בלעקבערי טרעק באל ארבייט נישט

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

בלעקבערי טרעק באל ארבייט נישט

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 25, 2009 10:22 am

איך ווייס נישט אויב איך שטעל עס אריין אונעם ריכטיגן פלאץ, אבער דאס איז זיכער אז איך ברויך עמידיעט הילף.

פון נעכטן נאכט אנגעפאנגן האט מיין בלעקבערי אנגעפאנגן מאכן פארשידענע קונצן מיט די קנעפלעך, יעצט האלט עס ביי דעם אז די טרעק באל ארבייט נישט, נישט אז עס דרייט זיך נישט, עס דרייט זיך א מחיה צוזאמען מיטן פרישן מחזור פונעם זוהן, נאר ווען איך דריק אים פייפט ער מיך אן, און פארשטייט זיך אז איך קען גארנישט עפענען.

ווער עס קען ארויס העלפן ביטע.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 25, 2009 11:21 am

נו איז טאקע נישט פארהאן קיינער וואס קען מיר ארויס העלפן, אדער איז טאקע נישט דא קיין עצה נאר איפ ריפלעיסן מיט א נייעם מאשינקע.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג מאי 25, 2009 11:36 am

א נייע מאשינקע מוז מען נישט קויפן, אין ערגסטען פאל איז גענוג א נייע באלי/קיבארד.

עס איז דא אן עצה וואס האט מיר אסאך מאל שוין געהאלפן, דריי איבער די טעלעפאן אזוי אז די סקרין זאל זעהן די פאדלאגע (פלאר) און מיט די דיקע פינגער נעם דיך ארום דרייען די באלי מיט כח אויף אלע צדדים שנעל און שטארק.

דאס קען עס שטעלן און פלאץ.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 25, 2009 11:43 am

יש"כ לאז געמאכט פארן פראבירן צו העלפן.

די מעשה איז, אז די עצה פלעג איך ניצן ווען די באל האט געארבייט, נאר ער האט געמאכט שוועריגקייטן מיטן זיך דרייען, וואס דעמאלטס קומט עס געווענטליך פון שמוץ, אבער מיין יעצטיגע פראבלעם איז גאר א צווייטער, ער סקראלט זיך א מחיה ארויף אין אראפ צי אלע ד' רוחות, און ער קוועטשט זיך אויך פיין אראפ, אבער ער טוט נישט זיין פונקציע, דאס הייסט איך קען קוועטשען וויפיל עס לאזט זיך נאר, אבער אין קול ואין עונה.........
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » מאנטאג מאי 25, 2009 11:56 am

פון מיין קוק ווינקל וויאזוי איך קוק אן אן די סיטואטאציע, איז דיין בלעק בערי און א ביג פראבלעים, טון די נויטיגסט זיך אדער אום פיקס, אדער אוטן א נייע,

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 25, 2009 12:09 pm

http://www.audsound.net/_share/bbtb_select_fix.pdf

דאס איז וואס איך האב געפונען נאך א שטיקל זיכעניש, גיי מיר עס שפעטער אויספראבירן.

איך האב געזעהן אין נאך עטליכע פלעצער רעדן דערפון, איינער האט עס שוין אמאל געטון און יא אדער נישט מצליח געווען?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג מאי 25, 2009 12:59 pm

סתם פאר פאן האב איך נאכגעפאלגט די אינסטראקשענס פון די לינק, און איך האב ב"ה מצליח געווען ארויס צו נעמען די באלי, אויסבלאזן און צוריקלייגן כאילו לא הי'.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מאי 25, 2009 1:16 pm

איך האב איינמאל געהאט די פראבלעם כהאב פלעין ריסטארדעט מיין געטרייע חבר אין א פלא סהאט פיין געארבייט
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג מאי 28, 2009 10:56 am

בדידי הוה עיבדא

און געדארפט קויפן א נייע

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג מאי 31, 2009 4:25 pm

אויפדערוויילע קענסטו נוצן דעם ענטער קנעפל פאר אלע באלי-דריקן פונקציעס.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג יוני 01, 2009 12:45 pm

יש"כ יאנאש פאר די גוטע עצה, האסט מיר געראטעוועט.

איז דא א וועג ווי אזוי מען קען פארן ארויף און אראפ אן די טרעק באל?
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג יוני 01, 2009 2:42 pm

וואס ווייסט א יאנאש...

איך האב נישט קיין בערל, נאר פערצופאל האבעך געשמועסט מיט איינעם וואס האט געהאט דעם פראבלעם.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג יוני 01, 2009 9:13 pm

נו אז יאנאש ווייסט נישט, אפשר איז דא א צווייטער וואס ווייסט?

איין זאך קענסטו זעהן יאנאש, אז ווי נישט ווי, מען הערט א גוטע עצה פון איינעם איפלו אויף א זאך וואס איז נישט נוגע, קען מען נאך ארויס העלפן א צווייטע איד.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יוני 02, 2009 9:41 am

עס איז דאך במילא נישט נוגע פאר דיר, דיין באלל סקראלט א מחיה.


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט