בלאט 1 פון 1

בלעקבערי בלענד (Blackberry Blend), דער סמארטפאון אויפן קאמפיוטער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:51 pm
דורך קנאפער ידען
אין אנדערע שטארקע נייעס פאר בלעקבערי באנוצער נאך דער בלעקבערי פאספארט ריליס, איז ארויסגעקומען בלעקבערי-בלענד, דאס גיבט די מעגליכקייט צו נוצן דעם בלעקבערי דורכן פיסי מעק אייפעד אדער ענדרויד טעבלעט.

מען דארף האבן די לעצטערע אפדעיט 10.3 [מיט דער געליקטע ווערסיע פון 10.3 ארבעט עס נישט, מען דארף ווארטן פאר דער אפישעל ריליס פון 10.3 פאר אלע דעווייסעס] אדער די פעספארט וואס קומט אטאמטיש מיט דעם..

http://us.blackberry.com/software/deskt ... blend.html
{קרעדיט: היימישער איד}

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:09 pm
דורך שנאפס
דאס הייסט איך וועל קענען שיקן מעסעדזשעס און מענעדזשן מיין פאון פון קאמפיוטער? וואףףףףףףףףףף

נאך אביסל וועט דער קאמפיוטער זיין דער טפל צום פאון

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:04 pm
דורך באדינער
ווען הייסט עס קומט ארויס די 10.3 אפדעיט?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:10 pm
דורך קנאפער ידען
באדינער האט געשריבן:ווען הייסט עס קומט ארויס די 10.3 אפדעיט?

די באנוצער פון די אלטע בלעקבערי 10 דעווייסעס וועלן נישט קענען נוצן דער 10.3 אפדעיט, נאר דארפן ווארטן אויפן 10.3.1 אפדעיט, און עס איז אומקלאר ווען דאס גייט ארויסקומען, כאטש וואס בלעקבערי האט שוין געזאגט אז בעפאר ענדע 2014.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:14 pm
דורך באדינער
אהא, טענקס קנאפער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:51 pm
דורך ארטסקרול
א רעוואלאציענערישע איידיע. אבער מען דארף אויך אין אכט נעמען אז פאר אסאך מענטשן מיינט דאס קריטיש, ווייל אויב מען העקט דיין קאמפיוטער האבן זיי דיין גאנצע אינפארמאציע. בכלל איז אזא זאך מער אויסגעשטעלט צו א פעלערדיגע זיכערהייט.

נ.ב. די פאספארט פאון איז גאר שוואך. די טעג Giants בלאזן עס אוועק.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:38 am
דורך גוגל
ארטסקרול האט געשריבן:נ.ב. די פאספארט פאון איז גאר שוואך. די טעג Giants בלאזן עס אוועק.

זיי מסביר