פארשידענס איבער אימעיל אויף בלעקבערי

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

פארשידענס איבער אימעיל אויף בלעקבערי

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוגוסט 17, 2008 3:56 pm

איך האב בס"ד זיך פארשאפט א שפאגעל נייעם בלעקבערי, אזוי זיך אומקוקענדיג אויף אלע זאכן וואס עס איז דא און וואס ס'איז נישט דא האב איך געטראפן אסאך זאכן וואס טויגן נישט איך האפ אבער אז עס איז דא אן עצה פאר יעדע זאך איך בין נאר נישט באקאנט דערמיט.

1. צום אלעם ערשט אימעיל'ס פון קאמפעני'ס וכדו' וואס זענען בעיקר בילדער האב איך כמעט נישט געקענט ליינען איך האב געדארפט אראפ סקראלן פיל מיט לינק'ס אין לינק'ס ביז עס איז געווען אביסל טעקסט.. דאס איז אבער געווארן פאראכטן מיט דעם אפגרעידט וואס מאשקע מ. ראש הקהל האט מיר געשיקט ותשועת חן חן לו.

2. ווען איך שיק א מעסעטש נישט קיין חילוק צו פון קאמפיוטער אדער פון די בב (בלעקבערי) קומט עס אן צו מיר כאילו איינער האט מיר געשיקט די מעסעטש - פארוואס האבן זיי נישט געמאכט א 'סענט פאלדער'? קען איך נישט פארשטיין.

3. אין די אפטיילונג 'מעסעטשעס' איז דא איין גרויסע קוגל פון אלע מינע זאכן, נעמליך - אימעיל, מיסט קאלס, מעסענטשער, גאגעל טאלק, ועוד ועוד.

4. אין די אפטיילונג הנ"ל וויבאלט עס איז אזא גרויסע כל בו איז זיך זייער שווער צו באוועגן דארט גיי זוך עפעס אויף דארף מען דרייען דעם רעדל אפאר הונדערט מאל ביז מען קומט ערעגץ אן, פארוואס זאל מען נישט קענען שפרינגן פון איין טאג צו די אנדערע אדער סירטשען עפעס א וועג מען זאל קענען טרעפן דארט זאכן.

5. די מעסעטשעס ווערן נישט געסינקערייזט דאס טייטש אז אויב איך מעק עפעס אויס אין דזי מעיל אויפן קאמפיוטער ווערט עס נישט אויסגעמעקט אויפן בב די זעלבע איז אויב איך ליין עס אויף דזי מעיל פארשטייט נישט די בב אז דאס איז שוין געליינט געווארן.

6. עס שטעלט זיך נישט צאם מעסעטשס וואס האבן שייכות איינע מיט די אנדערע אפגערעדט אז עס טוט נישט וואס גאגעל טוט אבער אפילו א ריפליי מיט א ארגינעל מעסעטש שטיין זיך עקסטער וואס דאס מאכט עס זאל זיין זייער אסאך מעסעטשס.

7. יעדער וואס איך שיק א אימעיל דארף זעהן אז איך האב געקויפט א בלעקבערי... איך האב פרובירט אראפצונעמען דעם אונטערשריפט וואס ווערט אטאמאטיש אריין געלייגט אין יעדע אימעיל "געשיקט מיט מיין בלעקבערי קליגעפאן מיט ספרינט ספיד" אבער אן ערפאלג.

דאס איז אזוי אויבן אויף וואס איך האב באמערקט, ווער עס ווייסט צו מען קען פארעכטן איינע פון די אלע זאכן זאל ער מוחל זיין זיך אנרופן...
יישר כח ותזכו למצות

ביי די געלעגנהייט וויל איך טאקע אויסדריקן פון טיפעניש פון הארץ א הערצליכן יישר כח פאר מאשקע זאל זיין געזונט פארן אזוי געטריי מיר ארויס העלפן זיך אביסל אויפסעטן. (אלמלא הוא ווער ווייסט ווי לאנג די ליסטע פון פראבלעמ'ן וואלטן געווען...)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוגוסט 17, 2008 8:31 pm

1) דאס רופט זיך HTML אימעיל, וואס דאס איז א נייע זאך פון די נייע OS 4.5.

2) דאס פאסירט נאר מיט דזשימעיל. גיי אריין צו דיין ספרינט אקאונט דורכ'ן קאמפיוטער, גיי צו די בלעקבערי אימעיל, עפן אויף די דזשימעיל אקאונט, גיי צו פילטערס, מאך א נייע פילטער, ביי "פראם" לייג אריין דיין אייגענע אימעיל אדרעס, און מאך א פילטער אז ער זאל עס נישט פארווערדן צו דיין בלעקבערי.

3) מ'קען מאכן אז יאהו מעסענדזשער, גועל טאלק, ב"ב מעסענדזשער, זאלן נישט ארויפקומען אין די ליסטע צווישן אנדערע אימעילס. די אפשענס דערצו געפינט זיך ביי די אפשענס פון יעדן פראגראם באזונדער.
אויסער דעם קען מען זעהן יעדע פאלדער עקסטער. אין די ליסטע פון די מעסעדזשעס גיי צו "וויו פאלדער", און קלויב אויס וועלכע דו ווילסט זעהן. די זאכן האבן אויך שארטקאטס - גיי אריין צו מעסעדזשעס, העלפ, שארטקאטס.

4) קודם כל קען מען סוירטשען (מ'דרוקט דעם S) און אויסערדעם איז דא פארשידענע שארטקאטס צו גיין ארויף אדער אראפ איין סקרין, גיין ארויף אדער אראפ איין טאג, און נאך.

5) גיי אריין צו די אימעל אפשענס, ריקאנסיליעישאן, און שטעל אים אן אז ער זאל זיך סינקרענייזען.

6) איני יודע.

7) אינעם אימעיל סעטאפ וואס ווערט דערמאנט אין סעיף 2, קען מען דאס אראפנעמען.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 7:51 am

אקעי וועל מיר איבערגיין די פראבלעמ'ן מיט די סאלושענס אפשר וועלן אנדערע אידן אויך קענען הנאה האבן:
צום אלעם ערשט אימעיל'ס פון קאמפעני'ס וכדו' וואס זענען בעיקר בילדער האב איך כמעט נישט געקענט ליינען...
יא מיט די לעצטע אפדעיט איז דאס גוט.
2.ווען איך שיק א מעסעטש נישט קיין חילוק צו פון קאמפיוטער אדער פון די בלעקבערי קומט עס אן צו מיר כאילו איינער האט מיר געשיקט די מעסעטש - פארוואס האבן זיי נישט געמאכט א 'סענט פאלדער'? קען איך נישט פארשטיין.
פאראכטן אזוי ווי מאשקע האט געזאגט דורך גיין צו ספרינט.בלעקבערי.קאם אין מאכן א פילטער אויף מיין אימעיל אדרעססע.
3. אין די אפטיילונג 'מעסעטשעס' איז דא איין גרויסע קוגל פון אלע מינע זאכן, נעמליך - אימעיל, מיסט קאלס, מעסענטשער, גאגעל טאלק, ועוד ועוד.
יא אין אסאך אפטיילונגן קען מען אנשטעלן עס זאל נישט אריין גיין אהין.
4. אין די אפטיילונג הנ"ל וויבאלט עס איז אזא גרויסע כל בו איז זיך זייער שווער צו באוועגן דארט גיי זוך עפעס אויף דארף מען דרייען דעם רעדל אפאר הונדערט מאל ביז מען קומט ערעגץ אן, פארוואס זאל מען נישט קענען שפרינגן פון איין טאג צו די אנדערע אדער סירטשען עפעס א וועג מען זאל קענען טרעפן דארט זאכן.
נאפוס איך האב געטראפן די שארטקאטס אבער כמעט קיין איינס דערפון ארבעט נישט.. איך האב גערעדט צו ספרינט, זאגן זיי אז זיי ווייסן דערפון (נאן אישו) וואס העלפט עס מיר? צרות רבים חצי נחמה...
5. די מעסעטשעס ווערן נישט געסינקערייזט דאס טייטש אז אויב איך מעק עפעס אויס אין דזי מעיל אויפן קאמפיוטער ווערט עס נישט אויסגעמעקט אויפן בב די זעלבע איז אויב איך ליין עס אויף דזי מעיל פארשטייט נישט די בב אז דאס איז שוין געליינט געווארן.
איך האב אנגעשטעלט אזוי ווי מאשקע האט געהייסן אבער עס האט נישט אונגאנצן געהאלפן ווען איך האב דיליטעט א מעסעטש האט ער זיך טאקע דיליטעט אויך אויף דזי מעיל אבער פארשטיין אז איך האב שוין געליינט די מעסעטש דעס פארשטייט ער נאך נישט, ספרינט האט מיר געהייסן איך זאל אנשטעלן ביי די סעיטניגס פון דזי מעיל אז ווען די מעסעטשעס ווערן גענומען דורך פאפ זאל זיך עס ארכיווען העמיר זעהן וואס עס וועט זיין.
6. עס שטעלט זיך נישט צאם מעסעטשס וואס האבן שייכות איינע מיט די אנדערע אפגערעדט אז עס טוט נישט וואס גאגעל טוט אבער אפילו א ריפליי מיט א ארגינעל מעסעטש שטיין זיך עקסטער וואס דאס מאכט עס זאל זיין זייער אסאך מעסעטשס.
שוין דאס איז נישט געפרעליך
7. יעדער וואס איך שיק א אימעיל דארף זעהן אז איך האב געקויפט א בלעקבערי... איך האב פרובירט אראפצונעמען דעם אונטערשריפט וואס ווערט אטאמאטיש אריין געלייגט אין יעדע אימעיל "געשיקט מיט מיין בלעקבערי קליגעפאן מיט ספרינט ספיד" אבער אן ערפאלג.
יא אזוי ווי מאשקע זאגט מען קען דאס דארט אויסמעקן, אונטערסאנט איז אז אויפן כלי אליינס קען מען זעהן די סעינטיג אבער ער לאזט דאס נישט אויסמעקן.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 12:37 pm

אפדעיט: פיל פון די פראבלעמ'ן קענען ווערן געלעזט אויף זייער א גרינגע אופן נעמליך איינשטעלן די בלעקבערי זאל נעמען די פאסט פון גימעיל מיט איימעפ אנשטאט מיט פאפ.
לפי זה דארף מען נישט מאכן קיין פילטער אז עס זאל נישט קומען א קאפי פון וואס מ'שיקט (שאלה 2) אין די קאמפיוטער פארשטייט ווען מען האט עס געליינט אויף די כלי און די זעלבע פארקערט אויך (שאלה 5).

דא האט איר אינסטראקשענס וויזוי דאס איינצושטעלן http://mail.google.com/support/bin/answ ... swer=78882

איין פראבלעם האב איך נאר אז די מעסעטשעס וואס איך שיק פון קאמפיוטער קומען נישט אן צום בערי, (דרך אגב מיט די פילטער איז עס אויך נישט אנגעקומען), אבער כמדומה לי איז דא וועגן דאס מסדר צו זיין, איך האב נאר נישט קיין צייט דאס אויסצופיגערן סא אויב איינער ווייסט ביטע אל תמנע טוב אין לאזן זי מיר דאס וויסן ווייל איך ברויך דאס נייטיג האבן.

יישר כח

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2008 11:40 pm

דאונדעיט: איי-מעפ איז זייער גוט, אויב ס'באדערט דיך נישט צו באקומען דיין אימעיל מיט עטליכע מינוט שפעט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:01 pm

פארוואס עטליכע מינוט שפעט עטליכע מינוט פריער. (דרך אגב גאגעל רעקעמענט איימעפ איבער פאפ)

אבער בכל אופן לוינט זיך מיר עס ווייל איך מוז האבן דעם פיטשער אז ער זאל זיך סינקערייזן מיט די דעסקטאפ אויפ'ן ענין פון געליינט נישט געליינט אז נישט קום איך אן אין אפיס מיט 20 אימעיל וואס קוקט אויס אומגעליינטע מעסעטשעס, אבער אין פאקט האב איך שוין פון רוב פון די מעסטעשס געלאכט און ריפלייט הא הא...

און די וויכטיגע מעסטעשעס מארק איך טאקע אנריעד אויפ די בערי אז דעס זאל זיין אומגעליינט אויפן קאמפיטער איך זאל נישט פארגעסן דערפון.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 5:59 pm

דאס לעצטע מאל וואס כ'האב געטשעקט, האבן זיי רעקאמאנדירט פאפ3. איימעפ האבן זיי רעקאמאנדירט בלויז פאר'ן קאמפיוטער, וואס דארט איז עס טאקע שנעלער.

און וועגן דיין פראבלעם מיט סינקרענייזען, האמיר דאך געשמועסט אז דאס קען געסעטלט ווערן דורך אפשענס, רעקאנסיליעישאן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:37 pm

אה פאר מיר ארבעט עפעס נישט די סינק איך ווייס נישט פארוואס דיליטעטן פארשטייט ער יא אבער נישט צו איך האב דאס שוין געליינט צו נישט דאס פארשטיין זיי זיך נישט.
מיט איימעפ פארשטיין זיי זיך יא

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

תגובהדורך thefact » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:58 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:פאר מיר ארבעט עפעס נישט די סינק איך ווייס נישט פארוואס

אז דיין סינק ארבעט נישט רוף א פלאמבער...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:19 am

אקעי איצט איז מיר בייגעפאלן צו נוצן א דריטע פארטי אימעיל אפלעקעשען, די סיבה דערצו איז ווייל איך האב נישט אלעס וואס איך ברויך מיט די אריינגעבויטע אפליקעשנס.
נו וואס טוט מען און אזא פאל? איך האב אריין געגאגעלט מיין פארלאנג, אויפן פלאץ האט ער מיר ארויסגעשאסן א ליסטע פון אפליקעשנס וואס טון די ארבעט,
למעשה האב איך גענומען איינס וואס איז גענצליך בחנם עס רופט זיך לאגיג מעיל LogicMail פון אויבן אויף קוקט ער אויס צו זיין גאר געשמאק דהיינו ער האט אלע פאלדער'ס אזוי ווי עס איז אויסגעשטעלט און גימעיל און די געשיקטע בלייבט ביי די געשיקטע, איך קען בעטן ער זאל מיר ווייזן גאר אלטע אימעל'ס אויך, וואס דאס איז נישט דא אין די רעגילער בלעקבערי אימעיל מען קען נאר האבן אימעיל וואס איז אנגעקומען צו די כלי נישט פון פריער און נישט פון שפעטער.

און יעצט די פראבלעמ'ן...
- עס ארבעט 'נישט' און די אונטערגרינדן, דאס הייסט אז אפגערעדט וואס ער דריזעלט נישט ווען עס קומט אן פרישע פאסט, נאר ווען איך עפען אויף הייבט זיך אן א גאנץ געטוצעך... נעמליך מען קאנעקט זיך צום סירווער, מען ריסיוויט מעיל, מען דיספלעט עס.... און אויב איז עס נישט גענוג יעדע מאל איך עפען א בריוו'ל דארף איך נאכאמאל ווארטן אויף 'ריסיווינג מעיל' אפילו איך האב דאס שוין געפענט אפאר מאל דארף ער עס יעדע מאל נאכאמאל עפענן.

- אויסדעם דארף מען דריקן אויף די אימעיל און דארנאך דריקן סעלעקט אנדערש עפענט זיך עס נישט.

- זייער אפט זאגט ער מיר אז 'די מעסעדטש דאז נאט העוו עני סעקשענס טא דיספלעי' און די צייט וואס אין די נארמאל סירוועס עפענט זיך עס א מחי'.

- אטעטשמענט'ס ווייסט ער נישטאמאל וואס דאס מיינט... עס איז נישט דא קיין אפציע צו עפענן א עטעטשמענט אדער שיקן איינס, נישטאמאל זאגט ער מיר אז די הודעה האט א עטעטשמענט.

אלענפאלס וואס איך וויל וויסן איז, אויב איינער האט עקספירענס מיט א אנדערע אפליקעשן וואס טוט דער ארבעט בעסער ווי דעם לאקיג מעיל וואס ארבעט אן א לאגיק... זאל ער מיר ביטע מזכה זיין דערמיט. טענק יו ווערי מאטש

הק' לאז געמאכט

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:46 am

ס'איז דא אנדערע בעסערע פראגראמען, אבער נישט בחנם.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 3:23 pm

נו אדרבה לאמיר הערן!

אבער נאר אויב עס האט א פרייע טרייעל ווייל איך האב אסאך פארשריפטן וואס עס דארפן דורך גיין איך זאל עס קויפן.

ביידיוועי די מאני פראגראם וואס די האסט מיר געגעבן די לינק איז זייער פיין איך נוץ עס זייער גוט, נאך די דרייסיג טעג וועיליך עס אי"ה קויפן. משיח זאל דא זיין פריער. אמן

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2008 11:04 pm

An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 11:10 am

ווי ס'קוקט אויס פון די אינפארמאציע אויף די לינק איז עס נאר אזא עד אן צו די פשוט'ע אפליקעשן צו קענען זעהן HTML נו דעס ברויך איך נישט ווייל די פשוטע קען שוין אויך זעהן היינט דעס.

איך האב אבער געטראפן בס"ד א גאר נייע פראגראם וואס הייסט טיגגעט מעיל איך האב עס ערשט יעצט געדאנלאד.
וואס איך ווייס שוין וועגן עס איז
- עס קאסט דרייסיג טאלער
- עס ארבעט 'יא' אין די אונטערגרינד
- מען קען זעהן אלע פאלדער'ס פון גימעיל נישט נאר די 'אינבאקס' אזוי ווי אין די בלעקבערי אפליקעשן. (דעס איז מיין עיקר צארן אויף די געווענטליכע סארט)
- קיין פראבלעמ'ן האב איך דערווייל נישט געטראפן - חוץ אז עס האט נאר א 7 טאג טרייעל אין נישט 30.
- פרטים יבאו

נאט אייך א לינק צו דעם פראגראם

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 1:35 pm

אז דו דארפסט עס נאר פאר דזשימעיל, פארוואס זאלסטו נישט דאונלאודען דעם "דזשימעיל אפליקעישאן"? דארט קענסטו אויך זעהן אלע פאלדערס.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 1:41 pm

אוי די בארירסט א האקעלע ענין...

איך האב שוין אוועק געגעבן אסאך אסאך צייט צו באקומען דעם אפליקעשן אבער קיין שום סוקסעס!!! אדרבה אז די קענסט מיר עס פארשאפן וואלט עס מיר געווען א גרויסע גרויסע ריזעגע טובה

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 2:53 pm

גיי אריין צו איינע פון די פאלגנדע לינקס, אבער מיט 2 תנאים:

1) דוקא פונעם בלעקבערי בראוזער, נישט פון אפערע.
2) מאך זיכער אז די "עמיולעישאן מאוד" איז אנגעשטעלט אויף בלעקבערי, נישט אויף איי-אי אדער נעטסקעיפ.

m.google.com/mail

http://mail.google.com/app?source=mobileproducts
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 3:27 pm

אה א גרויסן יישר כח
אפערע האב איך נישט, (דרך אגב, עס ארבעט בעסער שנעלער?)

עס איז געווען אנגעשטעלט אויף אינטערנט עקספלארער איך האב עס געטוישט לאמיר זעהן אויב איצט העט ער ארבעטן

יא עס ארבעט מעכטיג!!! בעסער ווי אלע גוט באצאלטע פראגראמ'ס וואס איך האב תיכף ומיד ארויס געשטויסן.

יישר כח מאשקע!!!

דערווייל האב איך נאך נישט קיין שום קריטיג דעראויף וואי דאס האב איך געברויכט!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מארטש 24, 2009 2:15 pm

שלום עליכם מאשקע, רב ה'בלעקבערי.

מיר האבן שוין גערעדט איינמאל דערוועגן און איך וויל עס דא איבערפרעגן און זאלן אנדערע געהאלפן ווערן און אזוי אויך ארויסהעלפן.

צום אלעם ערשט וואס איך זיך יעצט.

איך וויל האבן אפען אויפאיינמאל 2 גוגל טאלק אקאונט אין מיין בלעקבערי. מאשקע האט מיר געגעבן א פראגרעם מיטן נאמען Instango, איך האב דאס דאונלאדירט אבער פאר סאום ריזען ווייס איך נישט וואס מען טוט ווייטער.

הילף ווערט געזיכט.

צווייטענס. ס'קען זיין ס'שוין געווען ערגעץ דא געשריבן. איך דארף נישט קיין הודעה יעדעס מאל איך האב ארויסגעשקיט א אימעיל אז איך האב דאס טאקע געשיקט, סימיר גוט אנע דעם. וויזוי נעמט מען דאס אראפ? סיי פון מיין בלעקבערי און סיי פון gmail אליינס.

דריטענס. קען מען אנשטעלן אז ביים טעלעפאון זאל עס קלינגען און ביי אלע אנדערע זאכן זאל דאס דריזלען? דערווייל זעה איך נאר אז מ'קען אנשטעלן אז דער טעלעפאון זאל קלינגען און אלע אנדערע איז דאס סיילענט.

יישר כח למפרע. איך בין ניי אין דעם פעלד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

סטיוו שמידט
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2008 4:58 pm

תגובהדורך סטיוו שמידט » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:08 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
ביידיוועי די מאני פראגראם וואס די האסט מיר געגעבן די לינק איז זייער פיין איך נוץ עס זייער גוט, נאך די דרייסיג טעג וועיליך עס אי"ה קויפן. משיח זאל דא זיין פריער. אמן


וואס איז די "מאני פראגראם"???

{האסט עס אפשר א עצה וויאזוי מען קען מאכען מאני :smile: ??}

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » דינסטאג מארטש 24, 2009 3:52 pm

מאשקע פראבלעם נאמבער איינס האב איך אויכעט אויף מיין וועלט ציגאב מאדעל
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 24, 2009 7:47 pm

1) אויף אינסטאנגאו קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל איך ניץ עס נישט.

2) גיי אריין צו די אימעיל, אפשענס, אימעיל סעטינגס, ביי "מעסעדזש סערוויסעס קלויב אויס דעם אימיל אדרעס וואס דו ווילסט, נאכדעם גיי אראפ צו "קאנפירם דעליוורי" און זאג אז ניין. דארפסט עס טון פאר יעדע אימעיל אדרעס עקסטער.

3) גיי צו פראפיילס, עדווענסד, דארט קענסטו קאסטאמייזן דיין "עקטיוו" פראפייל אדער אפילו מאכן א נייע קאסטום פראפייל לויט דיין געשמאק.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

תגובהדורך שמיי_דריי » דינסטאג מארטש 24, 2009 8:12 pm

פאר צייטליך,

די ערשטע צוויי קען איך דיר נישט ענטפערן אבער די דריטע זאך וועגן מאכן אלעס דריזלען און די טעלעפאון קלינגען איז זייער פשוט
גיי אריין צו די פלאץ ווי מ'שטעלט אן צו ס'זאל קלינגען צו נישט
דארט גיי אריין צו עדווענס
קליק אויף ווייבערעיט (אויב ס'נישט אנגעשטעלט אויף ווייבערעיט גייט עס צוריק גיין צו די האום פעיטש און דערנאך גיי נאכאמאל אריין און קליק נאכאמאל) און ס'וועט ארויף קומען א גאנצע ליסטע זוך אויף פון די ליסט די ווארט PHONE
גיי אריין צו פאון און דארט שטעל אן ביי די ערשטע אפציע (דארט איז דא פיר אויסוואלן . NONE, VIBRATE, TONE, VINRATE + TONE,) קליק אויף טאון און דערנאך סעיוו עס אזוי וועט אלעס בלייבן אויף ווייבערעיט אויסער די טעלעפאון וועט קלינגען וד"ל
עני קוועסטיענס איי עם הער
א חתימה ברויך מען האבן ?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 01, 2009 9:15 am

שמיי דריי, יישר כח, איך בין געגאגען לויט דיינע אנווייזונגען און אלעס איז ב"ה על צד היותר טוב.

דא וויל איך אבער עקסטערע באדאנקן מאשקע פארן פארשאפן דעם פראגראם "איסטענגאו". איך האב עס לעצטענס אויפגעסעט און עס ארבייט וואונדערבאר, איך קען האבן עטליכע גוגל טאלק אקאונט און טשעטינג אקאונט אפען אויפאיינמאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג מאי 01, 2009 4:08 pm

און ס'איז א סוד?? וואסיז די לינק דערצו? און וואס זענען אלע מעלות דערפון, און האבאוט חסרונות?


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט