בלאט 2 פון 2

געשריבן: מאנטאג יוני 16, 2008 12:33 pm
דורך וואס וויסטע
צוריק צום ענין...

אבאמא09 כתב
עס איז נישט געמאכט אז יעדע שמויגער וואס פאלט ביי א געוויסע פראגראם קען זיך אריינריקן און חרוב מאכן די גאנצע running system.


זייער א גוטע פוינט און איך מיין אז עס איז א גרויסער אמת

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2008 5:50 pm
דורך ליפא
דאס איז אויך די הסבר פון עפל קאמפאני פארוואס עס זענען דא מיליאנען פראגרעמס פאר ווינדאויס משא"כ עפל

צוריק צום ענין

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 4:06 pm
דורך וואס וויסטע
עפעס א אונטערסאנטע זאך האב איך געזען אז מידל עדז מענטשן קויפן זיך בלעקבערי'ס ווי גארנישט משא"כ פאלם'ס זעהט מען נאר ביי יונגעלייט וואסי פשט און דעם?
היינט האב איך ווידער אמאל געזעהן א איד וואס האט שוין אויסגעגעבן די קינדער שפרעכן אויף א גרויסן בלעקבערי...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 4:11 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
ווייל עלטערע מענטשן קומען זיך גרינגער אויס מיט איינפאכע ארגענייזערס וואס טוען גארנישט אויסער האלטן טעלעפאן נומערן, א שיינעם קאלענדער, וכו'

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 4:55 pm
דורך מאשקע
און אויך ווייל זיי זענען ערנסטע ביזנעסלייט און זיי נעמען דאס בעסטע וואס איז דא.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:29 pm
דורך וואס וויסטע
נראין לי דברי מאשקע!

די עלטערע מענטשן האבן אויך ווייניגער געדולט ווי די יונגעלייט (אזוי מיין איך) און נאך צוויי מאל וואס די כלי קראכט קראכן זיי דאס אריין און אשפה אריין...

יאהן: וועגן זיך אויסקענען מיט די טעלעפאנען היינט אונדערפרי זע איך א עלטערע איד און די אשת חיל שטייט פון די זייט פרובירנדיג אנצוצינדן א קליינע סעמסאנק פליפ פאן, ווען זיי האבן געזען אז לא עלתה בידם איז דער זיידע צו געקומען צו מיר, זאגטס נאר דו ווייסט וויזוי מען צינד דאס אן? זאג איך אים יא, זאגט ער נו לערן מיך אויס...

איך הייב אן מסביר זיין מען דריקט אראפ די רויטע ענד באטען און מען האלט דאס פעסט אן פאר א פאר סעקונדעס און דערנאך קען מען דאס שוין אויסלאזן און בעזהשי"ת וועט זיך דער טעלעפאן אנצידן..

הפלא ופלא! ביז צוויי מינוט איז דער איד געווארן א פראפעשנעל סעל אנצינדער ער האט עס אליין פרובירט און יא! עס האט זיך אנגעצינדן.

חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, בך בטחו...

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:34 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
וואס וויסטע, חחחח....

(באלד קומען די "רעלסן וועכטער" און גייען דיר ארויסווארפן פון דאנעט)

געשריבן: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:37 pm
דורך וואס וויסטע
חחח

איך טייפ אפ עס הנראה לעניות דעתי, דערנאכדעם קען מאן דהוא טון דעמיט וואס ער וויל, אינקלודינג אבער נישט אויסשליסלעך: שלעפן, ריקן, מעקן, שניידן, איי דאנט קעיר!

ווען איז דער נעקסטער באס צום נושא??

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:40 am
דורך גוגל
טעק 2008 פעסט פארווערד 2014, ברענגטס ארויף א שמייכעל אויף ענקער ליפן, הייבטס אן ליינען פון אנפאנג

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:52 am
דורך Alien
דורך געליינט. ס'געפעלט מיר, בלעקבערי קראכט נישט...

און אנדערע נייעס, קוק ווי מען רעדט פון מעקען נאך איין וויץ. יא נאך בלויז איין תגובה אוועק פונעם עצם ענין, און מען רעדט שוין פון מעקען.
ווי אויך בין איך נייגעריג וויפיל בלעטער וואלט די אשכול געהאט היינט צוטאגס?לכאורה מינינמום פופציג.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:58 pm
דורך קנאפער ידען
גוגל האט געשריבן:טעק 2008 פעסט פארווערד 2014, ברענגטס ארויף א שמייכעל אויף ענקער ליפן, הייבטס אן ליינען פון אנפאנג

חחחחחח, דער בלעקבערי קראכט נישט... און איינער ווארט שוין אויף דער גוגל ענדרויד...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:02 pm
דורך שנאפס
א זיסע אשכול

איז דא אזא אשכול פון די ראוטערי פאון עפאכע? איך וואלט געקענט באשטיין צו זעהן ווי מאשקע איז מסביר די מעלות פון די נייע טעלעפאנס מיט די קנעפלעך...