בלאט 1 פון 2

זיך שפארן בעטערי

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 7:50 pm
דורך תמים
איך האב יעצט געהערט זייער א גוטע טיפ. אז מען לעשט אויס דו בלו טוט קנעקשאן נוצט די בלעקבערי ווייניגער בעטרי. אויב איינער האט נאך טיפס וויאזוי מען קען זיך שפארן בעטערי וכו'. זאל מען פראבירן צו זיין א מזכה את הרבים

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 8:00 pm
דורך שוועמל
סעטן די בעקלייט צו א לאוער ברייטנעסס און שנעלער ווערן דיממער וכו', קלינגער שטילער, ווייניגער ווייברעיטן וכו'. די אלע זאכן סעיוון בעטערי זאפט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
הערט אויס.. ווען די אינטערנעט איז נישט אין באנוץ, זאל מען מאכן זיכער אז ס'איז פארמאכט, ווען מ'דריקט די רויטע באטן, איז עס נישט פארמאכט, מ'דארף דריקן קלאוז, (רייט קליק, און גאנץ אונטען איז דא די קלאוז אפשען..) די בראוזער נוצט די מערסטע בעטערי..

אגב, איז כדי אנצושטעלן די בראוזער, אז ס'זאל זיך אויפמאכן צום "סטארט פעידזש".. נישט "האום פעידזש".. ווען איר קליקט אויף די בראוזער, אויב מאכצעכעס אויף צו בלעקבערי'ס האום פעידזש, אדער עני אנדערע וועב זייטל, דארפעס קודם לאודן די פעידזש, און נאכדעם קענסטו רייט קליקן, און אריינטייפן די אדרעסס, אבער אויב ס'איז אויף סטארט פעידזש, ווי נאר דו דריקסט די בראוזער, קענסטו גראד אריינטייפן די אדרעסס..

מ'קען עס אנשטעלן ביי אפשען'ס, בראוזער קאנפיגירעישען'ס, אינמיטן די פעידזש אויף די לינקע זייט, שטייט "סטארט פעידזש".. אויף די רעכטע זייט שטייט אדער "סטארט פעידזש", אדער "האום פעידזש", אדער "בוקמארק פעידזש".. סעלעקט "סטארט פעידזש".. דערנאך דריק "סעיוו"..

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:48 pm
דורך ברוך_שמו
וויכי.. דו ביסט בעסער ווי גוט!

גוט אייביג, און פארשטייט זיך אצינד אויך..

און איך האב נישט צופיל מוסיף צו זיין...
פאלגט נאר אויס אלע טיפס וואס ווערט אויבנדערמאנט, וועט די בעטערי אייערע זיך קיינמאל נישט פארלעשן...

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:17 pm
דורך שוועמל
וויכי שכויח.
כ'אב עס אינזין געהאט צו שרייבן טאקע.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 2:56 pm
דורך תמים
וואס נוצט די ווייניגסטע בעטערי די רעג' בראוזער צו אפרע מיני צו באלד ?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 3:32 pm
דורך וויכטיג מאכער
אפערע מיני נוצט כמעט נישט קיין בעטערי..

געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:24 pm
דורך ליפא
וויכטיג מאכער האט געשריבן:הערט אויס..
אגב, איז כדי אנצושטעלן די בראוזער, אז ס'זאל זיך אויפמאכן צום "סטארט פעידזש".. נישט "האום פעידזש".. ווען איר קליקט אויף די בראוזער, אויב מאכצעכעס אויף צו בלעקבערי'ס האום פעידזש, אדער עני אנדערע וועב זייטל, דארפעס קודם לאודן די פעידזש, און נאכדעם קענסטו רייט קליקן, און אריינטייפן די אדרעסס, אבער אויב ס'איז אויף סטארט פעידזש, ווי נאר דו דריקסט די בראוזער, קענסטו גראד אריינטייפן די אדרעסס..

שכוח וויכי, איך האב אלס געמיינט אז גוגעל'ס היים בלאט וועט זיין די בעסטע ווייל עס איז די שנעלסטע צו לאדענען, ממילא נוצט ער ווייניגער באטערי, לעצטענס האב איך אייך געפאלגט,
איך ווייס נישט איבער באטערי (עס איז שטארק מסתבר אז עס שפארט) אבער עס איז אסאך שנעלער און פראקטיש'ער אזוי

יישר כח

געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:27 pm
דורך לאז געמאכט
טאקע פארגעסן צו אפגעבן א שכח... איך האב אויך געטוישט די סעיטינג און איך האב זייער הנאה דערפון! (נישט וועגן די באטערי נאר וועגן די שנעלקייט, אז איך קען גראד זאגן ווי ער זאל גיין אן דארפן ווארטן ער זאל לאדען די היים בלאט).

יישר כח

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 9:12 am
דורך מקוה נייעס
איך האב מיך געקויפט א איבריגע בעטטערי נישט צו בלייבן שטעקן אינמיטן טאג ווען די בעטערי ווערט אויסגעניצט, אבער פארשטייט זיך אז כדי הנאה צו האבן פון דעם דארף עס זיין ריטשארדזשט.

ווייסט איינער אויב ס'איז דא א וועג צו ריטשארדזשען א ב"ב בעטערי אן עס דארפן אריינלייגן אין די פאון.
מיין סעלפאון סטאר טענה'ט אז ס'איז נישט דא א עקסטערע ריטשארזשער פאר א ב"ב בעטערי

ווייל ביז היינט ווען איך וויל האבן ביידע בעטעריס ריטשארדזשט דארף איך אינמיטן די נאכט אויפשטיין און ארויסנעמען די בעטערי פון די ב"ב וואס איז שוין פיל, און אריינלייגן דאס צווייטע אז ביז אינדערפרי האב איך צוויי פילע בעטעריס.
הגם איך שטיי אויף געווענטליך סייווי א פאר מאל אינמיטן די נאכט פאר די קינדער, אבער ס'וועט זיכער זיין גרינגער אויב ס'איז דא עפעס א וועג פאר דעם

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 9:23 am
דורך שמיי_דריי
איך ווייס פאר א פאקט אז עס איז יא דא א עקסטערע רעטשארטשער פאר א בעטערי..

גי אריין צו סעליולער פאר לעסס אין בפ ער פארקויפט עס...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 10:01 am
דורך מקוה נייעס
אינטערסאנט ווייל טאקע דארט האב איך געפרעגט דער גוי סטיווען און ער האט מיך דאס געזאגט, און ער האט מיך אפילו געוויזן זיין ב"ב אז ער האט א דאבעל בעטערי (דאס הייסט אז ער האט אינגאנצן אן אנדערן דעקל וואס ס'שטעקט זיך ארויס אזוי ווי די פארום פון א בעטערי און אינעווייניג האט ער א דיקע בעטערי וואס לעבט דאבל די צייט ווי א נארמאלע) אבער דאס האב איך נישט געוואלט קויפן ווייל איך דארף נישט מיין ב"ב זאל זיך ארויסשטעקן מער. אפשר וועל איך אריינגיין ווען שלום איז דארט און אים פרעגן

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 11:14 am
דורך לאז געמאכט
ס'איז זיכער דא איך האב געזען א בילד דערפון אויף אמעזאן, דארפסט א לינק?

אופס ניין קויף ענדערש ביי א אידן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:39 pm
דורך ליפא
מקוה איד, דו מאכסט מיך לאכן, "סטיווען מיט זיין ב"ב....

ער האט מיא געוויזן אז ער האט נאר 10 ב"ב קאנטאקטס און "צעהנדליגער" ריקוועסטס וואס ער האט נישט אנגענומען

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 7:59 pm
דורך Sprint
מיין בעטערי פארט לעצטענס ווי וואסער? וואס קען איך טיהן??

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 10:59 pm
דורך יואל ווייס
ווען איך לאז אנגעצונדן מיין אפערא מיני, עסט דאס בעטערי ווי נאך א הונגער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 28, 2010 12:33 am
דורך arya1
מקוה נייעס האט געשריבן:אינטערסאנט ווייל טאקע דארט האב איך געפרעגט דער גוי סטיווען און ער האט מיך דאס געזאגט, און ער האט מיך אפילו געוויזן זיין ב"ב אז ער האט א דאבעל בעטערי (דאס הייסט אז ער האט אינגאנצן אן אנדערן דעקל וואס ס'שטעקט זיך ארויס אזוי ווי די פארום פון א בעטערי און אינעווייניג האט ער א דיקע בעטערי וואס לעבט דאבל די צייט ווי א נארמאלע) אבער דאס האב איך נישט געוואלט קויפן ווייל איך דארף נישט מיין ב"ב זאל זיך ארויסשטעקן מער. אפשר וועל איך אריינגיין ווען שלום איז דארט און אים פרעגן


איוב די ביסט נאך אינטערסירט אין די. recharger פאר די בעטערי לאז מיר וויסן איך וועל איך אי"ה העלפן!

געשריבן: זונטאג יאנואר 23, 2011 7:55 pm
דורך חברותה
איך האב געקויפט אויף eBay פאר מיין BB א בעטערי מיט א wall charger פאר $9 עס ארבעט זייער פיין ב"ה

געשריבן: זונטאג פעברואר 20, 2011 5:18 pm
דורך ברוך
ווער ווייסט ווי אזוי מען מאכט אויף די בב באלד די סעטינג וואס וויכי האט דערמאנט, אז עס זאל אנקומען צו די סטארט פעידש???
עס איז נישט די זעלבע, פשוט ווייל עס איז נישט דא די אפציע.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:11 am
דורך משיח
ברוך האט געשריבן:ווער ווייסט ווי אזוי מען מאכט אויף די בב באלד די סעטינג וואס וויכי האט דערמאנט, אז עס זאל אנקומען צו די סטארט פעידש???
עס איז נישט די זעלבע, פשוט ווייל עס איז נישט דא די אפציע.

איך האב דאס יעצט געמאכט ביי מיין בב באלד, אקוראט ווי וויכי האט געזאגט.
ביי די בראוזער גיי אריין אין אפשענס, און טוה ווי ווויכי הייסט:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:מ'קען עס אנשטעלן ביי אפשען'ס, בראוזער קאנפיגירעישען'ס, אינמיטן די פעידזש אויף די לינקע זייט, שטייט "סטארט פעידזש".. אויף די רעכטע זייט שטייט אדער "סטארט פעידזש", אדער "האום פעידזש", (אדער "בוקמארק פעידזש"..) סעלעקט "סטארט פעידזש".. דערנאך דריק "סעיוו"..

געשריבן: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:14 am
דורך משיח
Sprint navigation עסט געפערליך אסאך באטערי כל זמן ער איז נאר אפן, אפילו ער טוט גארנישט פאר דיר.

אגב, איז דא א וועג צו זעהן וועלכע פראגרעמס לויפן? ד.ה. אז זיי זענען נישט געהעריג פארמאכט געווארן

געשריבן: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:23 am
דורך leiby
נישט ווען מ'האלט געדריקט די האום באטאן?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:46 pm
דורך ווער בין איך?
נישט די האום באטטען, די אפשען באטטען.

אדער דריק די אפשען באטטען און גיי צו סוויטש עפליקעישען.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:49 pm
דורך leiby
גערעכט, נישט דא קיין האום באטאן, זיך אויפגעטוישט מיט דרויד.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 22, 2011 10:52 am
דורך משיח
ביי סוויטש אפליקעישן אדער אנהאלטן די אפשען באטען זעט מען פראגרעמס וואס זענען לעצטענס גענוצט געווארן, אפילו זיי זענען געהעריג פארמאכט געווארן.