!!!אלערט! קען 'גוגל אפדעיט' צוגרינדלייגן אייער בלעקבערי?!!!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

!!!אלערט! קען 'גוגל אפדעיט' צוגרינדלייגן אייער בלעקבערי?!!!

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג מאי 04, 2009 9:15 pm

הערט א מעשה! נעכטן פארנאכטס כ'שפיל מיך געמיטלעך מיט ידידי היקר רב
בעררי, כ'גיי אריין צו די "גוגל מאביל אפליקאציע" -וואס כ'נוץ בעיקר פאר
סורטשען, אנשטאט אריינצוגיין יעדעס מאל דורך די בראוזער- אזוי עפענענדיג
די אפפ. שפרינגט ארויף א "פאפ-אפ" וואס איז מבשר די גוטע בשורה; ס'איז
עוועיליבעל א אפדעיט פארן "גוגל מאביל אפליקאציע" און ער בעט מיר "קליק
הער טא אפדעיט"

איך טראכט נישט קיין צוויי.. געווענליך שלאגט דאך גוגל נישט פאר קיין שלעכטע
מציאות.. האב איך זיך פארלאזט אויפען כלל אז "חזקה לחבר שאינו מוצא מתחת
ידיו דבר שאינו מתוקן" נו.. מ'קליקט! הייבט זיך אן די גאנצע פראצעדור, ער
גייט אריין צו די ב"ב בראוזער און נעמט זיך זיכען דעם סייט פונעם
אפדעיט.. אה, ענדליך ער האט געטראפן! ס'עפענט זיך די דאענלאוד פעידזש,
מ'קליקט תיקף "דאנלאוד" און ס'הייבט זיך אן גיסן השפעות.. 5%.. 10%..
ס'נעמט היבש ביסל צייט, אבער.. יעדע גוטע זאך קומט אן שווער... נו..
דערווייל קען מען זיך אריבער כאפן צום שכינות'דיגן "בריקברעיקער" ס'זאל
נישט זיין קיין ביטול הזמן.. אךךך... ניין! מ'קען נישט! ער סטראשעט אז ער
גייט קענסלן דאס דאנלאודען אויב כ'גיי אריין צו א 2טע אפפ. אקעי איך וועל
מוזן זיצן אין ווארטן... אה! 100% גע'דאנלאוד!

איצט טענה'ט ער אז די "אפדיעט" גייט נישט אריין אין קראפט ביז ווי לאנג
דער מאשין ריסטארט (נ"א ריבאוט) זיך, און ער פרעגט צו איך וויל עס יעצט
טוהן, יעס אר נאו? נו אוודאי יעצט, א שאלה..? ווילעך קליקען "יעסס"
...אפסס! בטעות געקליקט "נאו".. (כ'דארף ווען מאכן א באזונדערע אשכול
איבער דעם, וואס די טרעק-באלל איז זיך כסדר מתחצף און סעלעקט פונקט
ס'פארקערטע פון וואס איך וויל קליקן, ועוד חזון..)

שוין, האב איך (איך???!!!) סעלעקט נאו, שלאגט ער פאר אז אויב וויל איך
נהנה זיין פון די - נארוואס געלאודעטע - אפדעיט, זאל איך ארויסנעמען די
באטערי און עס צוריקלייגן, און דעמאלט וועט עס אריין גיין אין קראפט,
שוין געגאנגען.. מ'גייט ארויסנעמען און צוריקלייגען, און דא האט עס
פאסירט! (ביי מיר...) ...

...איך לייג צוריק די בעטערי, די מאשינקע הייבט אן זיין סטארטיניג
פראצעדור.. די "זאמד-זייגער" מאכט זיינע נענועים.. גיסט ארויף, אראפ..
איך ווארט שוין צו זעהן די "שווארצע וועלקאם פיעדזדש"... ואיננו!! אנשטאט
קומט ארויף קליינע בוכשטאבען; "App. error 200" און אונטער דעם "reset"
שוין, נישט געפערליך, טאקע א ערראר, אבער ער געט דאך די אפציע צו מאכן א
"ריסעט", מ'קליקט reset, הייבט זיך אן אודך די גאנצע סטארטיניג
פראצעדור, און... אודך דאס זעלביגע "app. error 200"... כ'דריק
דעם קנעפל, יענע קנעפל, צוזאמען מיט אלט, אן שיפט, אלע קנעפלעך בבת אחת..
קיין שום צייכען פון לעבן.. און אנדערע ווערטער די נייע "אפדיעט" פון
"גוגל מאביל אפליקעישאן" האט אנגעזייעט א פאטאלען [ט]עראר אינעם בלעקבערי
עד כדי כך אז ער קען זיך נישט סטארטען!

נא וואס טוט מען??? כ'קאל תיקף אריין צו די ספרינט "טעכניקעל סופארט
דעפט." ווי די שטאב שטודירטע מומחים פון אינדיע געבן זיך ספעציעל אפ
מיט די סארט פראבלעמען, נאכן אריינלייגען 5 מאל מיין פאון נומבער...
ווארט איך איטליכע מינוט, ( אינצווישען ווער'ך נכשל מיט מוזיק אין
ספירה.. ) ענדליך באקום איך א אגענט, כ'זאג עם מיין פראבלעם, ער בלייבט
שטיל א וויילע, ער קומט צום החלטה; - נישט מער, און נישט ווייניגער -
"מען קען עס נישט פיקסען, מען שיקט דיר א נייע פאון" ...וואס הייסט, וואס
וועט זיין מיט אלע מיינע אינפארמאציע??? מ'קען גארנישט טוהן טענה'ט ער.

איך האך בקרוב צו ענדיגען וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט (ב"ה גוט!), אבער
קודם זאל מען וויסען נישט אריינצופאלן מיט דעם "Error" ווייל מ'קריכט
נישט אזוי גרינג ארויס דערפון.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מאי 05, 2009 10:25 am

דערשרעקסט מיך...

יישר כח פאר די אינפארמאציע, באט אויב איך מאך נישט קיין טעות, האב איך נישט לאנג צוריק יא דאונלאודעד זייער'ס א נייע ווערסיע, און כ'דענק נישט פון קיין פראבלעמען, ווייסעך אבער נישט צו איך רעד פון די זעלבע נייע אפדעיט.

שלמהלע1
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 10, 2008 9:58 am

תגובהדורך שלמהלע1 » דינסטאג מאי 05, 2009 10:59 am

עס איז דא א וועג צו מאכען א מעסטער ריסעט, איך געדענק שוין נישט וויאזוי, מען דריקט עטליכע קנעפלעך אויף איין מאל, דורעך דעם ווערן אלע אליינס געפרויגרעמטע פראגראמען ארויסגעשטויסן, איך האב אמאל געהאט די פראבלעם אין דורעכדעם איז עס פאראכטן געווארן.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 05, 2009 11:49 am

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » דינסטאג מאי 05, 2009 3:05 pm

אין מען פראלירט אויך אלע אינפארמאציע??

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג מאי 05, 2009 5:27 pm

איז מעגליך אז די ערראר איז נאר וועגן דו האסט געקליקט NO?
אויב וואלט עס געווען א צרת רבים וואלטן מיר שוין אוודאי געהערט דערפון
אין שוועמל'ס לינק ברענגט ער די עראר און א עצה אן דערמאנען גוגעל
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דינסטאג מאי 05, 2009 11:00 pm

כ'האב געווארט איינער זאל שרייבען;

נו! האסטעך א פשוט'ע עצה!! קאנעקט דעם ב"ב צום קאמפיוטער, גיי צו
"דעסקטאפ מענעדזשער", גיי אריין צו אפליקעישאן לאודער און שטויס ארויס
דעם פראבלעמאטישען אפפ. וואס האט אנגעמאכט דעם חורבן, און שלום על
ישראל...




יא! דאס האב איך טאקע געטוהן! אבער... ס'איז נישט אזוי פשוט, ווייל אויב דער מאשין האלט זיך נישט ביים אנצינדען משום איזה ערראר שהוא.. דאן וויאזוי ווילסטו אז דער קאמפיוטער זאל דידעקטן (-אויפכאפן) דעם ב"ב??!! און דאס איז טאקע געווען מיין פראבלעם! דער קאמפיוטער האט גע'טענה'ט אז ער זעהט נישט מיין מאשין, נא וויאזוי געט מען זיך אן עצה??

איז מיר איינגעפאלן א שטיקל געדאנק, אז אפשר נאר נאך וואס די ב"ב איז שוין אנגעצינדען און ס'ווייזט דעם "ערראר" - כאפט דער קאמפיוטער נישט די ב"ב, אויב אזוי, אפשר בשעת ס'סטארט זיך וועט דער קאמפיוטער עס יא דידעקטן.. בינעך שנעל צוריקגעלאפן צום קאמפיוטער, ארויס גענומען די בעטערי פונעם ב"ב, קאנעקטעט די ב"ב צום קאמפיוטער, גע'עפענט דעסקטאפ מענעדזשער, צוריקגעלייגט די בעטערי אינעם ב"ב, געקליקט "אפליקעישאן לאודער" און... יאפס!! ער זעהט מיין ב"ב, ער צייגט מיר אלע אפליקעישאנס! האבעך שנעל סעלעקטעט די "גוגל מאביל אפליקעישאן", שטארק געקליקט "REMOVE" ארויס פון דאנעט!! און... דאס וואונדערליכע האט פאסירט!! מיין בלעקבערי האט צוריק אויפגעלבט!!!!

שלמהלע1 האט געשריבן:עס איז דא א וועג צו מאכען א מעסטער ריסעט, איך געדענק שוין נישט וויאזוי, מען דריקט עטליכע קנעפלעך אויף איין מאל, דורעך דעם ווערן אלע אליינס געפרויגרעמטע פראגראמען ארויסגעשטויסן, איך האב אמאל געהאט די פראבלעם אין דורעכדעם איז עס פאראכטן געווארן.


נא אויב די געדענקסט שוין נישט וויאזוי, וואס האב איך דערפון??

עניוועי, דאס וואלט איך נאר געטוהן באין ברירה, איך האב דאך נישט געוואלט פארלירען אלע אליינס געפרויגרעמטע פראגראמען...

thefact האט געשריבן:איז מעגליך אז די ערראר איז נאר וועגן דו האסט געקליקט NO?
אויב וואלט עס געווען א צרת רבים וואלטן מיר שוין אוודאי געהערט דערפון
אין שוועמל'ס לינק ברענגט ער די עראר און א עצה אן דערמאנען גוגעל


ס'קען זיין אז דו ביסט גערעכט, כ'האב אויך געטראכט אז ס'האט פאסירט וועגן דעם (-הגם כ'זעה נישט פארוואס ס'זאל האבן א שייכות-) און כ'האף אז ס'טאקע נאר געווען א "צרת יחיד". (כ'וויל נישט ארויפלייגען קיין נאסע לאלעך אויף גוגל'ען...)
לעצט פאראכטן דורך צום זאך אום מיטוואך מאי 06, 2009 2:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך מאי 06, 2009 12:29 pm

שכוח פאר די אפדעיט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מאי 06, 2009 8:18 pm

ביים ליינען דעם אנפאנג פונעם אשכול האב איך מיך שוין געגרייט צו שרייבן דעם סאלוציע (נו, איווריט) וואס דו האסט למעשה גענומען.

כ'האב היינט געהאט אן ענליכע מעשה, נאר נישט מיט גוגעל. כ'בין פשוט געווען אן אויבערלאנד-חכם און געוואלט טון אייגענע אקציעס מיט מיין בערל. איך בין היינט געוואויר געווארן אז מ'קען נוצן דעם אפליקעישאן לאודער גלייך ביים אריינלייגן די בעטערי.

למעשה האב איך אבער געהאט געמאכט א פולן בעקאפ פאר איך האב אנגעהויבן מיין אקציע, ממילא האב איך רואיג געקענט ווייפן אלעס און צוריקברענגען על מכונו. ס'איז זייער וויכטיג צו מאכן א בעקאפ יעדע שטיק צייט, על כל צרה'לע שלא תבא'לע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מאי 06, 2009 9:39 pm

על כל מאשקע'לע שתבא..

ב"ה ס'האט געהאט א העפפי ענדינג
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דאנארשטאג מאי 07, 2009 3:39 pm

צום זאך האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:איך בין היינט געוואויר געווארן אז מ'קען נוצן דעם אפליקעישאן לאודער גלייך ביים אריינלייגן די בעטערי

אוודאי ביסטו היינט געוואויר געווארן, דורך איינער וואס האט געליינט די אשכול...

אזוי ווי כ'אב אפגעטיילט די צווייטע העלפט וועגן בלעקבערי בעק-אפ האב איך דא איבערגעלייגט "צום זאך"ס ערשטע העלפט תגובה
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג מאי 07, 2009 4:14 pm

ייש"כ "די פאקט" פארן זיך אפגעבן, און פארן עפענען די נייע אשכול.


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט