בלאט 1 פון 1

פיקטשערס זענען פארשוואונדען

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:16 pm
דורך בן אחר בן
ההההההההעעעעעעללללללללפפפפפ!!!!!!!!!!!!!

איך האב יעצט ארויסגענומען מיין בעטערי צו מאכן א הארד-ריסעט אין די פאון האט זיך געפענט אן מיינע פיקטשערס

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:36 pm
דורך בלעקבערי פען
עס איז געלעגען אויף די קארטעל אדער אויף די פאן ?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:40 pm
דורך בן אחר בן
פאן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:42 pm
דורך שנאפס
אויב איזעס א עמערדזשענסי קען איך דיר שיקן פרישע..

ערנסט גערעדט: האסט פרובירט צו מאכן נאך א ריבאאט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:01 pm
דורך בן אחר בן
געמאכט א ריבאט אין איך האב אלעס ריקאווערט. די אשכול קען ווערן פארמאכט?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:03 pm
דורך שנאפס
ביז דער נעקסטער האט א פראבלעם מיט די פיקטשערס, יעצט אלע ארויס פון דא

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:32 pm
דורך ווינקל
שטיפ נישט, העי! רואיג! ס'איז דא עלטערע אידן דא, מען גייט, מען גייט...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:37 pm
דורך געלעגער
די אמת איז אז ביי בב איז אייביג דאס די וועג. ריבאאט איינמאל, און צוויי מאל.

פארשטייט זיך אז מ'דארף א וועלט מיט צייט ווייל יעדע ריבאאט נעמט עעעיידזשעס

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:40 pm
דורך ווינקל
וויאזוי גייט די פזמון...? נעע ס'קומט בב 10 האא גייט עס זיין....

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:59 pm
דורך בלעקבערי פען
זיי זאגען אז די זייגער גייט זיך דרייען אסאך שנעלער און בב 10

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:40 pm
דורך בן אחר בן
מיין שאלה איז צו איך דארף געבן פאר'ן מאיר בעל הנס פושקע די געלט וואס איך האב צוגעזאגט? סוף כל סוף איז עס נאר געווען א ריבאט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:49 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
די מיינסט איינער הערט וואס די פרעגסט? מען האט דאך יעדעם ארויס געשיקט פון דא, איך בין פערצופאל דורך געגאנגען האב איך געהערט ווי איינער פרעגט עפעס,

א דאללער פאר ר' מאיר העט סתם אזוי נישט שאטן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:53 pm
דורך בן אחר בן
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:די מיינסט איינער הערט וואס די פרעגסט? מען האט דאך יעדעם ארויס געשיקט פון דא, איך בין פערצופאל דורך געגאנגען האב איך געהערט ווי איינער פרעגט עפעס,

א דאללער פאר ר' מאיר העט סתם אזוי נישט שאטן



;l;p-

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 5:56 pm
דורך קעניגזאן
געלעגער האט געשריבן:פארשטייט זיך אז מ'דארף א וועלט מיט צייט ווייל יעדע ריבאאט נעמט עעעיידזשעס

מען קען מעביר סדרה זיין גאנץ פרשת נשא מיט רשי' אינדערצייט וואס דער בלעקבערי צינד זיך אן,
נישט אומזיסט איז דער בלעקבערי אינטערגאנג א פארגאנגעהייט...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:06 pm
דורך בן אחר בן
טאקע פונקט מיטגעהאלטען פאריגע וואך שבת אין בארא פארק ווי א יוד איז מעביר סדרה מיט רש"י

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:07 pm
דורך קעניגזאן
בן אחר בן האט געשריבן:טאקע פונקט מיטגעהאלטען פאריגע וואך שבת אין בארא פארק ווי א יוד איז מעביר סדרה מיט רש"י

מי כעמך ישראל גוי אחד.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:30 pm
דורך היימישער איד
בן אחר בן האט געשריבן:מיין שאלה איז צו איך דארף געבן פאר'ן מאיר בעל הנס פושקע די געלט וואס איך האב צוגעזאגט? סוף כל סוף איז עס נאר געווען א ריבאט.

זיכער דארפסטו באצאלן. קענסט די באקאנטע מעשה מיט די פארקינג?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:56 pm
דורך יוראפ
בן אחר בן האט געשריבן:טאקע פונקט מיטגעהאלטען פאריגע וואך שבת אין בארא פארק ווי א יוד איז מעביר סדרה מיט רש"י

וויפיל בלעקבעריס האט ער געהאט?