בלאט 3 פון 7

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 12:21 pm
דורך אלף בית
פליגל האט געשריבן:און הרה"ג דומ"ץ קרית יואל שליט"א פלעגט דארט הארעווען.

רבי יעקב אליעזר בערקאוויטש פלעגט דארט אויך דאווענען?
אדער דער דיין פלעגט דארט לערנען נאר אלץ שכן?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 12:23 pm
דורך א גוט ווארט
ער האט דארט געדאוונט

דער שארמאשער רבס ברודער יעקב שלמה ברייער איז נאך דארט א מתפל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 12:56 pm
דורך פרעגער
א גמ"ח האבן זיי געהאט פולע יאהרן, דאכצעך אונטער דער אנפיהרערשאפט פון פעלבערבוים דער סאָדאַש.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:08 pm
דורך יהיה כן
דער גמ"ח גייט נאך אן עד היום

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:13 pm
דורך 11211
פרעגער האט געשריבן:א גמ"ח האבן זיי געהאט פולע יאהרן, דאכצעך אונטער דער אנפיהרערשאפט פון פעלבערבוים דער סאָדאַש.


וויר פירט דאס היינט?

יהיה כן האט געשריבן:דער גמ"ח גייט נאך אן עד היום


די היסטאריע מיט די סאדאש איז אויך כדי א אשכול פאר זיך(אפשר נישט)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:19 pm
דורך גראדער
דער גמ"ח זכרון יהוסף אויפן נאמען פו הרה"ח ר' יהוסף שווארטץ ז"ל איז יארן אנגעפירט געווארן דורך ר' איתמר טובי' שווארטץ א ברודער פון ר' יהוסף, ר' ישראל שווארטץ א זוהן פון ר' יהוסף, ר' משה זילבערשטיין א נעפיו.

פארגאנגענעם ווינטער ווען ר' איתמר טובי' איז אוועק האבן ר' ישראל און ר' משה אריינגענומען ר' חיים הערש גאנדל נ"י.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:25 pm
דורך שטיקל גבאי
11211 האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:א גמ"ח האבן זיי געהאט פולע יאהרן, דאכצעך אונטער דער אנפיהרערשאפט פון פעלבערבוים דער סאָדאַש.


וויר פירט דאס היינט?

יהיה כן האט געשריבן:דער גמ"ח גייט נאך אן עד היום


די היסטאריע מיט די סאדאש איז אויך כדי א אשכול פאר זיך(אפשר נישט)

בעסער מרעדט נישט

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:25 pm
דורך מאקאווער
א גוט ווארט האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:און אזוי אויך וואלט מען ווען געדארפט עפענען אן אשכול איבער דעם לעגאנדאר'ן ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק דער פאטער פון אלע היימישע ארגאניזאציעס ווי למשל אלע שבת פעקלעך ארגאניזאציעס זענען זיינע תלמידים און אויך זיינע פילע לייסטונגען פאר דעם גרינדונג פון די חברה הצלה און זיינע פילע לייסטונגען פאר ביקור חולים און פדיון שבויים וכו' וכו' אוי מי יתן לנו תמורתו - מיר האבן נישט לאנג צוריק פארמאגט אינגאטנצן אן אנדערן דור ווי אין וואס מיר לעבן היינט צוטאג'ס


צו דעם דארף מען דערמאנען זיין גרינדער
ר' יוסף שמחה קאוואלענקא (מחסידי טשערקאס-הארנסטייפל ואח"כ סקווירא)
[שפעטער האט ער אויך מייסד געווען אנעדרע תומכי שבת]

ווען זיי (ר' יוסף שמחה מיט ר' אברהם מרדכי) האבן נאך געדאווענט אין סקווערער ביהמ"ד אויף בעדפארד עוו.


ווי ווייט איך ווייס האט שוין ר' אברהם מרדכי פאלאטשעק זצ"ל "אליינס" אנגעהויבן מיט זיינע צדקה אקטיוויטעטן נאך זייענדיג אין די די. פי. לאגערן אין דייטשלאנד און אין אמעריקע האט ער עס ממשיך געוועזן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:28 pm
דורך דארפסמאן
יא אויך געהערט אזוי פון עלטערע יודן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 1:51 pm
דורך שטיקל גבאי
ר' מאטעל זצ"ל

געשריבן: מיטוואך יאנואר 06, 2010 10:52 pm
דורך פליגל
כ'אב מיך איצט דערמאנט פון הרה"ח ר' מרדכי גרובער ז"ל דער פאטער פון הר"ר יודל, הר"ר בנימין ועוד, פלעגט אויך היבש ציגעבן צום טעם פונעם ביהמ"ד

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 8:33 am
דורך פרעגער
שטיקל גבאי האט געשריבן:
11211 האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:א גמ"ח האבן זיי געהאט פולע יאהרן, דאכצעך אונטער דער אנפיהרערשאפט פון פעלבערבוים דער סאָדאַש.


וויר פירט דאס היינט?

יהיה כן האט געשריבן:דער גמ"ח גייט נאך אן עד היום


די היסטאריע מיט די סאדאש איז אויך כדי א אשכול פאר זיך(אפשר נישט)

בעסער מרעדט נישט


פארוואס נישט? דער ר' שלום אלי' איז דאך געווען א פלאם פייערדיגער חסיד'ישער איד.....

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 8:34 am
דורך פרעגער
יוסלמאן האט געשריבן:אין א מאמר פון א טריסקער אייניקעל שרייבט ער וועגן זיין פעטער, הרה"ק רבי דוד אהרן מ'זאריק זי"ע, דודו דויד אהרלע, האט מען אין טריסק/טשערנאביל געשריבן דויד?


דאס איז לכאורה א טעות.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 11:02 am
דורך בן בוזי
פרעגער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:אין א מאמר פון א טריסקער אייניקעל שרייבט ער וועגן זיין פעטער, הרה"ק רבי דוד אהרן מ'זאריק זי"ע, דודו דויד אהרלע, האט מען אין טריסק/טשערנאביל געשריבן דויד?


דאס איז לכאורה א טעות.

מהיכי תיתי?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 11:07 am
דורך פרעגער
בן בוזי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:אין א מאמר פון א טריסקער אייניקעל שרייבט ער וועגן זיין פעטער, הרה"ק רבי דוד אהרן מ'זאריק זי"ע, דודו דויד אהרלע, האט מען אין טריסק/טשערנאביל געשריבן דויד?


דאס איז לכאורה א טעות.

מהיכי תיתי?


וואו נאך האסטו געזעהן אז מ'זאל אזוי שרייבן זיין נאמען - זיין איידעם דער מאחנובקא רבי זצ"ל פלעגט נישט אזוי שרייבן, און אזוי אויך אויף די 'לעדער העדס' פון זיינע בריוו שטייט נישט אזוי.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 11:32 am
דורך ליסקא
ביקסאד האט געשריבן:דאס גונז זיין דעם בעל מעט צרי איז אויך ווערט צו באשרייבן.


דאכציך מיר אז דער בעל מעט צרי ליגט אין סאטמאר ביה"ח אין לאנג איילענד. וואס נאך איז דא צובאשרייבן אדרבה רב ביקסאד נעם די פעדער אין די האנט אין הייב אן למען ידעו דור אחרון

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 11:34 am
דורך farshlufen
רב ביקסאד איר רעדט פון די גשמים שירדו וכו'?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:38 pm
דורך א גוט ווארט
אין די 9 פלעצער ארום?
?!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 1:23 pm
דורך ביקסאד
יאך רעד פון דעם רעגירונג אינספעקטאר, והגשמים שירדו, וכו',

מי ששמע פרטים מדויקים שיבוא ויספר צדקתו לרוות צמאון . . .

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 1:33 pm
דורך גראדער
ביקסאד האט געשריבן:יאך רעד פון דעם רעגירונג אינספעקטאר, והגשמים שירדו, וכו',

מי ששמע פרטים מדויקים שיבוא ויספר צדקתו לרוות צמאון . . .


לויט ווי איך האב געהערט האבן די באהערדע אין לאנג איילענד נישט געוואוסט פונעם אידישן מנהג ארויסצושלעפן דעם אינטערשטן ברעט פונעם ארון פארן צודעקן דעם קבר, וואס דאס איז קעגן דעם געזעץ.

משום איזה סיבה האבן זיי מחליט געווען צו אינספעקטן דווקא ביים באערדיגן דעם צדיק וקדוש דער סאלקער רב ז"ל, מען איז געשטאנען מיטן ארון ביים אפענעם קבר און מען האט נישט געוואוסט וואס צו טון, די צוויי אינספעקטערס זענען געשטאנען מיט אפענע אויגן און געוואלט צוזען די קבורה, מען האט געזאגט נאך הספדים און פראבירט צו שלעפן די צייט האפענדיג אויף א נס, און עס האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, פלוצלונג, אן קיין שום סימנים פון פריער, האט זיך אראפ געלאזט א שלאקס רעגן, עס האט זיך גענומען שרעקליך גיסן, און די אינספעקטערס זענען געלאפן אויף א מינוט צו די קאר ארויסנעמען די רעגן קאוטס, יענע מינוט האט מען אראפגעלאזט דעם ארון און געטון אלעס כדת משה וישראל...

ווען די אינספעקטערס זענען צוריקגעקומען האט מען שוין געהאלטן פעסט אינמיטן צודעקן דעם קבר...

רצון יראיו יעשה...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 1:48 pm
דורך א גוט ווארט
אביסל באשריבן זיין גדלות אינעם קונטרס וואס איז ארויס געקומען 50 יאר לפטירתו

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 2:04 pm
דורך 11211
א גוט ווארט האט געשריבן:אביסל באשריבן זיין גדלות אינעם קונטרס וואס איז ארויס געקומען 50 יאר לפטירתו

קענסט עס אהער ברענגן פארן חשובע'ן ציבור

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 2:07 pm
דורך דארפסמאן
גראדער א מורא'דיגע מעשה , רצון יראיו יעשה

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 2:08 pm
דורך בן בוזי
בנוגע דאס איז טיסא-סאלקא און נישט מאטע-סאלקע וועלכע זענען די האדאסער פיש, למעשה איז ר' יואל הערש אויף געצויגן געווארן ביים האדאסער רב ר' אהרן ישעי' פיש ז"ל, זיין מאמע האט חתונה געהאט מיט איהם נאך וואס איר מאן איז אוועק (רי"ה איז נאר דאן אלט געווען 6 יאהר).

רי"ה איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביים בעל שמועה טובה מקאסאני, און געהאט 7 קינדער, 5 אינאיינעם מיט די רעבעצין זענען געהרג'ט געווארן אין קריג, און דער 6'טער איז שפעטער אוועק, עס איז בלויז איבער געבליבן הרבנית הצדיקת תחי' אשת ר' מרדכי זצ"ל.

בזוו"ש האט ער חתונה געהאט מיט בת ר' שלום נח מווערעצקי.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 2:17 pm
דורך 11211
בני ר' מאטל ז"ל
הר"ר יעקב -מאנסי
הר"ר יואל צבי וומס"ג
הר"ר חיים שלמה ירושלים

הרבנית חי' גאלדרינער ע"ה

נא ווער נאך??