גלעד שליט

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

גלעד שליט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גלעד שליט.
ווער ס'ליינט אביסעל נייעס און די לעצטע פאר יאר, און בפרט די לעצטערע פאר חדשים, קלאפט זיך אסאך אן און די נאמען גלעד שליט.
ווער איז דאס און וואס איז די היסטאריע מיט אום? וואס איז לעצטענס מער היציג און די נייעס איבער אום?
ליינט און האט הנאה.

גלעד שליט איז געבוירן און יאר 1986
צו זיין פאטער נועם,
גלעד האט אנגעפאנגען צו דינען די א"י ארמיי און יולי 2005 נאכען גראדעאירן,
כמעט א יאר דערנאך, איין זונטאג צופרי אום JUNE 25 2006. איז זיין טאנק באשאסען געווארען מיט ראקעטען דורך די פאלעסטיניע מיליטאנטען, און זיי האבען אום פארכאפט אלס לעבעדיגע משכון,
ער איז פארוואונדעט געווארען און די געשלעג, ער האט זיך צובראכען די הענט און צוקנאקט די אקסעל,

א טאג נאך די פארכאפונג, זענען די פארכאפערס ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט,
אויב איז א"י גרייט ארויסצולאזען "אלע" פרויען ארעסטאנטען וואס זיי האלטען און זייער באזיס, און אויך אלע ארעסטאנטען וואס זענען אונטער 18 יאר, דעמאלטס זענען זיי גרייט אויף אן אויסטויש, די מעסעדזש איז געקומען פון א גרופע וואס האט זיך גערופען
' איז אד-דין אל קאסאם בריגאדעס'

שאליט איז געוועהן די ערשטע סאלדאט פארכאפט צו ווערען פון נאך די פארכאפונג און 1994, וואס דעמאלטס האט א"י פראבירט ארויסצוכאפען מיט געוואלד די פארכאפטע סאלדאט נחשון וואכסמאן, אבער דארט האט זיך עס געענדיגט פאטאל, און די פארכאפטע סאלדאט איז אומגעקומען בשעת די געשלעג,

זינט דאן זיצט מען מיט חאמאס וואס זיי זענען די וואס זענען פאראנטווארטלעך אויף די פארכאפונג און מען פראבירט צו געוואונען זיין באפרייאונג,
חאמאס איינזענדיג וואסערע טייערע אוצר זיי פארמאגען ביי זיך, האבען זיי ארויף געריקט די פארלאנג, און אויסער די פרויען און די קינדער וואס זיי דארפען און אויסטויש פאר שליט פארלאנגען זיי די באפרייאונג פון נאך "1000" פלעסטיניע ארעסטירטע מענער, און זיי האבען צוגעגעבען אז זייער פארלאנג מיז נאכגעגעבען ווערען ביז פיר און צוואנציג שעה, ווייל אויב נישט.....
דאס האט שוין זייער אויפגערעגט די אישריילים, און זיי האבען קאטעגאריש אפגעווארפען די פארלאנג,
און חאמאס האט טאקע ארפגענומען די
אולטימוטעם,

אויף די דיפלאמאטישע פראנט פראבירט מען אויך מיט וואס מ'קען, עגיפטען און פראנקרייך ארבייטן זייער שווער אויף זיין באפרייאונג, (ער האט פראנקרייכ'ע בירגערשאפט), די פראבלעם איז נאר אז חאמאס איז נישט קיין ציוועלעזירטע לאנד וואס מ'קען געטרויען דיפלאמאטיש,

דורך די יארן זענען שוין אסאך קלאנגען ארום געפארען איבער זיין באפרייאונג, אפאר חדשים צוריק איז א צייטונג ארויסגעקומען מיט א ברעיקונג אז גלעד'ס באפרייאונג איז גאר נאנט און א"י איז גרייט ארויסצולאזען טויזענט פאלעסטיניער מיליטאנטען,
א"י האט אבער אפגעווארפען די באריכט,
אזוי פארן ארום די לעצטע פאר חדשים אסאך נייעסען טייל אמת און רוב פאלש איבער זיין באפרייאונג,

איינע פון די עיקר זאכען וואס האט אייביג געדריקט די א"י איסטאנצען איז, ווער זאגט אז גלעד לעבט נאך? אפשר איז די גאנצע פארהאנדלונג א שאד, אפשר איז גלעד שוין לאנג נישט בין החיים?
אויף דעם איז די פארגאנגענע וואך ארויסגעקומען א טעיפ פון גלעד וואו מ'זעהט אום האלטען א צייטונג מיט די דאטום פון סעפטעמבער 14 2009 און אויף דעם טעיפ בעט ער זיך אז מ'זאל אום שוין באפרייען און ער זאגט דארט אז ער קוקט און זוכט יעדען טאג און די צייטונגען צו ס'איז דא עפעס נייעס איבער זיין באפרייאונג,

די טעיפ האט קודם באראוגט די אינסטאנצען אז ער איז זיכער נאך לעבעדיג און מ'דארף זיך צויאגען מיט זיין באפרייאונג, פאר איך פארגעס, צובאקומען די טעיפ האט א"י געדארפט באפרייען צוואנציג פרויען מיליטאנטען,

און א"י זעלבסט איז דא א מיינונגס פארשידענהייט איבער זיין באפרייאונג, מאנכע טענה'ן אז מ'דארף טון וואס מ'קען אום צובאפרייען, אנדערע זאגען אז ניין, יעדע סאלדאט האט א ווערט, און מ'דארף טון וואס מ'קען אום ארויסצובאקומען, אבער נישט פאר אזא פרייז! ארויסצולאזען מערדערס און טערעריסטען אויף די פריי איז צו א גרויסע סכנה פאר די לאנד, און נאך, דאס וועט נאר אויפרייצען די געמיטער ביי חאמאס אז זיי זאלען כאפען נאך,

דאס אז א"י איז גרייט ארויסצולאזען מערדערס און אויסטויש פאר פארכאפטע איז נישט קיין נייע זאך,
אום JULY 2008 האט א"י ארויסגעלאזט פאר חיזיבאלע, פינעף לעבעדיגע און כמעט צוויי הינדרעט טויטע קערפער פאר אן אויסטויש פון "צוויי טויטע פארכאפטע קערפער"

און חאמאס ווייסט דאס און וועגען דעם האבען זיי די חיצפה צו פארלאנגען אזעלכע גרויסע נומבערס פאר אויסטויש, און מיר וועלען נישט זיין סורפרייזט אז מ'וועט עס זיי נאך געבען,

וואו איז גלעד?
די א"י גלייבן אז ער איז און גאזא, זיי זאגען נישט פארשטייט זיך, פון וואו זיי נעמען די אינפארמאציע,
היינט איז ארויסגעקומען א באריכט אז א"י זאגט אז זיי וויסען פונקטלעך וואו גלעד איז, אין זיי האלטען א שטענדיגע אויג אויף אום,
זיי קענען אום נישט ארויס נעמען פון דארט ווייל די פלאץ וואו ער איז, איז פיל מיט אויפרייס ארום, אין די פארכאפערס זענען גרייט אום צו הארגענען די רגע זיי שפירן אז זיין באפרייאונג איז נאנט,
פארשטייט זיך אז חאמאס לייקנט די גאנצע זאך און זאגט אז א"י האט נישט קיין אנונג וואו גלעד געפינט זיך,

וואס דא גייט זיך אויסלאזען ווייסט איין באשעפער, אבער וואו ס'שמעקט גייט חאמאס געוואונען די באפרייאונג פון אסאך מערדערס און אויסטויש פאר גלעד'ס באפרייאונג,
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

זייער קלאר און געשמאק צו ליינען, יישר כח!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

שיין אראפגעלייגט, שקויעך.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פון א"י קומט אן די נייעס אז מ'האלט שוין אט אט ביים באפרייאונג,
דא האט איר וואס זיי שרייבן

According to al-Arabia, the deal to bring Gilad Shalit is all but signed, adding senior Hamas officials will be traveling to Cairo to close the deal that will lead to the release of Gilad Shalit.

A Hamas report states that while progress is significant, the deal will not be completed this week.

Fox News reports that a new list of 70 names submitted to Israel by Hamas has been approved by Israel, clearing the way for the deal which will bring Shalit home in exchange for Israel releasing at least 450 terrorists. The 70 names on the original list were unacceptable to Israel, resulting in the deadlock, al-Arabia reports.

Following a Sunday meeting in Cairo with President Hosni Mubarak, President Shimon Peres confirmed "negotiations are ongoing between the sides".

The family of Gilad Shalit told the media they do not have any new information and official government sources in Jerusalem are not confirming anything other than efforts to obtain Shalit's release are ongoing.


וואס באדערט איז, אז ס'קאסט פאר א"י 450 טערארוסטען און אויסטויש פאר דעם איינעם, לוינט זיך דו פרייז? איז דאס פאליטיש אויסגעהאלטען?

נישט אומזינסט האט חאמאס געמאלדען די פארגאנגענע וואך אז זיי זענען גרייט צו צאלען א הון תועפות פאר ווער ס'ברענגט זיי א לעבעדיגן סאלדאט!
פאר זיי איז א סאלדאט ווערט אלע געלטער אויב איז טאקע אזוי אז א"י איז גרייט צו קניען און נאך געבען אלע פארלאנגען, פאר א באפרייאונג.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער אמת איז אז עס האט שוין דארט געהאלטן צענדליגער מאל אבער אין פאקט איז קיין באפרייאונג נאכנישט צושטאנד געקומען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט איז דאס מער ערנסט, אפילו שמעון פערעס האט שוין גערעדט דערוועגן.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

קרעמער האט געשריבן:יעצט איז דאס מער ערנסט, אפילו שמעון פערעס האט שוין גערעדט דערוועגן.



נישט נאר גערעדט דערוועגן, ער איז פערזענליך אראפגעפארן קיין קאהיר מצרים צו פארענדיגן די פארהאנדלונגען.

ווי האט דער רבי ז"ל גענדיגט אין אזא פאל, "דער אייבישטער זאל העלפן אז די מדינה זאל חרוב ווערן בקרוב ממש עס זאל נישט קאסטן קיין אידיש בלוט"
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

חאמאס האט געמאלדן מאנטאג אז זיי האלטן גאר נאענט צו אן ארעסטאנטן אויסטויש אפמאך מיט מדינת ישראל, אונטער וועלכע דער מדינת ישראל זעלנער גלעד שליט וועט באפרייט ווערן אין אויסטויש פאר הונדערטער פאלעסטינער טעראריסטן.

מאנטאג האט געהייסן אז די גאנצע אפמאך הענגט אויף איין טעראריסט וועמען מדינת ישראל וויל נישט באפרייען, חאמאס אבער האט נישט ארויסגעגעבן ווער דאס איז.

דערווייל הייסט עס אז חאמאס וועט באפרייען שליט קיין עגיפטען, און מדינת ישראל וועט באלד דערויף באפרייען טייל פון די 350 ביז 450 ארעסטאנטן. ווען שליט ווען אנקומען אהיים, וועט מען באפרייען די איבריגע.

דר. חגי בן-ארצי, א שוואגער פון נתני', האט פאַרעפענטליכט א רוף צום פרעמיער מיניסטער אויף די מיליטערישע ראדיא נישט צו באפרייען טעראריסטן אין אויסטויש פאר דעם זעלנער.

"די אפמאך וועט פירן צו א מערדערישע כוואליע טעראר," זאגט בן-ארצי, און ווייזט אן אז ווען מען האט באפרייט דעם חאמאס פירער שעיך אחמעד יאסין אין 1997, האט זיך די צווייטע אינטיפאדא אנגעהויבן.

ער זאגט אז אנשטאט נתני' זאל גיין קעגן זיינע אייגענע פרינציפן און צוזאגן, און שפעטער געהאלטן ווערן פאראנטווארטליך פאר די נאכפאלגן, זאל ער ענדערש רעזיגנירן פון אמט טאמער קען ער נישט אויסהאלטן די דרוק.
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

נאך וואס זיי מדינת ישראל האט געמאכט א אפמאך מיט חיזבאלא איז נישט געשען קיין כוואליע פין טעראר סאו ס'איז איבערגעטריבענע שפעקולאציעס,
אין א חוץ פין דעם פאר מדינת ישראל איז עס נישט קיין גרויסע פראבלעם צי באפרייען, מארגען גייען זיי אריין אין ארעסטירען נאך הונדערטע שקצים אין פארטיג, אין כאמאס האט געחאפט ביטערע קלעפ ביים עזה מלחמה אין זיי גייען נישט אזוי שנעל אנהייבען נאכאמאל מיט עכטע טעראר (כ'רעד נישט פין די נארישע קאסאם'ס אויף ליידיגע פעלדער וואס הארגעט א פאר מאריטשקעס) , איז לכאורה וואלט מען יא געדארפט באפרייען שליט , אבער באמת איז דא הלכות דערויף ביז ווי ווייט מען מעג גיין צי באפרייען א איד וואס איז געפאנגען ביי גוים,
אבער ס'ציטערט אויף ווען מען טראכט וואס דער געפאנגענער גלעד שליט האט מסתם מיטגעמאכט די לעצטע פאר יאר אין כ'האף ער ווערט שוין באפרייט אין אז ער איז געזונט אין שטארק פיזיש אין גייסטיש,
עניוועי מ'ווארט מיר שוין אויפען גאולה שלימה וואס דאס וועט מסדר זיין אלע פראבלעמען אינעם מיטעל מזרח
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

לויט באריכטן פון היינט קוקט נישט אויס אז דער שליט הגלעדי וועט זיין אינדררויסן נאך די וואך. (הפנים מען וועט שנעלער זעהן דא 3000 תגובות ווי שליט אויף די פריי...)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ס'קען מיר איינער מסביר זיין פשט פון פרעגן דעם דעת הלכה פון הגר"ע יוסף און הגרי"ש אלישיב איבער די נושא?
כ'מיין ביבי רירט זיך נישט אן קיין דעת תורה? מ'מאכט אזא רושם אין די פרעסע דארט כאילו אלעס דרייט זיך ארום זיי, און וואס זיי וועלן פסק'ן אזוי וועט זיין...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צום זאך האט געשריבן:לויט באריכטן פון היינט קוקט נישט אויס אז דער שליט הגלעדי וועט זיין אינדררויסן נאך די וואך. (הפנים מען וועט שנעלער זעהן דא 3000 תגובות ווי שליט אויף די פריי...)


יא יא, ס'קוקט אזוי אויס...

דערווייל איז די גאנצע פארהאנדלונג אויף האלד, ס'האט זיך פארהאנקע מיט דעם וואס ישראל האט זיך שטארק פאר'עקשנ'ט ביי די צוויי מאסן מערדער מארוואן ברגאתי (אויב כ'זאג גוט די נאמען..) וואס האט אויף זיין האנט בלוט פון מער ווי ז-ע-כ-צ-י-ג אידישע קרבנות רח"ל. און אחמאד סאדאט וואס איז געווען דער ארגאנזירער פון דעם לינטש אויפן עקסטרעם רעכטע מיניסטער רחבעם זאבי. זיי קענען נישט שלום מאכן מיטן פאקט אז אזא איינער וואס איז געווען פון די הויפט ארגאנעזירער פון איטליכע טעראר אקציעס זאל ערלויבט ווערן זיך צו דרייען גענצליך אויף די פריי, איבערהויפט נאכדעם וואס ברגאתי האט אין א שמועס צו א איטאליענער צייטונג געזאגט אז ער פלאנט זיך צוריקצוקערן צו די כאמאס הויפט ליגע, און ער וועט ווייטער שטיצן דאס 'התנגדות' וואס מיינט טעראר אטאקעס.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

דער BBC נייעס קוואל האט נעכטען באריכטעט אז 4 פראנצויזישע דאקטוירים זענען ערלויבט געווארן פון די כאמאס אונטערצוזיכן גלעד שליט.

די דאקטוירים זענען אנגעקומען צום ארט ווי שליט ווערט געהאלטן אין די טעג און באגלייטונג פון דעם דייטשן פארמיטלער, די כאמאס גרופע האט באקומען א פארשפרעכונג אז ישראל וועט נישט אטאקירן דאס פלאץ ווי שליט געפונט זיך יעצט און נישט פרובירן אים ארויסצוכאפן מיט א קאמאנדא אקציע.

די באריכטן געבן איבער אז שליט איז באהאלטן אין א ארט פיל מיט אויפרייס מאטריאל אזוי אז ארויסצוכאפן שליט א לעבעדיגער פון דארט מיט א קאמאנדא אקציע איז אוממעגליך.

די ערלויבעניש פון אריינלאזן די דאקטורים איז נאך א צייכן פון די פארהאנדלונגען וואס קאכן לעבעדיג אין די טעג, און שוין די צווייטע און רונדע פון פארלאנגן, די ערשטע איז געווען די ווידיא טעיפ וואס איז פארשפרייט געווארן ערב שבת תשובה פון שליט'ן.

המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

שטארקע מעגליכקייטן: היינט נאכט וועט דער מדינת ישראל פרעמיער אונטערשרייבן דעם אפמאך מיט כאמאס!

שוין פון היינט אינדערפרי האט אנגעהויבן קומען פארשידענע באריכטן אז און אין די נאנטע שטונדען וועט אנטשידן ווערן דעם גורל'דיגן באשלוס ארום די באפרייאונגס פון דעם מדינת ישראל זעלנער גלעד שליט וואס איז פארכאפט געווארן דורך די כאמאס מיטגלידער פאר א כאפטע 4 יאר צוריק.

איבערן טאג היינט האט די מיליטערישע צענזור שטארק פארשווערט אויף די באריכטן, אבער פון פארשידענע קוועלע איז אנגעגעבן געווארן פארשידענע אנדייטונגן אז היינט וועט אנטשלאסן ווערן די אפמאך.

3 מאל האט זיך די זיכערהייט קאבינעט פון מדינת ישראל צוזאמגעזעצט היינט איבער דעם נושא, דער זיכערהייט פארום וואס באשטייט פון זיבן הויפט מיניסטארן אריינגערעכנט דעם פרעימער אליין האט ווי עס שיינט היצט אפגעמאכט אז דער אויסטויש פלאן וועט היינט אונטערגעשריבן ווערן, דער פלאן פארלאנגט די באפרייאונגס פון נאנט צו טויזענט כאמאס טעראריסטן וואס געפונען זיך אין איזרעלישע טורמעס, א טייל פון די טעראריסטן זענען ליידער באקאנט מיט זייער בלוטיגע הענט וואס האט שוין אומגעברענגט צענדליגער קרבנות.

אזוי אויך האט דער עגיפטישער פארהאנדלער באזוכט היינט מדינת ישראל'ס זיכערהייט מיניסטער אהוד באראק, ווי עס זענען ווארשיינדליך אויסגעארבעט געווארן די לעצטע פרטים ארום דעם אפמאך.

באריכטן געבן איבער אז שליט זעלבסט געפינט זיך אין די טעג שוין אין עגיפטן, ווי ער ווארט אויס דעם ענדגילטיגן באשלוס.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות, ויה"ר שיעבור ממשלת זדון מן הארץ מתוך רחמים וחסדים והשפעות טובות!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ארעסטאנט האט געשריבן: דער זיכערהייט פארום וואס באשטייט פון זיבן הויפט מיניסטארן אריינגערעכנט דעם פרעימער אליין האט ווי עס שיינט היצט אפגעמאכט אז דער אויסטויש פלאן וועט היינט אונטערגעשריבן ווערן

איך ווייס נישט פארוואס איך בין נישט בארעכטיגט צו זעהן יענעם פארום (מעגליך ס'איז נאר פאר ארעסטאנטן..), אבער אלענפאלס, שכח פארן באריכט.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

צומי ריפרעש דיין היים בלאט, איך האב דיר יעצט ערמעגליכט איינטריט צו דעם פארום, אבער מאך א שווייג, אז נישט וועט מיר דער אישי קעסטל איבערגעפילט ווערן מיט אזאכע פארלאנגן.
--
צוריק צום ענין.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

וואס איז געבליבן? וויפיל טעראריסטן גייען פריי גיין למעשה?
"הניגון קולמוס הלב"
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יעצט באריכט די פרעסע אנגעבליך אין נאמען פון דעם ש"ס פארזיצער אלי' ישי דער אינערן מיניסטער אז ביז 2 טאג וועט זיין א סוף צו די גאנצע ספעקטאקל.
לעיטס וועיט ענד סי!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

ארויף דאטום (אפדעיט)

היינט 1 אזייגער אין ארץ ישראל האט זיך דער זיכערהייט קאבינעט ווידעראמאל צוזאמגעזעצט און אינסטעטיווע פארהאנדלונגן זענען אנגעגאנגן, ווי עס זעהט יעצט אויס איז דער פרעימער ביבי נתניהו אין א שטארקע פארגלעגנהייט, אזוי ווי דער קאבינעט באשטייט פון 7 מיטגלידער און עס איז ממש צוטיילט האלב אויף האלב, אלזא דארף ביבי זיין דער וואס באשלוסט.

ווי עס האלט יעצט שלעפט זיך שוין די זיצונגען פאר אריבער 8 שעה, און יעדע מינוט דארף ארויסקומען די באשלוס, ביבי קען נישט אפמאכן צו נעמען אויף זיך אזא שווערע באשלוס.

דערווייל קומט פאר א ריזיגע ראלי לטובת שליט און פארענט פון ביבי'ס הויז אין ירושלים, און נאך היינט נאכט וועט זיין די ענדע צו די טראגישע פרשה.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

א גרויסן שקויעך ר' ארעסטאנט.

מיר ליינען מיט דארשט, און מיר ווארטען אויף נאך..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

און ארעסטאנט מעגסט וויסן. ווען די - אדער סיי ווער - שרייבט דא אן אינטערסאנטער אפדעיט ווייסן דערפון אויך די ליינער פון "הויפט בלאט".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

בילד פון נועם שליט, גלעד'ס טאטע היינט ביי די ראלי.
(רויטערס)
אטעטשמענטס
הפגנה מול המשרד של הרה"מ
הפגנה מול המשרד של הרה"מ
.jpg (10.89 KiB) געזען 3614 מאל
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

איז דא באווייז אז גלעד לעבט נאך, אדער פארהאנדעלט מען מיט פארמאכטע אויגן?
פון ווי ווייסט מען אז די ערביים פארקויפען נישט קיין קאץ אין זאק, אפילו אויב ס'דא באווייז אז ער לעבט נאך יעצט, ווער זאגט אז מארגען ביים צוריק ליפערן וועט ער נאך לעבן?
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

גימעל האט געשריבן:איז דא באווייז אז גלעד לעבט נאך, אדער פארהאנדעלט מען מיט פארמאכטע אויגן?
פון ווי ווייסט מען אז די ערביים פארקויפען נישט קיין קאץ אין זאק, אפילו אויב ס'דא באווייז אז ער לעבט נאך יעצט, ווער זאגט אז מארגען ביים צוריק ליפערן וועט ער נאך לעבן?

די גאנצע פראצעדור ארבעט מיט א שליש, ד.ה. עגיפטן איז דער וואס נעמט אחריות אויף די ווארהייט פון די קבלות פון פון ביידע צדדים, און לויט וואו טייל געבן איבער אגעפינט זיך שוין גלעד אין מצרים...
"הניגון קולמוס הלב"
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”