בלאט 1 פון 1

מאכן א בעקאפ פון אלע אפליקעשנס אויפן בלעקבערי

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 12:01 pm
דורך לאז געמאכט
אפילו די וואס מען האט באקומען אווער די לופט.

(די עצה דרייט זיך ארום אויף די אינטערנעט אויף פארשידענע פארום'ס, אזוי ווי איך האב דאס אפגעטייפט פאר איינעם אויף אידיש לייג איך דאס דא ארויף אולי וועט נאך א איד הנאה האבן פון דעם)

1. פאר איר הייבט אן מאכט זיכער אז די בערי איז איינגעשטעקט צו אייער קאמפיוטער.

2. עפענט אויף 'ווינדאס עקספלארער' טייפט אריין און די אדרעס באר %TEMP%.

3. עפענט אויף בלעקבערי דעסקטאפ.

4. דריקט אויף 'סוויטש דיווייס וויזערט'.

5. דריקט 'סוויטש בלעקבערי דיווייסעס'.

6. דריקט נעקסט און נאכאמאל נעקסט.

7. דאן נעמט אראפ די טשעק פון 'אינקלוד מעסעטשעס' און דריקט נעקסט

-עס וועט לויפן צוויי גרינע ליינס-

8. ווען עס ענדיגט דריקט נישט נעקסט

9. גייט צו די פאלדער וואס איר האט פריער געעפענט און דארט וועט איר זעהן א פאלדער וואס די נאמען דערפון איז אייער בלעקבערי פין (PIN)

10. קאפיט עס ארויף אויף אייער דעסקטאפ אדער סיי ווי איר ווילט דאס האלטן (די עיקר איז ארויס פון די טעמפ פאלדער)

11. דערנאך קענט איר קענסלען דעם 'סוויטש דיווייס וויזערט' און צומאכן אלע באקסלעך.

דער פאלדער איז אייער בעקאפ!

-ווען איר ווילט דאס צוריק שטעלן אויפן כלי-

1. עפענט אויף בלעקבערי דעקסטאפ

2. דריקט 'אפליקעשן לאדער'

3. דריקט ADD

4. פירט אים צו צי די בעקאפ פאלדער וואס איר האט פריער געמאכט אין סעלעקט די ALX פייל וואס ליגט דארט און דריקט נעקסט.

5. אייערע אפליקעשנס וועלן בעזהשי"ת צוריק געשטעלט ווערן הכל על מכונו אזוי ווי עס איז געווען מאז ומקדם.

הצלחה רבה

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2008 7:12 pm
דורך מאשקע
סטעפ 3 פונעם ערשטן חלק איז נישט פארשטענדליך. דו מיינסט מסתמא "דעסקטאפ מענעדזשער".

א גרויסן יישר כח פאר די אנווייזונגען.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 11:05 am
דורך לאז געמאכט
יישר כח פאר די הערה - איך האב עס טאקע געפיקסט...

נאכאמאזל כ'האב געמאכט א טעות אזוי ווייסעך אז כאטש איינער האט עס געליינט... ד'זאסט קידינג

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 12:42 pm
דורך מאשקע
אז ס'האט מיט טעכנעלאגיע בכלל, און מיט בלעקבערי בפרט, קענסטו זיין זיכער אז איך האב עס געלייענט. און נישט נאר איך, נאר אויך אלע געסט וואס ליינען דא כסדר.

געשריבן: מאנטאג ינואר 19, 2009 2:44 am
דורך ליפא
איך אויך, שכוח

געשריבן: זונטאג אוגוסט 30, 2009 5:31 pm
דורך ליפא