דער בלעקבערי איז א מעין המתגבר - יישר כח פאר מאשקע

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

דער בלעקבערי איז א מעין המתגבר - יישר כח פאר מאשקע

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 10:54 pm

אן קיינע איבעריגע הקדמות בשייכות מיט מיינע אפ-אנוועזנהייטאציעס, שפיר איך אלץ א פליכט אויסצודרוקען מיין פערזענליכע הכרת הטוב פארן בלעקבערי, ומרא דשמאטתיה, הניק הותיק מאשקע ירום הודו. וואס ווען נישט די צוויי וואלט איך שוין לאנג פארגעסן פונעם קרעטשמע. היל"ס.

מאשקע איז געווען דער וואס האט מיר צוגערעדט צו קויפן דעם בערי, א כלי וואס קען ממש אלעס, עס שטייגט איבער איר קאלעגע מיסטער גאוטשי בערי וועלכע קען בלויז מאכן רייך. מאשקע איז געווען דער וואס האט מיר געגייד וואס מען דארף טון כדי ארויסצוקוועטשן די זאפט פונעם ציטראן, און נעמען עדווענטיגיע פונעם שווארצן בערי. דער בערילע, איז א מעין המתגבר, איך ווער כסדר געוואויער פרישע פונקציעס, אין די צייט וואס איך קען נאכנישט די פשוטע, שפרינגט מיר שוין אריין גאנצעטע באקוועמע פארגעשריטענע פונקציעס. נארוואס באקום איך א פרישן מעסעדזש פון מאשקע אז גוגל איז ממש היינט ארויסגעקומען מיט די נייע ווערסיע פון גוגל מאפעס אויפן בערי, הערסט? א נחת! די גאסן פאנאראמע ארבעט -צווישן אנדערע נייע מעלות, א ברכה צו מאכן!

מאשקע איז געווען דער וואס האט מיר ברוב טובו, אינמיטן זיין טייערע צייט, ארויסגעהאלפן מיטן אינסטאלירן... נו? וואס? עס איז שוין נישט קיין סוד היינט... די רעדע איז פונעם "טייפן" אידיש אויפן בלעקבערי. אוקיי די ווארט טייפן האט טאקע אויף זיך פאצעי, די גענזען פיסלעך, ווארום צו ליינען אידיש דארף מען נישט צוקומען צו מאשקע'ן, אבער צו טייפן איז שוין עפעס אנדערש. מודה אני לפניך אז איך קען טאקע נאך שוואך טייפן מיט די קליינע באטענס, קוים ענגליש, וכ"ש אידיש. אבער עטליסט האלט איך מיר אינמיטן צוגעוואוינען, און בקרוב וועל איך שוין קענען טייפן אזוי שנעל ווי מאשקע האט מיר געטייפט אין גוגל טאלק פונעם בלעקבערי, הערסטע? שנעלער ווי איך טייפ אויפן קאמפיוטער בערי. דער דאזיגער הודעה - לכל יואלי דבעי למידע - איז אויך נישט געשריבן פונעם בלעקבערי, נאר צוגעטשעפעט דעם בלעקבערי צום קאמפיוטער, און אזוי ארום באקומען אינטערנעט אויפן קאמפיוטער. און ווער האט מיר דאס אויסגעלערנט? נו? איך הער נישט? יעצט ווייסט דאך שוין יעדער? מאשקע!

וויל איך זיך דא באדאנקן דערויף, איך ליין כסדר דעם קרעטשמע, כאטש וואס אין ארבעט האב איך נישט די געלעגנהייט נישט צו ליינען וכ"ש צו שרייבן, איז מיר דער בלעקבערי געקומען ווי א... וואטעווער, איך האב נישט אויף די מינוט קיין מליצה לשון. אבער עס איז געוואלדיג!

ופותחין בכבוד האכסניא, וואע"מ, דער קרעטשמע איז נישט צום דערקענען, עס איז א הערליך און בעטעמט פלאץ, סיי די אויסשטעל און סיי די תוכן. עס האט זיך געלוינט.

אלזא איז דאס א שטארקע פינף שטערנדיגע רעיטינג און רעקאמענדאציע פאר די ווועלכע האבן נישט קיין געלעגנהייט אריינצוקומען דא אינמיטן טאג, און אפילו פאר אנדערע אויך. קויפט דעם בלעקבערי, זייט נישט קיין צוחק לשעבר!

ווי האט יענער געזאגט? מדאשקע לדאשקע לא קם כמאשקע.

מאשקע? טענקיו!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:15 pm

פון וועלכע בלעקבערי רעדט איר אזוי ? וואס פארמאגט די אלע פונקציעס וואס איר רעכנט אויס?

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:31 pm

איך ווייס נאכנישט פארוועם דו ארטיקל איז געווידמעט, מאשקע דערמאנסטו ניין מאל און בערל פערצן מאל...
און דו קוים מען זעהט דיך דא, קום אריין מער אפטער און אונז מהנה מיט דיינע גרויזאמע-מאשקע-בערי ווערק.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:34 pm

גד האט געשריבן:פון וועלכע בלעקבערי רעדט איר אזוי ? וואס פארמאגט די אלע פונקציעס וואס איר רעכנט אויס?


פרעג רבי מאשקע ירום הודו ועד קיש
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2008 11:45 pm

דאס פרוביר איך טאקע צו טון...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 12:48 am

ס'הייסט וועלכע? עני בלעקבערי קען האבן אסאך פאנקשענס, איינס מער און איינס ווייניגער, כ'מיין אז די לעצטיגע ווערסיע, איז בלעקבערי קוירוו.

גד
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2008 12:47 am

תגובהדורך גד » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 1:03 am

איך הער
אלע קען מען טייפן אידיש, און נוצן אלס אינטערנעט פארן קאמפיוטער? און ס'וועט ארבעטן געהעריג גוט און שנעל?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 11:12 am

וואי אזא שיינע הערכה אויפן בערי... איך האב אויך נישט לאנג צוריק זיך פארשאפט די דאזיגע בערי עס איז טאקע א מחי'.

אידיש קען מען לפי ידיעתי טייפן אויף אלע וואס האבן א פילע קיבארד (אבער נישט די וואס האבן די האלבע בערי'ס הנקרא פערל)

נוצן פאר א מאדעם קען מען נישט אלע מאדעל'ס סתם אזוי עטליכע דערפון דארף מען אינסטאלן א דריטע פאטי סאפטוועיר וואס הייסט מאבי שארק.

אויך קאסט דעי סירוועס געלט.. ספרינט ארבעט עס אפילו מען האט נישט צוגעלייגט די פלעין פאר דעם (אויב זיי רעכנן געלט דערפאר פרעג מיך אין א וואך צוויי ארום ווען די ביל וועט אריין גיין צום דריק).

ווערייזאן לאזט זיך אבער נישט קאננעקט'ן נאר אויב מען האט די פלאן.

נ.ב. ס'רוב פון די אינפארמאציע קומט פון מאשקע ירום הודו - ער האט מיר אויך אסאך געהאלפן זיך אויפצוסעטן מיט דעם בערל ותשעות חן חריין לו. שערקוח מאשקע!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:36 pm

היות איך בין נישט באקאנט מיט די אלע בערל מינים וועל איך נישט אריינרעדן, אבער דאס איז מיר שוין יא נוגע אז דער גרויזאמער מ. ראה"ק וועט זיך מער אנזעהן צוליב דעם.

דעריבער וויל איך זאגן א יישר כח פאר דעם באקאנטן איש המאשקע הרב חסד שליט"א פאר ערמעגליכן זיין קאלעגע אונז צו מהנה זיין מער אפטער, און א גרויסע ברוך הבא פאר גרויזאמער פון מאנגאליע.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:48 pm

אפשר איז טאקע אין פלאץ צו געבן מער אינפארמאציע איבער דעים גרויזאמען כלי, וויפיל עס איז די ביליגסטע צו פארשאפען, וואספארא סערוויס קאסטען עס פארלאנגט, און אויב האט מען שוין א פלאן ביי ספרינט וואס דארף קאסטען אריבערצוטוישען, וכו', וכו', זאלען נאך אנדערע הנאה האבען, און זיך דרייען דא אפטער.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:52 pm

ביי ספרינט קען מען מאכן אז מען זאל האבן בלעקבערי סערוויס בחנם
דאס צו האבן דארף מען צאלן 130 דאלער וד"ל
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 3:54 pm

ביטע זיי מסביר דער וד"ל.

איך האב א פלען מיט ספרינט פאר לערך $30 א חודש, וואס דארף איך טוהען פון א' ביז ת' צו האלטען אין די האנט א בלעקבערי מיט אלע קלאפערגעצייג, און עס אויך קענען נוצען פאר א מאדעם?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 4:07 pm

אני הקטן פארמאג נישט קיין תות השחור דערווייל, א יעדעס ברעקל אינפא קען מיר צוניץ קומען, מאשקע און גרויזאמער איך זיץ מיט אויסגעשפיצטע אויערן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:21 pm

ערגעץ האב איך שוין געשריבן אלע מעלות פונעם בלעקבערי (גיי טרעף עס). אז כ'וועל האבן צייט וועל איך אראפשרייבן דעם פראצעדור פון טוישן צו א בלעקבערי.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:32 pm

מאשקע, כ'אבעס אזוי לאנג געזוכט, א טייל דערפון האבעך געטראפן אין מיין "טאלק"...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2008 7:43 pm

איך_הער האט געשריבן:ס'הייסט וועלכע? עני בלעקבערי קען האבן אסאך פאנקשענס, איינס מער און איינס ווייניגער, כ'מיין אז די לעצטיגע ווערסיע, איז בלעקבערי קוירוו.


דווקא פאר צוויי וואכן צירוק איז ארויס געקומען די נייע ווירסיע 'באלד'
מען קען עס שוין באקומען אן-לאקד פון אנדערע לענדער

דא האט איר א לינק
http://www.blackberry.com/blackberrybold/
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 10:23 am

ווערייזאן קומט יעצט ארויס מיט א נייע בלעקבערי 'סטארם' וואס האט א טאטש-סקרין. BlackBerry® Storm™ 9530 Smartphone
די אויסקוק דערפון קוקט אויס גוט, איך ווארט נאר צו קענען זעהן די מעלות ווערסוס אנדערע. לכאורה וועט דאס זיין מיין קומענדיגע פאון בע"ה.


ווארשיינליך איז דאס אן ענטפער צום נייעם גוגל פאון, ווי באריכטעט אין אנדער אשכול.

http://estore.vzwshop.com/storm/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:03 am

דער "שטורם" וועט ארבעטן סיי אויף suretype קיבאורד (ווען ס'איז אויפגעשטעלט) און סיי אויף querty קיבאורד (ווען ס'איז אין די ברייט). א סענסאר אינעם בלעקבערי וועט אויפכאפן אויף וועלכע וועג עס ווערט געהאלטן.

אויסער דעם וועט עס האבן א 3.2 מעגעפיקסל קעמערע, ווידעאו רעקארדער, 1 גיגעבייט מעמארי אריינגעבויעט און א 8 גיגעבייט מעמארי קארד אינקלאדעט!

די טאטש-סקרין איז א ספעציעלע טעכנעלאגיע אז מ'זאל שפירן יעדן קנעפל וואס מ'דרוקט, כדי ס'זאל זיך שפירן מער רעאליסטיש ווי א געווענליכע טאטש-סקרין.

עס וועט זיין עוועילעבל נאוועמבער אדער אקטאובער. לויפט און קויפט.

*

גלייכצייטיג קומט די נייעס פון ווערייזאן, אז מ'קען שוין האבן סערוויס אויף א חודש-צו-חודש באזיס, און מ'מוז מער נישט איינגיין אויף א קאנטראקט פון 2 יאר און צאלן גראבע קענסעלעישאן שטראפן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:06 am

אין אנדערע נייעס פון בלעקבערי, איז לעצטנס געמאלדן געווארן איבער'ן נייעם 8220 מאדעל. דאס איז ווי א געווענליכע "פוירל" בלעקבערי, אבער ס'איז א פליפ-פאון. דאס איז די ערשטע פליפ-פאון וואס בלעקבערי געט ארויס, און וועט ווערן שטארק אויפגעכאפט ביי די וואס ווילן האבן א בלעקבערי אבער זיי ווילן נישט אז דער טאטע/שווער/ווייב זאל וויסן דערפון...

די בלעקבערי פליפ-פאון 8220 וועט זיין צו באקומען קודם פון טי-מאביל, און שפעטער פון אנדערע פראוויידערס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 11:18 am

farshlufen האט געשריבן:אני הקטן פארמאג נישט קיין תות השחור דערווייל, א יעדעס ברעקל אינפא קען מיר צוניץ קומען, מאשקע און גרויזאמער איך זיץ מיט אויסגעשפיצטע אויערן.


מאשקע האט געשריבן:ערגעץ האב איך שוין געשריבן אלע מעלות פונעם בלעקבערי (גיי טרעף עס). אז כ'וועל האבן צייט וועל איך אראפשרייבן דעם פראצעדור פון טוישן צו א בלעקבערי.



קודם כל, "אני הקטן" פארמאגט יא א בלעקבערי.... אז דו פארשטייסט נישט די דזשאוק, פרעג די תושבים דא...

עניוועי, אין דעם אשכול ווערט ארומגערעדט איבער די מעלות פונעם בלעקבערי.

דער פראצעדור פון טוישן צו בלעקבערי איז זייער פשוט. מ'רופט אן די קאמפאני און מ'זאגט אז מ'וויל טוישן צו א בלעקבערי. מ'קען קויפן דעם בלעקבערי אדער ביי זיי אדער ערגעץ אנדערש. די פרייזן פאר בלעקבערי סערוויס איז אנדערש ביי יעדע קאמפאני. די ביליגסטע איז טי-מאביל פאר 40 דאלאר א חודש, ספרינט 50 דאלאר א חודש, און די אנדערע קאמפאניס ווייס איך נישט. דאכט זיך אז ווערייזאן איז נאך טייערער. די אלע פרייזן זענען אין צוגאב צו די פרייז וואס מ'צאלט פאר'ן חודש'ליכן פלען פון רעדן אויפ'ן טעלעפאן.

וועלכע בלעקבערי צו נעמען, ווענדט זיך אין די קאמפאני. יעדע קאמפאני שטעלט צו געציילטע מאדעלס, און נישט יעדע מאדעל קען מען באקומען ביי יעדע קאמפאני. צב"ש ביי טי-מאביל קען מען נישט האבן קיין איין מאדעל וואס זאל האבן סיי GPS און סיי א קעמערע. די בעסטע איז צו קוקן אויפ'ן וועבסייט פון די סעלפאון קאמפאני וואספארא בלעקבעריס זיי שטעלן צו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג סעפטעמבער 25, 2008 1:34 pm

מאשקע, דאנקע פאר דיין אינפא.
ענדליך איז דער שטורם נענו געכאפט געווארן... (אנגעהויבן זיין קאריערע האט ער דא אין קרעטש, און זיך ארויפגעארבייט ביז ווערייזאן...דאס זענען קרעטשמע פירות)

איז דיין מיינונג אז ס'לוינט זיך דער שטורם?
וועט עס האבן די אלע מעלות פון אנדערע? אידיש? גוגל טולק מיט אלע פיטשיווקעס?
גייט עס ראנען אויף אנדרויד?

יישר כוח
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 12:51 pm

אידיש ווייס איך נאכנישט, כ'וועל דיך לאזן וויסן א וואך נאכ'ן קויפן - אויב כ'וועל עס קויפן, ווייל כ'בין נישט אזא פייערדיגער חסיד פון טאטש-סקרין דעווייסעס.

גוגעל טאלק מסתמא יא. פאוואניש?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 2:32 pm

מאשקע האט געשריבן:ווייל כ'בין נישט אזא פייערדיגער חסיד פון טאטש-סקרין דעווייסעס.

איך בין נישט נאר נישט א חסיד נאר א גרויסער מתנגד פון טאטש סקרין בכלל, און בעיקר די קיבארד, לויטן בילד קוקט אויס אז עס גייט נאר האבן פיר באטענ'ס ולא יותר.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 4:42 pm

כ'ווייס נישט אויב ס'באלאנג דא, כ'מיין מ'וואלט ווען געדארפט מאכן א סוב פארום פאר בלעקבערי אליינס, ס'האט נאך עניטיים אזויפיל אשכולות דא דערוועגן, ווי מייקרעסאפט אפיס וכדומה.

באט נישט דאסיז מיין פוינט, כאפראבירט צו קוקן, און כאנישט געקענט טרעפן אן אשכול, וואס זאל פלעין רעדן פון די אפשענ'ס וואס בלעקבערי האט, און שארטקאטס וואס מ'קען מאכן דערויף, און אזוי ווי דער עולם וואס האט שוין די בלעקבערי א לענגערע צייט, האבן זיך שוין מסתמא דערלערענט פארשידענע זאכן, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך, אז זיי זאלן ארויס העלפן אנדערע, סאו אויב סיז נאכנישט דא אזא אשכול, איז אפשר ווערט אפצוטיילן פון דא און ווייטער, און אויב יא, זאלעס אהין אריבער געפירט ווערן.

און יעצט צו אן ענין וואס ס'באדערט מיך שוין זייט איך האב מיין בלעקבערי, סינישט אזוי געפערליך, אבער אז כ'ווייס אז אויף אן אנדערע פאון האבעכעס יא געהאט, באדערט מיך אז דא האבעכעס נישט.

די רעדע איז פון, אז ביי מיין אלטע פאון, א טריאו, און כ'ווייס אז ביי די קעטאנעס און די פיוזיק'ס איזעס אויך, אז ווען ס'קומט אריין א פאון קאל, שטייט ארויף געשריבן, פון וועכע סטעיט די פאון קאל קומט, למשל ביי 718, 914, 845, 917, 347, וכדומה, וועטצעך אויפשרייבן ניו יארק, און ביי אנדערע עריע קאוד'ס וועטצעך אויפשרייבן די סטעיט וואס די עריע קאוד קומט פון דארט, אזוי ווי מיין ביזנעס איז אויף די נעט, באקום איך פאון קאלס פון גאנץ יונייטעד סטעיט'ס, איזעס מיר אלץ אינטערעסאנט צו זען פון ווי מ'קאלט אלץ, אבער זייט כ'האב מיין בלעקבערי, איז מיר דעי הנאה געווארן אוועק גענומען, יעצט ווילעך וויסן, צו איינער האט עקספיריענס דערמיט, ווי אזוי איך קען ערלעדיגן אז כ'זאלעס קענען זען אויף מיין בלעקבערי אויך.

יישר כח למפרע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 28, 2008 12:10 am

מאשקע, לאז געמאך;

אנדערש פון אלע אנדערע טאטש-סקרינס צו וואס איר זענט געוואוינט, וועט זיין דער טאטש-סקרין פונעם נייעם שטורם בלעקבערי.

עס איז געזאגט צו האבן ספעציעלע טעכנאלאגיע פאר דעם טאטש-סקרין אפשען מיט גאר סענסיטיווע סענסארס גענוי צו שפירן דעם מענטשן דרוק וויאזוי מען דרוקט געווענליך פיזישע באטטאנס.

איך לייג א בילד פון די באטטאנס וואס וועלן ערשיינען אויפן סקרין, מען קען זיך שווערן ס'יז עכט.
גייט ארויף אויף גיז וועט איר זעהן מער

http://gizmodo.com/
צוגעלייגטע
stormy_01.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט