בילדער פון וויליאמסבורג, פארדעם/נאכדעם

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

באניהאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:58 pm

בילדער פון וויליאמסבורג, פארדעם/נאכדעם

תגובהדורך באניהאד » זונטאג אפריל 25, 2010 1:04 am

שלום עליכם טייערע פריינד!

קום איך יעצט פון באניהאד (ש ש ש ש נישט פארציילן פאר די גאווערנאר פון אריזאנע) און מיין גאלדענע אמעריקא קוקט נישט אויס ווי אמאל. בעיקר די הייליגע וויליאמסבורג האט זיך שטארק פארענדערט זייט מיין לעצטען באזוך, ממש נישט צום דערקענען. נייע בנינים, פרישע פעסטונגען, פונדאסניי געפלאסטערטע שטעגן, ס'בענקט זיך צום זיסן אמאל, די אלטע חן, אויב נישט פאר עכט כאטש אויף בילדער.
אין די (אדווערטייזונג) וועלט איז דא א געדאנק פון לייגן צוויי בילדער איינס נעבן צווייטן איינס פון "פארדעם" און איינס פון "נאכדעם" הנקרא בלע"ז before & after (ודיעטטע יוכיח)

לכן - וועגן דעם, שמעו נא רבותי חברים מומחים אויב וואלט געווען מעגליך צו מאכן אזא ווינקעל פון אזעלעכע סארט בילדער וואלט עס געווען מוראדיג אינטערעסאנט פאר די בנים יולדו, ווי אויך פאר אותן אשר ישנן פה עמנו היום.
ווי למשל:
1] לייגן איין בילד פון סאטמערע רבינ'ס הויז אויף בעדפארד מיט די ליידיגע שטחים ארום, און נעבן דעם א היינטיגס בילד פונעם זעלבען ווינקעל,
2] איין בילד פון ספינקא ביהמ"ד אויף קיעפ סט. מיטן תיפלה אויף ליע עוו. און נעבן דעם א בילד פון נאכדעם אחר שנעקרה ע"ז מעירינו.
3] פון די ליידיגע שטח אויף הופפער סט. נעבן די פייער סטעישאן, ובסמוך לו א בילד ווי עס שטייט די ביהמ"ד על תילו על אותו מקום.
4] פון ליע עוו. אדער בעדפארד עוו. פאר מ'האט געבויעט די הייוועי (געדענקסט נאך) און נאכדעם א בילד פון די זעלבען קוק ווינקעל ווי ס'קוקט אויס היינט.

ועוד ועוד (אנטשולדיגט פאר'ן דאפעלט לשון, ס'קומט מרבה זיין כל הדומה להני דכתיבי לעיל ) וכן הרבה.


אייער פריינד פון באניהאד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אפריל 25, 2010 8:02 am

הרב באניהאד.
ברוך הבא.
קומט אריין, הענגט אייך אויף דעם קאפעליטש, נעמט אייך א קאלטע גלעזעל משקה און מאכט אייך באקוועמט.

באניהאד האט געשריבן:1] לייגן איין בילד פון סאטמערע רבינ'ס הויז אויף בעדפארד מיט די ליידיגע שטחים ארום, און נעבן דעם א היינטיגס בילד פונעם זעלבען ווינקעל,
ארום דעם רבין'ס הויז פלעגט זיין ליידיגע שטחים?
פון וועליכען רבי'ן רעדט אוהר?
פונעם דברי יואל אדער דער ברך משה?
באניהאד האט געשריבן:4] פון ליע עוו. אדער בעדפארד עוו. פאר מ'האט געבויעט די הייוועי (געדענקסט נאך) און נאכדעם א בילד פון די זעלבען קוק ווינקעל ווי ס'קוקט אויס היינט.
זאגט נאר, איר געדענקט נאך ווילי איידער מען האט געבויעט די הייוועי?
the SCY is the limit

ברוך_שמו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 02, 2009 9:22 am

תגובהדורך ברוך_שמו » זונטאג אפריל 25, 2010 9:52 am

ער רעדט פון דעם ברך משה'ס הויז, אויף בעדפארד עוועניו ביים ווינקל פון ראסס סטריט.

די וויליאמסבורגער אינגעלייט געדענקן זיכער וויאזוי די גאס ארום האט אויסגעקוקט אמאל מיט א צוויי-צענדליג יארן צוריק.
ברוך הוא וברוך שמו.... איך בין דעם אייבירשטנ'ס א קינד!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג אפריל 25, 2010 10:16 am

ישר כוח פאר קלעריפייען.

יעצט איז מיר נאך אינטערעסאנט צו הערען זיין ענטפער אויף מיין צווייטע שאלה.
איך גראדע געדענק יא.
דעם יאהר ווען מעהאט גבויעט דעם הייוועי האב איך געלערענט און צעהלעם ביי ר' מענדעל טומבער ז"ל(דער מחבר פון משיבת נפש חומשים).
ער איז געווען דער התחלת גמרא מלמד, און ער האט א יעדעס יאהר דורך געלערענט פרק המפקיד מיטען קלאס.
the SCY is the limit

באניהאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:58 pm

תגובהדורך באניהאד » זונטאג אפריל 25, 2010 1:11 pm

ריכטיג פונעם ברך משה'ס הויז האב איך גערעדט,
וואס אגב קען מען לייגן די בידער און אפאר שלבים, פאר מ'האטט עטוואס געבויעט דארט, נאך מ'האט געבויעט די דירות, נאך די ת"ת, און דערנאך די יסודות פאר'ן ביהמ"ד החדש.
ר' שמחה די תירוץ אויף דיין צווייטע פראגע איז "ניין" (וואו קען איך געדענקן וויילענדיג אין באניהאד)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אפריל 25, 2010 1:55 pm

ניט געוואוסט אז באניהאד איז א שטאט,

נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 8:00 pm

תגובהדורך נודע למשגב » זונטאג אפריל 25, 2010 2:04 pm

געלעגער האט געשריבן:ניט געוואוסט אז באניהאד איז א שטאט,


וואאאאאס??????
גדולי עולם ומצוקי ארץ שימשו שם ברבנות, וביניהם בנו של בעל מחצית השקל, הגה"ק ר' יהודה גרינוואלד זי"ע אב"ד סאטמאר, ר' זעקיל ובנו ר' משה פאללאק זי"ע בעל וידבר משה, הגה"ק ר' יצחק משה פערלס זי"ע

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג אפריל 25, 2010 3:53 pm

ביזדערווייל קען דער אשכול אריינגייין אין 'היימישע קרעטשמע'. קיין בילד איז נאך נישט ארויפגעבראכט געווארן דא, [נישט קיין before און נישט קיין after]. געגאנגען געטוהן צו דער זאך.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19473
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 25, 2010 3:57 pm

מיר פארמאגן שוין אן אשכול מיט די סחורה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 25, 2010 4:30 pm

עס קומט דאך פון היימישע קרעטשמע, איך האב עס אריבערגעשלעפט אהער כדי איר זאלט טוהן צו דער זאך...

אויב עקזיסטירט שוין אזאנס, ביטע אנצייכענען און דער שמעלצער וועט שמעלצן.

באניהאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:58 pm

תגובהדורך באניהאד » זונטאג אפריל 25, 2010 9:08 pm

נו געעהרטע פריינד
וואס בלייבט?
איך פאהר שוין באלד אהיים, און איך וויל נישט אהיים פאהרן מיט ליידיגע הענט,
איך וויל נישט זיין "נאכדעם" אזוי ווי "פארדעם"

אייער פריינד פון באניהאד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אפריל 26, 2010 10:03 am

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 26, 2010 11:16 am

באניהאד האט געשריבן:נו געעהרטע פריינד
וואס בלייבט?
איך פאהר שוין באלד אהיים, און איך וויל נישט אהיים פאהרן מיט ליידיגע הענט,
איך וויל נישט זיין "נאכדעם" אזוי ווי "פארדעם"

אייער פריינד פון באניהאד



איין מינוט, לויף נישט!

פאר נישט אהיים פאר דו כאפסט אפאר בילדער פון די 'סערטיפייד לאמבער' אויף קענט עוו., און פון די בראדוועי טרייענגל אויף מארסי העריסאן, (אויב האסטע צייט, כאפ אויך פון די פייזער בילדונג קעגן איבער), איך ווייס נישט וואס ס'גייט דארט זיין, אבער ביז ווען דו וועסט צוריק קומען וועט שוין זיין דארט עפעס אנדערש....

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3835
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 26, 2010 12:24 pm

אויך פונעם רעסטוראנט ביי בעדפארד קאר קיעפ, ווייל דאס וועט זיך זיכער טוישן
נאט אייך א גרינע...


יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מאנטאג אפריל 26, 2010 12:25 pm

פליגל האט געשריבן:אויך פונעם רעסטוראנט ביי בעדפארד קאר קיעפ, ווייל דאס וועט זיך זיכער טוישן


איר מיינט דעם קיעפ טרייענגעל?
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3835
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 26, 2010 12:30 pm

יוסלמאן האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:אויך פונעם רעסטוראנט ביי בעדפארד קאר קיעפ, ווייל דאס וועט זיך זיכער טוישן


איר מיינט דעם קיעפ טרייענגעל?

נעבן דעם ברינעם, יא
נאט אייך א גרינע...


יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 26, 2010 12:32 pm

פליגל האט געשריבן:אויך פונעם רעסטוראנט ביי בעדפארד קאר קיעפ, ווייל דאס וועט זיך זיכער טוישן


נו, דאס איז דאך די קרעטשמע אליינס!!, ער איז יעצט דארט.....

באניהאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:58 pm

תגובהדורך באניהאד » מאנטאג אפריל 26, 2010 12:42 pm

איך האב דאך שוין גערעדט פון די קיעפ טרייענגעל (פון די אנדערע) בין ביהמ"ד ספינקא לזופניק, די מושב הפאליציי.
אז מ'רעדט שוין מ'האט געלייגט א לינק צו אלטע וויליאמסבורגע בילדער, איך ברויך נישט סתם בילדער פון קינדער מיט הויכע הויזן טרעגער, פון דעם האב איך גענוג אין באניהאד,
איך דארף פון בתי מדרשים ת"ת ומוסדות פון "פארדעם" און "נאכדעם"

ואוסיף עוד כמה
1] די אלטע וויזניצע ביהמ"ד אויף 6 ליע און די נייע
2] די ליידיגע שטח אויף ווילסאן נעבן די אלטע פאפא ת"ת, און פון די נייע בנין
3] די ליע טרייענגעל בחורבנה, און יעצט פון די ליע גארדענס מיט איר ביהמ"ד

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3835
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג אפריל 26, 2010 2:11 pm

באניהאד,
כ'אב עפעס פאר דיר:
ראדני צווישן די הייוועי און ליע עוו און פראנט פונעם אייז קריעם סטאר ווען מ'אט נאך געקענט אדוירך פארן דארט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19473
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 28, 2010 5:32 pm

וואוהין צילט דער אשכול?

צופיל אזעלכע בילדער זענען נישט פארהאנען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך אפריל 28, 2010 5:39 pm

ס'אמאל געווען א מסיבה איך געדענק נישט וועלכע (אפשר חוה"מ)
ווי מ'האט געוויזן סליידס פין לי עוועניו ועוד.. אפשר געדענקט איינער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 1:43 pm

איז דעס דער מטרה פון דעם אשכול?
צוגעלייגטע
111111.jpg
111111.jpg (41.39 KiB) געזעהן 6335 מאל
22222.jpg
22222.jpg (49.27 KiB) געזעהן 6334 מאל
לחיים ולברכה!

באניהאד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 21, 2010 11:58 pm

תגובהדורך באניהאד » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 1:53 pm

אה געוואלדיג נחמן נתן. עפעס מאכט זיך שוין.
דאס איז כמעט די מטרה. דאס הייסט די גאנג איז גוט.
אבער ביי די צוויי בילדער איז די "פארדעם" און "נאכדעם" כמעט די זעלבע מיט נאר גאר קליינע שינויים.
אויב מ'קען אזוי ממשיך זיין מיט בילדער וואס די "פארדעם" און "נאכדעם" איז אינגאנצן נשתנה געווארן, אזוי ווי די אויבענדערמאנטע דוגמאות וואלט מען דערגרייכט דעם ציהל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 2:52 pm

6 לי עוועניו, בעפאר ענד וועי עפטער
צוגעלייגטע
90 prct. 1.jpg
6 lee.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אפריל 29, 2010 3:02 pm

דער אשכול הויבט אן צו ווערן געצייטיגט. ס'איז אויפן וועג ארויף.
לחיים ולברכה!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט