בלאט 1 פון 1

בלעקבערי מיט 4G

געשריבן: מיטוואך מארטש 30, 2011 10:57 pm
דורך שוועמל
געזשעט האט געמאלדן איבער א בלעקבערי א ניי וואס קומט יעצט ארויס וואס וועט לויפן אויף די 4G נעטווארק.

סטעי טונד.

געשריבן: מיטוואך מארטש 30, 2011 11:26 pm
דורך וואדקע
איך בין מסופק אויב ספיד האט בכלל אן השפעה אויף די בב, מיין בב לויפט אויף 3G אבער ארבייט ווי אויף 1/2G

געשריבן: מיטוואך מארטש 30, 2011 11:39 pm
דורך שוועמל
שוין איך ליין צווישן די שורות אז דו ביסט א מתנגד צום בלעקבערי.

אפילו איך פערזענליך גלייך זייער דעם דרויד אבער כ'האלט נאך אלץ אז בלעקבערי האט א געוויסע חן וואס מ'קען נישט צונעמען.

און לגבי ספיד בין איך מחולק, געטעסט און סיז א גרויסע חילוק.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 31, 2011 12:14 am
דורך וואדקע
געטעסט וואס? א 4G בב? ס'איז שוין דא?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 31, 2011 12:22 am
דורך אךשמח
שוועמל האט געשריבן: כ'האלט נאך אלץ אז בלעקבערי האט א געוויסע חן וואס מ'קען נישט צונעמען.


כ'האב שוין עטליכע מאל געשריבן אז איך האב ביידע, סיי אן ענדרויד פאון און אויך א בב און אויסער מיינע ידידים אויף בבמ איז דער בב מיט גארנישט בעסער ווי עני ענדרויד פאון. אימעילס קומען די זעלבע שנעל אריין און אינטערנעט ארבעט פיל שנעלער קלארער און געשמאקער, אפילו אויף 3g, דעריבער ווייס איך נישט וועלכע חן דו רעדסט. אפשר חן על יושביו, אז האסט זיך אריינגעזעצט אינעם בב און קענסט נישט דערפון לויז ווערן?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 31, 2011 12:31 am
דורך אךשמח
וואדקע האט געשריבן:געטעסט וואס? א 4G בב? ס'איז שוין דא?


לויט ווי איך פארשטיי מיינט ער צו זאגן אז ער האט געטעסט א 3g מיט א 4g און ס'פיל שנעלער..

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 31, 2011 10:35 am
דורך ווער בין איך?
איך האב אסאך חברים און משפחה מיט א דרויד און ווען איך שיק זיי א אימעיל אדער אין גוגל טאלק נעמט עס רוב מאל אפאר מינוט לענגער אנצוקומען צו זיי ווי ס'נעמט אויף א בב.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 31, 2011 12:39 pm
דורך אךשמח
דו רעדטס פון איינעם וואס האט ביידע?

ווייל אויף מיין הויזן ליגט סיי א בב און סיי אן ענדרויד דעווייס און געווענליך קומט אריין אימעילס די זעלבע צייט, אמאל אמאל מיט עטליכע סעקונדעס געריקט.

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2011 1:11 pm
דורך ברוך
ווי אך שמח האביך אויך ביידע (ער קען זיך בעסער אויס מיט ביידע)

בב"מ איז זייער שווער אויפצוגעבן.
און טייפן איז קיין פארגלייך. די בב קיבאורד איז מוראדיג בא'טעמ'ט.

אז עס וועט ארויסקומען א ענדרויד (4G) מיט א קיבאורד פון אינטן, אפילו אז עס וועט האבן אביסל א קלענערע סקרין וועט עס זיין נענטער צו א דבר מתוקן.

נאר פריילעך, ביסטו מודה צו מיר?

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2011 1:20 pm
דורך פונקטליך
ברוך האט געשריבן:אז עס וועט ארויסקומען א ענדרויד (4G) מיט א קיבאורד פון אינטן, אפילו אז עס וועט האבן אביסל א קלענערע סקרין וועט עס זיין נענטער צו א דבר מתוקן.

בילד


האט נישט 4G

געשריבן: מיטוואך מאי 18, 2011 1:24 pm
דורך ברוך
שרייבסטאך אליין אז עס האט נישט 4G

און איך זיך ווערייזן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:49 am
דורך שנאפס
די בב10 וועט האבן 4G?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:24 pm
דורך משה יענקל
יא
די שאלה איז צו עס וועט בכלל אויסמאכען אויפן בלעקבעררי............
:lol: :lol: :lol:

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 2:35 pm
דורך שנאפס
פאר איינעם וואס נוצט דעם בלעקבערי פאר א מאדעם וועט עס שוין איינמאל אויסמאכן

בד"וו, קוקט די קליפס ווי זיי ווייזן דעם נייעם בערל, עס קוקט אויס מען וועט מער נישט האבן וואס חוזק צו מאכן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:19 pm
דורך משה יענקל
זיי האבען שוין אסאך מאל צוגעזאגט און............

איך פערזענליך טראכט אויך ווי דיר
ימים ידברו...........

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:35 pm
דורך היימישער איד
מאנכע האבן עפעס א געוויסע געשמאק אין טרייבן קעטאוועס פון בלעקבערי. ס'האט נישט מיטן מציאות צו ס'איז בעסער אדער נישט. עס איז א תוצאה פון עפעס אנדערש ואכמ"ל.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:41 pm
דורך גוגל
שנאפס האט געשריבן:פאר איינעם וואס נוצט דעם בלעקבערי פאר א מאדעם וועט עס שוין איינמאל אויסמאכן

בד"וו, קוקט די קליפס ווי זיי ווייזן דעם נייעם בערל, עס קוקט אויס מען וועט מער נישט האבן וואס חוזק צו מאכן

לינק פון א קליפ?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:41 pm
דורך געלעגער
קיינער טרייבט נישט קיין קאטאוואס פון בב בעסער ווי רים זעלבסט

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:21 pm
דורך שנאפס
גוגל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:פאר איינעם וואס נוצט דעם בלעקבערי פאר א מאדעם וועט עס שוין איינמאל אויסמאכן

בד"וו, קוקט די קליפס ווי זיי ווייזן דעם נייעם בערל, עס קוקט אויס מען וועט מער נישט האבן וואס חוזק צו מאכן

לינק פון א קליפ?


http://techcrunch.com/2012/10/11/rim-bb ... -hands-on/

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:35 am
דורך משה יענקל
דא האט איר א בילד פון די נייע בלעקבעררי און עס איז ארויף געשריבען 4G

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:04 pm
דורך שמעק_טאביק