NYC זשענערעל עלעקשאן'ס 2009

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

NYC זשענערעל עלעקשאן'ס 2009

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

קומענדיגע דינסטאג פר' וירא (נאווענבער 3) קומט פאר די וואלן פאר נוי יארק סיטי מעיאר, נוי יארק סיטי קאמפטראלער, נוי יארק סיטי פאבליק אדוואקאט,
ברוקלין בארא פרעזידענט, און פינף קאונסיל סיעטס.

איך בעט אייך זייער נעמטס אראפ 10 מינוט פון אייער וויכטיגע/ביזי סקעדזשול און גייטס ארויס אפגעבן אייער שטימע ווען זיי רופן איך.
אזוי ארום וועלן די עלעקטעד אפישעלס אויסהערן אייער שטימע ווען איר וועט זיי רופן.

די קאנדידאטען זענען ווי פאלגענד אזוי ווי עס וועט שטיין אינעם שטים בודקעס

מעיאר

1 בילל טאמפסאן
2 מייק בלומבערג
3 סטיפען עי. קריסטאפער
4 פראנסיסקא ווילער
5 דניאל פיין
6 ביללי טאלען
7 זשימי מקמילען
8 זשאסעף על. דאברייען
9 טערעל על. איילענד

(יא 9 מענטשען זוכען צו ווערן די מעיאר פון נ.י.)

פאבליק אדוואקאט

1 בילל דיבלאזיא
2 אלעקס טי. זאבלאקי
3 מאריו דילוסי
4 זשים לעזענסקי

קאמפטראלער

1 זשאן סי. ליו
2 זשאו מענדאלא
3 סטוארט זשעי עווריק
4 סאלים איזשעז

בארא פרעזידענט

1 מארטי מארקאוויטש
2 מארק על. ד'אטוויאו
3 מייקל סאנזשעס

פינף קאונסיל סיעטס ווי פאלגענד

33 'סטע

1 סטיוו לעווין
2 עליזעבעט טרעטער

34 'סטע

1 דייענע רייענע
2 מאריטזא דאווילא
3 זשעקעלין הארא

35 'סטע

1 לעטיטשע זשעימס
2 סטוארט עי. באלבורג

36 'סטע

1 אלבערט וועין
2 ראבערט עי. האנטער
3 מארק ווינסטאן גריפעט

37 'סטע

1 עריק מארטין דילאן
2 מייקעל עדזגער פריימאן סאולסבערי
3 מעלווין ברוין

38 'סטע

1 סערא אי. גאנזאלעז
2 עלען אי. ראמעגורי
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ווי האלט עס צווישן בלומבערגער און טאמפסאן? האט טאמפסאן עפעס שאנסן?

אין ניו דזשערסי טוט זיך אויך היציג הער איך, אבאמא גייט היינט דארט זיין אין ס'איז ערווארטעט ער זאל קאמפיינען פארן דעמאקראטישער דזשאן קארזיין אנטעקען דער רעפובליקאנער קריספ קריספי..

אגב, כ'מיין מ'זאגט עס עלעקשאן - נישט עלעק'ט'שען.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'דא געוויסע וואס גיבן טשאנסן פאר טאמפסאן צו געווינען די וואלן. ווי דער נ"י דעילי נויז האט ארויסגעברענגט פארגאנגענער וואך אז בעיקר גייען ארויס שטימען מער די ארימע קלאס, די וועלעכע זענען פארהאסט קעגן בלומבערג וואס האט ארויפגעריקט עטליכע טעקסעס און נאך שטאטישע פריייזן.

אזוי אויך זייער אסאך פון די יוניענס זענען קעגן בלובערג, וואס דאס גיט א שטארקן טשאנס פאר טאמפסאן צו געווינען. און די פאולס קען מען נישט גלייבן ווייל עס זאגט נישט גארנישט.

אבער נאך אלץ איז דאס גאר א שוואכער טשאנס.

--

צום זאך. כ'האב פאראכטן דעם קעפל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
טשיקאווער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2009 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיקאווער »

וואסי פשט דערפון? הסבר ביטע.
צייטליך האט געשריבן:. און די פאולס קען מען נישט גלייבן ווייל עס זאגט נישט גארנישט.


בד"וו, צייטי דו ברויכסט ווידער פאררעכטן ס'קעפל. עלעקשאנ'ס ל' רבים
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זיי מיינען צו שרייבן אז די לאקאלע פאולס זאגן נישט קיין סאך. עס איז בכלל נישט אקוראט.
--
קעפל פאראכטן לפי בקשתך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

נאך א סברה וואס קען ביישטייערן צו א טאמפסאן געווינס איז, אז זייער אסאך ניו יארקער זענען בייז אז בלומבערג האט געטוישט די טורם לימיט געזעצן, און הגם זיי האבן גארנישט (כאילו..) קעגן זיין ראלע אלץ מעיאר, וועלן זיי אים דאך נישט שטיצן אין די וואל טאג.
געדולד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדולד »

לעצטנעס זאגט מיר איינער מיט א תמימות, אז אין קרית יואל וואוינען שוין היינט מער משפחות ווי אין וויליאמסבורג. ווייל ער ליינט לעצטנס נאך וואלן אין וויליאמסבורג, סיי אין דער בלאט און סיי אין דער איד, אז זייער צד האט א מעכטיגע בלאק וואוט. און ווען ער רעכנט אויס צוזאמען קומט עס אויס בערך 5000 שוין צוזאמען מיט גוים.

אין קרית יואל אבער איז ביי יעדע וואלן דא באלד 6000 שטימען און עס האלט אין איין וואקסן. קומט אויס אז קרית יואל האט שוין מער...

א ביטערע געלעכטער, ווען מיר קומען ווען ארויס געהעריג - אפילו צווישן צוויי קאנדידאטן - וואלט מען לויט די סטטיסטיק פון קרית יואל אז דארט גייען שטימען 90 פראצענט, וועט דא זיי אבערך 20,000 שטימען, הוי וואלט דאס אפגעקלינגען. אוי וואלט זיך בלומבערג געערעכנט מיט אונז.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

ליינער האט געשריבן:קומענדיגע דינסטאג פר' וירא (נאוועמבער 3) קומט פאר די וואלן פאר נוי יארק סיטי...
איז דא נאך פלעצער וואו מ'גייט וואוטן נאוועמבער דעם 3'טן?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

און טאון אוו מאנרא און אויך קאנטי אוו אראנדזש
קומען פאר וואלען פאר טאון סופערווייזאר און צוויי טאון קאנסיל לייט
און קאנטי עקזעקוטיוו און קאונטי לעגיסלעטאר
דער לעצטער האט נישט קיין אפאננאט און דיסטריקט 1
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום פרייטאג אקטאבער 23, 2009 1:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געטראפן אויפן געוועלב אויף אראנדזש קאונטיס וועב סייט
ווייס נישט ווי אוטענטיק סאיז
אטעטשמענטס
dispballotstyle.pdf
(84.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 122 מאל
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Amendment to article 3 of the Constitution, in relation to authorizing the Legislature
to allow prisoners to voluntarily perform work for nonprofi t organizations.

א רעפענדרום קוקט אויס א גוטע זאך פאר אידן לכאורה
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

צום זאך האט געשריבן:אין ניו דזשערסי טוט זיך אויך היציג הער איך, אבאמא גייט היינט דארט זיין אין ס'איז ערווארטעט ער זאל קאמפיינען פארן דעמאקראטישער דזשאן קארזיין אנטעקען דער רעפובליקאנער קריספ קריספי..

.


דער קריסטי איז דער יו עס אטוירני וואס האט רעקרוטירט שלמה דוועק זאל מסר'ן יודן און פאלטישאנס, ער האט משכ'ן זומער געהאט א 14 פוינט אויבערהאנט איבער'ן דעמאקראט קארזיין אבער יעצט זענען זיי האלז-צו האלז, און ווי עס זעט אויס וועט עס קארזיין מאכן נאך וואס קריסטי האט געפירט א אויסערגעווענליכע שלומזלדיגע קאמפיין.
איך זאג עשה!
אייניגע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
לאקאציע: ארץ פלסטינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניגע »

גאר גאר וויכטיג צו הערן א אינטערוויו אויף קאלמענאסער אויף קנעפל 3-1-152 הערשל פריעדמאן מיט ר' יונה כהן
בנוגע דאס וויכטיגקייט פון גיין וועהלן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”