בלאט 1 פון 1

בלעקבערי טרעק באל ארבייט נישט

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 10:22 am
דורך משה קארנפעלד
איך ווייס נישט אויב איך שטעל עס אריין אונעם ריכטיגן פלאץ, אבער דאס איז זיכער אז איך ברויך עמידיעט הילף.

פון נעכטן נאכט אנגעפאנגן האט מיין בלעקבערי אנגעפאנגן מאכן פארשידענע קונצן מיט די קנעפלעך, יעצט האלט עס ביי דעם אז די טרעק באל ארבייט נישט, נישט אז עס דרייט זיך נישט, עס דרייט זיך א מחיה צוזאמען מיטן פרישן מחזור פונעם זוהן, נאר ווען איך דריק אים פייפט ער מיך אן, און פארשטייט זיך אז איך קען גארנישט עפענען.

ווער עס קען ארויס העלפן ביטע.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 11:21 am
דורך משה קארנפעלד
נו איז טאקע נישט פארהאן קיינער וואס קען מיר ארויס העלפן, אדער איז טאקע נישט דא קיין עצה נאר איפ ריפלעיסן מיט א נייעם מאשינקע.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 11:36 am
דורך לאז געמאכט
א נייע מאשינקע מוז מען נישט קויפן, אין ערגסטען פאל איז גענוג א נייע באלי/קיבארד.

עס איז דא אן עצה וואס האט מיר אסאך מאל שוין געהאלפן, דריי איבער די טעלעפאן אזוי אז די סקרין זאל זעהן די פאדלאגע (פלאר) און מיט די דיקע פינגער נעם דיך ארום דרייען די באלי מיט כח אויף אלע צדדים שנעל און שטארק.

דאס קען עס שטעלן און פלאץ.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 11:43 am
דורך משה קארנפעלד
יש"כ לאז געמאכט פארן פראבירן צו העלפן.

די מעשה איז, אז די עצה פלעג איך ניצן ווען די באל האט געארבייט, נאר ער האט געמאכט שוועריגקייטן מיטן זיך דרייען, וואס דעמאלטס קומט עס געווענטליך פון שמוץ, אבער מיין יעצטיגע פראבלעם איז גאר א צווייטער, ער סקראלט זיך א מחיה ארויף אין אראפ צי אלע ד' רוחות, און ער קוועטשט זיך אויך פיין אראפ, אבער ער טוט נישט זיין פונקציע, דאס הייסט איך קען קוועטשען וויפיל עס לאזט זיך נאר, אבער אין קול ואין עונה.........

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 11:56 am
דורך וואלוועלע
פון מיין קוק ווינקל וויאזוי איך קוק אן אן די סיטואטאציע, איז דיין בלעק בערי און א ביג פראבלעים, טון די נויטיגסט זיך אדער אום פיקס, אדער אוטן א נייע,

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 12:09 pm
דורך משה קארנפעלד
http://www.audsound.net/_share/bbtb_select_fix.pdf

דאס איז וואס איך האב געפונען נאך א שטיקל זיכעניש, גיי מיר עס שפעטער אויספראבירן.

איך האב געזעהן אין נאך עטליכע פלעצער רעדן דערפון, איינער האט עס שוין אמאל געטון און יא אדער נישט מצליח געווען?

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 12:59 pm
דורך לאז געמאכט
סתם פאר פאן האב איך נאכגעפאלגט די אינסטראקשענס פון די לינק, און איך האב ב"ה מצליח געווען ארויס צו נעמען די באלי, אויסבלאזן און צוריקלייגן כאילו לא הי'.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 1:16 pm
דורך אונגארישער
איך האב איינמאל געהאט די פראבלעם כהאב פלעין ריסטארדעט מיין געטרייע חבר אין א פלא סהאט פיין געארבייט

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:56 am
דורך פאטאקי08
בדידי הוה עיבדא

און געדארפט קויפן א נייע

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2009 4:25 pm
דורך יאנאש
אויפדערוויילע קענסטו נוצן דעם ענטער קנעפל פאר אלע באלי-דריקן פונקציעס.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 12:45 pm
דורך משה קארנפעלד
יש"כ יאנאש פאר די גוטע עצה, האסט מיר געראטעוועט.

איז דא א וועג ווי אזוי מען קען פארן ארויף און אראפ אן די טרעק באל?

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 2:42 pm
דורך יאנאש
וואס ווייסט א יאנאש...

איך האב נישט קיין בערל, נאר פערצופאל האבעך געשמועסט מיט איינעם וואס האט געהאט דעם פראבלעם.

געשריבן: מאנטאג יוני 01, 2009 9:13 pm
דורך משה קארנפעלד
נו אז יאנאש ווייסט נישט, אפשר איז דא א צווייטער וואס ווייסט?

איין זאך קענסטו זעהן יאנאש, אז ווי נישט ווי, מען הערט א גוטע עצה פון איינעם איפלו אויף א זאך וואס איז נישט נוגע, קען מען נאך ארויס העלפן א צווייטע איד.

געשריבן: דינסטאג יוני 02, 2009 9:41 am
דורך יאנאש
עס איז דאך במילא נישט נוגע פאר דיר, דיין באלל סקראלט א מחיה.