בריקברעיקער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מיטוואך אפריל 29, 2009 3:02 pm

וואי א ריזיגען שער קויח!!!

כ'זע אז די האסט אנגעוויורען (דערלייגט) צוויי לייוו'ס אינעם שפיל צו כאפן די סנעפשאט'ס אבער ס'האט זיך געלוינט! פאר מיר זיכער...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אפריל 29, 2009 4:47 pm

קודם איזעס געווען מער לייוו'ס, נאר ס'איז אינמיטן צוגעקומען אויך, און אידערוועי, האטעס גארנישט געהאט מיט די סנעפשאטס...

באט יישר כח פאר די יישר כח.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:16 pm

שקויעך ר' איכער: האסט מיר מהנה געווען,

באט איין זאך, וויפיל יאר שפילסטו שוין אויף די מאשין אז די קימסט אן צו אזאנע הויכע ציפערן? איך טריי שוין אפאר חדשים און כ'שעהם זיך אפילו צו זאגן ווי איך האלט נאך..! (כ'האב נאכנישט געריטשט דעם עשרת אלפים! שאא.. זאג נישט פאר קיינעם..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 4:38 pm

איך האנאכנישט מיין בלעקבערי קיין יאר. און אפילו נאכן עס האבן, האט גענומען אפאר חדשים ביז כ'האב דיסיידעט יא צו שפילן דערויף.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אפריל 30, 2009 5:30 pm

איין אינפארמעישן האבעך פארגעסן צו שרייבן, די סנעפ שאטס, האבעך געכאפט פונעם ניינטן מאל איבער שפילן די 34 לעוועל'ס. נאר להודעה בעלמא.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מאי 04, 2009 4:20 pm

מ'האלט ביי געים נאמבער 14.
צוגעלייגטע
Capture16_11_16.jpg
Capture16_11_16.jpg (18.1 KiB) געזעהן 3437 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יוני 03, 2009 8:09 pm

שוין?
האסט אויפגעהערט שפילען בריקברעיקער?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יוני 04, 2009 12:00 pm

עה, כ'ווארט נאר אנצוקומען צו א העכערע סקאר, פון די פאריגע מעלדונג, נאכן פארלירן יענע געים אין א מעיזשער ב"ב סטראוק אקציע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 09, 2009 4:39 pm

היער ווי גאו, מ'קען גיין ווייטער דערווייל.

געים נאמבער 18.
צוגעלייגטע
Capture17_14_42.jpg
Capture17_14_42.jpg (19.1 KiB) געזעהן 3262 מאל

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג יולי 13, 2009 1:51 am

מורי ורבותי הערטס מיר אלע צו!! איך גיי דא אביסעל אויסשמיסען דעם געים, פארוועם גיי איך עס זאגן? און פארוועם גיי איך עס זאגן? פאר יעדן איינעם, אחוץ(פארן X-פערד..) וואס ווייסט אואדע די אלע טיפס פון פאר דעעעעםםם!!

איז אזוי קודם וויל איך דא אפנעמן די מזל טוב'ס פון יעדעם, אז ב"ה מ'האמיר שוין געריטשט דעם נומער 10,000 און אפילו ווייטער געגאנגען, און פאר די וואס זענען נייגעריג (כ'הער! נישט דיר מיינט מען.. ווייל אחוץ וואס ביסט נישט נייגעריג, האב איך אנגעהויבן אז איך רעד נישט צו די  נישט-פערדן..) איך האלט ביי..נו. לאמיר געבן א קוק.. יא! 15740. שוין דעיס איז געווען נאר אזוי דרך אגב..

און יעצט צום ענין לאמיר עס צולייגן אויף קליין געלט.. וועלמיר אנהייבן מיט די אלף בית..
א יעדע באקסעל האט א געוויסע מאס האקעס וואס ער דארף באקומען כדי צו ווערן פארשווינדען פונעם ארט, 1 אדער 2 אדער 3 אדער 4, און א יעדע האק וואס די באלי געט אויף א באקסעל קומט צו 10 פוינטס, ס'הייסט אז למשל צו האקן דעם באקסעל וואס פארלאנגט זיך 1 האק וועט מען נאר באקומען 10 פוינטס אבער למשל די באקס וואס מ'דערף האקן 3 מאל וועט מען א יעדע האק עקסטער באקומען 10 פוינטס סוי א סוף טאטעל פון 30 פוינטס, ביז דעס ווערט פארשווינדען, זייער פשוט..
אבער דא הייבט זיך אן אביסעל קאמפליצירט, לייגט צו קאפ וועט מען קענען מיטהאלטען.

אהה.. לאמיר קודם צולייגן נאך איין פוינט און דערנאך עס צוזאםשטעלן..
סאיז דא געוויסע באקסעלעך וואס ווען מ'האקט אויף זיי שפייען זיי עפעס א שליים, צומאל א זיסע און צומאל נישט אזוי גיט, אבער מיט איין זאך זענען זיי די זעלבע, אז יעדע איינע ווען די כאפסט עס באקומסטו צו 50 פוינטס (אבער צומאל לוינט זיך נישט די 50 פוינטס און ענדערש עס לאזן פאלן צום אפגערינט, ווי שפעטער זאגן..)

ס'דא ווי אויבן דערמאנט (אנהייב אשכול) זיבן מינע זאכן וואס קענען פאלן, ואילו הן! דם.. צפרד.. נאא.. נישט דעס,

לאנג. מאכט לאנג דעם בארד וואס כאפט דעם באל פון אינטען..(נישט אזוי ווי שנויצען בארד..)
פליף. אז ס'ווערט ונוהפך, און ווען די ריקסט דעס באלי צו לינקס וועט די בארד פארן צו רעכטס און אזוי פארקערט.. (און ס'האט גארנישט מיט פליפן הייזער..)
רעפ. אז ווען די טראגסט דעם בארד צום וואנט וועט זיך עס נישט אפשטעלן, נאר גיין ווייטער מיטן קאפ און וואנט.. (און גאנישט צו טיען מיט די רעפערס[לייען:ליפה סטייל..)
קעטש. דער באלי ווערט דבוק צום אינטערשטן בארד, און די קענסט עס אנשטעלן יעדעס מאל פריש און וועלכע ריכטונג עס זאל פליען..
לעזער. דעס שיסט קוילן אן א שיעור און שעכט אפ די באקסעלעך, אבער עלמיר שפעטער מסביר זיין באריכות וויזוי דעס ארבעט..
באמבע. וועם די באלי כאפט אן די נעקסטע, ווערט פארלענד כרגא, היא ושכינו..
גאן. באקומסט דריי בולעטס וואס קען אלעס הארגענען..

איז אזוי, לאנג! איז זייער גוט צו כאפן, און ס'ברענגט נישט קיין שאדן, דער פליף! למשל איז ממש ווי די שוויין פלו.. מ'דארף שטיין ווייט דערפון ווי פון א שלעכט חבר, ער קען דיר אפשעכטן א געים לייק נאטינג, אחוץ! אויב די האלטס שוין ממש ביים סוף לעוועל אין די קענסט עס קאנטראלען פאר די מינוט ביז ס'ענדיגט זיך די לעוועל, רעפ! איז כמעט די זעלבע, אבער נישט אזוי קעטשי, מ'מעג עס כאפן אבער ס'בעסער אז נישט, נאר אויב מ'איז דעספערט פאר די פוינטס, קעטש! איז אויך זייער גוט צו כאפן, און אן קיין סייד דיפעקטס.

אבער דא הייב איך אן, דער לעזער איז אזוי, קודם! ס'איז זייער גוט און ס'ברענגט אסאך ניצן, און יעדע בולעט וואס פליט און ס'האקט און א באקסעל האקט עס האלב ווי א געווענדליכען האק פון א באלי, למשל! א באקסעל וואס דארף געהאקט ווערן 1 מאל מיט א באלי וועט דארפן כאפן צוויי פון די לעזער בולעטס כדי צו פארשווינדען ווערן, ס'מיינט אז מ'באקומט דאבעל פוינטס פון יעדען באקסעל ווייל מ'דארף דאך האקן דאבעל עס צו פארלענדען און פאר יעדע האק קריגסטו 10 פוינטס, שטייסט?!

נעקסט.. דער באמבע איז גוט אבער א שטיקעל חורבן, ווייל ווען ער האקט אויף א באקסל, גייט עס אראפ אין מען באקומט 20 פוינטס, ס'מיינט אז אויב האט ער געהאקט אויף א באקסעל וואס דארף האבן נאר איין האק האסטו געמאכט ריווח ווייל געווענדליך וואסטו פאר דעם באקסעל נארגעקענט ארויסנעמען 10 פוינטס אבער אזוי ווי דער באלי איז געווען באמבע'דיג האסטו געקריגען 20 פוינטס, איז יעצט אויב וועט ער אבער אריינהאקן און א באקס וואס פארלאנגט זיך 4 האקעס כדי צו פארשווינדען ווערן, און ס'מיינט באקומען 40 פוינטס וועט אבער דא אויך נאר באקומען 20 פוינטס, איז קומט אויס אז ווען די כאפסט די באמבע שליים מאך זעכער אז די באלי זאל אריינהאקן און אזאנס וואס דארף נאר נאך איין זעץ אז ס'זאל פארשווינדען ווערן, ווייל אזוי האסטו באקומען מער פוינטס(לייען 20 פוינטס, אנשטאט 10.) ווייל פארקערט דערלייגסטו גאר..

און יעצט דער גאן, דער איז אביסעל אנדערש,מ'באקומט נאר דריי בולעטס, און ער, ווען ער האקט אריין און א באקסעל ווערט עס תיקו פארשווינדען, און די קריגסט 50 פוינטס נישט קיין חילוק וועלכע באקסעל, און נאך א זאך אז ער קען אויך שיסן די גרעי באקסלעך וואס נארמאלערהייט ווערט ער נישט געהאקט, אפילו נאכן האקן מערערע מאל, איז לויט דעם, כדי צו באקומען די מאקסימום פוינטס איז דאס בעסטע אז דעס זאל מען נאר ניצען אויף די גרעי, וואס נארמאלערהייט וואלסטו קיין פוינטס נישט געמאכט, אבער אזוי מאכסטו די פוינטס אויף דעים, אבער אויב איז נישט דא און דעי לעוועל קיין גרעי, איז דאס בעסטע צו שיסן די באקסלעך וואס ברויכען די ווייניגסטע מאל ס'זאל ווערן פארשווינדען, ווייל אויב קען מען אויף א באקסעל באקומען 30 פוינטס ווייל מ'דערף נאך שיסן 3 מאל דערוף איז א שאד אז די זאלסט מיט איין גאן אים אראפשיסן, באקומסט טאקע 50 פוינטס אבער פון די אנדערע זייט האסטו נאר געגענט 20 פוינסט ווייל ווען נישט די גאן וואלסטו אויך באקומען 30 פוינטס, סוי די ריוח איז נאר 20, משא"כ ווען די האקסט א באקסעל וואס ברויך נאר נאך איין האק זיך צו געזעגענען, וואס די וואלסט נאר באקומען 10 פוינטס, לוינט צו קריגען די 50 פוינטס מיטן גאן ווייל אזוי גענסטו 40 פוינטס. וקל להבין!

עס גייט נאך סאך טיפער, פינקטליך וואס ס'לוינטציך צו כאפן ווען, און ווען מ'זאל נישט כאפן אפילו פון די גוטע סחורה, ווייל די האסט פון א אנדערע און ס'וועט דיר נישט העלפן פאר די פוינטס, אבער איך האב נישט קיין נערווען יעצט, און דערווייל וועט דאס האפענטליך זיין גענוג.

און צום שלוס, האב איך די וואך געהאט די זכיה(יא איך-הער! דאס איז שוין יא פאר דיר..) צו רעדן צו איינעם וואס האט מיר געזאגט אז זיין היי סקאר איז איבער 700,000... יא, די זיראס זענען פינקטלעך אן קיין טעות...(שעלט?!)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 13, 2009 11:24 am

קעניינע הארע, אזוי גוט אראפגעלייגט...

אבער וואס איז מיט די לייוו און די אנדערע, וויזוי הייסטעס נאר? דעס וואס גיט דיר פיר באליס.

עניוויעי, קענסט ממשיך זיין ווען דו האסט געדילד, ס'גאנץ אינטערעסאנט...

איך האב לעצטענס אפגעמאכט אז איך כאפ נאר זאכן וואס מאכן מיר שנעלער ענדיגן די לעוועל, איך שפיל נישט פאר פוינטס, נאר צו ענדיגן לעוועלס, ווווען איך וווועל שוין האלטן ביי די דריטע מאלללל, דעמאלס וועל איך (אפשר) שפילן פאר פוינטס...

מיין היי סקאר פרעגסטו? אםם, לאמיר געבן א קוק 16090.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג יולי 13, 2009 11:55 am

און וואס טוט זיך מיטן "slow"?? ער איז עפעס א מפיל קינד??!!..
ער קען אויך צומאל צוניץ קומען.. (און ווען נישט שיק איך עם אין "המספיק"...)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 13, 2009 12:18 pm

הערליך, מתוק מדבש, אדער לוסטיג מבריקברעיקער. און אזוי ווי די אנדערע דא, האסטו אויסגעלאזט אפאר גוטע זאכן, איך מיין אז איך האבעס יא געשריבן ביין מיין אפהאנדלונג, אבער איך האב דעמאלטס נישט געהאלטן ערגעץ ווי מ'דארף שרייבן א מינימום אמאונט אויף קערעקטער'ס סאו האבעכעס געשריבן בציקור.

איצטערט לגבי די באמבע, איז דא א מציאות צו מאכן דערפון פופציג אדער זעכציג פוינטס, טאמער דו האקסטעס אריין אין א באקסל וואסיז ארום גענומען מיט נאך באקסעלעך, באקומט מען היבש פוינט'ס.

איך וואלט באשריבן די פאר וואס דו האסט אויסגעלאזט, באט איך קענעס נישט אראפ לייגן אזוי גוט ווי דיר, סאו לאזאכעס אזוי.

לגבי דעם חברה מאן מיט די 700000 פוינט, לאמער דיר קלאר זאגן, אז איך שעלט נישט, אויב שעלטן וועטעס נאר זיין, נאכדעם וואס ס'וועט געלונגען פאר יענעם אנצוהאלטן, און דאס אויך רעקארדירן, איך האב געזען א באורד פון איינעם, ווי שוין געשריבן אויבן, מיט העכער א מיליאן צוויי הונדערט טויזענט פוינטס, און דאן האטעם דער בערל דיסיידעט, אז פאר זיין טובה וועגן, לוינטצעך יעצט צו מאכן א ריבאוט, און ס'איבריגע איז היסטאריע, סאו צו רעקארדירן די הויכע נאמבער'ס דאסיז די חכמה, איך האשוין אויך געהאלטן העכער זעקס הונדערט טוינזעט, און דאן האט מיין בערל דיסיידעט, אז ער קען זיך נישט צופיל איבער ארבעטן, און אינאף איז אינאף, סאו איך בין שוין אימיונד דערצו, און ס'באדערט מיך שוין נישט.

און מיין ראקארדירונג איז דערווייל די העכסטע פונעם היימישן עולם, לויט וויפיל איך האב מיטגעהאלטן, און ס'איז אויך נאר א דאנק ווען מיין בערל האט געוואלט מיינען מיין טובה, און עפעס האט אויפגעהערט צו ארבעטן, און א ריבאוט איז געווען די נעקסטע אפשען איידערן גיין צום מעקעניק, וואס וואלט סייווי נישט געטון עפעס אנדערש קודם, סאו דאן האבעך מעניולי אויסגעשאסן ארום פופציג לייוו'ס, כדאי צו קענען רעקארדירן עטליסט די נאמבער ווי איך האב דאן געהאלטן, און דערנאך טאקע געמאכט א ריבאוט, און ס'האט פיין געהאלפן, און שוין.

און יעצט האלטעך ווי איך האלט. העכער דריי הונדערט פופציג טויזענט, א לייוו פיקטשער, וועלעך ברענגען ביי ארום יעדע פרישע הונדערט טויזענט, ביז די נעקסטע ריבאוט אי"ה.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג יולי 13, 2009 2:34 pm

אופס!! סארי חברה.. איך האב אינגאנצען פארגעסן צו רעדן פון די איבריגע גוטע עניינים...
3x0 האט געשריבן:קעניינע הארע, אזוי גוט אראפגעלייגט...

אבער וואס איז מיט די לייוו און די אנדערע, וויזוי הייסטעס נאר? דעס וואס גיט דיר פיר באליס.

קודם א שקויעך פאר די קאמפלימענט, און איבער וואס די רעדסט וועגן די אויסגעלאזטע מיז איך טאקע דא 'מודה ומסדר' זיין די זאך על צד היותר,

אינאמת'ן אריין איז נישט דא וואס ספעציעל צו באהאנדלען דעוועגן, ווייל ס'איז דאך פשוט, דער לייוו באקומסטו צו נאך א טשענס צו שפילען, און ווי אלע באקומסטו נאך 50 פוינטס,

און דער מאלטי, און ווי די ריפסט עס "די וואס גיט פיר באליס", איז גראדע יא דא וואס צו רעדן, וועלמיר טאקע דא געבן לכבודך די שיעור.

אז ווען די כאפסט דעי מאלטי און די באקומסט פיר באליס, איז דאס ווייטער די זעלבע ווי אלע אז מ'קריגט 50 פוינטס, אין יעצט איז זייער וויכטיג צו וויסן אז מ'זאל נישט טרייען נאכצולויפן אלע, ווייל דעמאלט איז א טשענס אז די זאלסט אלעס פארלירן, (א בחינה פון תפסתו מריבה לא צפת-דא..) און טרייען צו קאנצעטרירן נאר אויף איינס, און מערסטענס צוויי, אין מיט דעם זשאגלען(בבחינת "קאגעלעך"..) און אזוי וועט מען בעז"ה אנקומען שנעלער צום ציל.

צום זאך האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיטן "slow"?? ער איז עפעס א מפיל קינד??!!..
ער קען אויך צומאל צוניץ קומען.. (און ווען נישט שיק איך עם אין "המספיק"...)

יאפ! ביסטאך נעבעך גערעכט.. אבער דא די זעלבע זאך אחוץ וואס דאס איז ווי יעדע וואס געט צו 50 פוינטס, מאכט עס שטייטער די באלי, וואס איז גאדע זייער א גוטע זאך ווען עס קומט אין די ריכטיגע צייט,(וואס געווענדליך איז עס נישט צו געפונען דעמאלט..)

איך_הער האט געשריבן:הערליך, מתוק מדבש, אדער לוסטיג מבריקברעיקער. און אזוי ווי די אנדערע דא, האסטו אויסגעלאזט אפאר גוטע זאכן, איך מיין אז איך האבעס יא געשריבן ביין מיין אפהאנדלונג, אבער איך האב דעמאלטס נישט געהאלטן ערגעץ ווי מ'דארף שרייבן א מינימום אמאונט אויף קערעקטער'ס סאו האבעכעס געשריבן בציקור.

איצטערט לגבי די באמבע, איז דא א מציאות צו מאכן דערפון פופציג אדער זעכציג פוינטס, טאמער דו האקסטעס אריין אין א באקסל וואסיז ארום גענומען מיט נאך באקסעלעך, באקומט מען היבש פוינט'ס.

איך וואלט באשריבן די פאר וואס דו האסט אויסגעלאזט, באט איך קענעס נישט אראפ לייגן אזוי גוט ווי דיר, סאו לאזאכעס אזוי.

לגבי דעם חברה מאן מיט די 700000 פוינט, לאמער דיר קלאר זאגן, אז איך שעלט נישט, אויב שעלטן וועטעס נאר זיין, נאכדעם וואס ס'וועט געלונגען פאר יענעם אנצוהאלטן, און דאס אויך רעקארדירן, איך האב געזען א באורד פון איינעם, ווי שוין געשריבן אויבן, מיט העכער א מיליאן צוויי הונדערט טויזענט פוינטס, און דאן האטעם דער בערל דיסיידעט, אז פאר זיין טובה וועגן, לוינטצעך יעצט צו מאכן א ריבאוט, און ס'איבריגע איז היסטאריע, סאו צו רעקארדירן די הויכע נאמבער'ס דאסיז די חכמה, איך האשוין אויך געהאלטן העכער זעקס הונדערט טוינזעט, און דאן האט מיין בערל דיסיידעט, אז ער קען זיך נישט צופיל איבער ארבעטן, און אינאף איז אינאף, סאו איך בין שוין אימיונד דערצו, און ס'באדערט מיך שוין נישט.

קודם וויל איך מיר באדאנקען פאר די שקויעך וואס די האסט געשענקט און מיין ריכטונג..

אין יעצט אויף דעם וואס די שרייבסט וועגן די באמבע, אז ס'קען מאכן מער פוינטס ווען ס'האקט אריין און אפאר באקסעלעך אויף איינמאל, איז מיר זייער ווינדער'יש וואס די זאגסט דא, ווייל ווען די קלערסט א משהו אריין, וועסטו זעהן אז דאס איז וואס איך האב מסביר געווען, אז סאיז נישט גוט, ווייל למשל לאמיר עס צולייגן, אז דעס האקט אריין אין א באקסעל וואס מ'דארף 2 מאל אראפהאקן (ס'מיינט 20 פוינטס) און אויך אין א באקסעל וואס ברויך פיר מאל (מיינט 40 פוינטס) און א באקסעל וואס ברויך 1 מאל (מיינט 10 פוינטס) צוזאמען איז עס 70 פוינטס, וואס די קענסט מאכן ווען אלעס גייט עס יושעאל, און ווען דער האקט אריין דארט, אפילו עס זאל דיר ברענגען 50 אדער 60 פוינטס האסטו נאך אלץ דערלייגט אויף דעם שפיל, און נאר אזוי ווי איך האב געשריבן אז מ'זאל עס אריינהאקן און א באקסעל וואס ברויך נאר איין האק, און די באקריגסט פון דעם 20 פוינטס האסטו פארדינט, כנלענ"ד..

אחוץ אזוי ווי 3X0 זאגט אז איינער וואס שפילט נאר צו ענדיגן ליונט עס וויל ווי מער אויפ איינמאל אלץ שנעלער שטייצעך איז די לעוועל פיניש...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג יולי 13, 2009 3:08 pm

שכוח פאר די שיין צולייגטע שיעור.

אויף מיין פאריגע בערי פלעג איך שפילן (מיין נישט אז כ'האב געהאט דארט אסאך פוינטס), אויף מיין איצטיגע האלט איך ביזדערוויל ביי זיראו פוינטס.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 13, 2009 5:36 pm

מקען נישט סעוון א געים נאר אויב משיסט אויס אלע לייווס?

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » מאנטאג יולי 13, 2009 6:41 pm

ניין מ'קען נישט, מיזט פארטיגן די געים.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג יולי 13, 2009 8:20 pm

לוסטיג, איך האמעך נישט גע'טענה'ט צו ס'לוינטצעך פוינטיש גערעדט צו ניצן די באמבע, כאדער פלעין פארציילט א מציאות.

נאך א מציאות איז, אז די סלאו, אויסער וואס ס'מאכט די באלי פליען שטייטער, שטעלטעס אויך אפ פאר א שטיקל צייט, דאס אראפ פארן פון די בלאק'ס ווען ס'האלט שוין אינמיטן אראפ קומען, וואס דאס איז, ביי די ערשטע מאל שפילן, הייבטעס אן ביים סוף פון יעדע לעוועל, (אויב מ'האט נישט גענוג שנעל אויסגעהאקט אלע באקסעס), און פונעם צווייטן ראונד און ווייטער, הייבן די בלאק'ס אן גראד אראפ צו פארן.

און ווידעראום נאך א זאך, ס'מאכטצעך היבש מאל, ווען מ'איז אויף א שלעכטע ספאט, און די פאון פראבירט צו באקומען סערוויס, אז די די בלאק'ס, (די גרעיע ווי די געהעריגע) ווערן דורכזיכטיג, (נישט ממש) די באלי קען אזוי שמירניש דירנישט, אריבער פליען א באקס, כאילו לא הי', א געהעריגע באקס אן דאס צוקראכן, און אפילו א אום רירבארע באקס, פארוואס זאג איך אייך דאס, ווייל אז איר האט א לעיזער, און איר האט שוין נישט קיינע באקסלעך אויסצושיסן, נאר עטליכע זענען באהאלטן העכער א גרויען באקס, זאל מען שטיין אונטער דעם, און האלטן אין איין שיסן מיטן לעיזער, ס'קען זיך אלץ מאכן, אז ס'זאל דורך פליען, און אטאמאטיש מאכן מער פוינטס און פארשנעלערן די ענדע פון יענע לעוועל.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג יולי 13, 2009 11:50 pm

איך הער, שקויעך! איך האב מיר אויסגעלערנט עפעס פון דיר יעצט... איך האב נישט געוויסט אז ס'מאכט אויך נישט אראפקומען די גאנצע בארד!

און וועגן דעם אז ווען ס'זיכט סערוויס קען עם דורךגיין די גרעי באקסעס צומאל, האב איך דיר נייעס אז איך בין יעצט אינמיטן, עהה.. נאכנישט אינמיטן אבער מ'גיימיר אי"ה באשרייבן מיין שבת אויפן לעיק און דארט וועט זיין מער איבער די קאנעקשאן געזיכאכטץ.

און יעצט א ווארט וואס איך האב פריער דיר געוואלט זאגן, איבער דעם פראפעשאנעל וואס האט שוי ןגעהאט 700,000 פוינט, יא! ליינסט גוט... ער האט עס שוין נישט...
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יולי 14, 2009 11:41 am

נעבעך נעבעך, ביינונז זאגט מען אין אזא פאל, וואסיז נייעס.

איך האלט בשיטה אז די אלע גרויסע נאמבער'ס וואס זענען ריקארדעד ביי די היי סקאור אנליין, איז שטותים מיט לאקשן, ווייל איך האנאך נישט געהערט פון קיינעם זאל קענען אנהאלטן א געים, און די בערל זאל נישט פייגערן אינמיטן, צו א מיתה משונה, צו א מיתת נשיקה, אדער סתם א הארץ אטאק.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דינסטאג יולי 14, 2009 12:31 pm

איי לוסטיג, האסט מיר דערמאנט פון די גוטע צייטן מיט מיין בערי, היינט איז עס שוין ליידער א פארגאנגענהייט, אבער מיט אזא זאפט אז איך האב געשפירט ווי עס שפילט זיך אפילו אן א בערי, דאס איז איינמאל זיכער, אז די מיט איכער האבן ביידע אמאל געלערנט אין א ישיבה...(עם איי רייט?) אזעלכע לומדות אריין צו לערנען אין דעם ברעקער.

איכער אסאך זאכן געלערנט פון דיינע לעצטע תגובות וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט, איי סידאך שוין נישט נוגע? נפק"מ לקידושי אשה
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:53 pm

פרישע אפדעיט.

געים נאמבער 22.
צוגעלייגטע
Capture15_16_19.jpg
Capture15_16_19.jpg (20.7 KiB) געזעהן 3401 מאל

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג יולי 16, 2009 5:22 pm

נייס... אפשר קען די גראפיסטן צולייגן נאך א 0...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 26, 2009 4:19 pm

נע, איך ארבעט אליינס דערויף....
צוגעלייגטע
Capture9_20_28.jpg
Capture9_20_28.jpg (19.58 KiB) געזעהן 3361 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך יולי 29, 2009 9:51 am

וואטש אוט פארליר נישט די באמבע דארט..


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט