ראש לימבאו און על שארפטען אויף מעסער שטעך:
די קאנזערוועטיוו ראדיא טאלק שאו ראש לימבאו האט און אן ארטיקעל און די וואל סטריט דזשורנעל, דעם שבת געשריבן אז די אקטעוויסט על שארפטען האט געשפילט א גרויסע ראלע און די כאאס און ראאיטאן וואס האבען איבערגעדרייט די שטאט קראון הייטס אום 1991.
די ראאיטן האבען זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס א לעבאוויטשער איד האט בטעות אראפגעקלאפט א שווארצע אינגעל און אום דערהארגעט, דאס האט צוגעברענגט די ראאיטן וואס האט אנגעהאלטען פאר פיר טעג און ס'האט געקאסט די לעבען פון הבחור יעקב ראזענבוים הי"ד.
יעצט זאגט שארפטען אז ער האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט די ראאיטן און אויב קומט נישט לימבאו ארויס מיט א אפענע אנטשולדיגונג גייט ער אריין געבען א לאו סאוט און אנקלאגען פאר פאלש באריכטונג.
########
יעצט קומט אריין די נייעס אז די ברידער פון יעקב ראזענבוים האט אנגערופן ראש לימבאו און אנגעגעבען אז ער איז גרייט אראפצוקומען קיין ניו יארק (פון אויסטראליע) אויפציווייזען אז ער האט יא געהאט א גרויסע חלק און די ראאיטן, ער האט געבעטען ראש לימבאו זאל זיך פארבינדען מיט ר' יצחק אבראהאם וואס איז דעמאלטס געוועהן זייער אקטיוו מיט די געריכטען פארהאנדלונגען.
דא האלט עס יעצט, ס'וועט לכאורה נאך זיין אסאך צו הערען פון דעם נושא, סטעי טונד
ראש לימבאו VS על שארפטען
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7214
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
געלעגער, יישר כח פאר די אינטערסאנטע נייעס.
איך קען אבער נישט פארשטיין פארוואס ראזענבוים זאל וועלן אריינרעדן אונעם מחלוקה און ברענגען באווייזן אז שארפטאן האט געהאט א חלק דעראון. וויל ער דען ווידעראמאל אויפרייצן די שווארצע געמיטער??
און אבראהאם וועט זיכער אויך נישט וועלן, נאכן ארבייטן אזוי שווער צו מאכן שלום צו די אידן און די שווארצע, פארוואס זאל ער אויפברענגען בייז בלוט ביי די שווארצע און ווידעראמאל פוינטן פינגער'ס אז זיי זענען די שילדיגע.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
דעי מעשה איז ווייט פון פארטיג, היינט איז שארפטען ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט אז ער האט קיין סאך נישט מורא פון דעם ראזענבוים ליינט http://www.vosizneias.com/39981/2009/10 ... thing-new/