בלאט 1 פון 1

האט איר שוין געזען ווי א בלעקבערי פריזט?

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2009 3:21 pm
דורך simfel
אפשר קומט עס נישט דא אריין. אבער איך האב היינט געזען צים ערשטן מאל ווי א בלעקבערי פריזט.

דאס אז סאיז ווערט א אשכול אין קרעטשמע ווייזט אז עס איז א גוטע מאשין. ווייל איך האב עס שוין אזוי לאנג און נאר היינט האב איך עס געזען די ערשטע מאל.

געשריבן: מיטוואך ינואר 28, 2009 3:45 pm
דורך שוועמל
די סטארם איז דא רעוויאוס אז ס'פריזט.
עמיר פרעגן מאשקע ער האט איינס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 03, 2009 7:46 pm
דורך מאשקע
יעדע בלעקבערי קען אמאל פארפרוירן ווערן, בפרט ווען ס'האט ווייניג מעמארי ווייל ס'איז אנגעפילט מיט פראגראמען און אימעילס וכדומה.

דער שטורם פריזט נישט מער ווי די אנדערע, ס'דויערט נאר היבש לאנג צו מאכן א reboot.

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 10:25 am
דורך קאר אינשורענס
is there a way to reboot the BB with out taking out the battery? like ctrl + alt+dlte

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 11:04 am
דורך 3x0
3x0 האט געשריבן:QuickPull

האט איר נישט קיין געדולד ארויסצונעמען די בעטערי פון די בלעקבערי פאר א שטארקע ריבאט? דאן דאונלאדט קוויקפול, וואס דעס וועט אייך פארשפארן די ארבעט פון אראפנעמען די בעטערי קאווער און ארויסנעמען די בעטערי.

מען קען אויך אנשטעלען אז עס זאל געטון ווערן יעדען טאג די זעלבע צייט.

דריקט דא פון די בלעקבערי QuickPull version 2.0 for the BlackBerry

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 11:16 am
דורך לאז געמאכט
אויב ווילט איר נישט האבן נאך א אפליקאציע אויפן טעלעפאן קענט איר דריקן alt-shift-delete דאס איז בעסער ווי די אפליקאציע ווייל אויב פריער'ט די בערל איין קען מען נישט אנקומען צו יענע אפליקאצעי...

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 12:04 pm
דורך יא יא
לאז געמאכט האט געשריבן:אויב ווילט איר נישט האבן נאך א אפליקאציע אויפן טעלעפאן קענט איר דריקן alt-shift-delete דאס איז בעסער ווי די אפליקאציע ווייל אויב פריער'ט די בערל איין קען מען נישט אנקומען צו יענע אפליקאצעי...

יישר כח, דאס וועט (ליידער) אסאך צוניץ קומען.

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 12:41 pm
דורך קאר אינשורענס
danka sheina

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 5:35 pm
דורך פאטאקי08
דאס טוט נישט ריבאטן דעם מאשין עס טוט ניטאמאל אויסלעשן אלע פראגרעמס
וואס עס טוט יא ווייס איך נישט
אפשר צייט פארברענגט עס

אבער אויב די זעסט אז ער גייט שטייט און די האלטס נישט יעצט ביים ארויסנעמען די בעטערי נאר עס זאל גיין שנעלער איז דא אן עצה
גיי צי קאנעקשענס און לעש אויס די קאנעקשאן סעוו עס און צינד עס צוריק אן די קאנעקשאן וועט זיין שנעלער

געשריבן: פרייטאג יוני 19, 2009 5:57 pm
דורך לוסטיג
ווי קומט מען אן צו דעים קאנעקשאן אפשען?

און ביי דעי וועי! דעיס וואס לאז געמאכט זאגט, טוט יא ריבוטן די פאן, א שטיקעל רייע אז ס'ווערט פארלוירן אלע קוקיס און פון סתם א שאד דאון פארלירט זיך עס נישט. ודוק ות'..

געשריבן: מוצ"ש יוני 20, 2009 10:10 pm
דורך הערשי קניהויז
לוסטיג האט געשריבן:ווי קומט מען אן צו דעים קאנעקשאן אפשען?


Manage connections

געשריבן: מוצ"ש יוני 20, 2009 11:31 pm
דורך לוסטיג
א יישר כח ר' שוועמל און ר' הערשל.

געשריבן: זונטאג יוני 21, 2009 12:12 am
דורך מאשקע
פאטאקי, ס'מאכט יא א ריבאאט, נאר ס'מאכט זיך אז ס'געלונגט נישט ביים ערשטן מאל. דארף מען פרובירן נאכאמאל.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2009 10:23 am
דורך mz1268
ווי אזוי ווערט מען פטור פון דעי זאלץמעסטעל וואס דרייט זיך מיר אויפן סקרין אסאך?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2009 11:08 am
דורך צום זאך
איך וואלט אויך זייער געוואלט פטור ווערן פון עם.. נעמליך ער גיסט צי זאלץ אויף אפענע וואונדען... אבער זעהט אויס אז דאס א פארט פון די "פארגעשריטענע" בלעקבערי.. מען קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון..
בדרך צחות, ווען די אייז "פריזט" גיסט מען זאלץ...

נ.ב. אפשר קענסט עס ריפלעסן מיט צוקער...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 02, 2009 2:27 pm
דורך הערשי קניהויז
די זעלבע סיבה ווי דא