ערשטע הילף פאר פארקלאצטע בלעקבערי ביטע.

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

ערשטע הילף פאר פארקלאצטע בלעקבערי ביטע.

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 8:09 am

טייערע ברודער, לאמיר זיך אדורך רעדן, אולי וועט ארויסקומען דערפון א תועלת.

ווער עס האט נאר א בלעקבערי האט שוין זיכער אמאל טועם געווען דעם טעם ווען מען דארף אמאל גאר וויכטיג ריספאנדן צו א קאלל/טעקסט/אימייל/מסנג'ר/גולגל-טולק וכו' און בלא. דער האלט נישט ביים קאפערירן. ער האט באשלאסן יעצט זיך נעמען דרייען דעם זאלץ מעסטטל אר וועא"ק (וואטעווער איטס קאלד) און מיך אויסציען די עצבים. ער וויל ארבעטן אויף מיינע מידות? זייער שיין פון זיין זייט, אבער מען דארף דאך אבער אייביג אויסהערן די צווייטע זייט אויך™, וואס איז נעבעך שולדיג דער אויפן אנדערע זייט בלעקבערי? יענער ווארט דאך אויף א באלדיגער ענטפער!

יעצט גייען דא קומען די מומחים און טענה'ן אז זיכער קומט דאס צוליב וואס מיין מעמארי איז צופיל אנגעפילט בלא בלא.. יעצט קודם, וואס איז דאס וואס סלאוט ס'מערסטע אראפ די מעמארי? כ'האב נאך פון קיינעם נישט געהערט ס'זעלבע ענטפער.. איינער שרייט אז ס'איז די אימעיל'ס, א צווייטער טענה'ט נע.. נישט די אימעיל'ס, פאר דעם איז דאך דער בב באשאפען געווארן! נאר וואס יא? די מידיע - מוזיק/בילדער וכדו', א דריטער טענה'ט אז ס'איז וויבאלד כ'האב אסאך חומר אין די מעמא פעד (ארטיקלן שטרם נתפרסמו) דארט איז די הינט באגראבן, ציניקער שרייבן עס גאר צו צום הויכען סקאור אין בריקברעיקער... הקיצור קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט קיין קלארן ענטפער וואס אזאנס עס שטייט אראפ דעם בערל, פארשער האלטן נאך אינמיטן דורכפירן פארשידנארטיגע עסקפרימענטן אויף מייזלעך דאס צו דערגיין, ס'וועט נאך נעמען יארן ביז זיי וועלן דאס קלאר ארויסהאבן.

איך זוך אבער באלדיגע הילף אויף ווען אזאנס פאסירט -נישט מער געדעכט- צו מיר וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם פלאנטער. איך האב שוין פרובירט אלע מיטלען, דרוקן יעדע קנעפל באזנדער און ביינעזאם בכל מיני צירופים, כ'האב שוין אפילו פרוביר היטן די עסקעפ קי 40 מאל רצופים.. אבער בלא! ער כאפט נישט וואס כ'וויל פונעם. איז דא עפעס וואס קען דאס אויפן פלאץ אפשטעלן דאס קלאצעריי? איז פארהאן עפעס א טריק דערפאר? עפעס א שאורטקאט קי? א געזנוטן פראסק אין פרצוף?
ביטע, איך בין נישט גרייט זיך מקריב צו זיין פאר מיין בלעקבערי!

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 8:55 am

נעם ארויס די באטארי פאר אפאר סעקונדן און שטעל עס צוריק וועט עס ארבעטען שנעלער.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 9:20 am

40 ארטיקלעך אין קרעטשמע, און די זאך איז מסודר...

אין יעצט אביסל סיריעס; די ערשטע, און בעסטע עצה פאר אזא זאך איז צו ריסטארדן די פאון יעדן טאג, ס'נעמט 2 מינוט, אבער ס'לוינצעך.

מ'קען עס טוהן דורכ'ן דריקן דעם אלט שיפט (די רעכטע זייט,) און דיליט אויף איין מאל, אדער דורכ'ן ארויסנעמען די בעטערי.

עצה טובה, פאר מ'טוט דאס, מ'זאל קליערן אליין די מעמערי, צום ערשטן גייט מען אריין צו די אינטערנעט, מ'רייט קליק'ט, און מ'קליקט אויף אפשען'ס, און מ'קליקט אויף די אינטערשטע, (קעטש אפערעישען'ס) און מ'מאכט אלעס קליער...

נאכדעם ווען מ'גייט ארויס איז גוט צו קלינען די "עיווענט לאג", דאס טוט מען מ'כאפט אן די אלט באטטען, און מ'דריקט LGLG, און מ'קליערט דארט די לאג'ס.

און נאכדעם איז גוט אז אלע נישט וויכטיגע פיקטשער'ס פייל'ס, ווידיאו'ס וכד' זאלן געמעקט ווערן, און דאן אויב מ'ריסטארט די פאון, וועטער ארבייטן פיין!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 9:45 am

ריסטארטן די פאון ברויך מען נישט פארדעם.

ענדערש קליערן די טעמפ פיילס ווי וויכי שרייבט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 10:29 am

איך האב נישט אזא כלי, דאס האט אבער נישט אוועקגענומען מיין הנאה ביים ליינען דעם ארטיקל. יישר כח (וויאזוי מאכט מען די טרעידמארק סימבאל?)

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 10:44 am

קודם ייש"כ פאר אלע וואס האבן געגעבן נוצבארע טיפס. עס קען אלץ צוניצקומען.

איך זעה אבער אז מ'האט מיך נישט אזוי גוט פארשטאנען, (אדער האט עטץ געקלאצט ביים פארלערנען..)
די אלע עצות און טיפס העלפן טאקע - איינס בעסער און איינס ארגער - אויפן לענגערן טערמין - עס זאל נישט נאכאמאל צוקומען דערצו, איך זיך אבער יעצט אן אינסטענט לעזונג, עפעס וואס קען העלפן אן די ספאט ווען עס פאסירט יא (ס'זאל נישט פאסירן.)
אויף דעם זאגט נאטורליך/וויכי אז כ'זאל מאכן א ריבאוט, דאס קומט אבער נישט אין באטראכט, ס'קען נעמען אפטא (up to בלע"ז) 2 מינוט ביז ס'ריסטארט זיך געהעריג, דאס וועט מיר נישט העלפן.

די איינציגע זאך וואס כ'קלער יעצט, אז אפשר אז כ'קאלל אריין פון א צווייטע פאון וועט עס זיך אויפוועקן פון זיין סטראוק און ווייטער פונקציאנירן ווי ס'באדארף צו זיין. גיימער דאס פרובירן נעקסטיים.

(קרעמער, קאפי עס פון מיין תגובה און סעיוו עס ערגעץ, ווען דו ווילסט עס נוצן קאפי & פעיסט עס. בב באנוצער קענען עס סעיוון אין אוטא טעקסט.)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 10:50 am

צום זאך;
אין הקב"ה מקפח שכר כל בריה, און אלס הדבק במדותיו וויל איך דיר טאקע קאנגראטולירן פארן קורצן אבער לאכעדיגן ארטיקל.

שטארק הנאה געהאט באזונדערס פון דעם ™...
שיק א לינק פאר גרויזי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 11:02 am

ALT+0153 = ™

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 12:55 pm

אוי דערמאנטסמעך אלע קושמאר'ן ווען כ'בין געווען ביזי מיט די מעמארי, מעקן אין ריקן ריסטארטן, אלעס איז אבער געקומען צו א האסטיגע אפשטעל ביים קויפן דעם נייערע בערל, עס האט גענוג אינאך מעמארי, ס'האלט אזוי ווייט אז כ'האב א באאאנטש פראגראמס וואס כ'ברויך נישט אויפן בערל, כ'נעם מיך פשוט נישט ס'מי עס ארויסצושטויסן, ווייל עס עפעקט גארנישט. אלעס ארבעט ב"ה שיין אין גוט קניינעהארע. כן יעזור ד' גם הלאה

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » פרייטאג ינואר 22, 2010 5:11 am

צום זאך, יעצט איינמאל און ענדליך רעדסטו שוין צום זאך..

איך האב אזא הנאה געהאט אז דו האסט געשריבן את אשר אם לבבי שוין פאר א לענגערע צייט, דאס ווייטאג איז הימל שרייענד, דער פארברעך איז באשרייב-לאז.
און דר'עיקר פראפלעם כאפט טאקע דא ביינונז ווען מ'האלט שוין אט אט פאר א מעמד ה'שיקעס' פון א לאנגס און א ברייטס א שמייכלדיגס און א וויינענדיגס ווען פלוצים ווערט דער זאלץ מעסטעל א גאנצער מחותן, ער דרייט זיך ארויף און אראפ אין מיין פנים, און מיט דעם האב איך אזוי אינזינען געהאט צו טייטשן דעם מאמר החכם "ער גיסט זאלץ אויף די וואונדען"...
און צומאל כאפט מען זיך נישט און מ'דרוקט דעם אנטלויף קנעפל און דער תגובה איז א פארגאנגענהייט, אוטש! טוט עס וויי, אוי הייליגער טאטע! למען לא ניגע לריק..

אצינד לאז מיך טאקע וויסן וועלכע פון די א.ד. עייצעס האבן ס'בעסטע געארבעט, ושכרך הרבה מאוד!

---

סתם פאר נייגעריקייט, צו וועלכע ציניקער האסטו גערעדט? ווייל צום ציניקער וואס איך האב גערעדט טענה'ט אז בריק-ברעיקער אליין מאכט נישט אזא חורבן, די בראך הייבט זיך אן ווען סיי די סקאור איז הויעך און סיי מ'שרייבט יעדעס מאל אריין די סקאור אין בריק-ברעיקער אשכול...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג ינואר 22, 2010 11:14 am

ארעסטאנט האט געשריבן:צום זאך, יעצט איינמאל און ענדליך רעדסטו שוין צום זאך..

איך האב אזא הנאה געהאט אז דו האסט געשריבן את אשר אם לבבי שוין פאר א לענגערע צייט, דאס ווייטאג איז הימל שרייענד, דער פארברעך איז באשרייב-לאז.
און דר'עיקר פראפלעם כאפט טאקע דא ביינונז ווען מ'האלט שוין אט אט פאר א מעמד ה'שיקעס' פון א לאנגס און א ברייטס א שמייכלדיגס און א וויינענדיגס ווען פלוצים ווערט דער זאלץ מעסטעל א גאנצער מחותן, ער דרייט זיך ארויף און אראפ אין מיין פנים, און מיט דעם האב איך אזוי אינזינען געהאט צו טייטשן דעם מאמר החכם "ער גיסט זאלץ אויף די וואונדען"...
און צומאל כאפט מען זיך נישט און מ'דרוקט דעם אנטלויף קנעפל און דער תגובה איז א פארגאנגענהייט, אוטש! טוט עס וויי, אוי הייליגער טאטע! למען לא ניגע לריק..

אצינד לאז מיך טאקע וויסן וועלכע פון די א.ד. עייצעס האבן ס'בעסטע געארבעט, ושכרך הרבה מאוד!

---

סתם פאר נייגעריקייט, צו וועלכע ציניקער האסטו גערעדט? ווייל צום ציניקער וואס איך האב גערעדט טענה'ט אז בריק-ברעיקער אליין מאכט נישט אזא חורבן, די בראך הייבט זיך אן ווען סיי די סקאור איז הויעך און סיי מ'שרייבט יעדעס מאל אריין די סקאור אין בריק-ברעיקער אשכול...

גוט ווארט פון די וואך!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » דאנארשטאג ינואר 28, 2010 1:10 pm

צום זאך! וויכי'ס עצה פון ריסטארטען דעם טעלעפוין איינמאל א טאג עטליסט, מיינט צו זאגן, יעדן אינדערפרי צו יעדן ביינאכט צו ביידע, מאכן אן עק צו די אלע צרות..

ומחה הבלעיקבערי הזאלץ מעסטעל מעל כל פנים..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך פאברואר 03, 2010 9:27 am

די לעצטע וואך צייט קומט מיר ארויף עטליעסט איינמאל א טאג א מעסעדזש APP ERROR 200 RESET איימער ווייסט פשט און ווי אזוי מ'קען עס פיקסען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מיטוואך פאברואר 03, 2010 6:32 pm

דאס איז א אנדייטונג פון הימל אזא אז דער בלעקבערי מוז זאפארט צוריקגעשיקט ווערן צו די קאמפאני..
איך האב דאס שוין אויך געהאט ביי 2 פון מיין אלטע ביבי'ס, ס'ערשטע מאל דער עראר איז מיר ארויפגעקומען אויפן סקרין האב איך געמיינט אז דאס איזעס, ס'גייט זיך מיר אלעס אויסמעקן, אבער עס איז גארנישט, עס מעקט גארנישט אויס, ער ריבאט זיך נאר אליינס (ווערטעם געבעטן?!)
סא איז די סאלאשען באקומען א נייע!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

תגובהדורך tell.me.something » דינסטאג אוגוסט 10, 2010 9:46 am

צום זאך עס איז דא אן עצה וואס ארבעט געווענליך. מען דרוקט די ALTבאטן און נאכדעם די aA באטן פאר לערך20 מאל (אמאל מער און אמאל ווייניגער. סווענדט זיך ווי הויעך די עלית נשמה איז...) ביז ער וועקט זיך אויף. בדוק ומנוסה! דאס זענען די איינציגסטע באטן וואס ארבעטן אייביג און טוען גארנישט. פארדעם העלפט עס(ווייל עס טוישט נישט די פעידזש איז עס גרינגער פארן רבין ר' בערל שווארץ) זאג מיר אויב עס העלפט דיר
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!


צוריק צו “בלעקבערי ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט