נייע בלעקבערי 10 סופערפאון ארויסגערינען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לובלין
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 5:05 pm

נייע בלעקבערי 10 סופערפאון ארויסגערינען

תגובהדורך לובלין » מיטוואך פאברואר 01, 2012 2:49 pm

די וועבסייט "קרעקבערי" האט ארויסגעגעבן א בילד פון די לאנג ערווארטע בלעקבערי פאון, וואס וועט סיפאזעטלי ראטעווען די פירמע און איר צוריקגעבן איר שטארקייט אויף די מארקעט,

די ספעציעל דינע פאון וועט זיין א דראסטישע אפגרעיט פון ריסורטש אין מאושענס לעצטע דיווייס, און רופט אויס עקסטאז ביי אלע בלעקבערי ליבהאבער
צוגעלייגטע
BlackBerry-10-Smartphone.jpg

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך פאברואר 01, 2012 2:54 pm

ונזכה ונחיה וראה,
אגב זאג פאר ר.י.מ. אז ביז וואנען די טעלעפאון וועט זעהן אור עולם וועט די אייפאון שוין האבן א פרישע דיזיין...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » מיטוואך פאברואר 01, 2012 3:22 pm

עס האט געזאלט הייסען BBX אבער זיי האבען זיך אנגעשטויסען און פראבלעמען מיט די נאמען. האבען זיי עס געטוישט צו בלעקבערי 10

חחסיד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 9:34 am

תגובהדורך חחסיד » מיטוואך פאברואר 01, 2012 3:47 pm

ווען עקספעכטן זיי אז וועט זיין אויף די מארקעט?

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מיטוואך פאברואר 01, 2012 7:53 pm

חחסיד האט געשריבן:ווען עקספעכטן זיי אז וועט זיין אויף די מארקעט?

דארט אין קרעקבערי פארום שרייבט זיך:
With things starting to shape up with how RIM may position some of the BlackBerry 10 phones due out this year,

אז דאס (גוי'איש) יאר, מן הסתם, ד.ה. נאך 11 מאנאטן צו גיין, [גאנץ א גוטע ליעק].

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:56 pm

היינט ארויסגערינען אז מ'גייט קענען ארויסנעמען די בעטערי דערפון.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 6:05 pm

געלעגער האט געשריבן:היינט ארויסגערינען אז מ'גייט קענען ארויסנעמען די בעטערי דערפון.

סקען שוין צוריק אריינרינען...

דו ווייסט פארוואס זיי דארפן די בעטערי... מ׳זאל קענען ציקראכט ווערען ווען מען ריבוט עס...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 12:27 pm

געלעגער האט געשריבן:היינט ארויסגערינען אז מ'גייט קענען ארויסנעמען די בעטערי דערפון.

פשט?

שטארקי; כהיום די 9930 נעמט קארגע 3 מינוט צו ריבאטן, הגם ס'מעג זיין נאך שנעלער, דאך נישט מלעריש..

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 12:37 pm

מ'האט מורא געהאט זינט עס גייט לויפן אויף די נייע פראסעסער און דערווייל די צוויי כלים וואס לויפן אויף דעם פראסעסער קען מען נישט שלעפן די בעטערי. האט מען מורא געהאט דא אויך.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 1:11 pm

אה, יישר כח.

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:09 am

יעצט האט זיך די קאמפאני אויפגעוועקט פריש

עס איז און פלאן אויף קימענדיגע חודש צו אנהייבען טעסטען די נייע טעלעפאן אויף די קעריערס

זיי ארבעטען שווער אז גלייך ווען עס קימט ארויס זאל שוין גלייך זיין זייער אסאך עפס צו באקימען

זיי זאגען צו פאר יעדע דעוואלעפער אז זיי גייען מאכען 10,000 דאלער און אויב זיי גייען עס נישט מאכען פון פארקויפען די עפפ גייט עס ביבי באצאלען

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:16 am

די לעצטע אפפער איז שוין גאנץ אלט. עס האט פארשידענע טערמס און קאנדישענס. למשל אז די אפפ דארף ווערן סערטיפייט און אויך אנציען כאטש 1000 דאלער אליינס. דאן אויב ביז א יאר פארדינט עס נישט 10000 דאן וועלן זיי צוצאלן די דיפרענס. (ס'קוקט אויס בעסער ווי ס'איז, ווארום א גוטע אפפ מאכט פיל מער געלט ווי דעם אין א יאר - לויט באריכטן - דאס טייטש אז צופיל וועלן זיי נישט דארפן באצאלן.)

זיי גיבן אבער פארשידענע מתנות'לעך מזמן לזמן פאר דיוועלאפער'ס זיי צו מאכן עקסייטעט מיט רים.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:24 am

זאג מיר נישט אז דאס גייט זיין אן א קיבאורד..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:27 am

פארוואס זאליך נישט זאגן? ס'איז א אלטע מעשה. חדשים צוריק האבן זיי געזאגט אז די ערשטע גייט זיין א בלויז-טאטש. און קורץ דערנאך גייט ארויסקומען איינס מיט א קיבארד. (ס'איז מעגליך אז נאכן ווארטן אזוי לאנג וועט יעצט די ערשטע אויך האבן א קיבארד, מסתבר איז אז נישט אבער).

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:25 pm

איינע פון די געציילטע מעלות וואס בלעקבערי האט איבער אלע אנדערע איז דאך אז ס'פארמאגט א קיבאורד, און וועגן דעם איז עס פיהל שנעלער צו טייפן דערמיט ווי די אנדערע. דעריבער טוט וויי צו זען אז זיי ווערן שוין אויך נאכגעשלעפט מיט אלע אנדערע טאטשניקעס.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

תגובהדורך צוקער זיס » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:06 pm

איך הער אז בלעבערי גייט אנפאנגען צו מאכן פריזערס קען דאס איינער באשטעטיגן?
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:19 pm

זיי מאכן שוין לאנג, זיי זאגן אז זיי גייען אויפהערן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:13 pm

אבער ביז היינט האסטו געדארפט דרוקן א קנעפל ס'זאל זיך אנצינדן. פון היינט און ווייטער וועסט עס קענען אקטיוויזירן בלויז מיטן טאטשן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 5:59 pm

ביי מיר איז די באטאן געווען ציבראכען

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:45 pm

געליינט היינט אז בלעקבערי סטאקס האבן זיך אביסל געהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געמאלדן אז זיי לויפן אויפן געפלאנטען סקעדזשול ארויסצוקומען מיט די כלי אנפאנג 2013. און ווי ערוואטעט האבן זיי באריכטעט א געזונטן פארלוסט פון איבער צוויי ביליאן דאלער אויפן לעצטן קווארטל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:28 pm

געלעגער האט געשריבן:געליינט היינט אז בלעקבערי סטאקס האבן זיך אביסל געהויבן נאכדעם וואס זיי האבן געמאלדן אז זיי לויפן אויפן געפלאנטען סקעדזשול ארויסצוקומען מיט די כלי אנפאנג 2013. און ווי ערוואטעט האבן זיי באריכטעט א געזונטן פארלוסט פון איבער צוויי ביליאן דאלער אויפן לעצטן קווארטל

נאך אלס איז די פארלוסט געווען ווייניגער ווי געראכטן, און די פארדינסט מער ווי געראכטען, זיי האבן אין זייער לעצטען קווארטל פארלוירן 235 מיליאן, אבער איין קווארטל פריער איז די פארלוסט געווען 518 מיליאן, דאס איז נאך אלס א שווערער מצב קעגן זייער פארדינסט פון א יאר צוריק אזא צייט, ווען זיי האבן נישט פארלוירן, נאר געמאכט 329 מיליאן.

אזוי אויך איז זייער "רעוועניו" דעם קווארטל 2.9 ביליאן, ארויף פון 2.8 ביליאן, פאריגען קווארטל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » דינסטאג אוקטובער 16, 2012 5:11 pm

די נ"י טיימ'ס האט זיך דערמאנט www.nytimes.com/2012/10/16/technology/b ... l?hp&_r=3&
איפה פייוויש?

דא בין איך

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך אוקטובער 24, 2012 1:57 pm

נעבעך זרק אבן אחר הנופל
http://www.techhive.com/article/2012862 ... k.nl_phone

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך אוקטובער 24, 2012 2:00 pm

WOW
דאס איז אן ערענסטער פראסק!

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך אוקטובער 24, 2012 3:18 pm

דאס איז דאך א שרעקליכער דורכפאל....

נו, וואו איז בלעקבערי פען צו פארטיידיגן ?


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט