בלאט 1 פון 1

דער אידישער לוח אויפן בלעקבערי

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 5:30 pm
דורך גרויזאמער
דער אידישער לוח אויפן בלעקבערי איז זייער א גוטע זאך, אבער עס ארבעט מוראדיג שטייט, ביים אנשטעלן די פראגרעם זעה איך אז עס האט טויזנטער לאקאציעס, און איך האב עס פארשטייט זיך אנגעשטעלט אויף סביבות ברוקלין ניו יארק, אבער וואס עס מאכט מיר טראכטן איז אז די אלע טויזנטער מקומות יעדער מיט זיינע קאמפליצירטע סעטינגס מאכן שווער דעם פראגרעם, און לדאבוני קען מען נישט אויסמעקן קיין אריינפראגראמירטע לאקאציעס (בלויז וואס מען האט אליינס צוגעלייגט קען מען).

עני עקפיריענס?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:17 am
דורך יגרסהדותא
פיר אריבער דעם אשכול צום "בלעקבערי ווינקל", און כאפ מיט אים א היטש..

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 1:46 pm
דורך גרויזאמער
יגר'ל, איך בין געווען זיכער אז איינמאל עס גייט אריין אינעם בלעקבערי פארום וועט קומען א לאנג און א ברייטס פון דיר איבער דעם ענין, נו? איכה? דער עולם ווארט מיט שפאנונג.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 2:51 pm
דורך לאז געמאכט
וועלכע לוח נוצט איר?

איך ווייס פון צוויי, דעי וואס איך איך נוץ איז זייער פיין

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 3:12 pm
דורך פאטאקי08
ער רעדט אוודאי פון
http://www.tichnut.de/blackberry/
איך האב מיך אזוי אויפגרעגט אויף דעם לוח אז כאב אים ארויסגעווארפן פונעם כלי!!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 3:22 pm
דורך שוועמל
איך נוץ א לוח ממש א מחיה.

אזהענע לוח
OZSHENE CALENDER
עס איז נישט אויף היברו פאנטס טאקע, אבער ס'האט אלעס פון אנהויב ביזן סוף

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 4:00 pm
דורך לאז געמאכט
פאטאקי און שוועמעל רעדן פונעם זעלביגן לוח.

שוועמעל מען קען יא מאכן דעם לוח און היברו פאנד'ס, מאך א זוך אין די סעטינג'ס.

איך נוץ קעילוח עס איז פון בעסער ווי אזשענע.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:33 pm
דורך גרויזאמער
ריכטיג לאז געמאכט, יישר כח, איך נוץ טאקע די אזהענע לוח וואס פאטאקי האט צוגעצייכנט די לינק, און פון דעם רעד איך. פאטאקי איך זעה נישט קיין חסרונות חוץ די שטייטקייט, חוץ דעם איז עס מוראדיג גוט. שוועמל אוודאי קען מען עס מאכן היברו פאנטס, (אז די טעג פון די חודש זאלן זיין א' ב' ג' א.א.וו.)

לאז געמאכט, האסט א לינק צו קעילוח?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 9:50 pm
דורך 3x0

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:12 pm
דורך שוועמל
איך האב עס אויף ענגליש און סמאכט נישט קיין שום פראבלעם, פליהט ווי א מאטארצייקל.

קען זיין אידיש דארטן מאכט די פראבלעם.

געשריבן: זונטאג פאברואר 14, 2010 5:14 pm
דורך קאמענטאטאר
וואס איז שלעכט מיטן גוגעל לוח?

אין גוגעל קאלענדער גייט צו settings/calendars/browse interesting calendars און דאן לייגט צו hebrew און jewish holidays און אויב האט איר גוגעל sync אינסטאלד אויפן בב מאכט זיכער אז אלע קאלענדערס ווערן synchronized, און היידא!

ליתר שאת קען מען אנשטעלן אין גוגעל אז די לוח זאל זיין אין עברית.

געשריבן: זונטאג מארטש 21, 2010 9:53 pm
דורך משה מענטש
למעשה וועלכע אידישע לוח איז די בעסטע אויפן בב? איך בין ציגעוואינט צום לוח אינעם סענטרוי, הלוואי זאל עס נאר זיין אזוי דארף נישט בעסער.

עני יוניט עוועילעבעל פאר העלפ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 4:52 pm
דורך הערשי קניהויז

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 8:51 pm
דורך משה מענטש
יש"כ רעב הערשל

איך קען אים אבער נישט עפענען! איך האב עס געדאונלויד, און איך פריביר עס צי עפענן פרעגט ער מיט וועלעכע פראגרעם, וואס איז די תירוץ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 23, 2010 9:01 pm
דורך לאז געמאכט
איך פלעג נוצן די אשווענע קאלענדער שפעטער האביך געטראפן http://www.kaluach.com/?page_id=17 עס איז פיל בעסער.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 4:39 pm
דורך שוועמל
פאטאקי08 האט געשריבן:ער רעדט אוודאי פון
http://www.tichnut.de/blackberry/" onclick="window.open(this.href);return false;
איך האב מיך אזוי אויפגרעגט אויף דעם לוח אז כאב אים ארויסגעווארפן פונעם כלי!!

איך האב אנאנדער בלעקבערי און וויפל איך פרוביר צו אינסטולן דעם לוח גייט עס נישט.

ער דאונלאד פיין די זיפ פייל אויפן בב, אבער ווען איך קליק דערויף זאגט ער מיר
Unsupported media type:
application/octet-stream

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 10:47 pm
דורך ohrchodosh
It doesn't support OTA, u need to download it to the computer

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 12:29 am
דורך שוועמל
שוין דאונלאדעד אויכעט צום קאמפפיוטער און עס געשיקט אפענערהייט צו מיין בלעקבערי.

ער קען נאכאלץ נישט עפענען.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 6:12 pm
דורך שמן למאור
שוועמל האט געשריבן:שוין דאונלאדעד אויכעט צום קאמפפיוטער און עס געשיקט אפענערהייט צו מיין בלעקבערי.

ער קען נאכאלץ נישט עפענען.


וויאזוי געשיקט ?
מיטן דעסקטאפ מענעדזשער ?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:20 pm
דורך thruway
איך האב גענוצט דעם לוח Ozshene Kalendar אויף מיין קארוו אן קיין פראבלעמען ב"ה

אצינד האב איך דאס אריינגעשטעלט אינעם באלד BB BOLD TOUCH- דאס ערשטע מאל נאכן אינסטאלן האט עס זיך אנגעצינדן
אבער יעצט באקום איך דעם עראר
Uncaught exception:java.lang.OutOfmemory Error

עני העלפ פליעז דאס צו פארמיידן
אדער אן אנדערע לוח
(קלוח איז בכלל נישט אריין ער זאגט ס'איז נישט סאפארטעד)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 3:04 pm
דורך thruway
איך האב פרובירט דאונלאודן דעם לוח פון עטליכע מקורות און ב"ה איינס ארבייט יא
כ'בין נישט זיכער וועלכע
אבער מ'קען פרובירן

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 09, 2017 8:13 pm
דורך ?vu timer
שוועמל האט געשריבן:איך נוץ א לוח ממש א מחיה.

אזהענע לוח
OZSHENE CALENDER
עס איז נישט אויף היברו פאנטס טאקע, אבער ס'האט אלעס פון אנהויב ביזן סוף

איינער קען פליז שיקן די לינק?