תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג מאי 14, 2012 11:26 am

א מודעה פון פילאדעלפיא אז מען וועט פארליינען א פריש געקומענע בריוו פון ר' יהושע ליב דיסקין.
צוגעלייגטע
amer.jpg

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג מאי 14, 2012 11:27 am

איטשע האט געשריבן:דער נאמען איז.... ציעשינוב
יודישסטין האבן עס געשריבען טשעטשענאוו.


ס'איז טאקע אינטערעסאנט פארוואס מיר שרייבן ציעשנוב און נישט טשעטשענוב, אין עיברית איז אנגענומען אז א 'טש' שרייבט מען צ', אבער אין אידיש איז נישט אזוי, נו פארוואס שרייבט מען נישט טשעטשענוב??? אתמהה
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג מאי 14, 2012 11:30 am

מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער, בזכרוני שדברנו פונעם אמעריקאנעם כולל וסימניך אייזענשטיין.


רייט, דאכציך מיר האבן געהאט א קונטרסל וואס האט עוסק געווען איבערן כולל.

דער קונטרס?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מאי 14, 2012 11:35 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער, בזכרוני שדברנו פונעם אמעריקאנעם כולל וסימניך אייזענשטיין.


רייט, דאכציך מיר האבן געהאט א קונטרסל וואס האט עוסק געווען איבערן כולל.

דער קונטרס?


ניין, דער קונטרס:
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_652.pdf

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג מאי 14, 2012 11:46 am

אינטרעסאנט דארט איז דא בריווען סיי פון די ועד הכללי וואס זענן כמובן געווען די גרעסטע קעגנערס צום נייעם כולל און סיי פון כולל אמעריקא.

אסאך פון די בריווען זענען טאקע בנוגע די פייערדיגע מחלוקת, א גרויסע חילול ה' איז ארויגעקומען ווען מען האט נאטורליך אריינגעמישט דעם אמעריקאנער קאנסול און יעדער צד האט עם געשלעפט אויף זיין זייט.

חוץ מזה איז אויף י.ד. אייזענשטיין אליינס אויך געווען טענות און ער האט פארעפענטליכט 2 קונטרסים בשם "חשבון כולל אמריקה" עס אפצוענטפערען.

די וויקי ענטרי בנוגע די חלוקה האט דאס צו זאגען:

"Kolel America"

The American Jews in Palestine, following the examples of the other kolelim, strove to organize their own kolel. Joseph G. Wilson, the United States consul at Jerusalem, in his approval of the project dated Feb. 10, 1879, said that "a responsible agency for the distribution of their charities may be the means of great and lasting good," and promised cooperation to the best of his power. But the Central Committee would not allow this new kolel to break off. Funds from America were a great source of income for the general population. If they were to become a separate entity the small number of Americans living in Palestine would receive an allotment far far greater than the native settlers. The Central Committee instead, satisfied the few American claimants for assistance from the general fund.

After several other attempts the Americans, with the help of the American Consul in Palestine, finally succeeded in organizing their kolel (Aug., 1895), and induced Rabbi Joshua
Loeb Diskin in Jerusalem to accept their rabbinate and to receive all contributions for the American kolel. The members in New York contributing to the American kolel were incorporated Dec. 17, 1897, as "The American Congregation, the Pride of Jerusalem." The receipts were, in 1898, $943; in 1899, $1,255; in 1900, $1,762. The central committee, which controlled the general funding of the community and kept the community unified for decades, feared the consequences of the separation. Being unable to convince those clamoring for separation the Central Committee effected a settlement in 1901 on a basis of two-thirds for themselves and one-third for the Kolel America from all collections made in the United States and Canada. The two-thirds were to be used for general expenses, and the balance divided into three parts, one part for the Perushim, one part for the Hasidim, and the remainder for Safed and Tiberias.

מאטקע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

כולל מונקאטש ועשרה בעצירקען

תגובהדורך מאטקע » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 4:11 pm

ווייסט איינער ווי כ'קען טרעפען פרטים אין סדר השתלשלות, איבער דעם פרשה וואס האט גורם געווען דעם טיילונג פון דעם געגענט, פון כולל גאליציע און בוקאווינא, און צו עפענען אן אייגענען כולל בראשות הגאונים בעל "דרכי תשובה", "ערוגת הבושם" ועוד זצ"ל.

אין אגרות שפירין איז דא פארשידענע בריווען, ווי נאך.

א דאנק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 07, 2012 4:19 pm

מאטקע האט געשריבן:ווייסט איינער ווי כ'קען טרעפען פרטים אין סדר השתלשלות, איבער דעם פרשה וואס האט גורם געווען דעם טיילונג פון דעם געגענט, פון כולל גאליציע און בוקאווינא, און צו עפענען אן אייגענען כולל בראשות הגאונים בעל "דרכי תשובה", "ערוגת הבושם" ועוד זצ"ל.

אין אגרות שפירין איז דא פארשידענע בריווען, ווי נאך.

א דאנק


מסעות ירושלים:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 10&hilite=

ר' חנוך חיים הכהן קאהן מסיגוט-ירושלים נשיא כולל מונקאטש בי-ם:
viewtopic.php?p=400761#p400761

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 5:44 pm

איך האב אין מיין באזיץ א זעלטענע ספר "כבוד ירושלים" פון רבי אברהם מרדכי הלוי הורוויץ,בענייני מתן צדקה לכוללים ובפולמוס נגד נשיאות כולל וורשא בפולין.

ווי ער האט א לענגערע מאמר איבער די השתלשלות פון די כוללים און דיח רייבערייען און אלעס ארום וואס ער רופט אן "מבוא זה קיצור מספרי "התמיכה בארה"ק" שמדובר בו מתי התחילה התמיכה בארה"ק והשתלשלותה עד היום"
צוגעלייגטע
IMG_7636.JPG

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9195
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 5:57 pm

דער ספר איז בנמצא אויך אין אוצה"ח

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2012 7:18 pm

ישר כח
איך האב נישט געוויסט אבער איך האב געזוכט אין היברו בוקס און דארט האב איך עס נישט געפונען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 16, 2012 9:20 am

זאמלער האט געשריבן:איך האב אין מיין באזיץ א זעלטענע ספר "כבוד ירושלים" פון רבי אברהם מרדכי הלוי הורוויץ,בענייני מתן צדקה לכוללים ובפולמוס נגד נשיאות כולל וורשא בפולין.

ווי ער האט א לענגערע מאמר איבער די השתלשלות פון די כוללים און דיח רייבערייען און אלעס ארום וואס ער רופט אן "מבוא זה קיצור מספרי "התמיכה בארה"ק" שמדובר בו מתי התחילה התמיכה בארה"ק והשתלשלותה עד היום"


ביי זיין טאטענס נאמען שטייט ר' יהודה נחום אנגעל, דאס זאגט מיר אז דאס איז א משפחה מיט הגה"ג ר' שמעונ'לע זשעליכאווער הי"ד בעמח"ס נהרי אש, איז דאס א ברודער?

מאטקע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » דינסטאג נובעמבער 20, 2012 1:36 am

בעמ' 22 כתוב בהערה שזה בן דודו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:01 am

קונטרס אות אמת - חשבון כסף הקדשים מעות רמבעה"נ פון שנת תרט"ז-תרי"ז

קוקט אויס היבש אינטערעסאנט, היסטארישע נעמען פון רבנים אין שטעט און גבאי קופת רמבעה"נ פון פארשידענע שטעט אין אייראפא.

דוגמאות; דער ערוך לנר אין אלטונא במקום כהונתו, ר' וואלף עמדין אין אנטווערפן (אריין אין די היסטאריע פון אידישען יישוב אין אנטווערפן), ר' משה יודא דאנציגער פון דאנציג (נא האסטו די מקור פונעם נאמען), ר' צבי בנימין אויערבאך פון דארמשטאט (עי' באשכול דייטשלאנד ומצבותיה), ר' עזריאל הילדעסהיימער אין איינזשטאט (איידער ער איז אריבער קיין ברלין), ר' בענדיט דושנית פון ליווארדען (מ'האמיר שוין גערעדט איבער די דושנית/דושניץ משפחה), דער שו"מ אין לעמבערג (שטייט נישט אב"ד), דער כתב סופר אין פרעשבורג, .

די צווייטע העלפט זענען די חשבון פון די הוצאות, דארט זעהט מען די נעמען פון די כוללים אין אר"י; פרושים, חסידים, וואהלין, רוסיא, חב"ד. יעדער האט באקומען א פארציע, און נאך אסאך כוללים, ישיבות און חברות.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

צדקה לע"נ רבי מאיר בעל הנס

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 1:44 pm

געטראפן א אלט געמאלן בילד ווי א טאטע לערנט אויס זיין קינד צו געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס
גענומען פון דא: http://www.yivoencyclopedia.org/search. ... d&start=20
צוגעלייגטע
canvas0.png
canvas0.png (245.17 KiB) געזעהן 4190 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5996
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוקטובער 08, 2013 1:45 pm

… This amulet promises miracles to those who make charitable donations and a blessing in the name of Rabbi Me’ir Ba‘al ha-Nes, a Mishnaic sage whose name means “Master of the Miracle.”

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 28, 2014 6:48 pm

א מעכטיגע זאמלונג פון בריוון געשיקט קיין אמסטרדאם צו די דארטיגע אפיס פון די פקידים ואמרכלים לעניי ארצה"ק, מ'רעדט דא פון הונדערטער און זאגאר טויזנטער בריוון פון ד' כנפות הארץ, אן אוצר בלום:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... =uvaletter

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:24 pm

כ'ווייס נישט אויב ס'האט ממש צו טוען מיט'ן אשכול, אבער מענין לענין באותו ענין.
וזהו מה שמצאתי בספר דרכי הישר והטוב תולדות ועובדות מהרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע: דף י"א ע"ב בדפוס ישן, דף רפ"ד בדפוס חדש.

אא"ז [רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל] זצ"ל כשנעשה רבי לקח לעצמו דרך רבו הק' מפרעמישלאן זי"ע, כי כאשר ידוע היה רבים מעל פני תבל שנהרו אליו ונתנו לו פדיונות גדולות, והוא היה מחלק הכל לעניים,
והרבה מהם שנתן להם על כל שבוע ושבוע סכום קצוב או על חודש ושלח גם למרחוק לעניים אשר היו על לבו חקוקים, וגם לאה"ק ת"ו שלח מעות הרבה לבני הכולל ויחידים. וחוץ מזה היה שולח כמה מאות זהובים בכל שנה לכל עיירות של אה"ק לירושלים צפת טבריה חברון ת"ו לחלק ליחדים בכל ערבי שבתות ויו"ט על יין קידוש ונרשם על הפנקס שלו, וקוראהו לפעמים קידושא רבא, ועל הקבלות ששלחו לו היו קורין אותו נשיא כוללינו. ויש תחת ידי מכתב ישן מעה"ק צפת ת"ו אשר מתנצלים בו לפני אא"ז זצ"ל בשם כמה זקנים על אנשי ירושלים ת"ו בעניני מעות הכולל, ומדוע אינו מכניס עצמו בדבר, וכתבו לו בלשון הזה : למי כל חמדת ישראל ועל מי מוטל הדבר אם לא על כבוד קדשו וכו', אבל הוא לא רצה להכניס עצמו בענינים כאלו, וכפי אשר אני זוכר קצת לא היה דעתו נוחה בעניני חילוקי הכוללים כי מגודל אהבת ישראל שהיה בקרבו היה לפניו כל אנפין שווין, ע"כ.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:45 pm

שוב מצאתי בספר אור הישר והטוב דף של"ה תולדות מהנ"ל:
כשרצו לייסד כולל נפרד לאנשי אונגארין בירושלים פנה בעל כתב סופר לרבינו [ר' צבי הירש מליסקא זצ"ל] להשתתף באסיפה בענין הנ"ל, והשתתפו אז באסיפה הגאון בכעל כתב סופר, הגאון מהר"ם שיק, הגאון מטשענגער, ורבינו.
(מתוך רשימת הגה"צ מו"ה עקיבא יוסף שלעזינגער בעמח"ס לב עברי זצ"ל)

ובספר הנ"ל דף רצ"ב מעתיק מכתב שנדפס בעתון המגיד מהרב משה זאקס מנהל בתי מחסה בירושלים, ובא"ד הרב הזה [רבי צבי הירש מליסקא] כנן חברת גבאים לבנין בתי מחסה והוא בראשם...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 29, 2014 7:28 pm

מיללער האט געשריבן:א מעכטיגע זאמלונג פון בריוון געשיקט קיין אמסטרדאם צו די דארטיגע אפיס פון די פקידים ואמרכלים לעניי ארצה"ק, מ'רעדט דא פון הונדערטער און זאגאר טויזנטער בריוון פון ד' כנפות הארץ, אן אוצר בלום:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... =uvaletter

הרב ר' בנימין מפ"ת האט אונז אנגעצייכנט אז די פנקסים זענען שוין געסקענט פון פריערט אויף דעם סייט:
https://www.ybz.org.il/?CategoryID=861

עס קוקט אויס אז יענע זענען העתקות פון די בריוון וואס דער אפיס האט איבערגעשריבן למען יעמדו למשמרת אין א באזונדערן פנקס, און דער ערשטער סייט האט יעצט די אריגינעלע בריוון.

בכל אופן, פארלאנגט זיך נוצליכע אנווייזונגען וויאזוי מ'קען אפירזוכען אויף א באקוועמען אופן מיט א גוטע מפתח איבער וואס דער אוסף פארמאגט

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג אפריל 29, 2014 8:04 pm

ר' בנימין מפ"ת האט במח"כ א טעות. די פנקסים פון יד בן צבי זענען בריעווען געשיקט פון אמ"ד ביז פאר שנת תר"ל, אבער דער לינק וואס איר האט געבראכט איז פון בריעווען געשיקט קיין אמ"ד פון תר"ל און ווייטער. דוק ותשכח.
לעצט פאראכטן דורך הסרפד אום דינסטאג אפריל 29, 2014 8:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 29, 2014 8:13 pm

הסרפד האט געשריבן:ר' בנימין מפ"ת האט במח"כ א טעות. די פנקסים פון יד בן צבי זענען בריעווען געשיקט פון אמ"ד ביז פאר שנת תר"ל, אבער דער חינק וואס איר האט געבראכט איז פון בריעווען געשיקט קיין אמ"ד פון תר"ל און ווייטער. דוק ותשכח.

גוט, יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכן

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 12:09 pm

נחמן נתן האט געשריבן:אזוי אויך איז געווען אקעגן יח"ל וועלכע האבן געגרינדעט פושקעס לטובת די ישיבה, און א פסק פון גדולי ישראל לאיסור איז דאן פובליצירט געווארן, צוליב די גרעון אין צדקת רמבעה"נ.

כידוע אז צדיקי רוזין האבן געשריבן בריוון לטובת יח"ל אז די ישיבה האט רעכט צו לייגן פושקעס.
צו באמערקן אבער, אז עס איז דא א בריוו פון הרה"ח ר' ישראל מרגליות משב"ק הרה"ק ר' יצחק מבאיאן וועלכער שרייבט לטובת ישיבת הרידב"ז אין צפת: הנני להעיד כי כ"ק אדמו"ר שליט"א יתן מעות שנה על "ישיתב הרידב"ז" סך ששה ושלושים רו"כ לשנה, וממנו יראו וכן יעשו כל דורשי תורה. אמנם בהזהרת כ"ק אדמו"ר נשיא הארץ שליט"א אשר ח"ו לא יעמידו פישקעס על ישיבה זאת ולא על שום ישיבה או בית חסד שבאה"ק, כי זה נקרא גוזל עניים, יען היא חזקת הצדקה הכללית.

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3273
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג נובעמבער 04, 2014 12:41 pm

לויט דעם נוסח איז די פושקע פראבלעם דיקא פאר א מוסד אין ארץ ישראל און נישט פאר א חו״ל מוסד

""לא על שום ישיבה או בית חסד ""שבאה"ק

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יוני 16, 2016 8:28 am

farshlufen האט געשריבן:כפי הנשמע פארמאגט דער אונגארישער כולל שומרי החומות אויך אן אומשאבארער אוצר פון אידן בתפוצות אריינגערעכנט פון אידן אין אמעריקא נאך פאר הונדערט יאר צוריק ווען זיי האבן געהאט דאהי א פולשטענדיגער געלט זאמלען אפעראט און גענומען קרן קיימת'ן וכדו'.
מיר פרעגן ווען וועלן די אלע קומען צום שכל און געהעריג לייברערירן זייערע אוצרות און דאקומענטן למען יעמדו לזכרון לימים רבים?

אפשר וואלט מען געדארפט לייגן א דרוק אויף די גבאי הכולל דאהי אין אמעריקא אז די היסטארישע אוצרות זאלן ווערן געהעריג מסודר לטובת הציבור.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am

נחוניא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כפי הנשמע פארמאגט דער אונגארישער כולל שומרי החומות אויך אן אומשאבארער אוצר פון אידן בתפוצות אריינגערעכנט פון אידן אין אמעריקא נאך פאר הונדערט יאר צוריק ווען זיי האבן געהאט דאהי א פולשטענדיגער געלט זאמלען אפעראט און גענומען קרן קיימת'ן וכדו'.
מיר פרעגן ווען וועלן די אלע קומען צום שכל און געהעריג לייברערירן זייערע אוצרות און דאקומענטן למען יעמדו לזכרון לימים רבים?

אפשר וואלט מען געדארפט לייגן א דרוק אויף די גבאי הכולל דאהי אין אמעריקא אז די היסטארישע אוצרות זאלן ווערן געהעריג מסודר לטובת הציבור.


ווען כ'האב זיי אמאל געבעטן פאר א דאקומענט, האבען זיי מיר גע'ענטפערט, אז ס'איז געוועהן א גרויסע שריפה דארט און זייער אוצר, און ס'איז פארברענט געווארן אסאך זאכן... אבידות שאין להם תמורות, ווארשיינליך ווארטן זיי אויף נאך שריפות...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט