"זאזא וויליאמסבורג!"

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

"זאזא וויליאמסבורג!"

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 6:21 pm

זאזא! מה-זה?

סאוט סייד - וויליאמסבורג, ברוקלין. ק.נ.א. ניוס האט געלערנט אז דעוועלאפער 'מייקל זאזא' האט ארויפגעצויגן א 20 שטאקיגן וואלקן-קראצער אין די בעקיארד פון 'קוואליטי העלטה סענטער'.

אויב זענט איר אין די לעצטע שטיק צייט דורכגעגאנגן די סאוט סייד געיגענט פון וויליאמסבורג האט איר זיכער באמערקט דעם 20 שטאקיקן געביידע וואס איז ארויסגעוואקסן דארט אין די לעצטע יאר/צוויי צייט, און האט לעצטענס באקומען דעם נאמען "זאזא וויליאמסבורג"
Zazza2.bmp
מערקט דעם טאוער פון אונטער "קוואליטי" (קרעדיט: גוגל סטריט וויא)
Zazza2.bmp (223.33 KiB) געזעהן 3098 מאל

zazza.bmp
קוקענדיג פון סאוט 8 סטריט
zazza.bmp (164.74 KiB) געזעהן 3091 מאל

"גאבילא'ס קנישעס" - א פירמע וואס איז געגרינדעט געווארן דורך אלי' גבאי אין 1921 - באקט שוין קנישעס פאר איבער 80 יאר און שטאלצירן אז זיי האבן שוין פארקויפט איבער א "ביליאן" קנישעס - איז פאר יארן לאנג געווען סאטציאנירט אין די אלטע בנינים אויף 118-122 סאוט 8 סטריט אין וויליאמסבורג און פון דארט האבן זיי פונקציאנירט מיט זייער "כּ-קעי-כשר" קניש פירמע.

אין זומער פון 06' האט זיך די פירמע אוועקגעצויגן קיין לאנג איילענד, דאן האט דער דעוועלאפער 'מייקל זאזא' פון ברוקלין אפגעקויפט דעם שטח מיט די געביידעס (און אויך א פארקינג לאט קעגן איבער - אויף וואס עס ווערט יעצט געבויט די נייע פליגל צום ביהמ"ד סאטמאר סאוט 8) מיטן פלאן ארויפצושלעפן דעם 20 שטאקיגן רעזידענשאל טאוער, שוין דאן האבן זיך די שכינים - אידן און להבדיל נישט אידן - צוזאמגענומען און אויסגעשריגן זייער קעגנערשאפט צו דעם פלאן - וואס וועט אוטאמאטיש צוציען אומגעוואונטשענע עלעמענטן (ארטיסטן בלע"ז) צו די געיגענט - און וועט דראסטיש העכערן די דירות פרייזן, יזעזע העולם! אבער קיין "זאזא" וועט נישט געבויט ווערן דא - האבן זיי געשריגן, די שכינים האבן פארלאנגט אז די אלטע געביידעס זאלן אונטערגעוואפן ווערן אונטער דעם "לענדמארק" געזעץ - וואס וואלט פארבאטן אראפצוווארפן די געביידעס, אבער עס האט זיך נישט איינגעגעבן.
Gabila's.bmp
די אלטע געביידעס פון די גאבילא'ס פירמע
Gabila's.bmp (181.34 KiB) געזעהן 3088 מאל

פון דארט איז דער דעוועלאפער געגאנגען פאראויס מיט זיינע פלענער, און האט גלייך זיך גענומען ארויפצושלעפן דעם וואלקנקראצער, די ארבעט איז געלאפן אויף פאראויס מיט גאר א שנעלער גאלאפ, יעדן סוף וואך איז געווען א פרישע שטאק אויפן טאוער - זאגט טובי' בערנאטה א איינוואוינער אין די געיגענט, עס איז נישט געווען עפעס וואס מיר האבן געקענט טוהן עם אפצושטעלן - פירט ער אויס. (אין פאקט זענען כסדר אינטערגעשטעלט געווארן פיסלעך אפצושטעלן די ארבעט ביים געביידע, ביז דער דעוועלאפער האט געסטראשעט אז ער וועט פארוואנדלן די לאבי-שטאק צו א "באר" אויב ער הערט נאך איין קאמפלעינט פון די בילדונג'ס דעפארטמענט...)

די געביידע - פון 20 שטאק הויך - איז נישט זייער גרויס אין שטח, עס פארמאגט 66 אפארטמענטס וועלכע וועלן ארויסגעדינגן ווערן פאר יעדן צוגלייך (איקוואל האוזינג) און איז געפלאנט ארויסגעשטעלט צו ווערן אויפן מארקעט אין יאנואר פונעם נייעם יאר למספ', די העכערע שטאקן האבן א וויא צום "איסט ריווער סקיי ליין" אויך קען מען זעהן די וויליאמסבורג-ברוקלין-מאנהעטן בריקן (אויך א חלק פון די בעטארי טונעל...), עס פארמאגט א לאבי פון 2 שטאק הויך, לויט פלענער - וועט זיין א אינדאור סווימינג פאול און א עקסערסייז צימער (פוי!), ווי אויך וועט זיין צוגעשטעלט פארקינג פאר די רעזידענטן, די הויפט אריינגאנג איז אויף 424 בעדפארד עוו. צווישן די סאוט 8 און סאוט 9 סטריט'ס (נעבן "קוואליטי העלטה סענטער"),

------
גייענדיג צודריקט (א מארעך: ווערט נישט צודריקט!) - קומט די שמועה אז א אידשע בראוקער האט געשלאסן א דיעל מיטן דעוועלאפער ארויסצודינגן די אונטערשטע 10 שטאק פאר אידן! ק.נ.א. האט עס אבער נישט באשטעטיגט, אויב שטעלט זיך דאס ארויס צו זיין ריכטיג, קען עס זיין א געוואלדיגע ישועה סיי פאר די אידן וואס זוכן דירות, און סיי אז די דירות זאלן נישט באזעצט ווערן מיט די אומגעוואונטענע איינוואוינער.

דיס איז צום זאך עט די "ק.נ.א." נעטווארק - סאוד סייד דעוויזשען.

אדווערטייזמעמט: דינגט א "זאזא" אפארטמענט ביז יאנואר 20 - באקומט א "זאזא" קענדי בחנם!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 11, 2009 10:41 pm

דאס איז'אזא שיינע באריכט, דו באקומסט א געהאלט העכערונג פון קנ"א.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:15 am

שכח פאר די גוטע נייעס אז די ערשטע צען שטאקן גייען גיין פאר אידן.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:48 am

כ'פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען מאכן לעגאל אז מ'פארדינגט די ערשטע צען שטאק נאר פאר אידן, לויטן געזעץ איז נישט דא אזא מעגליכקייט, דאס איז פון די גרעסטע פארברעכן אין אמעריקע, עפעס מוז זיין דערין וואס שטייט נישט דא.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:51 am

הערליך שיין באשריבן צום זאך!

לכבוד דעם האב איך אריינגעריקט א פעקל זאזא'ס, יוי ס'יז יאמי..


בערעל דער לעבעדיגער האקט אריין.
אויב איז בכלל אמת, האט דער דעוועלאפער בלויז געשלאסן קאנטראקט אויף די ערשטע צען שטאק נישט אויסזאגנדיג דעם סוד אז ער גייט עס בלויז פארדינגען פאר אידן :wink:
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 9:15 am

דאס הייסט אן ארטיקל געשריבן "צום זאך"!

דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די אידישע שכינים אז עס וועט פארדינגען ווערן פאר אידן, און לעבעדיגער בערל'ס קשיא איז נישט קיין קשיא ווייל א בראקער האט דאס אפגעקויפט פאר זיך און ער איז דער וואס גייט דאס פליפן, ער וועט זיין נומער נישט עדווערטייזן אין די דעילי נויז נאר אין די שאפער'ס ראוט..

עס האט אבער עטליכע פראבלעמען. צום אלעס ערשט האט דאס א גוי געבויעט. זיי שטעלן אויס א הויז אינגאנצן אנדערש ווי א איד, זי מאכן א גרויסן ליווינג רום און פיצקילע קיטשען אד"ג. חוץ דעם גלייב איך אז דאס וועט זיין א טייערער פראיעקט און עס וועט קאסטן מער ווי $400 דאללער א סקווער פיס.

צום זאך. יישר כח נאכאמאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 9:23 am

לויט ווי צום זאך שרייבט גייט מען דאס פארדינגען, בכלל נישט פארקויפן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 10:49 am

צום זאך, יעצט קענעס שוין גיין פאר גוים, נאך אזא ארטיקל, ווער ברויך נאך א דירה?.. (וואס?)
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 11:03 am

צייטליך האט געשריבן:דאס הייסט אן ארטיקל געשריבן "צום זאך"!

דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די אידישע שכינים אז עס וועט פארדינגען ווערן פאר אידן, און לעבעדיגער בערל'ס קשיא איז נישט קיין קשיא ווייל א בראקער האט דאס אפגעקויפט פאר זיך און ער איז דער וואס גייט דאס פליפן, ער וועט זיין נומער נישט עדווערטייזן אין די דעילי נויז נאר אין די שאפער'ס ראוט..

עס האט אבער עטליכע פראבלעמען. צום אלעס ערשט האט דאס א גוי געבויעט. זיי שטעלן אויס א הויז אינגאנצן אנדערש ווי א איד, זי מאכן א גרויסן ליווינג רום און פיצקילע קיטשען אד"ג. חוץ דעם גלייב איך אז דאס וועט זיין א טייערער פראיעקט און עס וועט קאסטן מער ווי $400 דאללער א סקווער פיס.

צום זאך. יישר כח נאכאמאל.

אויב א בראקער האט דאס אפגעקויפט איז נישט דא קיין שום קשיא, נאר דאס ווארט "בראקער" ניצט מען בדרך כלל נישט פאר קיין קויפער.
און ווער ס'האט אביסל א אהנונג אין די "פעיר האויזינג געזעצן פארשטייט פון וואס איך רעד, ווייל דער געזעץ גייט אויך אן לגבי אדווערטייזינג, איך וויל נישט מאריך זיין ווייל מ'קען קיינמאל נישט וויסן צו וועם דער ארטיקל וועט אנקומען אזוי ווי כ'האב שוין ליידער געזען ביי חזקת הבתים אז דער ריין אידישער וועבזייטל איז אנגעקומען צו טאני סעליני ע"כ דארף מען זייער אכטונג געבן פון וואס מ'רעדט דא ס'זאל חלילה נישט שאטן צום תכלית.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 12:22 pm

צו ערשט ייש"כ צום זאך פאר די באריכט.

יעצט צו ר' בערל, לאמיר דיר אביסל מסביר זיין די השתלשלות הדברים.

פאר 3 יאר צוריק ווען דער דעוועלאפער איז אריינגעשפרינגן אין דעם פראיעקט האבן זיך אסאך ריעל עסטעיט אינוועסטער געוואונדערט אויף אים וואס זיין פלאן איז, צו זעהט ער דען נישט ווי די ארומיגע דעוועלאפמענטס (א שטייגער ווי די "גרעטש" געביידע וכדו') שטייען האלב ליידיג? און נאכדערצו ווען זיין לאט איז ממש אין די אידישע וויליאמסבורג - וועלכע בעסערע ארטיסט וועט וועלן קויפן ביי אים? (דעמאלט איז זיין פלאן געווען צו מאכן קאנדאוס) און דאן איז נאך געווען בעפאר די מארגעדזש קריזיס!

יעצט 3 יאר שפעטער, ס'איז קיינעם קיין סוד אז די ריעל עסטעיט ביזנעס איז היבש אין דער ערד... און צו באקומען א מארגעדזש איז ממש אוממעגליך די תקופה, אלזא האט דער דעוואלאפער זיך דערזען מיט א ביין אין האלז ער גייט דאס נישט אזוי גרינג קענען פארקויפן, דעריבער האט ער מחליט געווען אז ער גייט עס ארויסלייגן פאר רענטאל'ס און וויפיל ס'וועט גיין איז הכל רויח.

יעצט איז געקומען א אינגערמאן און פארגעשלאגן פארן דעוועלאפער אז היות די געיגענט איז פול באזעצט מיט אידן און ס'איז דא א גרויסע פארלאנג פאר רענטאל אפארטמענטס, טראגט ער זיך אן צו ברענגן אידישע טענענטס וואס זענען פאראינטערעסירט צו דינגן דירות אין די געיגענט, און ער (דער אינגערמאן) וועט מאכן קאמישאן דערויף, איז אזוי, די העכערע שטאקן וויל לכאו' דער דעוועלאפאר פארדינגן פאר היבש מער ווי די נידריגערע, ווייל פאר זיין קליענט וואס ער פרובירט צו ציען איז ווי העכער אלץ חשוב'ער מען האט א בעסערע וויא צו די ספעיס... משא"כ ביי אונזער ציבור איז דאס א חסרון, ביי אונז איז ווי נידריגער אלץ בעסער צוליב וואס מיר קענען זיך נישט באנוצען מיט קיין עליוועיטאר אום שב"ק (ס'איז דאך נישט דא קיין עירוב...), דעריבער וועט ער אים קענען שלעפן טענענטס פאר די נידריגערע שטאקן.

יעצט זאג מיר וואס איז נישט אויסגעהאלטן דא, דער אינגערמאן איז ווי א אגענט וואס ארבעט אויף א קאמישאן און ער פרובירט צו שלעפן וועם ער קען, און וועם קען ער? זיין קאמיוניטי - היימישע אידן, בס"ה קען דער דעוועלאפער האבן א טובה אויב אידן וועלן עס נעמען, ווייל אז נישט בלייבט ער מיט א האלב ליידיגער בנין...

------
צייטליך, האסט א פוינט, עס איז ווייט נישט דעזיינד לויט די געברויך פון א אידישע דירה, אבער פאר חתן כלה פארפעלקער דארף עס נישט זיין אזא פראבלעם, די קיטשען הער איך איז גאנץ בחסד (נישט אז ס'האט א עקסטער פסח קאך...), די בעדרום איז נישט זייער גרויס (וועסט מוזן לאזן די פורניטשער אין ליווינג רום..), אין די "ליווינג" רום קען מען פשוט נוצן פאר א "דיינונג" רום - פאר די וואס זענען נישט מקפיד צו עסן שנה ראשונה דוקא ביי די שוויגער... (איך פערזענליך וואלט עס געלאזט פאר א ליוויגנג רום..), עס ווענדט זיך נאר וויפיל ער וועט בעטן דערפאר, אבער קיין גרויסע אויסוואל איז סייוי נישט דא, מענטשען זענען דעספערד פאר דירות סא...

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 12:29 pm

וופיל גייט ער בעטן ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 12:36 pm

צום זאך;
איך בין ממש נתפעל פון דיין גלענצענדע שריפט!

דו ענדעלסט שטארק אין איינעם ...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

תגובהדורך משמש » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 12:39 pm

די קוק סט. דירות זענען אויך נישט געבויעט/אויסגעשטעלט געווארן פאר אידן, און מיט דעם אלעם ציעט זיך דער עולם אהין.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 1:00 pm

פארגעט עבאוט די קוק דירות, וויפיל יודן וואוינען אין בעדפארד גארדענס, אין די פראדזשעקס אן קיין קאך, אן קיין פסח, סוכות, יאאאארן לאנג שוין מען קען זיי נישט ארויסזעהן פון דארט, איך פארשטיי נישט וויאזוי זיי האלטן עס אויס אבער דאס איז די מציאות.

עניוועי דא האט צום זאך אראפגעלייגט א זאפטיגע קניש... כ'מיין ארטיקל, מען מוז דאס באגיסן מיט הערינג....כ'מיין באגריסן ווי געהעריג, און גלייכצייטיג צולייגן א קליינע בקשה ''ווי ניד מאר לייק דיס''.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 8:48 pm

גוטע נייעס געהערט אז מען מופט שוין ב"ה אריין אין די קוק סט. דירות. וויפיל משפחות האבן זיך שוין אריין געצויגן ?
קומענדיגע מאל מיר וועלן זיין אין ווילי אי"ה וועלן מיר דאס גיין באטראכטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג דעצמבער 13, 2009 9:43 pm

אקעי חברה.

דער עולם כאפט זיך נישט צו צום זאזזא קאמפלעקס ווייל ס'יז געבויט געווארן אויף אן ארט פון א בעקעריי וואו ס'יז געשטאנען א אויוון.

לויט רבי יהודה החסיד טאר מען נישט וואוינען דארט וואו ס'יז אמאל געשטאנען א אויוון.
(אדער טאר מען נישט צעווארפן, כ'דענק נישט פונקטליך וואס ער שרייבט).

עכ"פ אייניקלעך קענען זיכער נישט וואוינען דארט, און אנדערע דארפן פרעגן א דיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » זונטאג דעצמבער 13, 2009 9:49 pm

שוועמעל, שטארקע הערה.
אבער דאכט זיך אז די צוואה איז דוקא א שטיין אויווען, איז די שאלה וואסארא אויווען מ'מאכט קנישעס.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 11:11 am

אודות הזאזא, לפי ידיעתי איז דא עטליכע פונקטן וואס דער אידישער בראוקער האט זיך נישט געקענט פארגלייכן מיטן דעוולאפער, איינע פון די זאכן וואס ער האט פארלאנגט איז אז איינע פון די עליוועיטאר זאלן רעזעווירט ווערן נאר פאר די אידישע איינוואוינער - וועלכע וואלטן לויטן פלאן געזאלט זיך באזעצן נאר אין די נידריגערע שטאקן, די דעוועלאפער האלט זיך אבער בשו"א נישט ביים צושטעלן דערצו.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 11:18 am

שוועמל האט געשריבן:אקעי חברה.

דער עולם כאפט זיך נישט צו צום זאזזא קאמפלעקס ווייל ס'יז געבויט געווארן אויף אן ארט פון א בעקעריי וואו ס'יז געשטאנען א אויוון.

לויט רבי יהודה החסיד טאר מען נישט וואוינען דארט וואו ס'יז אמאל געשטאנען א אויוון.
(אדער טאר מען נישט צעווארפן, כ'דענק נישט פונקטליך וואס ער שרייבט).

עכ"פ אייניקלעך קענען זיכער נישט וואוינען דארט, און אנדערע דארפן פרעגן א דיין.


דער לשון איז: לא יתוץ אדם תנור וכירים שאופין בו להשתמש באותו מקום, אלא יניח אותו לתקן שנית, כי סכנה גדולה כל עושה אלה, ע״כ.


לכאורה רעדט ער נאר פון אליינס צואווארפן אן אויבן, אבער נישט אז מ'זאל נישט וואוינען אויף א פלאץ וואו א גוי האט אמאל צואווארפן אן אויבן.

בכל אופן דארף מען זיכער פרעגן א שאלה.

למדן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2008 6:58 pm

תגובהדורך למדן » פרייטאג דעצמבער 25, 2009 11:49 am

איך האב אביסל נאכגעקוקט איבער דעם ענין.

אט זענען עטליכע וואס רעדן דערוועגן:
שו"ת בן פורת [מהגר"י ענגל] חלק ב' סימן י"א
די שאלה דארט איז אז מ'וויל פארגרעסערן א ביהמ"ד, און ער טראכט אריין צי לצורך מצוה איז אנדערש, אבער צום סוף פירט ער אויס איין זאך וואס קען זיין נוגע אין דעם פאל, אז אויב איז דאס געווען א גוי'ס דירה בעפאר, איז דירת נכרי לאו שמי' דירה וכו', יעו"ש.

אויך איז דא א שאלה אין בית שערים יו"ד סימן קצ"ג וואו ער פרעגט אן דעם ייטב לב איבער אזא שאלה ביים פארברייטערן זיין ביהמ"ד און מ'האט צואווארפן דעם אויבן, און ער ברענגט דארט די קורצע תשובה וואס דער ייטב לב האט אים געענטפערט

ס'איז אינטערסאנט צו ציטירן וואס דער ייטב לב שרייבט אים:ואשר שאל ע"ד התנור שרוצים לסתרו אין אין בזה קפידא כלל רק שאל ישאר שם במקום התנור שום אבן מהתנור ואף קרקעות התנור יטלו משם וכו וכן עשו בבית התפלה שלי בהבנותו שהי שם תנור שאפו בו כבר וסתרו אותו כי כך מקובלני מהגה"ק מה"ר שלום מבעלז זלה"ה לכך אל ירא ואל יפחד יהי ד' עמו וכו'


ביידע שאלות רעדן טאקע פון א בית המדרש, אבער פון די תשובות זעט אויס לכאורה אז אין אונזער פאל איז אויך נישט קיין פראבלעם. אבער א שאלה דארף מען אוודאי פרעגן.

קען זיין אז די תגובה באלאנגט אין ידיעות התורה אשכול. אבער אויב עמיצער וויל מער מראי מקומות אין דעם ענין. אט איז
דער 'מפתח... וואס איך האב גענוצט צו טרעפן די צוויי תשובות ער ברענגט דארט נאך עטליכע תשובות, וקצרתי מפני קדושת השבת הממשמש ובא.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 4:05 pm

אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Trying, בן בוזי, דניאל אויערבאך, זזה, טעאריע וואס לעבט, יאנקעל פעדראטשיק, יש ברירה, לייטער, קרייסלער, תנא-קמא און 117 געסט