נתגשם ווערן און דאס האט געראטעוועט כלל ישראל."

אין ספר סור מרע ועשה טוב, פון דעם רבי'ן ר' הערשעלע זידיטשובער זצוק"ל, ווערט געברענגט אז עס האט געהערשט א קטרוג אין הימל אויפן דרך פון אריז"ל, ווייל די תורות און כוונות פון קבלה ברענגען אז מען זאל מכוון זיין הויכע כוונות און צוקומען צו השגת אליהו אבער עס איז נישט מכניע דעם חומר און די מידות פון דער מענטש. דאס האט גורם געווען אז מענטשן זאלן ליגן אין קבלה אבער זיך גארנישט מזכך זיין דעם גוף. צוליב דעם האט מען געשיקט פון הימל די מעשה מיט שבתי צבי, וואס זאל ווייזן פארן דור אז עס איז נישט אזא פשוט'ע זאך. דאס איז למעשה געווען א טובה, וויבאלד עס האט געברענגט די רבנים ארויסצוגעגעבן א חרם נישט צו לערנען קבלה ביז די פערציג יאר, ווען א מענטש איז מער באזעסן און ווייסט ווי אזוי זיך צו פירן. שפעטער איז געקומען דער הייליגער בעל-שם-טוב און מתקן געווען דעם ענין, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעברענגט דעם דרך פון אריז"ל אויף למעשה, ווי אזוי צו צוברעכן די מידות רעות און מעורר זיין דעם מענטש צו מצוות און מעשים טובים.

למעשה זענען געווען געציילטע חסידי'שע הויפן וואס האבן נישט חושש געווען פון קבלה נאך די צייטן פון דער בעל שם טוב, דאס איז געווען אין זידיטשוב, קאמארנא, קאסן, ועוד, אבער עס איז מער געווען להלכה ולא למעשה... עס איז קיינמאל נישט געווארן אזא מאוומענט ווי איידער די צייטן פון שבתי צבי.

היינט איז איבעראל אנגענומען דער חרם אויף ביז פערציג יאר, צווישן די חסידים פירט מען זיך מער ווייניגער על פי דרך הבעל שם טוב, זיך צו פירן מיט קבלה'דיגע הנהגות אבער נישט עוסק זיין דערין. עס זענען פאראן יחידי סגולה, חסידי'שע אידן וואס האבן רוב יארן געזעצן באהלה של תורה, וואס אויף די עלטערע יארן וועלן זיי זיך אביסל אריינלייגן דערין, אבער נישט מפרסם זיין ברבים, עס וועט בלייבן בינו לבין קונו.

צווישן די פרייע און גוי'שע קרייזן איז לעצטנס געווארן אן אויפוואכונג אין קבלה, אזוי ווי מר טאבאקא האט ארויסגעבערנגט, דארט איז ממש א חרבן, מען איז ממש מגשם די זאכן כפשוטן, שוין אפגערעדט אז מען לערנט עס שלא בטהרה... לאמיר האפן אז עס וועט נישט ארויסקומען קיין חרבן דערפון.

דאס איז מער ווייניגער די היסטאריע פון קבלה במשך די דורות.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 2:51 pm

וועלכע זאכן ווערן אנגענומען אלס קבלה וואס אויף זיי איז חל דער חרם, זוהר, ספרי רמח"ל, ליקוטי אמרים?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 2:52 pm

אריין אין ידיעות התורה...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 3:45 pm

אין ידיעות התורה?
עוסקים אם ראוי ללמוד קבלה קודם ארבעים ואף אחד אינו מציין שהוא ש"ך מפורש בסי' רמ"ו ס"ק ו,
למה זה תשאל לשמי...

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 4:19 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:וועלכע זאכן ווערן אנגענומען אלס קבלה וואס אויף זיי איז חל דער חרם, זוהר, ספרי רמח"ל, ליקוטי אמרים?


פרעגסט זייער גוט: וואס איז די גדר פון קבלה וואס מען טאר נישט לערנען? - קיינער וועט נישט זאגן אז מכוון זיין ביי ספירה אויף נצח שבהוד אז דאס שטעקט מיט קבלה וואס מען טאר נישט עוסק זיין; לערנען ראשית חכמה מיט די זוהר שטיקלעך דארט איז מסתמא אויך נישט קיין פראבלעם; ווידער עץ חיים פון רבי חיים וויטאל, וועט קיינער נישט ראטן פאר א דרייצן יעריגע בחור צו לערנען. אלזא, וואו הייבט זיך אן הויכע מושגים וואס מען טאר נישט טון דערין?

בכלל; מעג מען זאגן אדער לערנען זוהר? - איך רעד פון די פשוט'ע שטיקלעך וואס יעדער קען פארשטיין די מוסר שטיקלעך.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אוקטובער 06, 2010 4:21 pm

דאכצעך אז עס איז פאראן אן אשכול צי מען מעג לערנען חק לישראל אונטער די פערציג.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2010 1:58 am

אלף בית האט געשריבן:עס איז געווען אמאל א פראסטער איד האט געמאכט די נענועים, האט ער געשאקעלט אזוי, איך האב שונאים פון 'דרום', איך האב שונאים פון 'צפון', איך האב שונאים אין 'מזרח', און איך האב שונאים פון 'מערב'. באשעפער פון 'אויבן', לייג זיי אלע אין דער 'ערד'.

עיין בחמדה גנוזה, איך שהדברי חיים הסביר שזהו כוונת האריז"ל.
ועמך כולם צדיקים

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דאנארשטאג אוקטובער 07, 2010 6:10 am

אויפריכטיג האט געשריבן:איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין און ארויסהאבן די "קאבאלא" באוועגונג, וואס לערנען זיי? אוןוואס פארשטייען זיי? וואס האבן זיי דערפון? לערנען זיי דען בלויז די אפטייטש פון זוהר און אנדערע ספרים? אויב האב זיי נישט קיין קענטעניסן אין די חלק הנגלה וויאזוי פארטייטשן זיי די אלע ענינים?
בקיצור, טאבאקא דו שרייבסט זייער גוט, אויב קענסטו אביסל צוברייטערן די נושא וואלט איך דיר באדאנקט דערויף.


וואס זיי האבן דערפון? פונקט ווי יעדע גוי וואס לערנט סיי וואספארא וועלטליכע חכמה, ער פילט א סיפוק אז ער ווייסט עפעס וואס נישט יעדער ווייסט. אבער "איינקעשן" קען ער עס לכאורה נישט אין ערגעץ. ס'איז בלויז פאר זיין עיגא און נייגער. (לגבי דער פרייער איד איז יא מסתבר אז זיין נשמה ציעט אים צו העכערס)

איך וואלט נישט צוברייטערט דא אויף א היימישן פלאץ פונקטליך וואס זיי לערנען און ווי אזוי זיי זענען מסביר די אלע הייליגע הויעכע מושגים. און עס לוינט נישט זיך צו פארטיפן דערין, איר וועט גארנישט דערגרייכן דערמיט. ליבערשט זעצט אייך לערנען א שטיקל גמרא.
אבער אז איר ווילט דוקא וויסן, מאכט א סוירטש אויף די אונטערנעץ, איך זאג אייך בנאמנות, אז אלץ חרדישער איד וועט אייך כאפן א שוידער ווי וויייט די נידריגע ברואים זענען מגשם אונזער הייליגע תורה. (אין קלאמערן וועל איך געבן ברמיזא א דוגמא ליודעי ח"ן, וואס האט מיר געכאפט א שוידער ווי אזוי זיי זענען מסביר דאס ענין פון "דו פרצופין" און די הייליגע "כרובים" פון קדשי קדשים וד"ל)

זיס האט געשריבן:אביסל קארעקשנס אויף טאבאקא'ס מאמר:

לפני התגלות האר"י איז קבלה געווען ממש א נחלת יחידים, געציילטע מענטשן במשך הדורות האבן אנגערירט די גאנצע טעמע. מיטן התגלות האר"י והחבריא שלו, איז געווארן א שטארקע שינוי אין די וועלט בענין הקבלה, איבעראל האט מען זיך גענומען לערנען קבלה, (אמת, פון אנהויב איז געווען א שטיקל התנגדות קעגן אר"י והענין הקבלה, אבער שפעטער איז עס געווארן א שטארק אנגענומענע זאך) עס איז געווארן כמעט ווי נגלה און יעדער האט עוסק געווען אין די זאכן, ספרדים מער פון אשכנזים, אבער אויך ביי די אשכנזים האט מען פיל עוסק געווען דערין, עד כדי כך אז עס איז שוין מער נישט געווען "נסתר", עס איז שוין באלד געווען דער זעלבער נגלה ווי נגלה אליין.



איך פארשטיי וואס איר מיינט ארויסצוברענגען, אבער די דאזיגע דיבורים זענען נישט מדוייק, ווייל עס הייסט נישט "נסתר" בלויז ווייל מ'לערנט עס נישט אפן. נאר אויך ווייל עס איז "סתרי תורה", באהאלטענע זאכן וואס א פשוטער בשר האט קיין השגה נישט וואס זיי באדייטן, און גאר אנדערש ווי נגלה וואס איז "אנטפלעקט" אין פשוטן זין פון ווארט. צ.ב.ש. "שור שנגח את הפרה" זעהט ער ביי זיך אין וויינגארטן, משא"כ די עשר ספירות איז א לימוד וואס מען "זעהט" נישט, עס איז באהאלטן. והבן הדבר.

זיס האט געשריבן: און ווען שבתי צבי האט זיך גע'שמד'ט האבן אלע איינגעזען דעם חרבן און צוריקגעקומען צו אידישקייט (אויסער דער באקאנטער כת, באקאנט אלס כת ש"ץ).

דאס איז מער ווייניגער די היסטאריע פון קבלה במשך די דורות.


איר מיינט ווארשיינליך צו זאגן די "פראנקיסטן".

א גרויסן דאנק אייך הרב "זיס", איר האט אזוי זיס אראפגעלייגט און ארומגענומען דאס גאנצע ענין, אז איך שעם זיך ממש מיט מיין ארימע באשרייבונג...
איך וואלט ווען געברויכט אויסמעקן מיינס, אבער ווי זאגט די וועלט, צוריק גייט א קאזע. וועל איך עס שוין נישט אויסמעקן.
אבער אז איר קענט יא, ווערט דאך שווער די געוואלדיגע קשיא "אי מלכא אנא" פארוואס האט איר זיך נישט אנגערופן ביז איצט?
(ביטע נעמט עס נישט פערזענליך, ס'איז נאר אן אופן ארויסצוברענגען מיין גרויס הנאה פון אייער אינהאלטסרייכע באלערנדע ארטיקל)

אויפריכטיג האט געשריבן:וועלכע זאכן ווערן אנגענומען אלס קבלה וואס אויף זיי איז חל דער חרם, זוהר, ספרי רמח"ל, ליקוטי אמרים?


דאס קען מען נישט מסביר זיין דא, אבער כ'מיין אז יעדער פארשטייט א חילוק צווישן "כגוונא" און ענליכעס, און "רזיאל המלאך", והבן.

זיס האט געשריבן:קיינער וועט נישט זאגן אז מכוון זיין ביי ספירה אויף נצח שבהוד אז דאס שטעקט מיט קבלה וואס מען טאר נישט עוסק זיין; לערנען ראשית חכמה מיט די זוהר שטיקלעך דארט איז מסתמא אויך נישט קיין פראבלעם; ווידער עץ חיים פון רבי חיים וויטאל, וועט קיינער נישט ראטן פאר א דרייצן יעריגע בחור צו לערנען. אלזא, וואו הייבט זיך אן הויכע מושגים וואס מען טאר נישט טון דערין?


און צווישן א דרייצן יעריגע בחור, ביז א פערציג יעריגער איד איז שוין נישטא קיין חילוק?
און בכלל האט מען אין צאנז נישט געלאזט די בחורים אפי' נאר "זיך פירן" עפ"י קבלה, זיי האבן נישט געמעגט קומען צום טיש, געמוזט לייגן תפילין חוה"מ, אא"וו.
נאר זיצן און לערנען תורת הנגלה, ש"ס ופוסקים, טור ושו"ע. און נאכדעם ווען די הייליגע תורה האט שוין אביסל אויסגעלייטערט דאס נפש הבהמי פון אירע שלעכטע מידות און זוהמות נחש הקדמוני, קען מען זוכה זיין צו לערנען און אפשר אויך פארשטיין אביסל "תורת אמת" "תורת הח"ן".

זיס האט געשריבן:בכלל; מעג מען זאגן אדער לערנען זוהר? - איך רעד פון די פשוט'ע שטיקלעך וואס יעדער קען פארשטיין די מוסר שטיקלעך.


צן זאגן אז איינער וואס לערנט -צ.ב.ש. די שטיקלעך זוהר פאר תקיעות שופר ווי ער לייגט אראפ וואס עס טוט זיך דאן אפ אויבן אין הימל- לערנט "קבלה" וואס מ'טאר נישט לערנען, איז נישט מתקבל על הדעת. בפרט ביי אונז חסידישע אידן וואס עס איז אנגענומען צו לערנען און זאגן אפי' די שטיקלעך זוה"ק וואס מ'פארשטייט נישט ווייל עס איז מטהר ומזכך די נשמה, און לערנען די "נגלות הזוהר" און זיינע דברי מוסר ותוכחה איז זיכער א גרויסע זאך. נאר מ'זאל אכטונג געבן אז עס זאל זיין בטהרה, און מ'זאל זיך נישט איינרעדן אז מיר פארשטייען גענוי וואס ער זאגט. (אבער דאס קריכט שוין אריין אין די נקודה וואס מיר האבן אנגעהויבן אויבן צו רעדן און קרעמער האט געבעטן ממשיך צו זיין, אבל אין הפנאי מספיק כעת, און ווי אויך טוען שוין מיינע פינגער ווידער וויי, פון דאס לענגערע קלאפעריי... אלזא מיר וועלן עס בל"נ משלים זיין ביי א צווייטע געלעגנהייט. (אויסער אויב "זיס" וועט מיר - האפענטליך - מקדים זיין).


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט