מעמארי אויפן בלעקבערי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

מעמארי אויפן בלעקבערי

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 2:56 pm

ווי איר ווייסט מסתמא אויב האט איר א בלעקבערי אז מעמארי איז גאר א וויכטיגע זאך פארן מאשין צו קענען ארבעטן ווי עס דארף צו זיין (באמת איז יעדע קאמפיוטער אזוי אבער איצט רעדטן מיר פון א בלעקבערי) איז אזוי.

קודם איך האב געטראפן נעכטן א פראגראם וואס רופט זיך מעמארי אפ, זיי זאגן אז זיי פארבעסערן זייער די ארבעט אויפן מאשין דורך אכטונג געבן אויף די מעמארי וכדו'. עס קאסט 16.99דאלער.

איך האב עס אריין געלייגט און טאקע תיכף ומיד געזען א גרויסע שינו לטובה, דהיינו געוויסע אפליקעשנס האט געדוירט אפאר סעקיונדען ביז עס האט זיך געעפנט און טייל מאל איז אפילו ארויף געקומען די זאלץ-גלאז וואס דרייט זיך עכ"פ ווי נאר איך האב דעס אריין געלייגט פיל איך ווי זאכן רירען זיך שנעלער און בעסער.

איז די שאלה אזוי קודם צו עס איז טאקע אזוי אז די קליינע פראגראם האט געאמכט אזא שינו לטובה אדער א אנדערע סיבה האט דאס גורם געווען.
און נאכדעם אויב די קאמפעני איז טאקע א גוטע קאמעפני אדער ס'דא ווער ס'טוט די ארבעט בעסער.
און צום לעצט אויב קען מען באקומען אזא מין פראגראם אומזינסט וואלט געווען פיל בעסער.

(די עיקר וואס מאכט מיך נערוועז איז איך האב געליינט א פארום (נישט אידישע וועלט) ווי עטליכע פון די מגיבים דארט זאגן אז עס קען נישט זיין אז ס'איז גוט זיי זאגן אז אפשר איז עס גאר א וויירוס אדער וואס, איך גלייב נישט וואס יענע שרייבער האט באשלאסן צו קלאפן אויף זיין קיבארד אבער למייחש מיהא בעי.)

דא קענט איר ליינען אסאך מעלות וועגן דעם און אזוי אויך עס קויפן פאר זיבצין דאלער

--------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

יעצט מיין צווייטע שאלה איז וואסערע אנדערע מיטלן איז דא צו פארמערן די מעמארי

איך האב א עס די קארטל אבער איך האב נישט קיין סאך דערפון ווייל פראגראמ'ס, אימעיל'ס, וכדו' קען מען נישט האלטן דעראויף און דעס איז וואס איך האב די מערסטע. די פאר בילדער וואס איך האב האלט איך טאקע אויפן קארטל אבער איך וויל קענען האלטן אויך אנדערע זאכן.

איך האב אויף דעם אויך געטראפן א פראגראם עס הייסט עירי סייז
עס קאסט אויך בערך 10 טאלער
דערנאכדעם עס איז זייער א קאמפלעצירטע פראגראם איך האב נישט קיין געדולט זיך אזויפיל צו שפילן דערמיט.
ווייסט איינער אן עצה אויף דעם?

דא קענט איר זעהן די מעלות פון דעם אין אזוי אויך עס קויפן פאר צען דאלער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 7:16 pm

עס איז דא אן אומזיסטע פראגראם maxmem וואס מעקט אויס די איבעריגע רינגערס, פיקטשערס, ווידעאוס, טולס, און נאך פארשידנס וואס מ'קען נישט סתם אזוי אויסמעקן. מ'קען מיט דעם פארדינען ביז 5 מעגעבייט.

מ'דארף אבער אכטונג געבן וואס מ'מעקט. ווען דו האסט עס פרעג דא אן, און כ'וועל דיר זאגן וואס נישט צו מעקן.

http://www.berrycoder.com
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 7:25 pm

• MaxMem free up BlackBerry memory by deleting unused COD files that are preinstalled from the BlackBerry operating system. Currently, there are 9 remove modules in the newest MaxMem release, version 0.3.
• Up to 5MB of free memory can be realized after running MaxMem.
• Pop up approval notice for every COD file that will be deleted.

פאלגענד זענען די אפשענס. נאך יעדע אפשען האב איך געשריבן צי מ'זאל יא אדער נישט מעקן.

• Remove VAD (Voice Activated Dialing) - Usually activated by pressing the default assigned left convenience key. Make call by using voice recognition. The About item in the Option will also be deleted because it is located inside the VAD. BlackBerry OS and build can still be seen by pressing ALT+SHIFT(left)+H together on the keypad.
(מעק אויב דו נוצסט עס נישט)

• Remove PTT (Push To Talk) - PTT is available on AT&T network only (As far as we know) and is preinstalled in AT&T BlackBerry device. So, if you are going to use the device on other networks, you can delete this feature to save more space.
(קענסטו מעקן, אויב ביזטו נישט אויף עי-טי-טי)

• Remove T-Mo Fives - Normally found on T-Mobile device. The feature is usually consisting of icons, etc.
(קענסט מעקן)

• Remove MDS (Mobile Data Service) - MDS is only used by BES user to push data from their BES enabled server. Delete this if you are on BIS network.

• Remove Media - Delete media like default wallpapers, music, and videos.
(איך פיר מיך צו מעקן)

• Remove Default Themes - This module removes vendor themes except Dimension Zen.
(איך פיר מיך צו מעקן)

• Remove TID - (Experimental) Delete linguistic data used by SureType, SpellCheck, etc.
(נישט מעקן)

• Remove Foreign Resources - (Experimental) Delete language translation.
(נישט מעקן)

• Remove RIM Internal Tools - Remove quincy, bug report, battery log, etc.
RIM Internal Tools usually comes in package with beta operating system that RIM used to monitor the OS performance remotely. Delete this if you are not officially approved to use the beta OS.
(מעקן)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוקטובער 27, 2008 8:38 pm

איך האב געמעקט די ערשטע זאך אבער ווי עס קוקט אויס גייט עס דער אפליקעשאן לאדער צוריק לייגן ומפטירין כדאתמול...

וואס טוט מען מיט דעם נערישן לאדער?

עני וועי א גרויסען יישר כח פאר די אינפא.

נ.ב. איינס האסטו נישט געשריבן צו מען מעג מעקן צו נישט הא?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » פרייטאג נובעמבער 07, 2008 12:58 pm

הנה...

אלץ איינער פון די וואס האבן נישט געליטן ביז לעצטנס פון שטייטקייט אויפן בלעקבערי, האב איך געקענט פונקטליך דערגיין די סיבה פון מיין פלוצים'דיגע פאמעליכקייט און אונקאנטשעס פון מיין בלעקבערי איין נאכט.

ווי מיין רוטין האב איך ארויסגענומען דעם בלעקבערי ארויסקומענדיג פון א צוזאמענקום, קוקנדיג צו עס פונקציאנירט נאך בכלל. זעה איך אבער ווי דער אלטמאדישע זאלצמעסטל טאמבלט זיך איבער נאכמאל און נאכאמאל. אלזא קאנגרעטולאציעס, בין איך א קרבן צום בלעקבערי-מעמארי-סינדראם.

נו?

מיין מח האט זיך פראבירט צו דערמאנען מה יום מיומים, און איך בין אויפגעקומען אז עס איז פארהאן נאך א חילוק צווישן נאוועמבער 4 און נאוועמבער 5 2008. איך רעד חוצ'ן חילוק פון ווייס צו שווארץ.

נעמליך נאוועמבער 4 האב איך נישט געהאט אפען אזויפיל אפליקאציעס אויפן בלעקבערי ווי נאוועמבער 5.

ס'הייסט אזוי. אינעם קאמפיוטער האט יעדע פראגרעם דריי באקסעלעך אויבן, איינס צו צומאכן, איינס אנידער צולייגן דעם פראגרעם אויפ'ן דר'ערד, און איינס צו קלענער מאכן דעם ווינדאו. אבער אויפן בלעקבערי עקזיסטירט לויט מיינע ידיעות בלויז צוויי אפציעס. צו היידן דעם פראגרעם און צו צומאכן דעם פראגרעם.

דער פראבלעם שאפט זיך ווען מען כאפט נישט דעם חילוק צווישן די צוויי.

ווען איר דרוקט דעם רויטן באטן (נו? שוין ווייטער? זאגטס מיר שוין פאר א גוט יאר וויאזוי די באטנס הייסן אויף מאמע לשון), וואס געשעט? דער פראגרעם מאכט זיך נישט צו! און אנשטאט זיך לייגן אויף דער ערד - ווי אויפן קאמפיוטער - שפילט ער באהאלטן. מען זעט אים מער נישט. סאו נעקסטיים ווען דו ווילסט צוריק דעם פראגרעם דארפסטו דרוקן אויפן אייקאן, כאילו דו עפנסט יעצט לכתחלה דעם פראגרעם.

צוצומאכן גענצליך א פראגרעם, דארפסטו רייט קליקן, און דרוקן close אדער exit. און ווילאנג דו האסט דאס נישט געטון, נוצט ער מעמארי, נעטווארק, אינטערנעט, און ער קאסט כוחות פארן מאגערן בלעקבערי. איבערהויפט אזאלכע פראגרעמס וועלכע דארפן יעדע פאר מינוט טשעקן צו עפעס איז געווארן געאפדעיטעט א.ד.ג.

איך ווייס נישט וואו מען קען זען וועלכע פראגרעמס עס זענען קארענטואליש (קארענטלי) אפען, אבער ווען דער בלעקבערי גייט שטייט, מאכט צו פראגרעם נאך פראגרעם. און בפשטות ווען איר וועט עס ווידער עפענען וועט עס נישט נוצן אזויפיל מעמארי ווי ווען עס איז שוין אפען א לאנגע צייט. אזוי ארבעט עס אויפן קאמפיוטער.

און צום לעצט געדענק, ווען דו וועסט נישט דארפן א פראגרעם פאר א שטיקל צייט אפשניט, זעה עס גענצליך אויסצולעשן ווען דו גייסט ארויס, נישט מאך דיך גרינגער און דרוק סתם דעם רויטן קנעפל. איבערהויפט ביי אזאלכע פראגראמען וועלכע געדענק וואו איר האט געהאלטן (ביי וועלכע פעידזש וכדו') ביים לעצטן מאל וואס עס איז געווען אפען.

נכתב תחת השפעת ניגון מיוחדת של כל עשב ועשב יש לה ניגון מיוחדת. וד"ל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש נובעמבער 08, 2008 10:37 pm

דער ענטפער איז: application switcher. ווען מ'דרוקט alt+escape קען מען זעהן א ליסטע פון אלע פראגראמען וואס זענען אפן, מ'דרוקט דעם esc קנעפל ביז מ'קומט אן צום פראגראם וואס מ'וויל און דעמאלטס לאזט מען אויס דעם alt קנעפל.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג נובעמבער 09, 2008 10:56 am

א גרויסן יישר כח פאר גרויזאמער פארן אויפדעקן דעם סוד און פאר מאשקע פאר ווייטערדיגע אינסטראקציעס יישר כח
איך האב עס פרובירט אין ס'ארבעט...

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » זונטאג ינואר 18, 2009 6:18 pm

if you have the os 4.3 and + ther is a built in option to clean your memory you can find it when you go to options security options and the memory cleaner and then enable this program will help you out alot
please comment if it worked for you

sorry my yiddish is broken now

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » מאנטאג ינואר 19, 2009 2:41 am

א גרויסן יישר כח ר' זעמל, איך האב קיינמאל (גאנצע 2 חדשים) נישט געהערט פון דעם

איך פיר זיך אריינצוגיין יעדע שטיק צייט, א וואך למשל, אין אינטערנעט בראוזער, אפשענס, Cache Operations, און אויס מעקן ביי די אלע 3 פלעצער דארט, און דערנאך זעהן א גרויסע חילוק ביי אפשענס-סטעטאס

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » פרייטאג אפריל 24, 2009 2:50 pm

ביי די וועי איך האב דארט 4 זאכן אויסצומעקען

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך מאי 13, 2009 8:39 pm

מאשקע האט געשריבן:דער ענטפער איז: application switcher. ווען מ'דרוקט alt+escape קען מען זעהן א ליסטע פון אלע פראגראמען וואס זענען אפן, מ'דרוקט דעם esc קנעפל ביז מ'קומט אן צום פראגראם וואס מ'וויל און דעמאלטס לאזט מען אויס דעם alt קנעפל.


אויף מיין בלעק בערי קען מען אויך געפינען די אפליקעשאן סוויטשער ביי די רייט קליק.

צווייטענס קען מען דריקען alt דערנאך lglg רייט קליק קלער לאג, עפעס מעקט זיך דארט אויס, לכאורה ברענגט דאס עפעס ניצען.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט