קונטרס זכר מלמדים לברכה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

קונטרס זכר מלמדים לברכה

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 4:47 pm

צו דאונלאודען בחצרות סאטמאר
לעצט פאראכטן דורך סעטינגס אום דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 5:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 4:51 pm

א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער
צוגעלייגטע
COVER.JPG
COVER.JPG (84.01 KiB) געזעהן 1608 מאל

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 4:52 pm

תהלה לקל יתברך נפלה חלקינו בנעימים זה ימים ושנים לעסוק בדבר גדול ונשגב
במפעל 'זקניך ויאמרו לך' - שבימים הקרובים נזכה בע"ה להו"ל חלק העשירי של
הספר - שעיקר מטרתה הוא לקשר את דורינו השפל עם הדורות הקודמים, וללמוד
על כל צעד ושעל 'ווי אזוי האבן זיך אונזערע זיידעס געפירט'...
לעת כזאת כאשר אמונים נאספים ברכות נכספים חשבנו לילך וללקט בין האמרים
ממה שכתבנו בגליוני 'זקניך ויאמרו לך' בנוגע המלמדים החשובים שזכו לשרת בקודש
במוסדותינו הקדושים, ללמוד לקח מאורחותיהם, ולראות איך היה התנהגותם בכל
פרט ופרט, ולקבצם גם יחד שיהיו לנגד עיני המלמדים שליט"א כעמוד האש ההולך
לפני מחנה ישראל.

אבל מראש מקדם נודיע נאמנה מתוך התנצלות עמוקה שעבודתינו רחוק מאד
מדבר השלם, כאשר לא הצלחנו כרגע לקבץ כי אם מעט מזעיר, חלק קטן כלפי כמות
מספר המלמדים שזכו לשרת בקודש במשך השנים, ועוד זאת לקטנו הרבה ממה
שהיה כבר מן המוכן וכבר עלה בדפוס בעבר במקומות שונים, ולזה פעמים בא
בארוכה ופעמים בקצרה, פעמים זה ליקוטי סיפורים מלוקט מהגליונות, ופעמים זה
כתבות ערוכות מה שקבלנו בשלימות, וח"ו אין בזה שום מחשבה או נגיעה להגדיל
את חשיבות הא' על השני, אך ורק קמא קמא דמטי לידן.
ומתנצלים אנו בזה כלפי בני משפחות המלמדים החשובים יקרי הערך שלא נזכרו
כאן, וח"ו לא יעלה במחשבה כאילו היה כאן איזה סיבה מי להקדים ומי לאחר, מי
למלא ומי לחסר, וכן אין מוקדם ומאוחר בתורה כלל וכלל, ואדרבא נא ונא להמציא
לידינו חומר בקודש על המלמדים החשובים שלא נזכרו כאן, ובע"ה יעלה זכרונם לטוב
בחלק השני של ספרינו הדין ואנו תפילה שזכות כל הצדיקים והחסידים התמימים והישרים הנזכרים פה, יעמדו
לנו ולזרעינו ולזרע זרעינו מעתה ועד עולם, ונלמוד מדרכיהם ואורח חייהם 'ווי אזוי
האט אויסגעזעהן אן אמאליגער מלמד', ובדרך הזה נמשיך לחנך את צאצאינו על דרך
הסלולה לנו מאבינו רועינו רבינו הק' מרן הדברי יואל זי"ע, והנמשכת לנו בגאון
ובעוז ע"י כ"ק מרן רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע, ולאורם נסע ונלך תחת דגלו
והדרכתו של כ"ק מרן רבינו עטת"ר שליט"א לאורך ימים ושנים טובים עד ביאת
הגואל בב"א.
החותם מתוך הערצה והוקרה בתפילה לעני
שמואל שלמה טעללער
קרית יואל יע"א

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 5:01 pm

זענען נישט געווען מער מלמדים ז"ל במשך השנים?

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 5:33 pm

ס'איז דאך חלק ראשון.
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 6:37 pm

פון ר' חיים ארי' בראווער ז"ל, מלמד אין בארא פארק, איז דא א געוואלד חומר איבער זיין מלומדת אין ספר זכרון בחיים.

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 9:35 pm

געבליקט אויבנאויף, זייער א שיינער ארבייט.

ייש"כ 'סעטינגס' פארן אנווייזן.

נו, דאונלאוד.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 9:48 pm

לא לנו האט געשריבן:זענען נישט געווען מער מלמדים ז"ל במשך השנים?

וואס איז די שאלה.
מ'קען באשריבן ר' זושא כ"ץ
יארמוטער רב?
ר' ליפא יאקאבאוויטש

ידעתי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 10:32 pm

סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.
גראדע איין מלמד יארן פון קרית יואל און פארדעם וויליאמסבורג, רבי אלי׳ דוד טירנויער ע״ה האב איך נישט געזען דארט,

ישיחנה
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:46 am

תגובהדורך ישיחנה » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 12:03 am

לא לנו האט געשריבן:פון ר' חיים ארי' בראווער ז"ל, מלמד אין בארא פארק, איז דא א געוואלד חומר איבער זיין מלומדת אין ספר זכרון בחיים.


קען מען עס ערגעץ דאונלאודן?

willibugy
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 29, 2010 11:41 am

תגובהדורך willibugy » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 12:13 am

ישיחנה האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:פון ר' חיים ארי' בראווער ז"ל, מלמד אין בארא פארק, איז דא א געוואלד חומר איבער זיין מלומדת אין ספר זכרון בחיים.


קען מען עס ערגעץ דאונלאודן?

וואספארא ספר איז דאס.?
וויליאמסבורג...א מחי' גאר...

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 9:15 am

ידעתי האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.

ר' שמואל שלמה איז יארן געווען איינגעשטעלט אין ת"ת קרית יואל ווי ר' יצחק מאיר ע"ה האט געדינט אלס מלמד.
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 9:59 am

אוייבן אויף א פיינע ארבייט אבער פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין דבר השלם.

--

זע איך נישט דערמאנט, ר' אברהם יצחק זיכערמאן ז"ל, ר' שמעון גאלבערגער ז"ל ועוד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 11:56 am

ישיחנה האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:פון ר' חיים ארי' בראווער ז"ל, מלמד אין בארא פארק, איז דא א געוואלד חומר איבער זיין מלומדת אין ספר זכרון בחיים.


קען מען עס ערגעץ דאונלאודן?

שמואל בארג האט געשריבן:געבליקט אויבנאויף, זייער א שיינער ארבייט.

ייש"כ 'סעטינגס' פארן אנווייזן.

נו, דאונלאוד.

סעטינגס האט געשריבן:צו דאונלאודען בחצרות סאטמאר

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 12:05 pm

רבותי פאר מען רעדט זיך אפ פארוואס דער איז דערמאנט אדער דער צווייטער ליינט איבער די הקדמה קצרה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 12:16 pm

ידעתי האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.
,

איך האב עס נישט געזען אבער איינער זאגט מיר אז פון ר' יצחק מאיר קימט אסאך זאכען פון דא פון אינזער וועלטל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

ידעתי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » פרייטאג נובעמבער 24, 2017 3:15 pm

farshlufen האט געשריבן:אוייבן אויף א פיינע ארבייט אבער פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין דבר השלם.

--

זע איך נישט דערמאנט, ר' אברהם יצחק זיכערמאן ז"ל, ר' שמעון גאלבערגער ז"ל ועוד.


רבי אברהם יצחק איז געווען א פול טיים מלמד?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 6:48 pm

דארפסמאן האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.
,

איך האב עס נישט געזען אבער איינער זאגט מיר אז פון ר' יצחק מאיר קימט אסאך זאכען פון דא פון אינזער וועלטל

קען זיין אז ר' שמואל שדלמה האט אמאל געשריבען אויף דעי וועלטעל? איך ווייס נישט אבער דאס איז זיכער אז ר' שמואל שלמה האט אסאך יארן געארבעט צוזאמען מיט ר' יצחק מאיר, ווען ר' שמואל שלמה איז געווען א חומש רש"י רבי און דעי ברענטש פון ר' יצחק מאיר

, און אויך פלעגט ער זיין די רבי כללי ווען די גאנצע עידטש האט זיך צוזאמען גענומען א שטייגער ווי די פרישטאג רבי, נ"ך רבי [עס האט זיך געהאלטען אין איין טוישן די סדר ווען אבער עס איז געווען א סדר און נ"ך] ער פלעגט קער נעמען פון לערנען שרייבן אידיש, מאכן די תורה צעטלעך וכדו'.

סא זיי האבן געארבעט צוזאמען און ער האט אים געקענט פערזענליך.
סאדאם בן באראק חוסעין

ידעתי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 11:42 pm

דונש האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.

ר' שמואל שלמה איז יארן געווען איינגעשטעלט אין ת"ת קרית יואל ווי ר' יצחק מאיר ע"ה האט געדינט אלס מלמד.


ער שרייבט דארט ״אונזער רבי״ און נאך אזעלכע אויסדרוקן.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:22 pm

אויסגעלאזט אויך ר' אלי' דוד טירנויער ז"ל.

פלעגט טיילן ביי לאנטש אפגעשיילטע פערטל עפלעך, און מהאט געברויכט מאכן העץ.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:30 pm

ידעתי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אוייבן אויף א פיינע ארבייט אבער פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין דבר השלם.

--

זע איך נישט דערמאנט, ר' אברהם יצחק זיכערמאן ז"ל, ר' שמעון גאלבערגער ז"ל ועוד.


רבי אברהם יצחק איז געווען א פול טיים מלמד?

אין מיינע צייטן איז ער געווען א פול טיים מלמד, אבער נישט שטענדיג אויף די זעלבע כיתה.

פון פריערט ווייס איך נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:39 pm

אין מיינע צייטן איז ער געווען א סאבסיטוט, ווי אויך פארציילט מעשיות אויפן מייק, פון מונקא טאבור.

אוי האט מען זיך געפרייט פאר די דזשעלי בינס... מיין שמחה איז אמאל ערנסט צו שטערט געווארן ווען איך האב באקריגן א שווארצע דזעשלי בין, עס האט געהאט עפעס אזא שווארצע ליקעריש טעם...

פון ר' שמעון ע"ה האב איך נאך אויך גוט אריינגעכאפט... אן ערליכער איד, נישט געקארגט קיין שלעק...

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג נובעמבער 26, 2017 2:24 pm

צווייפעל האט געשריבן:אין מיינע צייטן איז ער געווען א סאבסיטוט, ווי אויך פארציילט מעשיות אויפן מייק, פון מונקא טאבור.

אוי האט מען זיך געפרייט פאר די דזשעלי בינס... מיין שמחה איז אמאל ערנסט צו שטערט געווארן ווען איך האב באקריגן א שווארצע דזעשלי בין, עס האט געהאט עפעס אזא שווארצע ליקעריש טעם...

פון ר' שמעון ע"ה האב איך נאך אויך גוט אריינגעכאפט... אן ערליכער איד, נישט געקארגט קיין שלעק...


מן הסתם האסטו דאס ערליך פארדינט :oops: :oops:

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5247
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג נובעמבער 26, 2017 2:55 pm

ידעתי האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.
גראדע איין מלמד יארן פון קרית יואל און פארדעם וויליאמסבורג, רבי אלי׳ דוד טירנויער ע״ה האב איך נישט געזען דארט,

דער ספר איז מער ווייניגער א ליקוט פון מעשיות וואס איז געווען געדרוקט אינעם גליון זקיניך ויאמרו לך, און די מעשיות זענען אריינגעלייגט געווארן דורך די תלמידים, קוקט אויס ער האט נישט איבערגעקוקט יעצט ווען ער האט עס געלייגט אונטער א צווייטן פארטאך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ידעתי
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » זונטאג נובעמבער 26, 2017 8:09 pm

מי יודע האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
סעטינגס האט געשריבן:א הערליכע ארבעט פין הרה''ג ר' שמואל שלמה טעללער


ער האט עס געשריבן? ווייל איך דענק נישט אז ער איז א יליד קרית יואל, און אביסל וואס איך האב געבליקט דערין באשרייבט ער רבי יצחק מאיר שפירא ז״ל מיט ערשטהאנטיגע שפראך.
גראדע איין מלמד יארן פון קרית יואל און פארדעם וויליאמסבורג, רבי אלי׳ דוד טירנויער ע״ה האב איך נישט געזען דארט,

דער ספר איז מער ווייניגער א ליקוט פון מעשיות וואס איז געווען געדרוקט אינעם גליון זקיניך ויאמרו לך, און די מעשיות זענען אריינגעלייגט געווארן דורך די תלמידים, קוקט אויס ער האט נישט איבערגעקוקט יעצט ווען ער האט עס געלייגט אונטער א צווייטן פארטאך

מאכט אפשר סענס. און אויב רבי שמואל שלמה איז געווען א איינגעשטעלטער אין תלמוד תורה איז מעגליך אז ער איז געווען בכלל אונטער די זקניך ויאמרו לך פראיעקט?
בכל אופן, געבליקט אביסל מער דערין און עס זעט אויס מלא תוכן. איז עס טאקע פארטיילט בחינם אז מהאט עס דא ארויפגעלייגט?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט