שוין דא: אידיש פאר בלעקבערי איבער די לופט (קעפל געטוישט)

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

גוטן,

צוליב די פילע טירדות וואס נעמען מיך ארום ב"ה טאג טעגליך האביך ניט צופיל צייט דא צו שרייבן, אבער אלץ הכרת הטוב האב איך געמוזט אריינסיינען אפצוגעבן א הערצליכן יישר כח פאר די חשובע אידן וואס האבן געהאט איינזעניש און מען האט געקויפט דאמעינ'ס פון די בארימטע ביליגע פירמע 'וואן ענד וואן' דורך נוצן מיין לינק, אזוי ארום וועליך אי"ה באקומען אפאר טאלער פון דעם, (זיי געבן נישט קיין גרויסע זאכן בלויז צו דעקן די קאסטן פון מיין זייטל בערך).

עס איז א גרויסע חיזוק ווען מ'זעהט אז מענטשן עפרישיעטן ווען מען טוט זיי א טובה און זיי זוכן צוריק צו טאן מיט וואס נאר שייך. מי כעמך ישראל!

איך האפ אויך אויף ווייטער... אז איר דארפט א דאמעין גייט צו http://www.lozgemachet.com אדער דריקט אויף די לינק און מיין חתימה.

געדענקט!!! זה נהנה וזה לא חסר!!! עס קאסט אייך גארנישט און איך האב דערפון א גרויסע הנאה.

עס איז כדאי אנצומערקן אז די פירמע איז גאר א גוטע! איך האב דאמעינ'ס ביי נאך צוויי אנדערע, דעס איז די ביליגסטע אין די בעסטע!
אדרבה אז איר ברויכט מער אינפארמאציע קענט איר מיר אנפרעגן אין אימעיל. (פליז נישט אישית'ן דרום איך סיין אריין נאר אמאל אין א קידוש החמה...).

עני וועי לרגל די גרויסע שמחה וויל איך טאקע מעלדן אז איך האב צוגעלייגט א נייע אפציע: נעמליך א אפליקאציע צו ערמעגליכן נאר צו ליינען אידיש! דאס הייסט אז איר וועט נישט קענען שרייבן אידיש אבער יא קענען ליינען.

דאס איז ספעציעל גוט פאר פערל באנוצער וואס קענען סיי ווי נישט טייפן אידיש.

אויך איז עס רעקאמענדעט פאר עמיצין וואס טויג נישט טייפן אידיש איז א שאד אויף די מעמארי וואס די גאנצע ווערסיע נעמט אויף.

אקעי די אדרעסע פארדעם איז:
http://www.lozgemachet.com/readonly

נ.ב. איך האב עס נאך נישט געטרייעט סא איך ווארט צו הערן פידבעק וויזוי ס'ארבעט.

און די זעלבע צייט וויליך טאקע מעלדן פארן חשובן ציבור אז ווער ס'האט א אפליקאציע וואס ער וויל ערמעגליכן פארן ציבור צו קענען דאנלאדן איבער די לופט, קען עס מיר אריינשיקן אין איך וועל עס אי"ה ארויפלייגן.

אזוי אויך ווער ס'האט איידיע'ס וויזוי דער ציבור קען הנאה האבן פונעם זייט'ל ביניך גרייט צו הערן!.

יישר כח
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

רבותי טייערע אידן! כ'האב געדאונלאודעד די אידיש פון לאז געמאכטס זייטל, און עס ארבעט אבער נאר צום ליינען און נישט שרייבן!
איך האב שוין פרובירט איבעראל, סיי ביי "סוויטש אינפאט לענגוויטש" און סיי ביי די אנדערע פלעצער ווי מען קען אנשטעלן שפראכן, אבער עס קומט אין ערגעץ נישט ארויף דעם אפשען פון "עברית". ליינען קען איך טאקע אבער כ'קען נישט צוריקשרייבן.
ביטע יעצט איז דינסטאג צופרי, און עס איז מיר קריטיש וויכטיג נאך יעצט איינצושטעלן דעם אידישן קיבאורד אויף מיין בערי, פליז ווער עס קען געבן הילף אויפן ארט וועט זיין א גרויסע טובה פאר א אידיש קינד.
א דאנק פון פאראויס - איך ואורט אויף הילף
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

איך בעט נאכאמאל דרינגענד וויכטיג:
וויאזוי סעט איך מיין קיבאורד אויפן בלעקבערי צו קענען שרייבן אידיש?[/b
]כ'האב שוין געדאונלאוד די סאפטוועיר פון לאז געמאכט, ליינען קען איך טאקע ב"ה, אבער שרייבן נישט......
[b]הילף ביטע
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

האלא רואיג...

וועלעכע סארט טעלעפאן האסטו? כ'מיין צו זאגן מאדעל
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

איך ווייס נישט פונקטליך.... ס'איז א קורב אבער כ'האב נישט די מאדעל נומער - ס'גייט דורך טי-מאוביל
ס'קוקט אויס ממש ווי דער בילד אויף דיין זייטל...
קענסט מיר העלפן?
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

בכלל, דו האסט נאר דיין סערוויס פאר איין געוויסע מאדעל?
פארוואס זאל עס נישט ארבעטן פאר אלע מאשינקעלעך?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אה, אז ס'איז א קארוו דארף עס יא צו ארבעטן

מאך א בעטערי פול, דאס מיינט: נעמט אראפ די בעק קאווער, נעם ארויס די באטארי, ווארט א סעקיונדע, שטעל צוריק די באטערי.
ברוך_שמו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך_שמו »

וואס איז פשט? וואס האט עס מיטן בעטערי?

און וואס טועך נאכן ריסטארטן דעם בעטערי? דעמאלט ווער ער גלייך ארבעטן?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

טריי עס אויס!

ס'דארף זיך ריסעט'ן
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

א גוט מארגן לאז געמאכט,

אפשר האט ער געדאנלאוד דיין ווערסיע וואס דו האסט געמאכט נאר אויף צו ליינען?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

לכוארה אידאס נישט געשען, ווייל ער זאגט ער האט געזען א פיקטשער פון א סעלל פאון, און דאס איז נאר דא אויף די געהעריגע ווערסיע פון אידיש.

חוץ דעם זע איך יעצט אז ס'ארבעט בכלל נישט די ריעד אנלי, קיינער האט מיר גארנישט געזאגט דערוועגן זעהט אויס אז ס'איז נישט דא קיין פארלאנג דעראויף לאז איך געמאכט אזוי.
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

חכם פין די מה נישתנה.... ליינען קען מען סתם אזוי, אן קיין שום פראגרעם.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אזוי KC...?

וועלעכע פאון האסטו? פרוביר אויסצומעקן "לאז געמאכט'ס" היברו אפפ. און ליין מיר פאר די "מה נשתנה".....
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

איך האב נישט אינסטאלד בכלל לאז געמאכט'ס היברו ! און איך ליין געהעריג אידיש.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

זעהט אויס אז דיין בלעקבעררי איז נולד מהול... ביי מיינס (Curve 8330) קען מען נאר ליינען מיט די פראגראם.

ביידען וועי, האסט מיר נישט גענטפערט וואספארא מאדעל די האסט..
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

סארי פארן נישט ענטפערן, איך האב אויך א curve 8330
און סארי פארן זאגן חכם פון..... באט איך ווינדער מיר פארוואס קיינער האט עס נאך נישט אויפגעמערקט ביז יעצט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מיט א קארוו 8330 קען מען ליינען אידיש געהעריג אן קיין שום פראגרעם
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

קודם שקויח צום זאך פארן זיך אננעמען פאר מיר..

יעצט לאמיר קלאר שטעלן וואס דא גייט פאר,

בלעקבערי איז הויפט קוואטירט אין קאנאדע, אבער און איז פארשפרייט אין די גאנצע וועלט!

האבן זיי געמוזט מאכן זייער טעלעפאן פאר אלע זיבציג שפראכן אז די כינעזער זאלן קענען ליינען טשייניז און פראנצאזען פרענטש, און להבדיל - אידן אידיש...

חוץ דעם מאכן זיי פאר די כינעזע אין טשיינע אז די גאנצע טעלעפאן זאל ווערן טשייניז, און די זעלבע פאר ארץ ישראל אידן להבדיל מאכט מען טעלעפאנען אויף לשה"ק.

יעצט איז אזוי, צו קענען ליינען האבן זיי אריינגעלייגט איין פייל אויפן טעלעפאן וואס דאס מאכט דעם בער קענען ליינען אידישע בוכשטאבן.

אבער צו קענען טוישן די גאנצע בער אויף אידיש דארף מען האבן בערך צוואנציג פייל'ס.

יעצט נארמאל קומט עטליכע שפראכן אינסטאלט אויפן טעלעפאן ווען מען קריגט עס, און מען האט די אפציע עס צוצילייגן אדער עס אראפצונעמען (דורך דעסקטאפ אדער סעטאפ וויזערט).

האבן זיי אבער אפאר ווערסיעס וואס איז "נישט" מאלטי לענגעוועטשיס, און דעי קומען נישט מיט קיין אידיש. (עס האט נישט צוטון מיט די מאדעל נאר מיט די ווערסיע פון די אפערעטינג סיסטעם).

סא וואס איך האב געטון איז, כ'האב גענומען די איין פייל וואס מאכט די בערי ליינען אידיש, און דאס האב איך ארויפגעלייגט אז מען זאל עס קענען אינסטאלן.

די זעלבע איז מיט די אידיש צו שרייבן, (דאס האב איך שוין נישט געטון נאר באקומען פון עמיצין) עמיציר האט גענומען א ארץ ישראל'דיגע טעלעפאן און אראפגענומען אלע פייל'ס וואס מאכט אים אידיש און מ'פארשפרייט עס.

גענוג קלאר?

כ'האפ יעדער האט פארשטאנען...
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

הויעך און קלאר... און א גרויסע ריזיגע ישר כח פאר דיין ארבעט. אפילו איך האב עס נאך נישט אינדסטאלד (ווייל איך שרייב קיינמאל נישט אידיש אויף מיין בערי) אבער עטליכע פון מיינע חברים וואס איך האב זיי געוויזן דיין סייט האבן זיך מחיה געווען דערמיט, עס קומט זיך דיר א ריזיגע שכח.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אקעי, נאו איי גאט איט!

ווען כ'האב געקויפט מיין ב"ב מאשינקע האב איך גלייך געדאנלאוד לאז-געמאכט'ס ווערסיע בכדי צו קענען טייפן אידיש פונעם בערי,

דערמאן איך מיר, אז דעמאלט האט ארויפגעפאפט א ווארענונג אז ס'גייט ריפלעיסען א אנדערע היברו אפפ וואס איז אינסטאלירט אינעם מאשין:
hebrew loz gemachet contains a module called "het rum font semitic"
a module withe that name already exist in the blackberry semitic font library app

און ווי איך פארשטיי יעצט, האט עס טאקע ריפלעיסט די ארגינעלע פייל וואס קומט מיטן מאשין צו קענען ליינען אידיש, און במקומו האט זיך באזעצט לאז-געמאכט'ס פייל - וואס איך קען סיי ליינען און סיי שרייבן אידיש,

איינמאל, האב איך בטעות אויסגעמעקט לאז-געמאכט'ס אידיש, און אין יענע קורצע תקופה האבעך טאקע נישט געקענט ליינען קיין אידיש אויפן בלעקבערי, ווייל לאז-געמאכט'ס האצעך אויסגעמעקט, און די ארגינעלע היברו פייל
האב איך דאך שוין פון לאנג געהאט ריפלעיסט, בין איך געווען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן..

סא פון דארט האצעך געבויעט דעם טעות, אז סתם אזוי קען מען נישט ליינען קיין מה נשתנה אויפן בלעקבערי..

ייש"כ לאז געמאכט פאר דיין ארבעט, און פארן אויפמערקונג. ואיתי הסליחות
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אקעי, איך פאק שוין פעק...

מען גרייט זיך אפצושפארן דעם לאקאל.

איך האב די וואך באקומען א בילל פארן סייט אויב ווילעך האלטן אפען דארף איך איינצאלן אפאר טאלער, ע"כ האמיר באשלאסן אז דאס אידאס, איך מאך דעס צו.

אויב עמיציר וויל קען איך אים דאס איבערגעבן בחפץ לב.

אבער איך פלאן עס צומאכן גאר בקרוב סא פליז אויב איינער איז אונטערסירט זאל ער זיך לאזן הערן.

באמערקונג: מען רעדט דא פון א ערענסטע אינוועסטמענט, די איצטיגע ביל איז 23.94 פאר די קומענדיגע זעקס חדשים. דאס קומט אויס 3.99 פער מאנאט.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

זעהט בייגעלייגט א קאפי פונעם בילל
אטעטשמענטס
bill.png
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

און וויפיל איז די אינקאם דערווייל?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

זייער שוואך
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

האלא, רואיג.

איך בין זיכער אז פון די וואס זענען דא און כל שכן וואס האבן הנאה געהאט דערפון וועלן צולייגן צו די גרויסע הוצאות. איך מיין, אזויפיל מעג מען דאך טון.

פארבינד זיך מיט מיר, און איך וועל זיך אויך משתתף זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”