נייע בלעקבערי tour פאר ספרינט און ווערייזאן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

הערשעל
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 1:48 pm

נייע בלעקבערי tour פאר ספרינט און ווערייזאן

תגובהדורך הערשעל » דינסטאג יוני 16, 2009 8:54 pm

ווי עס קומט אריין די נייעס זעט אויס אז עס גייט ווערן היבש אנגעהיצט דער מארקעט פון די א.ג. "קלוגע" טעלעפאנען, און אונזער באליבטער בלעקבערי וויל אויך בלייבן אין בילד:

http://money.cnn.com/2009/06/16/technol ... 2009061616

צוגעשטעלט די בלעקבערי curve וואס ווערט יעצט שטארק באנוצט ביי אחינו בני ישראל:

http://na.blackberry.com/eng/devices/co ... oducts=883

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג יוני 16, 2009 9:09 pm

What is the difference between the curve. And the tour.?????

It doesn't seemed that there is a difference..

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 16, 2009 10:19 pm

ס'איז נאכנישט דא צו באקומען. ס'איז נאר היינט אפיציעל געמאלדן געווארן אז ס'גייט זיין.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יוני 16, 2009 11:34 pm

שכח הערשי פארן ברעכן די נייעס...

לאמיר אראפברענגן און איבערזעצן די הויך פונקטן פון די לינק אויבן בס"ד.

1. ווי מאשקע האט שוין געזאגט איז עס הערשט יעצט געמאלדן געווארן אז ס'קומט. ביז ס'וועט זיין צום האבן איז פאלג מיך א גאנג...

2. בלעקבערי האט נישט ארויסגעגעבן קיין דאטום ווען ס'קומט ארויס, מען רעכנט אבער אויף נאך די זומער.

3. עס וועט זיי א וועלט-טעלעפאן דאס הייסט אז מ'וועט עס קענען נוצן אין יאראפ און אין אנדערע פלעצער ווי מען ניצט סים קארטל'ך. (אזוי ווי טימאביל אינאך)

4. עס וועט ארבעטן אויף די נייערע אפערעטינג סיסטעם אזוי ווי די באלד.

5. עס וועט פארמאגן פיל מער פלעש מעמארי.

6. די אנדערע זאכן קוקן אויס מער ווייניגער אזוי ווי די קארוו.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יוני 17, 2009 9:32 am

דאס איז א בילד פונעם נייעם טעלעפאן
צוגעלייגטע
blackberry_tour.03.jpg
טואר
blackberry_tour.03.jpg (30.49 KiB) געזעהן 3347 מאל

הערשעל
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 1:48 pm

תגובהדורך הערשעל » מיטוואך יוני 17, 2009 8:22 pm

שכח לאז געמאכט פארן איבערזעצן אין קורצע ווערטער דעם לינק.

לויט וואס בלעקבערי האט דערווייל ארויסגעגעבן זעט נישט אויס אז ס'זאל זיין אזא חילוק צווישן דעם curve און דעם tour.

און זיכער וועט זיך נישט לוינען צו צאלן די פאר הונדערט וואס עס וועט קאסטן און אוועקווארפן דעם curve.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יולי 02, 2009 5:23 pm

ווערייזאן נעמט שוין אן פרי-ארדער'ס אויפן טאהר.

עס וועט זיין צום האבן אי"ה דעם צוועלפטן אין יולי (גארנישט מיט'ן ראה"ק) למספרם.

ספרינט האט אויך געמאלדן אז ז'קומען ארויס דערמיט אבער זיי נעמען נאך נישט אן קיין באשטעלונגן און אוואדי גיבן זיי נאך נישט ארויס קיין דאטום ווען ס'וועט זיין צום האבן.

און יעצט א ווארט צו ספרינט:

טיפוש'ם וואס איר זענט! אזוי פירט מען א געשעפט? איר ווייסט ווי לאנג כ'וויל שוין טוישן מיין בערי נאר כ'האב נישט מיט וואס?

די שטורעם האט איר נישט בכלל, יעצט מיט די טאאר שלעפט איר אויך ארום?? און נאכדעם האט איר נאך טענה'ס פארוואס אייער סטאק'ס קראכן נידריגער און נידריגער הא?!

טוט'ס ענק בארעכנען, וועט אייך גוט זיין!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יולי 02, 2009 5:26 pm

ספרינט האט שוין אויך געמאלדן אז ס'קומט יולי 12, דעם זעלבן טאג ווי ווערייזאן.

http://images.crackberry.com/files/u108 ... mepage.jpg
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 12, 2009 8:12 am

ווי געזאגט און ווי געפלאנט איז שוין היינט דא צו באקומען די נייע בלעקבערי טאהר.

די פרייז ביי ספרינט.קאם איז 499.99
אויב מען עפענט א נייע פלאן אדער א צוויי יאר אפגרעיד גיבן זיי 200 דאלער באלד'יגע הנחה, פלאס א ריבעט פון 100 דאלער דורך די פאסט, סך הכל קאסט דאס 199.99

איך האב נאך נישט פרובירט דאס מאל, אבער צומאל קענען די אגענטן ארויס באקומען די טעלעפאן פאר עטוואס ביליגער, (כ'מיין נישט דייקא די אומלעגאלע אגענט'ן וד"ל).

לויפט און קויפט...

ביי ווערייזאן קען מען דאס האבן פאר $99, איך האב געזאגט פאר ספרינט "ווערייזאן גיט דאס מיר פאר $99' האבן זיי געזאגט אז זיי וועלן מיר דאס אויך גיבן פאר אזויפיל, וכך הוה כ'האב עס באשטעלט

זיי האבן מיר געזאגט אז כ'זאל זיין גערישט אז ס'וועט נעמען ביז א וואך עס זאל אנקומען, אבער ס'קען זיין שנעלער.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 14, 2009 8:41 am

איינער האט שוין די נייע טעלעפאן?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 14, 2009 2:21 pm

איך האב די נייע טאהר פון ווערייזאן, מבינים זאגן אז ס'יז דערווייל די בעסטע פון די ב"ב משפחה.

די אינטערפעיס איז זייער ענליך צום סטארם, נאר אין 'עכטע' באטטאנס והמבין יבין.

די בראוזער איז פולי סופפארטעד ווי א געהעריגע בראוזער, ענליך צום אייפאאון, שארף און קלאר מיט זאאם אין - זאאם אוט.
ארבעט שנעל און גוט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 14, 2009 2:37 pm

איך האב עס געקויפט פון ווערייזאן דירעקט אלס אן אפגרעיד צו מיין פאון פאר 200 דאלער.
אבער איך הער אויף עמעזאן קען מען עס באקומען פאר 100 דאלער, (אנקאנפירעמד).

עס קומט מיט עקסעסאריס ווי א 'עיר-פיעס', א מולטי נעשאן רעטשארזשער, א גוטער לעדערנע בעלט קליפ - סוויוולינג, נאך אפאר שמאנצעס.

די באטטאנס זענען זייער געשמאקע און באקוועמע, דרוקט זיך גרינג און שיינע קאלירן. די דעווייס איז גרינג און דין ענליך צום קארוו.

עס נוצט א SIM קארד, דערפאר קען עס אויך ספרינט אפפערן, און אויך קען מען עס נוצן אין די גאנצע וועלט מיט סופפארטעד סים קארדס (נישט זיכער). עס קומט מיט א 2GB מעמארי קארטל.


עס איז פּרי-אינסטולד מיט IE און FF בראוזערס, און נאך עטליכע צוגעלייגטע שמוטשיקלעך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 14, 2009 3:04 pm

אהה ענדליך רופט זיך איינער אן...

א גרויסן שכח שוועמל פארן איבערגעבן די באריכט, די מאכסט מיין שפאנוג גרעסער...

מיין טאהר פארט נאך ארום אויף יא פי עס'ס קאנווער בעלט'ס זיי פלאנען עס צו דעליווערן הערשט אום דאנערשטאג.

די אפגרעדיט וואס די האסט געמאכט איז געווען נאר צוויי יאר, אדער א ערלי אפגרעיד? ווייל מען קען עס טאקע יא באקומען פאר $99 ביי ווערייזאן.

עס נעמט טאקע א סים קארד און מען קען עס נוצן אין די גאנצע וועלט, אבער דאס האט קיין שייכות נישט צו ספרינט, זינט זיי נוצן די זעלבע טעכנעלאגיע ווי ווערייזאן, דאס הייסט אן א סים.

די בראזער איז אזוי גוט ווי אפערא מיני?

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דינסטאג יולי 14, 2009 3:39 pm

שקוח שוועמל פארן פול-דעטאלירטן אפדעיט.
גם אני מצטרף לדברי לאז געמאכט, וואס האסטע דארט גערעדט וועגן דעם בראוזער, וואס איז עס מער פונעם קארוו?
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 14, 2009 3:48 pm

לאז;
וויאזוי קען איך עס באקומען פאר 99 דאלער ביי ווערייזאן?
כ'אב עס באשטעלט אלס א 'ניו עוורי טו' אפגרעיד פאר איינס פון מיינע ליינס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג יולי 14, 2009 3:54 pm

די בראוזער איז א חילוק הימל און ערד פונעם קארוו!
און נישט נאר פונעם קארוו נאר פון יעדן סארט בלעקבערי דערווייל.

די לעיאוט, די קאלאר אוטפוט וכו' זענען זייער שיין פונקט ווי אויפן געהעריגן קאמפיוטער.
אויב האסטו שוין אמאל געזען די אייפאון בראוזער וועסטו פארשטיין.
(נאר די טאהר האט נישט די רייכע 'סטרעטש פיעטשור' וואס עפל פארמאגט צו סטרעטשן מיט די פינגערס די סקרין)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 14, 2009 5:35 pm

דאס איז די לינק צו עמעזאן,
די $99 איז טאקע נאר פאר א נייע פלאן, פאר א אפגרעיד בעטן זיי אויך $199 האסטע גארנישט דערלייגט...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג יולי 14, 2009 11:36 pm

און די עמעזאן לינק ביי "קאסטומער ריוויאס" רעדט זיך דער ערשטער דארט אפ איבער די וואויס קוואלעטי,
ער טענה'ס אז איה"נ ער הערט זייער גוט דערויף, דער אויפן אנדערע זייט טרייבל הערט אבער נישט אזוי קלאר..
חוץ אויב ער לייגט אויף ספיקער אדער ער נוצט א העד-פיעס (/בלוטאוט)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יולי 15, 2009 7:58 am

יישר כח פארן באריכט

אבער דערווייל איזעס נאר איין מענשט'ס מיינוג, די אנדערע ריוואוס זענען אז עס איז ממש געוואלדיג!, איינער שרייבט אז די קוואלעטי פון די קול איז גאר גאר גוט אפי' ווען מען וואקט אויף א ווירבעל'דיגע סיידוואק...

דערצו די מאקסימום וואס ער האט עס געקענט פרובירן איז צוויי דריי טאג זינט די טעלעפאן איז הערש ערשינען זונטאג.

מיר האבן שוין געהאט כמה פעמים אז די רעוויוס האבן נישט געהאט קיין שייכות צום מציאות.

איינע פון די פילע טעמים וואס ס'קען זיין פארוואס א ריווא זאל זיין גרייזיג, (חוץ די פאקט אז איין טעלעפאן קען זיין דעפעקטיוו ס'מיניש זיין אז אלע זענען אזוי) איז אז עס ווערט געשריבן דורך מענטשן וואס האבן א ציל, איך זאג נישט אז איינער פון פאלם אדער עפל האט עס געשריבן, אבער ס'מעגליך אז יא...

(ער שרייבט גראדע אז ער פלעגט האבן א פאלם טריא און נאכדעם א פאלם פרי, זעהט אויס אז ער איז א פאלם פען)

דאס אלעס זאג מיר מסברא, אדרבה איך וויל אויך וויסן דעם פאקט!
שוועמל אפשר קאלסטו מיך אריין?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך יולי 15, 2009 8:38 am

לאז;
איכ שרייב יעצט אויפ מיינ בלעקבערי. איכ קענ נאכ נישט מאכנ קיינ ענדעס..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יולי 15, 2009 10:04 am

גמ"ח, (דאס איז מער פאסיג פאר אזא בעל חסד ווי דיר..)
איך ווער אויך נישט אזוי שנעל איבערגענומען פון די ריוויאס.. און זיכער נישט אויף צו פאסן באשליסען..
נאר אויף אזויפיל יא, אז למיחש מיהו בעי.. ס'קען זיין ביסט גערעכט אז יענער האט זיך זיינע נגיעות און ס'קען זיין אז ער האט עס נאר געקויפט לקנתר.. אבער למעשה שרייבט ער ווי א באזעסענער מענשט, און ער ברענגט ארויס די גוטע חלקים אויך (זעט אויס ער גייט בעצת מרגלים.. ער הייבט אן מיט עפעס פאזעטיוו כדי זאלסט עם וועלן אויסהערן...),
משא"כ די אנדערע צוויי (ווען איך האב עס געליינט האט עס נאך געהאלטן ביי 3) רעדן סתם היציג פון עקסייטמענט.. ווי איינער דריקט זיך דארט אויס אז די פאון איז זייער **** וד"ל...

און וועגן די פראבלעם מיט די וואויס, איז א זאך וואס מען קען זיך עס אליין איבערצייגן, אדרבה, איך ווארט צו הערן פון אונזער עולם א "קאסומער ריוויא" און אויף דעם וועל איך בויען מיין אינפארמאציע..

נאך א קלייניקייט, איז דא עפעס וואס די "קארוו" האט און די "טוהר" נישט?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יולי 15, 2009 10:25 am

שכח צום זאך פאר די קאמפלימענט....

א תירוץ אויפ די קלייניקייט.. קודם ווי שוועמל זאגט קענ מען נישט מאכנ קיינ ענדע'ס דעראויפ, דאס איז א זאכ וואס כ'האפ אז ס'וועט ווערנ מסודר בקרוב, אבער קודם פרוביר איכ מיכ צו געוויונענ צו שרייבנ אנדעם.

אונ נאכ א קלייניקייט אז די טהור איז א טראפ'קלע גרעסער ווי דער קארוו.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך יולי 15, 2009 10:40 am

לאז געמאכט האט געשריבן:שכח צום זאך פאר די קאמפלימענט....

א תירוץ אויפ די קלייניקייט.. קודם ווי שוועמל זאגט קענ מען נישט מאכנ קיינ ענדע'ס דעראויפ, דאס איז א זאכ וואס כ'האפ אז ס'וועט ווערנ מסודר בקרוב, אבער קודם פרוביר איכ מיכ צו געוויונענ צו שרייבנ אנדעם.
.


ענימעם'ס האט ער יא??...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יולי 15, 2009 10:45 am

כ'ווייס נישט, אבער ליידער איז מיין טהור נאך נישט אנגעקומען דערווייל סא קען איך נאך יא נוצן םןץףך...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג יולי 16, 2009 3:15 pm

שוועמל ביידיר ארבעט שוין מנצפ"ך? ביי מיר ארבעט עס געהעריג!


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט