בלאט 6 פון 6

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 2:39 pm
דורך יאפין
אן צו דארפן סיידלאודען! !!

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 2:45 pm
דורך משה יענקל
איך האב געגעבן פאר איינעם די לינק, און שפעטער האב איך געטראפן די עמעזאן סטאר אויף זיין פאון

http://forums.crackberry.com/android-ap ... iles-f413/

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 2:53 pm
דורך יאפין
אוודאי קען מען סייד לאודען, די אלע זאכן הייסט אויף אידיש אריינגעשטופט פון די זייט.
יעצט גייט בלעקבערי האבן אן אפיציעלע און די סטאר צו קענען אריינברענגן ענדרויד אפפס.
פארשטייסט?

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 2:58 pm
דורך משה יענקל
יאפין האט געשריבן:אוודאי קען מען סייד לאודען, די אלע זאכן הייסט אויף אידיש אריינגעשטופט פון די זייט.
יעצט גייט בלעקבערי האבן אן אפיציעלע און די סטאר צו קענען אריינברענגן ענדרויד אפפס.
פארשטייסט?

יאפ!!

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 10:26 am
דורך קנאפער ידען
שוין לאנג נישט געווען קיין נייעס דא...

בלעקבערי האט נעכטן אנאונסט אז זיי האבן אפגעקויפט דער ענגלישער פירמע Movirtu, דאס איז א פירמע וואס האט דעוועלאפט א ווירטואלע סים טעכנאלאגיע וואס הייסט ManyMe, א טעכנאלאגיע וואס ערמעגליכט פאר א סעלפאן באנוצער צו האבן צוויי נומערן - למשל א ביזנעס נומער און א פערסענעל נומער - אויפאמאל אויפן זעלבן סים קארטל, און האבן צוויי בילינג אקאונטס פאר וואויס טעקסט און דעטא, מיט א גרינגע וועג צו סוויטשען צווישן די צוויי.

לויט ווי עס הייסט יעצט גייט שוין בלעקבערי ארויסשטעלן דער טעכנאלאגיע צום באנוץ ערגעץ אנהויב קומענדיגע יאר, און עס וועט זיין פאר אלע סארט סמארטפאונס. עס וועט קאסטן א חודש'ליכע אפצאל פאר בלעקבערי פאר דער סערוויס.

אין ליכט פון דעם פאזעטיווער אנאונסמענט איז בלעקבערי'ס סטאק ארויפגעשפרינגען זעקס פערצענט.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 2:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוטע געדאנק.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:36 am
דורך הצלחה רבה
how can i get on my bb android apps ?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:41 pm
דורך באדינער
Download the amazon app store
http://www.amazon.com/getappstore

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 8:18 pm
דורך גוגל
און די סעריע פון ליעקס פון 10.3.1, איז פרייטאג ארויסגעקומען א פרישע

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:25 am
דורך קנאפער ידען
אין גאנץ א פאזעטיווע שריט פאר בלעקבערי האט דער פארד קאר פירמע געמאלדן אז זיי גייען אינגאנצן איבערמאכן זייער ביז איצטיגע - צום שלעכט באקאנטע - My Ford Touch אריינגעבויטע קלוגע סיסטעם, וועלכער איז געווען געבויעט אויף מייקראסאפטס סיסטעם, צו א נייע Sync 3 סיסטעם געבויעט אויף בלעקבערי'ס QNX אפערעטינג סיסטעם [דאס איז דער סיסטעם אויף וועלכע בלעקבערי 10 איז געמאכט געווארן].

דער סיסטעם זאגן זיי וועט זיין עוועליבעל אום 2016, דא איז א דער אינטערדאקשען ווידיאו:
https://copy.com/SQcUdXU0nEjAWwtQ

עפפ נוטשרעלעטי

געשריבן: פרייטאג יאנואר 23, 2015 1:00 pm
דורך קנאפער ידען
איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען...

בלעקבעריס CEO דזשאן טשען האט אין א בלאג פאוסט [ער זאגט אז ער האט עס אויכעט צוגעשיקט צו עטליכע קאנגערעס מיטגלידער] ארויסגעברענגט א מאדנע זאך... אין א פרואוו אפשר צוריקצוברענגען זיין געפלאפטע סמארטפאון ביזנעס. וואס ער זאגט איז אז פונקט ווי עס איז דא 'נעט נוטשרעלעטי" דארף זיין אזא זאך ווי "עפפ נוטשרעלעטי", דאס מיינט אז עפפ דעוועלאפערס זאלן נישט מעגן דיסקרימינעיטן נישט צו מאכן זייערע עפפס פאר קלענערע פלעטפארמס.

פונקטליך דער פארגלייך צווישן די צוויי בלייבט אומקלאר... און דא זענען עטליכע העדליינס "מאכטס עפל ברענגען איי-מעסעדזש צו בלעקבערי" - "בלעקבערי טרייט צו מאכן יעדעם פילן גילטי פארן נישט מאכן קיין עפפס פאר זייער פלעטפארם" - "בלעקבעריס CEO פארשטייט נישט וואס נעט נוטשרעלעטי איז" - "בלעקבערי צו אבאמא: גוגל און עפל מוזן אונז ראטעווען"....

Re: בלעקבערי נייעס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:39 pm
דורך את פתח לו
Starting Tomorrow, Blackberry will stop running support for its classic devices - This means all of its older devices not running on Android software will no longer be able to use data, send text messages, access the internet or make calls, even to 911.

Re: בלעקבערי נייעס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:40 pm
דורך באנאנא
יאפ, א שטיקל היסטאריע און נאסטעלאגיע קומט צו אן ענדע.
השם נתן וה' לקח...

Re: בלעקבערי נייעס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:06 pm
דורך בדרך אפשר
די גוטע נייעס,

מ’קען שוין טראגן א ב”ב אום שבת

סאיז נאר א זייגער.

Re: בלעקבערי נייעס

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:27 am
דורך שנאפס
בדרך אפשר האט געשריבן:די גוטע נייעס,

מ’קען שוין טראגן א ב”ב אום שבת

סאיז נאר א זייגער.

דורך א גוי

Re: בלעקבערי נייעס

געשריבן: פרייטאג פעברואר 18, 2022 1:22 am
דורך הקולמוס שלי
שנאפס האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:די גוטע נייעס,

מ’קען שוין טראגן א ב”ב אום שבת

סאיז נאר א זייגער.

דורך א גוי

הא לן והא להו ק״י וומס״ב