ענדליך ערשינען!!! דזעי נעט פאר בלעקבערי

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

נהמה

Jnet mobile והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נהמה »

טייערע ברודער, מיר האלטן איצט פארן גרויסן יום הדין ווען מיר ווערן גע'משפט אויף אונזערע מעשים און אויפירונג, א צייט וואס יעדער זוכט וויאזוי זיך צו פארבעסערען די אויפירונג און אריינכאפן נאך זכותים צום יום הדין, איך קום נישט דא האלטן קיין מוסר דרשות, איך וויל פשוט זיכן הילף לאור די התעוררת וואס האט זיך געשאפן צו נוצן נאר כשר'ע אינטערנעט,

איך האב א פארט טיים דזשאב וואס איך מוז צוקומען צום אינטערנעט, כ'קען מיך אבער נישט ערלויבען צו צאלן פאר געהעריגע DSL אדער קעיבל וכדו' ווייל ס'לוינט מיר נישט, פארדעם האב איך שוין א לענגערע צייט א בלעקבערי וואס דורך דעם האב איך ביידע, הן מאביל אינטערנעט והן אויפן קאמפיוטער (נישט אלעס קען מען טוהן דורכן פאון אינטערנעט) וואס דאס איז איינע פון די מעלות פון א בלעקבערי אז מ'קען דורך איר האבן קאמפיוטער אינטערנעט,
אבל דא עקא וואס ס'באדערט מיר זייער, אז זשעי נעט קען נישט צושטעלן קיין געפילטערטע אינטערנעט פאר אזא קאנעקשאן, ליידער ווייס איך אסאך אינגעלייט וואס האבן נאר אינטערנעט דורך בלעקבערי אבער זיי אין די זעלבע מצב, וויל איך פרעגן "למה נגרע?!" איך וויל האבן כשר'ע אינטערנעט! וויאזוי קען איך דאס מאכן? איז דא א אנדערע וועג עס צו פילטערן?

און יעצט צום עצם "בלעקבערי" וואס איך האב שוין פון די ערשטע מינוט אן וואס "זשעי נעט" האט געבראכן די נייעס אז זיי קומען ארויס מיט מאביל פילטענעט פאר בלעקבערי, האב איך מיך גלייך געוואלט סובסקרייבן מיט זיי, אבער דאן בין איך אנטוישט געווארן הערנדיג אז זייער אינטערנעט ארבעט נאר מיטן דיפאולט בלעקבערי אינטערנעט בראוסער וואס איז א חוכא וטלולא פאר איינעם וואס דארף זיך עמטליך באנוצען מיטן איטערנעט אויפן בלעקבערי! איך מיין אז די וואס פארמאגן בלעקבערי'ס פארשטייען וואס איך מיין, פלאנט זשעי נעט עפעס פארשריט אין דעם הינזיכט, אדער וועלן זיי בלייבן ביי דעם? איך וויל נעמען שריט ווי אומשנעלסטן, דעריבער ווער עס קען מיר ארויסהעלפן אין דעם ענין וועט דאס זיין א געוואלדגע זכות צום יום הדין.

א כתיבה וחתימה טובה!
בן יועזר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן יועזר »

אבל דא עקא וואס ס'באדערט מיר זייער, אז זשעי נעט קען נישט צושטעלן קיין געפילטערטע אינטערנעט פאר אזא קאנעקשאן, ליידער ווייס איך אסאך אינגעלייט וואס האבן נאר אינטערנעט דורך בלעקבערי אבער זיי אין די זעלבע מצב, וויל איך פרעגן "למה נגרע?!" איך וויל האבן כשר'ע אינטערנעט! וויאזוי קען איך דאס מאכן? איז דא א אנדערע וועג עס צו פילטערן?


פאר א פאר טאלער קענסטו צילייגן א פילטער פין "פילטער נעט" וכדו' אויף דיין קאמפיוטער "וירא שמים יוצא ידי שניהם"
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

איך האב טאקע געוואלט וויסן. די אפערא מיני ארבייט נישט דאדורך דזשעי נעט. ווייל איך האב געוואלט אויפסיינען מיט דזשעי נעט מאביל און איך נוץ אפערא. און אויב ס'ארבייט נישט מיינט אז איך וועל מוזן צוריקדיין צו בערי בראוזער. און דאס וויל איך נישט. אבער אויב מען האט נישט קיין אנדערע ברירה מוז מען זיך באגיין אנדעם
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

ריכטיג, ווי געשריבן אינעם בלעקבערי ווינקעל; איך האב גערעדט מיט דזעי נעט זיי זאגן אז זיי קענען נישט פילטערן אפערא מיני.

זיי ווייסן אז ס'פארלירט אסאך ביזנעס אבער זיי קענען נישט.

וועגן בערי עז עי מאדעם פאר אינטערנעט העלפט נישט קיין דזעי נעט איך האב טאקע פילטערנעט אויף מיין לעפטאפ ס'קאסט אונגאנצען אפאר דאלער א חודש.

ס'איז אבער קלאר אז דזעי נעט טוט א בעסערע ארבעט ווי אלע אנדערע (חוץ דעם לאך אז מיט א בערי איז עס אויס פילטער) והדברים ידועים. (אלץ איינער וואס האט ביידע קען איך דאס קלאר מעיד זיין).
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טייטש אזוי, אפילו איך נעם א פילטער אויף די טעלעפאון איז עס נאר פאר די רעג בראוזער אבער נישט פאר באלד אדער אפירע מיני?
אויב אזוי וואס לוינט דאס פילטער?
אוועטאר
זרעא חיה
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2008 11:40 am
לאקאציע: אין בוילער רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זרעא חיה »

אל כבוד הרב ר' דזשעי נעט היקר, זייט וויסן אז איר לעבט און יארע צוויי טויזענט אין ניין, היינטיגע אידן ווען זיי ווילן א פראגראם אדער אנליין סערוויס ווילן זיי נישט אויספילן קיין ליצנות'דיגע אפליקאציעס, אויב איר ווילט אז מענטשן זאלן זיך אויפסיינען ביי אייך דאן לויפט נישט ארום צו רבנים נאר שטעלט צו פול סערוויס, אן א פילטער פאר "אפערא" און א סימפל לינק ווי מ'דארף נישט מער ווי געבן די מינומים אינפארמאציע, א קרעדיט קארד, און אן "איי עקסעפט" קנעפל וואס טאר נישט נעמען מער ווי 5 מינוט צו אדורכפירן, זענט איר נישט אין ביזנעס און ס'איז א שאדע די ארבעט.
אזוי איז געבליבן, געווארן פארשריבן, די וויין איז די שטארקסטע אויף דער וועלט.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

געלעגער האט געשריבן:טייטש אזוי, אפילו איך נעם א פילטער אויף די טעלעפאון איז עס נאר פאר די רעג בראוזער אבער נישט פאר באלד אדער אפירע מיני?
אויב אזוי וואס לוינט דאס פילטער?

זיי מאכן אז מען זאל נישט קענען נוצן אפערא בכלל.
זרעא חיה האט געשריבן:אל כבוד הרב ר' דזשעי נעט היקר, זייט וויסן אז איר לעבט און יארע צוויי טויזענט אין ניין, היינטיגע אידן ווען זיי ווילן א פראגראם אדער אנליין סערוויס ווילן זיי נישט אויספילן קיין ליצנות'דיגע אפליקאציעס, אויב איר ווילט אז מענטשן זאלן זיך אויפסיינען ביי אייך דאן לויפט נישט ארום צו רבנים נאר שטעלט צו פול סערוויס, אן א פילטער פאר "אפערא" און א סימפל לינק ווי מ'דארף נישט מער ווי געבן די מינומים אינפארמאציע, א קרעדיט קארד, און אן "איי עקסעפט" קנעפל וואס טאר נישט נעמען מער ווי 5 מינוט צו אדורכפירן, זענט איר נישט אין ביזנעס און ס'איז א שאדע די ארבעט.

האלא.. בארויגט אייך! האסט פרובריט מיט שיינעם קודם?

וועגן אפערא איז אזאך וואס זיי ווילן זייער שטארק מער ווי די און איך, ס'איז אבער נישט מעגליך דערווייל.

----

אלענפאלס דעי אשכול דארף מען שמעלצן מיט די אנדערע אשכול וועגן דעם ענין, אזוי אז מ'זאל נישט דארף איבערזאגן זאכן וואס ס'שטייט שוין דארט...
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

וואס הייסט אויספילן אן אפליקאציע? איך וויל גראדע אויך זיך אויפסיינען מיט די דזעי נעט, וואספארא אינפא דארפן זיי פון מיר, צו כ'מוז עס האבן פאר ביזנעס? גראדע יא, צו איך האב א TV אינדערהיים? (ליידער אין טאש האב איך.. די רבנים טענה'ן אויב מ'האט נישט קיין פילטער איז עס כאילו מ'דרייט זיך מיט א טי ווי אין טאש!) זיי ווילן וויסן צו כ'טראג מיטן עירוב?...
כ'מיין וואס פארא מין פלעקאציע אידאס? איך האלט אז מ'דארף זיין רעאליסטיש! מ'דארף יעדעם עפראווען, ס'פאר קיינעם נישט קיין סוד אז גאר א גרויסע פראצענט "היימישע" אינגעלייט פארמאגן אינטערנעט עקסעס ליידער בעוה"ר, וויפיל פון זיי דארפן עס שטארק נוטיג פאר ביזנעס איז שוין א פראגע, נו אויב אזוי איך דאך שוין מוטב מ'זאל עס האבן בהיתר ווי באיסור!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מדברי 'צום זאך':
נו אויב אזוי איך דאך שוין מוטב מ'זאל עס האבן בהיתר ווי באיסור!

נישט אזוי פשוט, ועיין ספה"ק תפארת שלמה פ' תולדות ד"ה ויתרוצצו הבנים.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

גיט אז כבין דא אריינגעפאלן, אזוי וועל איך אפשר קענען קרעגן א תירוץ,
איך האב אנגעפרעגט ביי JNET וויאזוי זיך אויפציסיינען, זיי האבן מיר געזאגט צווישען די זאכן אז די נ
בלעקבערי סערווער דארף זיין ענעבעלד, איך האב נישט קיין אנונג ווי איך קען עס זעהן, אין וואס דאס מיינט. צי קען מיך איינער געבן צי פארשטיין וואס דאס איז ? אין וויאזוי מאכט מען עס ענעבעלד ????

שכוח למפרע
הק. שמאטע...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

סקען זיין זיי מיינען די אפשען manage connectoins גיי אריין דארטן קוק ארום.

בכל אופן, פארשטייסט נישט עפעס פרעג זיי. גאנץ פשוט, זיי וועלן דיר שיין מסביר זיין........
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך קים שוין פין דארט, ס'איז עפעס נישט דורכגעגאנגן די עקטיוועשן,
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דאס איז א זאך וואס האט צוטאן מיטן סערוועס פראוויידער, למשל ספרינט האט צוויי פלענער פאר בלעקבערי איינס קאסט דרייסיג און ס'קומט נישט קיין ענטערפרייז, די אנדערע פלאן קאסט פערציג און ס'האט יא די ענטערפרייז.

דזעי נעט פארלאנגט מען זאל האבן די טייערע פלאן.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אהא, שכח לאזי, הייסט אז אן די טייערערע פלען קען איש בדרך הטבע נישט האבן קיין JNET ? ..
איז כאטש דא א אנדערע פילטער וואס מ'קען אינסטאלען, ??? צי וויסט אפשר איינער פין עפעס ?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

די ביסט מיט ספרינט?

עס איניש קיין סאך טייערער בלויז צען דאלער מער א חודש, וואס טוט מעניש פאר די נשמה?!

אלענפאלס קיין אנדערע פילטער אינישטא, עטליסט וואס איך ווייס נאכן ארום זוכן א לאנגע צייט.

ואס די קענסט יא טאן איז אליינס מאכן א ענטערפרייז סערווער און אויפסעטן די גאנצע זאך, עס איז שוין דא צום האבן פריי פון אפצאל, די סעטאפ איז אבער נישט קיין גרינגע.

איין זאך מעגסטו וויסן אז די טייערע פלען ביי ספרינט האט נאך מעלות און חסרונות, למשל טעקסט מעסעטשעס איז אנלימעטעט 'נאר' מיט די ביליגערע פלעין ועוד. טשעק אויף ספרינט.קאם פאר מאר אינפא. אויב די סייט ארבעט נישט טריי נאכאמאל....
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

וואס דארף מען טיען צי מאכן א אייגענע ענטערפרייז סערווער ? צי דארף עס זיין דורך א קאמפיאטער ? אדער ס'קען זיין דורכן בב אויך ? ביטע ווער ס'האט מער אינפארמאציע זאל עס מעלדן,

שכח.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

צי האט אפשר איינער א לינק צי ווי מ'קען עס דאונלוידן ?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שכח קאמענטאטאר, אבער וויאזוי דאנלוד מען עס ? איך בין שוין ארים געקראכן אויף יענעם זייטל, כ'אב נישט געטראפן די DOWNLOAD באטען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אויב איינער ווייסט אינפארמאציע קענט איר זיך פארבינדן מיט מיר אויף מיין אימעל
Shmate1 @ gmail . קאם
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אקעי, די מעשה איז אזוי, איך האב געקאלט ספרינט זיי זאגן אז איך האב עס נישט אויפן פלען אין סקאסט 20 דאלער יעדע פאון ליין עקסטער !! איך האלט אז ס'איז זייער אסאך געלט! אין נאכדערצו אויב ס'איז פאר יעדע ליין עקסטער (איך האב 2 ליינס אויף וואס איך וויל ארויפלייגן JNET) וואס קימט אויס 40 דאלער פלאס 12 דאלער פאר JNET פאר די פילטער,

וואס איך וויל וויסן איז, אויב איז דעי סערווער, די זעלבע זאך ווי א רעגעלער קאמפיאטער סערווער, דעמאלטס ברויך מען לכאורה קענען האבן קאנעקטעט "מער ווי בלויז איין ליין" ד.ה. אז אויב איך סעט אויף למשל 4 USERS אין איך געב פאר יעדן א פעסווארד גייט יעדער קענן אויפסעטן זיין פאון דורך זיין USER אין פעסווארד, קימט אויס למשל אויב איך זאג פאר ספרינט אז איך עפען איין פאון פאר די סערווער ( וואס דאס קאסט 20 ₪ ) גיי איך נאכדעם קענען אויפסעטן מיך אלץ ADDITIONAL USER ? אדער יא ??

נ.ב. ווער ס'ווייסט עפעס מער אינפארמאציע, ביטע אויב איר קענט זיך פארבינדן מיט מיר דורך גימעל, ביי SHMATE1 @ GMAIL . COM
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

טשעק מיט דשעינעט זיי וועלן דיר עס ארלעדיגן פאר ביליגער.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

איך וועל טרייען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

יעצט אראפגעלייגט מיט JNET, זיי זאגן אזוי פיל אז זיי ווייסן אז ס'דא פאר ביליגער איך זאל מיך אביסעל נאכפרעגן ביי די חברה.
איך האב זיי געפרעגט אויב מ'קען מאכן ביי זיי די ENTERPRISE SERVER די ענטפער איז געווען אז ס'איז אזאך וואס די פלען פראוויידער שטעלט צי אין זיי קענען עס נישט מאכן.

סוי ווי סקיקט אויס שטיי איך ווייטער אנפאנג פינעם פראבלעם. סוי פליז טייערע חבירים! אויב איז דא איינער וואס פילט/מיינט אז ער קען מיך מיט עפעס ארויסהעלפן, וואלט איך מורא'דיג עפרישיעטעט, אויב ער קען זיך מיט מיר פארבינדן, אדער אויף מיין אימעל, אדער אין אישית

טענקס פיו פאראויס
SHMATE/שמאטע
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”