אייוועלט: אינהאלטסרייכע אינטערוויא מיטן עקספערט רונן הלוי!

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

אייוועלט: אינהאלטסרייכע אינטערוויא מיטן עקספערט רונן הלוי!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מיר האבן דעם כבוד אייך פארצושטעלן א אינהאלטסרייכע אינטערוויא וועגן די נייע BB10 בלעקבערי 10 מיטן בלעקבערי עקספערט רונן הלוי (Ronen Halevy)!!! פון http://www.berryreview.com פאר מער וועגן ווער רונן איז, און וועגן די הכנות צו די אינטערוויא, אויך ווי מיר באדאנקן זיך פאר די אלע וואס האבן צוגעהאלפן צו די אינטערוויא, זעה די אשכול וואס מעלדט וועגן די אינטערוויא איין חודש צוריק http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=19359

מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן.

דא האט איר א בילד די אינטערוויא מעלדונג אשכול אויפגעמישט אויף די נייע בלעקבערי 10

בילד



שאלות געפרעגט דורך: די פאקט

שלום עליכם צו אייך רונן הלוי

קודם כל וויל איך מיך באדאנקן בשם כל הקהל הקודש אין די נאמען פון אייוועלט און אלע אונזערע חברים שרייבער און ליינער צוגלייך פארן אראפנעמען פון אייער ביזי סקעדזשועל צו ענטפערן אונזערע שאלות.

1) שאלה: אקדמות מילין איידער איך הייב אן צוצוגיין צום ענין האב איך געקלערט, צוצולייגן אביסל ספרינקל'ס צו די אייזקריעם, און צו מאכן די אינטערוויא מער אינטערעסאנט פריש און לעבעדיק, וועל איך אנהייבן –אויב איך מעג- מיט אפאר פערזענליכע פראגן וואס האבן נישט קיין שייכות צו די נייע בלעקבערי 10.
  • ענטפער: מיטן גרעסטן כבוד, אדרבה פרעג!
2) שאלה: איך הער צוריק גריסן, אז איר האט געהאט די געלעגנהייט צו זיין פוילן ביי דער יארצייט פון דעם הייליגען צדיק דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, וואלט איר אונז געקענט איבערגעבן אין געציילטע ווערטער אייערע געדאנקען און געפילן וועגן די לעצטיגע נסיעה קיין פוילן? אפאר בילדער וואס איר האט דארט געכאפט וואלט געווען געוואלדיג!!!
  • ענטפער: ענטפער: פוילן איז מיר געווען זייער א באלערענדע נסיעה אבער נישט קיין גרינגע. עס איז שווער אויפן הארצן, די זאך וואס האט מיך עכט טיף באטראפען איז געווען, ווען איך האב קענען געלערנט פון דער נאנט דאס וואס די נאצי'ס האבן געמאכט דעם גרעסטען אידישע בית-עולם אין דער וועלט.

    מיין פרוי'ס משפּחה איז פון פוילן און מיין פרוי איז פאקטיש אן אייניקל פונעם רבין ר' אלימלך. מיר האבן באזוכט אין ליזענסק, אטעטשט האט איר אפאר בילדער וואס איך האב דארט געכאפט, (זעה קומענדיגע תגובה)

    מיר האבן אויך באזוכט עטליכע שטעטלאך פון ווי מיין פרוי'ס זיידע – באבע זענען פונדערהיים, און עס איז געווען זייער טרויעריג צו זען די שטעט וואס פלעגן צו זיין - אין דער נישט ווייטער אמאל - צווישן דרייסיג ביז פינף און זיבעציג פראצענט אידן, האבן איצט נישט קיין איין איִדיש נפש.

    די היימשטאט ווי מיין מיין פרוי'ס זיידעס האבן געוואוינט, איז דער איִדישער בית החיים איבערגעפלאסטערט געווארן דורך די נאצי'ס, און איז איצט א שטאטישע פּארק.

    מיר זענען געגאנגען באזוכן די ישיבה חכמי לובלין וואו מיין פרוי 'ס זיידע האט געלערנט, יא עס איז הערליך רענאווירט, אבער עס מען קען דארט נישט געפינען קיין איד פאר די אויגן. אפילו ווארשע - פוילן'ס גרעסטע שטאט- האט בלויז אונטער 600 אידן, און אסאך פון זיי זענען אפֿילו נישט קיין אידן להלכה. פון די דריי א האלב מיליאן פוילישע אידן זענען געבליבן ווייניגער ווי א קומץ.!
3) שאלה: מיר זענען אלע אין 2013 ווי טעכנאלאגיע איז א ריזיגע טייל פון אונזער טעגליכן לעבן. אבער איר אלס "א פּרא און א גיק" וואס איז ראשו ורובו ושלחנו איינגעטונקען אין טעכנאלאגיע 24 שעה א טאג, ווי אזוי קענט איר אויסהאלטן און דורכגיין שב"ק צו זיין 24 שעה אן קיין טעכנאלאגיע. מיר אלע גייען עס דורך, אבער איך וואלט ליב געהאט צו הערן אייער בליק אויף דעם?
  • ענטפער: איך מיין דאס איז א מורא'דיגע שיינע קשיא!

    דער ענין פון זיך אפרייסן פון טעכנעלאגיע פאר איין טאג א וואך איז א זאך וואס איך האלט בכלל זייער שטארק דערפון.

    עס זענען דא א שיין ביסל אנדערע שרייבער'ס אויף די בערי רעוויא וועבסייט, און זיי זענען גאר שטארק בע'איינדרוקט און בע'גייסטערט פון די פאקט אז נישט קיין חילוק וואס עס זאל נאר נישט זיין, ריר איך אינגאנצן נישט צו צו קיין שום טעכנאלאגיע צום ווייניגסטנ'ס איין טאג יעדע וואך. עטליכע האבן זיך שוין אויסגעדריקט אז זיי וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא געלעגנהייט זיך צו קענען אויספלאגן און טאקע נאר קאנצעטרירן אויף די זאכן וואס זענען אמת'דיג וויכטיג אין לעבן. איך בין גליקליך און צופרידן אז איך האב די זכיה זיך צוצוהאלטן צו אזאלכע טייערע און איידעלע ווירדן, נישט קיין חילוק ווי שטארק טעכנאלאגיע ווערט א טייל פון אונזער לעבן. ווענט זיך אבער אלעס אין וואס איז דער עיקר, און וואס איז וויכטיגער אין לעבן, איך האלט אז שבת און יום טוב טוט ריכטיג ארויסברענגען דעם באגריף פון "ארבעטן ווי א מיטל צו לעבן" אנשטאט "לעבן צו ארבעטן"...
4) שאלה: אלס אן אפגעהיטענער איד האט איר זיכער געהאט זאכן וואס האבן זיך אנגעשטויסן מיט אייער פאך אלס א גיק, קענט איר מיט אונז מיטטיילן עפעס א אינטערעסאנטע זאך ווי אידישקייט האט אייך געשטערט אדער גאר געהאלפן אלס גיק?
  • ענטפער: עס איז מיר אינטערעסאנט אז איר פרעגט. איך בין גראדע זייער איבערגענומען ווי רעספעקט-פול און דרך–ארץ'דיג מענטשן זענען צו מיין צושטאנד אלס איד, פון די צווייטע זייט קען איך נישט ציילן ביי וויפיל קאנפרענצן איך בין שוין געווען ווי עס האט זיך געגאסן עסן לרחצה אבער איך האב גאנצעטע טעג נאר געגעסן דזשאנק פוד און אמאל אפשר א פארפרוירענע כשר'ע מאלצייט אויפן פליגער אויב עס איז געווען צו באקומען...

    ביי די פאריגע בלעקבערי קאנפֿערענץ איז יום כיפור אויסגעפאלן פונקט אינמיטן די עווענט. פארשטייצעך אז איך האב מיך נישט געקענט באטייליגן ביי דעם קאנפֿערענץ, אבער דאך האב איך געהאט א שאלה - וואס איך האב מיך באראטן מיט מיין רב - אויב איינער פון מיינע שרייבער'ס קענען גיין צום קאנפרענץ בשליחות פון בערי רעוויא, אפֿילו אויב עס איז נישטא קיין געלט פארדינסטן דערין. די מינע זאכן קומען כסדר ארויף, אבער איך האב איינגעזען אז דער בעסטער לעזונג איז, צו זיין קאנסיסטענט, אין נישט צו מאכן קיין שום פשרות אין אידישקייט, נישט קיין חילוק וואס עס זאל נאר נישט אונטערקומען.
יעצט לאמיר צוקומען צום ענין פון דעם בלעקבערי 10, איך וועל גיין לויטן סדר פון די פרעגער'ס, אבער קודם א בילד פון די אייוועלט מעין פעידזש אויף א בלעקבערי 10

בילד



שאלות געפרעגט דורך: וויכטיג מאכער

5) שאלה: איך דארף א בלעקבערי 10 ווייל מיין יעצטיגע בלעקבערי ווערט זייער שטייט... ס'טראכט... יעדעס מאל איינער לייגט ארויף א גרופ בילד איז די פאון געפרוירן פאר דריי מינוט, טאמער קומט איינער ארויף אויף די גרופ, פארגעט איט! די פאון גייט חרוב!!!

אלס א פארנומענער און שווערער בלעקבערי באניצער וואלט איך מיך ווען געווינטשן צו הערן אז די נייע בלעקבערי 10 פאון גייט זיין "שנעלער", און אז דער פראסעסער וועט זיין סאך בעסער ווי די וואס מיר האבן איצט. צום ביישפיל, דערווייל ווי איר ווייסט אוודאי; איז די בלעקבערי נישט אזוי צופרידן אויב א באניצער איז אין א סאך גרופ'ס און טאמער לייגט מען איינעם ארויף אויף די גרופ, פארגעט איט! קראכט די פאון!, אדער אפילו ווען מען קוקט א בילד פון א גרופ. ווערט עס זייער שטייט, און יעדעס מאל איינער לייגט ארויף א גרופ בילד ווערט די פאון געפרוירן פאר דריי מינוט וכו' וכו'

מיין שאלה איז: אין בלעקבערי 10 גייט עס ווערן געפיקסט? גייט די בלעקבערי 10 נישט אזוי פריזן? ס'טייטש, אפילו איך האב (למשל) 10 גרופס, און ווען איינער קומט ארויף אויף די גרופ?! וועט די פאון קענען פארנעמען 10 גרופ’ס אויף איין פאון און ווייטער גיין געשמירט און ווען מ'ריבאאט די פאון, ווי לאנג גייט עס נעמען (פאר איינעם וואס האט אסאך גרופ'ס)?
  • ענטפער: די ענטפער איז, יא! אסאך בעסער! די נייע בלעקבערי 10 פראסעסער איז א דועל קאור (dual core) 1.5Ghz פראסעסער און דערווייל האב איך נאכנישט בייגעוואוינט אז ס'זאל ווערן שטייט, בבמ גרופ’ס זענען זייער זייער שנעל און געשמירט. ריבאאטן די פאון נעמט עטוואס איבער א מינוט אבער עס פעלט שוין עכט מער נישט אויס צו דארפן ריבאאטן כסדר, ווייל מען דארף שוין מער נישט ריבאאטן ביים אינסטאלן אפליקעישאן'ס. אפילו די ווייערלעס OS אפגרעיד'ס לאזן אייך אויס קלויבן ווען איר ווילט ריבאאטן נאכדעם וואס זיי ווערן דאונלאודעד.
6) שאלה: נעקסט, מיין בעסטע פיטשער פון די בלעקבערי פאון איז די בלעקבערי קיבארד, ווען גייט זיין א בלעקבערי 10 מיט א געהעריגע קיבארד (Q10)? און ווען גיי איך קענען האבן אזא פאון מיט ספרינט?
  • ענטפער: דער בלעקבערי מיט א פולע קיעבאורד איז געסקעדזשולד ארויסצוקומען אין אפריל אדער אנפאנג מאי אבער עס ווענדט זיך באמת אין ספרינט...
7) שאלה: די אייפאון און געלעקסי וכד' כאפן ווידיאוס און מורא'דיג קלארע בילדער, גייט די בלעקבערי 10 קאמפיטן מיט זייער קעמערע?
  • ענטפער: די קעמערע פאר זיך האט בעסערע הארדוועיר ווי די אייפאון קעמערע, און נעמט מורא'דיג גוטע און קלארע בילדער, עס קומט אויך אריינגעבויט (בילט אין) א געלונגענע פאטא עדיטער. אבער פון די צווייטע זייט דארף בלעקבערי נאך אסאך טון אינעם ענין פון סאפטוועיר פראסעסינג. און זיי האבן טאקע פונקט יעצט רעליסט א סאפטוועיר אפדעיט צו פארבעסערן די קעמערע, און נאך אפדעיט'ס זענען אויפן וועג!
8) שאלה: קען זיין איך האב נאך, דאס איז אויף די מינוט... טענק יו ווערימאטש!!! אופס, כאפאגעסן... קען איך האבן א פרי פאון...
  • ענטפער: זיכער... דארפסט מיר אבער קודם נאר שיקן א טויזענט דאלער : smile:


שאלות געפרעגט דורך: קעניגזאן

9) שאלה: מיין איינציגסטע שאלה איז: פארוואס פריזט אזוי דער בלעקבערי? פארשטייט זיך אז וועסט האבן 7 תירוצים, אבער פארוואס טוט גארנישט בלעקבערי דערצו, זיי זעען דאך אז זיי האבן פארטריבן דערמיט מיליאנען קאסטעמערס.
  • ענטפער: זעה ענטפער אויף שאלה נומער 5


שאלות געפרעגט דורך: ווער בין איך?

שלום עליכם!

ביז אנדערהאלבן יאר צוריק בין איך געווען א שטארקער בלעקבערי חסיד וואס איז געווען אפ טו דעיט מיט אלע רים און בלעקבערי נייעס, איך האב געטוישט צו די HTC EVO 3D און דערנאך צו מיין באליבטע סעמסאנג געלעקסי SIII אויף די אנדרויד פלאטפארמע און איך בין זייער שטארק צופרידן עס צו נוצן.

10) שאלה: וועלכע פונקציעס קען איך ערווארטן צו געפונען אויף די נייע בב10 וואס איך פארמאג נישט אויף מיין סעמסאנג געלעקסי SIII און וועלכע פונקציעס וואס מיין סעמסאנג געלעקסי SIII האט יא און איך וועל עס נישט טרעפן אויף די בב10
  • ענטפער: אייגענטליך דריי איך מיך ארום מיט א סעמסאנג געלעקסי SIII אין טאש, אזוי אז איך זאל מיך נישט פאפן און באקומען א שטיקל געפיל פון די קאמפעטישן...

    איין זאך וואס איר וועט זען וואס דער בב10 קלאפט אוועק אנדרויד איז אין קאמוניקאציע. איך בין איבעראשט אז אנדרויד האט נאכנישט ערפונדען א מהלך ווי אזוי אינאיינעם איינצוגלידערן (אינטערגרעיטן) אלע אייערע אימעילס, טעקסט, טשעט, אנדערע מודעות און אלע מינע קאמיוניקאציע אין איין פלאץ אזוי ווי די בלעקבערי האב. אין אנדרויד איז קודם כל יעדע מין אימעיל אדער מודעה וכו' אויף אן אנדערע פלאץ און\אדער טוט עס אנצינדן אן אנדערע עפפ.

    אויך נוצט בב10 די בעסטע סארט קיבאורד פון אנדרויד פון סוויפטקי (וואס אין אנדרויד קומט עס נישט אריינגעבויט נאר מ'דארף עס צוקויפן) און בלעקבערי האט עס נאך גאר אסאך בעסער געמאכט!

    און טאקע אויך די דזשעסטשערס (באוועגונגען) וואס בלעקבערי 10 האט צוגעלייגט מאכן אז די פאון זאל זיין מורא'דיג גרינג צו נוצן.

    און בעצוג צו וואס איר פרעגט וועלכע באדינונגען פון אנדרויד וואס איז נישטא אין בב10 איז, אז מען וועט נישט קענען העקן די פאון, טוישן די ראם, קויפן אן אנדערע קיבאורד, אדער רוטן די פאון.
11) שאלה: די קיבאורד פון די Q10 וועט זיין די זעלבע געלונגענע און פעסטע קיבאורד ווי מיין אלטע קוירוו פלעגט צו האבן?
  • ענטפער: אויך איך פלעג זיין אן אומבויגזאמער דיי הארד קווערטי (QWERTY) קיבאורד ליבהאבער אויף די בלעקבערי באלד 9900, אבער בלעקבערי האט אמת'דיג געמאכט א גוטן דזשאב דא, און זיי האבן אהערגעשטעלט די בעסטע טאטש קיבאורד וואס איז נאר מעגליך אויף די וועלט, ווען מ'רעדט פון טייפן אויף גלאז איז דאס די בעסטע קיבארד וואס איך האב געזען אין מיין לעבן. טאקע נישט אינגאנצן ווי א פיזישע קיבאורד אבער עס איז געוואלדיג!. מורא'דיג פשוט, מען דארף נאר טייפן, און עס טוט אויטאמאטיש אויסבעסערן אזוי גוט אז מען דארף ניטאמאל קוקן.
12) שאלה: ווי אזוי איז די שערינג סיסטעם? למשל שערן וועב לינק'ס בילדער און דאקומענטן אויף די בב10?
  • ענטפער: עס זייער גרינג און סופער שנעל. איך נוץ עס כסדר צו שערן סקרין שאטס און איך שער בילדער וואס איך באקום אויף אן אימעיל אטעטשמענט.
13) שאלה: האט גוגל ארויסגעגעבן עפפ'ס פאר אלע זייער אויפגעכאפטע סערוויסעס, ווי דזשימעיל, דרייוו, וואויס וכו'?
  • ענטפער: ווייטאגליך, אבער גוגל האט נאכנישט רעליסט אלע זייערע עפפ'ס. אבער ס'קומט שוין אריינגעבויט מיט דזשימעיל, גוגל קאנטאקטס, און גוגל קאלענדער אויף בב10. איך האב אויך אליינס סיידלאודעד גוגל מעפ'ס און דזשי פי עס נאוויגאציע און עס ארבעט שיין! מען קענען אויך סיידלאודען גוגל וואויס צו באקומען גוגל וואויס טעקסט מעסעדזשעס אבער צו קאלן מיט גוגל וואויס דארף מען דערווייל נוצן די וועב עפפ.
דאס האב איך פאר יעצט, יישר כח!



שאלות געפרעגט דורך: לכתחילה אריבער

קודם יישר כח גדול זייער א גוטע איידיע, און דאס וועט ארויף ברענגען אייוועלט צו א נייע שטאפל, פון ערענסטע ווערק.

14) שאלה: מיין פראגע איז אזוי: אזוי ווי עס איז באוויסט, איז בלעקבערי'ס מאדעל געווען צו אפעלירן צו די ביזנעס אריענטעד וועלט, דאס רעכענט אריין טאקע ביזנעסלייט, ביזנעסער און אויך רעגירונגען וכדו'. אבער יעצט אז בלעקבערי האט זיך שטארק פארלייגט אז עס זאל זיין זייער ענדליך צו די אנדערע פאפיולערע סמארט פאונס, ווי אייפאון און אנדרויד, ווי אזוי פלאנט בלעקבערי אנצוהאלטען דעם פראפעשינעל ערענסטן אימעדזש וואס בלעקבערי האט געהאט ביז היינט? אדער קען זיין אז בלעקבערי פלאנט טאקע אויפצוגעבן, און ווערן פשוט נאך א אפציע אינעם יעצטיגן קאנקורירענדן סמארט פאון מארקעט?
  • ענטפער: דאס איז קלאר אן קיין צווייפל אז בלעקבערי בלייבט ביי זייער ציל, און ביי זייער ביזנעס מאדעל און זיי וועלן זיך ווייטער פארלייגן צו אפעלירן בעיקר צו די ביזנעס וועלט. זיי האבן נאר יעצט פרובירט און געארבייט צו מאכן זיכער אז דער איינצעלנער יוזער זאל מער נישט מוזן ליידן צוליב דעם וואס בלעקבערי וויל האלטן זייער ביזנעס אימעדזש. אין אנדערע ווערטער, האבן א בלעקבערי מיינט מער נישט אז איר קענט נישט האבן אלע אפ-טו-דעיט באקוועמליכקייטן און אז איר באקומט נישט די לעצטע געימס.


אנדערע שאלות:

15) שאלה: ווי אזוי קען זיין אז דער נייער בלעקבערי איז גוט פאר ביזנעסער און ענטערפרייזעס און און סיי פאר יחידים אין דער זעלבער צייט, און ווי אזוי פונקציאנירט עס אין דעם אספעקט בעסער ווי אנדרויד און ווינדא'ס טעלעפאנען ווער רעדט נאך פון אייפאון?

וואסערע נייע סעקיוריטי פיטשער'ס האט די בלעקבערי 10 וואס אנדערע מאביל אפערעיטינג סיסטעמ'ס פארמאגן נישט?
  • ענטפער: דער הויפט מעלה פאר ביזנעסער איז בלעקבערי באלאנס, אבער פאר דעם מוז מען האבן BES10 (בלעקבערי ענטערפרייז סערוויס).

    דאס פלאץ איז צו באגרעניצט אריינצוגיין צו טיף אין די נושא, אבער בלעקבערי ענטערפרייז שטעלט אהער גאר שטארקע סעקיוריטי פיטשערס ענליך צו די אריגינעלע בלעקבערי דעווייסעס. אנדערש פון איי-או-עס און אנדרויד וואס פראבירן צוצולייגן לאטעס און ארויפשרויפן סעקיורעטי אויף א אומזיכערע פראדוקט, בשעת בלעקבערי 10 איז דיזיינד צו זיין סעקיורד.
16) שאלה: גייט דער בלעקבערי 10 האבן די עס-א-גאסט באניצער פונקציע אזוי אז אויב איך בארג מיין טעלעפאן פאר א חבר זאל עס קענען ווערן אקטיוויזירט?
  • ענטפער: דערווייל האט בלעקבערי נאכנישט די עס-א-גאסט פונקציע, אבער די בלעקבערי 10 האט שוין די פעאיגקייט פאר מערערע יוזערס.
17) שאלה: וויאזי ארבעט פערמישענס, זענען זיי בעסער אין בלעקבערי 10 ווי אנדערע מאביל אפערעיטינג סיסטעמס?
  • ענטפער: פערמישענס זענען ענליך צו "לעגעסי דזשאווא בלעקבערי דעווייסעס" אבער בלעקבערי האט געטוישט די נעמען (נעמינג קאנווענשאן) כדי עס זאל זיין מער פארשטענדליך פאר די ענד יוזערס. עס איז שווער צו זאגן צו עס איז בעסער אדער ערגער ווייל עס ארבעט אנדערש מיסודו.


און יעצט ווען האלב פראגן זענען שוין פארענטפערט לאמיר זעהן א בילד ווי אונזער עקספערט רונן האלט די נייע בלעקבערי 10 מיט אייוועלט אויפגעמישט, אין די בעקגראונד זעהט מען א בילד פון רונן מיט די CEO פון רים.

בילד



שאלות געפרעגט דורך: וואדקע

איך האב געליינט א היפש שלעכטע אפשאצונג פון א בלאגגער וואס לייגט אראפ די גאנצע אויפטוה פון די בלעקבערי "האב" אלס איין גרויסע פלאפ, בעיקר צוליב דעם וואס ווען מען איז אין אן אפליקעישאן דארף מען אפאר מאל "סווייפען" אנצוקומען צו די האב, און אזוי אויך ווען א מעסעדזש קומט אריין איז נישט דא קיין אפשען פון האבען א פאפ-אפ צו זעהן א פריוויא פון די מעסעדזש, סא די ביידע חסרונות צוזאמען, פון נישט קענען זעהן ווער עס האט יעצט געשיקט א מעסעדזש און נישט האבן א שארטקאט צו די מעסעדזש, מאכט עס פאר די ערגסטע מעסעדזשינג און פאלדער מענעדזשמענט סיסטעם אין די וועלט פון סמארט פאונ'ס,

עס איז מיר גראדע אינטרעסאנט, ווייל לויט ווי איך געדענק, איז פארהאן א "געסטשער" וואס ברענגט גלייך ארויף די האב נישט קיין חילוק ווי טיף מען איז אין אן אפפ,

לינק צו בלאג http://blogs.reuters.com/mediafile/2013 ... rikes-back
זעה אויך זיינע טענות לגבי די פאלדער מענעדזשמענט צום סוף
אוסצוג פון די בלאג האט געשריבן:
די הויכפונקט פון בלעקבערי 10 איז זיך צו פארלאזן אויף א "האב" וואו אלע מעסעדזשעס געפונען זיך - טעלעפאן קאל'ס, טוויטער אינטערעקשאנס, אימעיל'ס, טעקסט, פעיסבוק מעסעדזשעס, אא"וו, אויף פאפיר איז דאס נישט קיין שלעכטע געדאנק. מען קען זאגן אז "א מעסעדזש איז א מעסעדזש" סיי צו עס קומט אן דורך א דעטע נעטווארק, סיי דורך א סאושעל נעטווארק און סיי און דורך א מענטש-צו-מענטש טעלעפאן קאל. און דאס איז די מהלך ווי אזוי די אייפאן און אנדרויד באהאנדלען עס, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן וועג.

די פראבלעם איז אבער אז די האב איז באהאלטן. עס קען צומאל זיין פיר סווייפס אוועק. ווען איר זענט אין אן עפפ מוזט איר פארמאכן די עפפ צוצוקומען צו די האב. און אויב זענט איר טיף אינעווייניג אין די "סעטטינגס" דארפט איר ארויסבעקן סקרין-ביי-סקרין פאר איר קענט אפילו אנקומען צו פארמאכן די עפפ. אויב איר האט למשל איבערגעלאזט א דרעפט ענטפער צו אפאר אימעילס אין די האב, און אוועק געגאנגען, מוזט איר דאס אפילו אויסקלארן איידער איר קענט נאכאמאל אנקומען צו די האב. אויף אנדערע פלאטפארמען איז דער נאטיפיקעישן סקרין אייביג דא, איין סווייפ אוועק.

און דאס איז נאכנישט אלעס, עס באדערט מיך א ערגערע זאך, אז עס איז נישטא קיין "פאסיוו אינדיקעיטער" דאס מיינט א טול פאראויס צו זעהן די אינהאלט אדער מקור פון א מעסעדזש. א זאך וואס איז דא סיי ביי אייפאן און סיי ביי אנדרויד דעווייסעס, אויף די אייפאן, למשל, פאפט ארויף א בעננער וואס ווייזט אייך צו עס איז אן אימעיל, צו א סי ען ען אלערט אדער א טוויט. יא! די בלעקבערי 10 מאכט טאקע א רעש און א בליץ וואס פארציילט אז עס איז דא א מעסעדזש - אבער עס געט נישט קיין שום אנדייטונג אדער סימן וואסערע מין מעסעדזש דאס איז. וואסערע מין קול קען מען אביסל אנשטעלן, אזוי אז לויטן מין קול קען מען כאטש וויסן צו דאס איז אן אימעיל וכדומה, אבער עס געט נישט קיין שום שפור וועגן וואס דער אימעיל איז, דאס געוואר צו ווערן דארפט איר אפלאזן אלעס און גיין אויסטשעקן די האב. דאס איז געפערליך. און ביי דיפאלט איז אפילו דאס אויך נישטא, אזוי רוב מענטשן באקומען נישט מער ווי אן אנגייענדע סטריעם פון מעסעדזשעס, סתם ס'גיסט זיך מעסעדזשעס. און ווען מען באקומט א מעסעדזש האט מען האט גארנישט פון אן אלערט סערוויס, אויב מען באקומט נישט גענוג אינפארמאציע צו באשליסן אויב מען זאל עס איגנארירן אדער אריינגיין דערין. און אויב די לעצטע מעסעדזש איז נישט וויכטיג. ווי עס איז דער פאל מיט רוב מעסעדזשעס, ווערט די האב זייער שנעל נוצלאז.

מיר קומט אויס די האב ווי פאוולאוו'ס הינטל און זיינע געפינסן
הערות המסדר: וועגן פאוולאוו און זיין הינטל זעה די לינק'ס
http://www.nobelprize.org/educational/m ... dmore.html
http://en.wikipedia.org/wiki/Ivan_Pavlov


די אומאויסגערענכענטקייט פון בלעקבערי טוט זיך אויסברייטערן אפילו צו די יסודות'דיגע מהלך פון עפפס. עס איז נישטא קיין "טרעי" אוועקצולייגן "די עפפס וואס מען נוצט אפט" אויף קיין איינס פון די פילע עפפ סקרינס. און דער מעין סקרין איז אויך פארפאטשקעט געווארן, עס דינט גאר ווי אן ארכיוו צו די לעצטע אכט עפפס וועלכע מען האט געעפנט. אין אנדערע ווערטער, די "פריים ריעל עסטעיט" ווערט נישט אויסגעניצט געהעריג, נישט פאר דינאמישע קאמיוניקעישאן אפדעיט'ס און נישט פאר א וועג אנצוקומען צו די עפפס וואס מען וויל קענען גרינג צוקומען. עס איז רעזערווירט פאר "פון וואו מען קומט שוין פון" און נישט "צו וואו מען גייט", און דאס איז שווער צו פארקוקן.
18) שאלה: מיין קשיא איז זייער פשוט, איז עס טאקע ווי דער בלאגגער זאגט אז די האב איז באהאלטן אונטער אלע אפלאקעישאן לעיער'ס אדער איז עס אייביג נאר א דזשעסטער אוועק?
  • ענטפער: די דזשעסטער צוצוקומען צו דעם האב איז אייביג נאר איין דזשעסטער אוועק!

    יענער בלאגגער רעדט פון איין מין דוגמא, למשל ווען מען האט אפען א דרעפט פון אן אימעיל אין די האב, מוז מען צומאכן די דרעפט כדי נאכאמאל צו זעהן די פולע האב.

    לאמיך אביסל קלארער ארויסברענגען ווי אזוי די האב ארבעט; די דזשעסטער אנצוקומען צו די האב איז למעשה צוויי דזשעסטער'ס. די ערשטער סווייפ אויף ארויף, וועט ווייזן א ליסטע פון אלע נאוטאפאקעישענס. צום ביישפיל: 10 אימעיל'ס, 3 בבמ'ס, און 10 טעקסט'ס, אא"וו. אויב וועט מען ווייטער סווייפן צו רעכטס, גייט עס צו א פריוויא פון די האב. און יעצט אויב מען לאזט עס אפ, בלייבט מען אין די האב, אבער אויב מען סווייפט צוריק גייט עס צוריק צו די אפענע עפפ. דאס איז מורא'דיג גרינג צו נוצן. נאר אויב קומט מען פון אן אנדערע פלאטפארמע וועט מען זיך נאך דארפן אביסל צו געוואוינען דערצו.


שאלות געפרעגט דורך: ווינקל

19) שאלה: טוט די בלעקבערי סאפארטן אידיש?
  • ענטפער: יא אוודאי, די בלעקבערי 10 טוט סופארטן היברו.
20) שאלה: מסתם שוין צוואנציג אירע געפרעגט, ווי אזוי ארבעט די בלעקבערי 10 מיט וועב פילטערס וואס זענען פארלאנגט פאר די ארטאדאקסישן אידנטום?
  • ענטפער: דערווייל קען מען נאר מאכן אז דער בלעקבערי זאל ארבעטן מיט א פראקסי, אויף די ביזנעס חלק אויב מען האט ענטערפרייז. אבער איך איך מיין אז מען קען דערווייל נישט פארשליסן די פערזענליכע חלק ביז אפריל אדער מאי. עס איז אויך דא אן אפציע אז דער עקסטשעינדזש אדמיניסטרעטאר זאל מאכן אז מ'זאל זיך נויטיגן אין א VPN קאנעקשן. איך בין נאכנישט אזוי קלאר ווי אזוי דאס וועט זיך אויסארבייטן.


שאלות געפרעגט דורך: געלעגער

21) שאלה: פון אייער ערפארונג אלס יוזער, ווי לאנג האט אייך גענומען ביז איר האט זיך צוגעוואוינט צום פארלוסט פון די קיבאורד. איז עס אזוי גוט ווי זיי זאגן אז אין א פאר טאג שפירט מען אפילו נישט אז מ'בענקט זיך צוריק צו די קיבארד?
  • ענטפער: איר מוזט עס אליין אויספראבירן!!! אז איר וועט עס אליין נוצן וועט איר עס פארשטיין. איך וואלט געזאגט אז איך בענק מיך גאנץ ווייניג דערצו. איך בין טאקע נישט צופרידן 100% אבער מער ווי 90% !!! בעיקר וועגן דעם ווייל די בלעקבערי 10 קיבארד פארשטייט דעם קאנטעקסט פון וואס איר טייפט. ווער רעדט נאך אז דו וועסט עס צושטעלן צו די שוואכע ערפארונג וואס איך האב געהאט אויף אנדרויד און איי-או-עס.
22) שאלה: בעטערי לעבן. דאס איז א ענין וואס איז נישט דערמאנט געווארן ביי די קאנפרענץ און עס גאר שטארק נוגע. למעשה פון דיין ערפארונג, ווי לאנג טוט די בעטערי דויערן?
  • ענטפער: די בעטערי לעבן קען מען פארגלייכן צו די 9900, ספעציעל נאך די לעצטע OS אפדעיט.
23) שאלה: זאג דעם אמת, דעם גאנצן אמת, אבער טאקע נאר די אמת. האט דיין טעלעפאן שוין געפרוירן?
  • ענטפער: נאופ! די טעלעפאן טוט מער נישט פרירן און עס האט אפילו מער נישט קיין בעכערל (א זאמד זייגער)! : smile:

    אבער מיט אנדרויד עפפס וואס זענען סיידלאודעד און נישט אפטימייזד האב איך שוין געהאט עפפ'ס קראכן אויף דעם טעלעפאן.
24) שאלה: ליינענדיג עטליכע בלאגס האב איך אריינגעבאמפט אין איינעם וואס רעדט זיך אפ, יענער טענה'ט אז אויב האט מען אפן מער ווי 10 עפפס אויף איין מאל, ביים עפענען די 11'טע וועט זיך איינס פון די אפענע עפפס אויטאמאטיש פארמאכן אן א ווארענונג, און אנדעם וואס עס זאל געבן די אפציע אויסצוקלויבן וועלעכע עפפ מען וויל פארמאכן!. איז עס אמת?
  • ענטפער: יא, איר קענט האבן נאר ביז 8 עפפס אפן אין דער זעלבער צייט. אויב עפנט איר א ניינטע וועט זיך די עלטסטע געניצטע עפפ אויטאמאטיש פארמאכן. עס מאכט זיך אבער גאר זעלטן אז דאס זאל פאסירן.

    אויף די אנדערע האנט, איין זאך וואס פעלט עכט איז, די אפשן אנצושטעלן געוויסע עפפס וואס זאלן אייביג אויטאמאטיש לויפן אין דער הינטערגרונט די גאנצע צייט. דאס גייט נאכקומען אבער ביז דעמאלט קענען זיך עפפס אנצינדן אין דער הינטערגרונט נאר ווען זיי באקומען א פוש ריקוועסט.
25) שאלה: בלעקבערי גרופ’ס זענען געבליבן די זעלבע? עס איז נישט צוגעקומען די פיטשטער פון שיקן קיין וואיס נאוט'ס? (איך ווייס אז אויב מען וועט עס צוטשעפען צו א בילד וועט עס ארבעטן) און וואס טוט זיך מיט שיקן ווידיאס?
  • ענטפער: בבמ גרופ’ס זענען טאקע די זעלבע אבער פיל שענער און שנעלער. בנוגע די אפלאודן וואויס נאוט'ס און ווידיאו'ס צו א גרופ, קען זיין עס איז דא, אבער איך האב עס נישט באמערקט, אבער עס איז נישט קיין ראי' ווייל איך נוץ עס עכט נישט.

    די בלעקבערי 10 האט א עפפ מיטן נאמען "רעמעמבער", זייער א געשמאקע עפפ פאר טעסקס, נאוטס, און אזוי ווייטער.
26) שאלה: וואס טוט זיך וועגן גוגל טאלק? ארבעט עס געהעריג? אדער די אלטע קאפווייטאג גייט ווייטער אן; סיינט זיך עס נאך אלץ ארויס אינמיטן רעדן? לאגט זיך עס סתם אזוי ארויס פאר גארנישט?
  • ענטפער: בעצם האט בלעקבערי געבויט פאר גוגל טאלק א פרישע סיסטעם פונדאסניי. איינער פון די מעלות איז אז אפילו אויב איר זענט אויף א פלאץ וואו די פאון כאפט נישט וועט נאך אלס דער מעסעדזש אנקומען צו אייך. אויף די אנדערע האנט, וועט עס נישט ברענגען די חלקים פון דעם שמועס וואס איר האט געהאט אויף אנדערע דעווייסעס (אזוי ווי ביי די אנדרויד גוגל טאלק עפפ.) למעשה ארבעט עס "שוין" זייער פיין, אבער עס איז אין פלאן עס אסאך צו פארבעסערן.

    די גרעסטע פראבלעם וואס מיר באדערט דערווייל איז, אז מ'קען נישט מאכן אז גוגל טאלק זאל זיך אויטאמאטיש אנצינדן ווען מ'צינדט אן די טעלעפאן..
27) שאלה: ביי די רעליס שאו האט איינער דערמאנט וועגן קענען אריינלאגן אין א חבר'ס דעווייס דורך בבמ. קענט איר מיר געבן מער פרטים? קען עמיצער פאקטיש ארויף קומען און קוקן מיינע בילדער און ווידיאוס, אראפנעמען און צולייגן פיילס?
  • ענטפער: א צייט צוריק האט בבמ צוגעלייגט וואויס טשעט, און אין בלעקבערי 10 איז צוגעקומען ווידעא טשעט!!! און יא! עס איז אויך דא אן אפציע צו שערן די סקרין. דאס מיינט אז מען קען מיטטיילן וואס מען טוט אויף די טעלעפאן מיט א חבר דורך בבמ בשעת א ווידעא טשעט, דארפסטו נאר קליקן די שער סקרין אפציע און דעמאלט קענסטו אנהייבן ווייזן דיין ווארד דאקומענט'ס, בילדער, אדער סיי וואס דו זעסט יעצט אויף דיין טעלעפאן. עס ארבעט הערליך שיין, און עס וועט מורא'דיג גוט צונוץ קומען פאר ביזנעס יוזער'ס, אבער דער צוקוקער קען נישט האבן קיין קאנטראל איבער דיין טעלעפאן.
איך מיין אז דאס איז עס, איך בין פארטיג אויף דערווייל, עס איז פארגעניגען צו רעדן מיט אייך רונן. און איך דאנק אייך פאר דעם וואס איר האט אנטיילגענומען אין די אינטערוויא מיט אייוועלט.

נ.ב. פארשלאג: שטעל א לינק אויף דיין בלאג צו די אשכול אין אייוועלט אזוי אז דיינע אידישע ליינער וועלן הנאה האבן פון א אידישע פאוסט, יישר כח נאכאמאל!



שאלות געפרעגט דורך: שנאפס

28) שאלה: גייט מען עס קענען פילטערן? ענטפער: זעה פראגע 20

29) שאלה: גייט מען קענען אנשטעלן, אז ווען די ווייב נעמט די פאון אין די הענט זאל עס אוטאמאטיש פריזן?.. ענטפער: זעה פראגע 16 וועגן די עס-א-גאסט באניצער פונקציע

30) שאלה: ווען גייטעס זיין צובאקומען אויף ספרינט נעטווארק, וויפיל גייטעס קאסטן מיט א קאנטראקט ביי ספרינט? אויך ווען גייט זיין צובאקומען די פאון מיטן קיבארד? ענטפער: זעה פראגע 7

31) שאלה: וויפיל וועגט עס? ענטפער: אלע ספעק'ס קען מען טרעפן איבעראל אויף די נעט

32) שאלה: ווי קלאר גייט זיין די קעמרע? ענטפער: זעה פראגע 7

33) שאלה: גייט מען קענען אויסלעשן די קעמרע שאטער סאונד?
  • ענטפער: אויף די געהעריגע קעמערע עפפ נישט, און די סיבה דערצו איז, ווייל עס איז פארלאנגט דורכן געזעץ אין עטליכע לענדער. אבער אויב ווילסטו איז דא פרי עפפס וואס טוען עס.
34) שאלה: האב איך שוין פארגעסן…

35) שאלה: וואסערע מעסעדזש האט איר איבער צוגעבן פאר די קול מב... אופס.. פאר די אייוועלט ליינער

טענקס



שאלות געפרעגט דורך: שוועמל

36) שאלה: די נייע בלעקבערי איז שוין אין באניץ פאר אפאר וואכן אין ענגלאנד און קאנאדא, און מען זעהט אבער נישט די ערענסטע אויפשאקלונג אין די פירמע וואס איז געווען ערווארטעט, און אויך איז מיר אינטערעסאנט פארוואס זענען זייערע סטאקס אזוי אומסטאביל? איז דאס נארמאל?
  • ענטפער: דערווייל טוט די בלעקבערי סטאק נישט אפשפיגלען די פאקטישע מצב פון דער פירמע, מען וועט זען זאכן וועלן זיך אנפאנגען צו סטאבילעזירן ווען בלעקבערי וועט מעלדן זייערע פארדינסטן סוף חודש.
צום שלוס בשם אלע חברי אייוועלט טוען מיר זיך נאכאמאל באדאנקען פאר אייער טייערע צייט און פארן מאכן מיט אונז די אינטערוויא, דער עולם איז זייער עקסיידעד!!! א גרויסן יישר כח און א פרייליכן פורים.
  • א פארשפעטיקטן... פרייליכן פורים צו אייך אויך!
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שיינע בילדער וואס רונן הלוי האט מיט אונז געשערט פון זיין נסיעה אויף פוילן לרגל די יארצייט פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע

בילד
ציון הק' פון רבי ר' אלימלך פון ליזענק געכאפט דורך: רונן הלוי

בילד
ציון הק' פון ר' אלעזר ב"ר אלימלך פון ליזענק געכאפט דורך: רונן הלוי

בילד
ציון הק' פון הייליגן רמ"א געכאפט דורך: רונן הלוי


בילד
א בילד פון ישיבת חכמי לובלין געכאפט דורך: רונן הלוי (זיין פרוי'ס זיידע האט דארט געלערנט זעה אינטערוויא)


בילד
די טויער פון די גרעסטע אידישע בית החיים אויף דער וועלט וואס די נאצי'ס ימ"ש האבן געמאכט, געכאפט דורך: רונן הלוי
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

WOW WOW א ריזן ישר כח!!

זייער אינטערעסאנט אין באלערענד!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

WOW

זייער שיין געענטפערט אלע קאשעס

שקויעך משה אהרן, געלעגער און אלע אנדערע וואס האבן צוגעהאלפן

--

זענען די בילדער געכאפט מיט די בב10?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך בין שטום!!!

דאס איז באמת א הערליכן אינטערוויו, א ריזן דאנק אייך.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

WOW WOW

א ריזן יישר כח פאר די-פאקט, געלעגער, פארדינט און אלע וואס האבן צוגעהאלפן צום אינטערוויא

!Special thanks to Ronen Halevy for his time, and for the clear and detailed answers to every question, We appreciate that

יעדער זאל קלאטשן.
לעצט פארראכטן דורך מאנ-יימער אום פרייטאג מארטש 15, 2013 1:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
Hardworker
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע: AT WORK

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hardworker »

ווער גייט מזכה זיין מיט א פי די עף?
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

עס גייט אי"ה נאכקומען די ענגלישע ווערסיע און א פי די עף מיט ביידע צוזאמען נעקסטע וואך
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

WOW WOW!!!!!!
איך וויל דא געבן א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן פאר די אינטערוויא, די וואס האבן אריינגעשיקט די שאלות, און די וואס האבן צוגעהאלפן מסדר זיין די שאלות און ענטפערס.
אבער ספעציעל קומט זיך א דאנק פאר ידידי "די פאקט" וואס האט אריינגעלייגט אסאאך שעות דאס אהערצושטעלן, סיי מיטן איבערזעצן, און סיי מיטן איבערשרייבן!
די זכות פון מזכה זיין אלע אידן דא מיטן נישט דארפן ארום וואנדערן אויף אנדערע פלעצער זאל ענק ביישטיין, עטס זאלטס געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

גוט שבת!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און וואס נישט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:WOW WOW א ריזן ישר כח!!

זייער אינטערעסאנט אין באלערענד!
Hardworker
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:24 pm
לאקאציע: AT WORK

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hardworker »

פארדינט האט געשריבן:WOW WOW!!!!!!
איך וויל דא געבן א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן פאר די אינטערוויא, די וואס האבן אריינגעשיקט די שאלות, און די וואס האבן צוגעהאלפן מסדר זיין די שאלות און ענטפערס.
אבער ספעציעל קומט זיך א דאנק פאר ידידי "די פאקט" וואס האט אריינגעלייגט אסאאך שעות דאס אהערצושטעלן, סיי מיטן איבערזעצן, און סיי מיטן איבערשרייבן!
די זכות פון מזכה זיין אלע אידן דא מיטן נישט דארפן ארום וואנדערן אויף אנדערע פלעצער זאל ענק ביישטיין, עטס זאלטס געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

גוט שבת!
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

wow!!! אויסערגעווענטליך שיין און באלערנט. יישר כח אלע וואס האבן געהאלפן עס ברענגן מכח אל הפועל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א הערליכע אינטערוויו. פול מיט ידיעות און חידושים. יישר כח פאר די פאקט און פאר פארדינט פארן צושטען אזא שיינע פולקאמע זאך.

איך ווייס דאך יא וויפיל שעה 'די פאקט' האט אריין געלייגט דערין. עס קומט זיך אים באמת א ריזן דאנק.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נתפעל צו ווערען, הערליך באלערענדע אינטערוויאו. דאס מסודר׳דיגקייט, ברענגן די שואלים גאנץ אריגינעל (מיט זייערע חכמה׳לעך. די קלארע תשובות פון מר רונן הלוי. אין איין ווארט ״הערליך״. די הארעוואניע וואס איר האט אלע אריינגעלייגט איז שטארק קאנטיג.

יישר כוחכם

* רונן הלוי
* די פאקט
* געלעגער

ואתם עמם כל השואלים.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשטייטציך
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייטציך »

?you know where i can buy black berry stocks

?and the name (SYMBOL)from the company
who thing that black berry stock will be back to the good time
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

BBRY איז זייער נייע נאמען אויפן Nasdaq.
און בנוגע צו זיי גייען צוריק ארויף, האסטו דא א שטיקל פונעם wall street pit, און אסאך אנדערע האבן גערעדט ענדליכע ווערטער!
Research in Motion (NASDAQ:BBRY) is another stock that saw a steep fall from its peak, and is fighting to regain former glory. The release of the new BlackBerry 10, and a new symbol for the company’s stock, has helped stoke the embers of what was once thought to be a dying company. An hour before the closing bell today, news that a major buyer had placed orders for 1 million BlackBerry phones helped push the stock sharply higher. BBRY closed the day up 8.09%, and could be a laggard stock that continues to bounce as leaders get a bit exhausted.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א דאנק אייך, די-פאקט, פאר די באלערנדע אינטערוויו. א דאנק אייך, פארדינט, פארן איניציאטירן דעם אינטערוויו. א דאנק אייך, רונן הלוי, פארן אוועקגעבן פון אייער צייט און געדולד פאר אייוועלט ליינער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די פאקט איז אז מען לערנט קען מען און אז נישט...
פארשטייטציך
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייטציך »

[qu
פארשטייטציך
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייטציך »

קנאפער ידען האט געשריבן:BBRY איז זייער נייע נאמען אויפן Nasdaq.
און בנוגע צו זיי גייען צוריק ארויף, האסטו דא א שטיקל פונעם wall street pit, און אסאך אנדערע האבן גערעדט ענדליכע ווערטער!
Research in Motion (NASDAQ:BBRY) is another stock that saw a steep fall from its peak, and is fighting to regain former glory. The release of the new BlackBerry 10, and a new symbol for the company’s stock, has helped stoke the embers of what was once thought to be a dying company. An hour before the closing bell today, news that a major buyer had placed orders for 1 million BlackBerry phones helped push the stock sharply higher. BBRY closed the day up 8.09%, and could be a laggard stock that continues to bounce as leaders get a bit exhausted.

?thanks for the information do you know where i can buy it
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ניין! איך ווייס נישט וואו מ'קען עס קויפן!
און צו זיין אמת'דיג ווייס איך אפילו נישט פונקליך וואס סטאק'ס איז און וויאזוי עס ארבעט!
איך ליין פשוט די נייעס און פון דארט האב איך געברענגט!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מעסיוו!

Thank you Mr. Ronen for this terrific interview! Its informative and clear-cut answers! Also, thanks for sharing your personal trip to ליזענסק with the nice pictures its really touchy... were they captured with bb10?

יישר כל אלע מסייעים!
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שכח - יישר כחכם
הערליך ;l;p-
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

wow. Thanks
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”