נוצען בלעקבערי אויף די קאר ספיקערס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

נוצען בלעקבערי אויף די קאר ספיקערס

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 5:14 pm

ווייסט איינער פארוואס מיין בלעקבערי ארבעט נישט ווען איך פלאג עס איין און די אקזולערי פלאג און מיין קאר?

מיין אלטע ווינדאוס מאביל פאון האט פיין געארבעט (אזוי ווי ווען איך וואלט גענוצט א העדסעט), אבער דער בלעקבערי מאכט זיך נישט וויסענדיג, איך פלאג איין, סוויטש צו אקזולערי, אבער אין קול ואין עונה,

אזי עס אפשר א סעטינג אויף די פאון? ווייסט איינער?
תכלית הידוע שלא נדע

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 7:36 am

ווייסט איר פון וואס איך רעד?

אדער איר ווייסט איר סתם אזוי נישט ווי מיר צו העלפן.
תכלית הידוע שלא נדע

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » זונטאג נובעמבער 09, 2008 10:21 am

נו! קיינער קען מיר נישט העלפן?
תכלית הידוע שלא נדע

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 7:53 pm

איך שטיי אין ווארט אז איינער זאל זיך מרחם זיין און מיר ארויס העלפן, אבער אין קול ואין עונה, קיינער און ממש קיינער רופט זיך נישט אפ א טובה טוען א איד!

אקעי לאמיך אייך דן זיין לכף זכות, אז עטס ווייסטס נישט פון וואס דער מדובר איז דא!

וועלעך עס בעסער ארויס ברענגען:

פארסט א היים פון ווייסעך ווי, און די האסט דיין אשת חיל אין די קאר, און זי סטאפט נישט בלאבלען אירע שטותים וואס גייט דיך יעצט גאנת וויינג אן, וואס טוט מען מען נעמט ארויס דעם טעלעפאון מען דרקט אריין קול מבשר'ס ספיד דייל און שוין, יעצט קען זי רעדן, איך בין שוין ביזי מיט עפעס אנדערש, עפעס אינטערסאנטער. שלום על ישראל.

יא יא!!! זאל זיך דיר דאכטן, ערשט יעצט הייבט זיך דאס ריכטיגע:

משה וואס הערסטו דארט?
קול מבשר!
איך וויל אויך הערן, איך טאר נישט וויסען קיין נייעס?
מעגסט יא, אבער יעצט הער איך!
אקעי משה ווען דו ענדיגסט גיב עס מיר!

בערך אזוי פלעגט זיין יעדעס מאל ווען איך האב געוואלט הערן קול מבשר אין די קאר, און זי איז געזעצן לעבן מיר.

ביז איל האב געזעהן אז קענן שוין ווייטער אזוי נישט אנגיין.

בין איך אריין צו א רעדיא שעק און די געגנט און מיר איינגעהאנדעלט א ווייער מיט א אדאפטער, און שוין, איך קען איינפלאגען מיין פאון און מען קען הערן אין די גאנצע קאר קול מבשר

איינמאל גיב איל א היטש פאר מיין שכן, און איך האב אזוי אנגעצינדען קול מבשר איינגעפלאגט אין די אקזולערי פלאג אין מיין קאר און מען הערט א מחי', מיין ששכן הייבט אן פרעגן עפעס, דריי איך אראפ די וואליום פון דעם סיסטעם איך זאל קענען הערן וואס ער וויל, פרעגט ער מיך: וווווווווואאאאאאאאאאססססססססס מען קען הערן קול מבשר אויך די ראדיא????????????????????????????????

דאס אלעס האט זיך גענדיגט ווען איך האב מיר געקויפט דעם שווארצען בערעלע - וויזוי מען רופט עס דא אין די קרעטשמע - עס ארבעט נישט גיי ווייס פארוואס, אקעי נישט קיין פראבלעם, עס איז דאך דא ווי צו פרעגן, גיי אין קרעטשמע איינער וועט דיר שוין וויסען צו ענטפערן,

איך האב געווארט און געווארט אזוי א לאנגע צייט..... (עס איז דא א תנועה פון ר' יו"ט הערליך אויף די ווערטער, זייער א הארציגע, ווען איך בין אזא דיעלעמע ווי איך ווארט און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, זינג איך מיר אונטער אט די תנועה)

איך ווארט נאך אלץ
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 8:25 pm

היות כ'ניץ נישט מיין אבאמא-בערי (קאפירייט) אלס א טעלעפאן, קען איך דיר נישט העלפן. אהער א קניפ אין בעקל קומט זיך דיר פאר דיין זיסע תגובה.
An article a day keeps the babies away

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 8:49 pm

שוין מיין לעצטע האפענונג איז מיר שוין אויך אויסגערינען, האפענדונג אז אויפן ערגסטען פאל וועט אונזער עקספערט מאשקע מיר זיכער געבן א העלפינג הענד.

שוין אין לנו על מי להשען אל על אבינו שבשמים.
תכלית הידוע שלא נדע

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 10:10 pm

באמת דערוילעם האט נישט געוואלט ענטפערן ווייל מען האט געוואלט הערן פון דיר עפעס א זאפטיגס, אבער היצטערט דארף מען נאך ווארטן אז די ריכטיגע ידענים זאלן זיך אנרופן ווייל איך ווייס נישט, אבער א עצה טובה קען איך דיר געבן גיי ארויף אויף זייער סייט און פרעג אן.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג נובעמבער 11, 2008 11:35 pm

זאנוויל האט געשריבן: אבער א עצה טובה קען איך דיר געבן גיי ארויף אויף זייער סייט און פרעג אן.


זיי האבן א אידישן וועב זייטל? מיט ענגליש גיב איך מיר זייער שווער א עצה, ווייל ווען מיין טיטשער האט מיך געלערנט ענגליש, בינעך געווען ביזי מיט עפעס אנדערש (גיי געדענק וואס, שוין א מעשה פון 25 יאר).

קען איינער מיר אפשרייבן מיין פראבלעם אויף ענגליש אין מיר שיקן אין אישית, ישר כח.
תכלית הידוע שלא נדע


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט