קורצע איבערבליק אויף תשס"ט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

קורצע איבערבליק אויף תשס"ט

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 10:22 pm

קרעטשמע

1. שפרייזט אדורך תגובה נומער "פערטל מיליאן"!
2. פארמאגט שוין נאנט צו 1,500 באנוצער.
3. "היכל נגינה" לעבט אויף, ווערט אויפגעברענגט ביים קומזיץ אויפן האדסאן.
4. דעזיינער און גראפיקער באקומען א פארום זיך אדורכצושמועסן.
5. א מיטגליד "לחם לפי הטף" ווערט דיאגניזירט ל"ע און ערהוילט ב"ה, האלטנדיג אינפארמירט דעם עולם די גאנצע צייט.
6. א נסיעה לבית עלמין ווערט אונטערגענומען דורך א מנין מיטגלידער פון על הצדיקים, בראשות הבד"ץ.
7. דאס קרעטשמע באקומט א פרישע פנים מיט א סעריע נייע מיטגלידער, אריינגערעכנט: בד"ץ, והוא פלאי, סעמיטשקע (כאשר בא כן הלך), יהיה כן, שטארק זיך, צום זאך, בעילאוט, אלף בית, אליהו, האניג, פרעזידענט, יודל מענדלזאהן, 1X1, תו השמיני, משה קאפויער, משה קארנפעלד, הערשל ציג, ליפשיץ, מיילעך (דאס איז א טיילווייזע ליסטע, איך בעט קיינער זאל זיך נישט באליידיגן).
8. עס ווערט געקרוינט א "גבאי בית המדרש" ניק אכטונג צו געבן אויף די תורה'דיגע פארומס.
9. אידישע וועלט צייטונג ערשיינט א קורצע תקופה.

אידישע נייעס

1. שוידערליכע טעראר אטאקע אין מומביי לאזט איבער עטליכע קרבנות על קידוש השם, אריינגערעכנט הר"ר ארי' לייבוש ט"ב הי"ד און הר"ר בן ציון קרומאן הי"ד (משגיחים וואלאווע כשרות), הר"ר גבריאל נח האלצבערג הי"ד וזוגתו רבקה הי"ד – פלאי פלאים'דיגע רעטונג פון 2 יעריגן משה'לע האלצבערג נ"י רודערט אויף א וועלט.
2. מעמד קידוש החמה ערב פסח.
3. פארברעכערישער מסור נארט אריין היימישע אידן און להבדיל פאליטיקאנטן אין די פעדעראלע רעגירונגס הענט רח"ל.
4. פרוי אין ירושלים ווערט ארעסטירט אויף קלאגעס אז זי האט אויסגעהונגערט איר זוהן, העפטיגע הפגנות ווערן אונטערגענומען, ירושלים ברענט.
5. מעיאר פון ירושלים ניר ברקת עפנט די "קרתא" פארקינג לאט פאר טוריסטן, מעכטיגע הפגנות קומען פאר לאנגע וואכן מיט ארעסטן און ברוטאליטעטן.
6. הרב נהרי הי"ד אומגעברענגט אין תימן.
7. שעטנז געפונען אין טערקישע טליתים.
8. שוידערליכע פייער פארניכטעט געוועזענע קליימער טערעס געביידע (אומברענגענדיג אן עלטערן איד רח"ל).
9. דאס יאר האבן מיר צווישן אנדערע פארלוירן די "60" טייערע אידן (עפ"י סדר הזכרתם באשכול ברוך דיין האמת, פון בלעטל 12 און ווייטער. דארט קען מען זעהן הערכות און אינפארמאציע אויף רוב פון די נפטרים): ר' אבא הירש ז"ל, ר' אברהם קליינמאן ז"ל, ר' חיים לאקס ז"ל, ר' מיכל כהנא ז"ל, ר' יודל ווערצבערגער ז"ל (מאנטריאל), ר' אליעזר שליסל ז"ל, ר' עזריאל בן ציון גליק ז"ל (ירושלם), ר' שלום גרינבערגער ז"ל, ר' איתמר טוביה שווארץ ז"ל, ר' דוד סג"ל ווייס ז"ל (ביי די פייער אין קליימער טערעס), ר' סענדר מיללער ז"ל, ר' ליפא יאקאבאוויטש ז"ל, ר' אברהם יהושע האלברשטאם ז"ל, אדמו"ר מ'זידיטשוב זצ"ל, ר' עזריאל שעהר ז"ל (לאנדאן), ר' הערשל (צבי בנימין פנחס) שטערן ז"ל, הג"ר אליהו שוויי ר"י פילאדעלפיע ז"ל, ר' לייבעלע גליק ז"ל, הג"ר אלחנן יוסף הערצמאן זצ"ל, ר' מרדכי פארקאש ז"ל, ר' אברהם שמואל וויזנפעלד ז"ל, אדמו"ר מ'ראדזין ב"פ ז"ל, ר' ברוך נפתלי יונגרייז ז"ל, ר' שלמה גוטטער ז"ל, ר' יצחק אייזיק רייכמאן ז"ל, הג"ר מאיר בראנדסדארפער זצ"ל, ר' שמואל יצחק ראטה ז"ל, ר' שמחה יוסף וואלטער ז"ל, ר' אהרן יוסף לאנדא ז"ל, ר' דוד כהן ז"ל, ר' מאיר לייב גאלדשטיין ז"ל, ר' יחזקאל שרגא עהרנפעלד ז"ל, ר' יוסף לעבאוויטש ז"ל, ר' ישעי' אשר וועלץ ז"ל, ר' יחזקאל גרובנער ז"ל (דיטרויט), הג"ר שלום מנשה גאטליב ז"ל, ר' ישראל אונגאר ז"ל (סקווירא), ר' יצחק אייזיק ראטנבערג ז"ל, ר' עוזיאל פערלשטיין ז"ל, הג"ר פרץ ראזנבערגער ז"ל אב"ד סוליצע, אדמו"ר מ'דעעש מיאמי-ב"פ ז"ל, מרת ברכה שניטצער ע"ה, מרת רות דרוטמאן ע"ה (ב"ב), מרת ביילא זילבער ע"ה (ב"פ), מרת (אשת ר' יעקב יודא נ"י) לעבאוויטש ע"ה, הרבנית לאה ווייסמאנדל ע"ה, הרבנית מ'דאמבראווע ע"ה, מרת בריינדל גאנדל ע"ה, מרת (אשת ר' יצחק מאיר נ"י) פעלדמאן ע"ה, מרת (אשת ר' הערשל) ווייס ע"ה (סקווירא), מרת וויזעל ע"ה (א"י), מרת אסתר מלכה טייטלבוים ע"ה, מרת רחל דרעזדנער ע"ה, הבחור גאלדנבערג ע"ה, הבחור ישעי' דוד עקשטיין ע"ה, הילד מאטי בראדי ע"ה, הילד פנחס צאנגער ע"ה, הילד שלמה יודעלעוויטש ע"ה, הילד אברהם מזרחי ע"ה (דיעל ניו דזשערזי), הילד ישעיה גאנצפריעד ע"ה – תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.
10. דריי בחורים שמאכטן נאך אלץ אין יאפאן, איינער ווערט פאר'משפט', האפענונג אויסצוליפערן קיין א"י.
11. רעזיגנאציע פון ר' ארי' לייב גלאנץ אלס טשאפלעין אין ניו יארקער טורמע צוליב אנטיסעמיטישע סקאנדאל.

ניו יארקער נייעס

1. פילאט סולענבערגער פירט דורך געוואגטע אבער סוקסעספולע עמערדזשענסי לאנדונג אויפן האדסאן נאכן פארלירן ביידע מאטארן צו פייגל.
2. גרעסטער שווינדלער אין די היסטאריע בערנארד מעידאף ארעסטירט.
3. איבערקערענישן אין סטעיט סענאט ווען 2 דעמאקראטן ווערן רעפובליקאנער, גאווערנאר באשטימט ליוטענאנט.
4. סענאטארשע קלינטאן ווערט אויסגעקליבן אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, ערזעצט דורך סענאטארשע דזשילעברענד.
5. מיליאנען פוד סטעמפ באנוצער דערזעהן זיך מיט סטימיולעס געלטער אויף די קארטלעך, 200 דאלער פער קינד צווישן 3 און 17 יאר (געווידמעט פאר סקול סופלייס, פאניק ווען קלאנג לויטעט אז מען דארף ארויסנעמען דאס געלט בעפאר 2 נאכמיטאג).
6. מעיאר מייקל בלומבערג פארפירט און באקומט רשות צו לויפן פאר א דריטע טערמין.
7. עיר פארס וואן דערשרעקט ניו יארקער ביים פליען נידריג צו כאפן בילדער נעבן סטעטשו אוו ליבערטי.

אמעריקאנער נייעס

1. אמעריקע מאכט היסטאריע מיטן ערוויילונג פון ערשטן שווארצן פרעזידענט, באראק כוסעין אבאמא.
2. אילינאי גאווערנאר ראד בלאגויעוויטש רעזיגנירט צוליב סקאנדאלן.
3. ראלענד באריס ווערט נישט אריינגעלאזט אין סענאט צו ערזעצן פרעזידענט אבאמא אן א געראנגל.
4. רעפובליקאנער גאווערנאר פון אלאסקע שרה פעילין רעזיגנירט פריצייטיג פון אמט.
5. וויצלער על פרענקן געווינט סענאט זיץ אין מינעסאוטע נאך לענגערע ראנגלענישן אין געריכט.
6. רעפובליקאנער סענאטאר פון פענסילוועניע ארלען ספעקטאר ווערט א דעמאקראט, דעמאקראטן פארמאגן 60 סענאט זיצן.
7. אויטא פירמעס גייען באנקראט.
8. ערשטע ספאנישע ריכטערין ארויפגעזעצט אויפן סופרים געריכט.
9. דער לייב פון סענאט טעד קענעדי שטארבט אפ.
10. העלט קעיר דעבאטע הילט איין דאס לאנד, שטורמישע טאון האלס דורכאויס אוגוסט.
11. נעא נאצי ברענגט אום וועכטער ביים האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן די סי.
12. ביר סאמיט אין ווייסן הויז צווישן פרעזידענט אבאמא, שווארצער הארווארד פראפעסאר, און דער פאליציאנט וואס האט אים ארעסטירט אין זיין אייגענע הויז.

וועלטליכע נייעס

1. ערנסטע אומרוען אין איראן ווען אפאזיציע טענה'ט אז אכמעדינעדזשאד האט געפעלשט די וואל רעזולטאטן (מערערע טויטע און ארעסטירטע, 'טוויטער רעוואלוציע').
2. מדינת ישראל פירט דורך לענגערע אינוואזיע אויף עזה אפצוענטפערן די ראקעטן שיסערייען.
3. ביבי נתניהו ערוויילט אלס פרעמיער מיניסטער, צורייבט זיך מיט אבאמא. (שרון לעבט נאך!).
4. ביל קלינטאן פארט קיין צפון קארעא, ערלעדיגט באפרייאונג פון 2 דזשורנאליסטן.
5. האנדורעס מיליטער שטויסט ארויס דעם פרעזידענט פון לאנד.
6. נעא נאצי פארטיי פירער פון עסטרייך "יארג היידער" פגר'ט אפ אין קאר עקסידענט.
7. ים רויבער הייבן זיך דעם קאפ פארכאפנדיג מערערע שיפן נעבן סאמאליע (אמעריקאנער נעיווי פירט דורך אקציע).
8. מערערע פליגערס קראכן איבער די וועלט (צב"ש אין איראן, אין ים נעבן בראזיל, און נאך) ווי אויך אויף א באוואוינטע געגענט אין באפעלא, ניו יארק.
9. שוויין פלו ברענגט אים מערערע קרבנות רח"ל איבער די וועלט און לאקאל, אנזייענדיג א פאניק (השי"ת זאל האלטן די רעכטע האנט אויף כלל ישראל).

תחל שנה וברכותיה

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 10:30 pm

קרעמער א געוואלדיגע גוטע ארבייט ;l;p- טייל דערפון איז צום לאכן, אנדערע צו וויינען, און אנדערע זיך צו רעגן.

זאל טאקע זיין ווי דו זאגסט תחל שנה וברכותיה, און מען זאל שוין זוכה זיין צו ריכטיגן נייעם יאר מיט משיח'ן אינאיינעם.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובהדורך יא יא » מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2009 10:35 pm

קודם כל ווילעך זיך באדאנקען פארן מייסד, ארענדאר און אלע אנדערע וואס האבן אונב צוגעשטעלט אזא געשמאקע היימישע אטמאספערע ווי אונז קענען זיך דרייען און ארויסגעבן אונזער בויך ווי, און ליינען אנדערעס שמערצן.
מיט א ברען זאגן מיר תכלה שנה וקללותיה, און אונז זענען מתפלל אויף א זיס לעכטיג יאר פול מיט ישועות און נאר גוטע נייעס.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 1:59 am

דער ניק בעילאוט איז שוין כמעט אזוי אלט ווי די צאל פינגער פון מיין רעכטע פוס פלאך.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 5:53 am

איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט ניטאמאל איין פינגער אויף די רעכטע פוס.

ער האט זיך איינגעשריבן זינט פארגאנגענעם ראש השנה.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 6:30 am

קרעמער, א פיינע ארבעט געמאכט! מער ווייניגער האסטו אלעס געקאווערט, איך וואלט אפשר צוגעלייגט צו אמעריקאנע נייעס;
13. עקנאמישע צוזאמנברוך פירט צו אינטערגאנג פון גרויסע אינסטאטוציעס און די שליסונג/אויסקויפונג פון צענדליגער בענק איבערן לאנד.

צו קרעטשמע נייעס;
10. די מייסד הקרעטשמע באקומט א חתימה.

וואס וועט זיין מיט די נייעס פון די וואך? מ'וועט מוזן מאכן נאך א אשכול "קורצע איבערבליק פון די לעצטע וואך".. זאל מען נאר הערן גוטע נייעס!

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 6:59 am


אידישע נייעס

וואס טוט זיך מיט די חתונה רעוואלאציע ?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:03 am

יישר כח קרעמער פאר'ן צושטעלן די קרעטשמע בכלל, און די סך הכל בפרט, א הערליכע ארבעט, קורץ און צום טעם, מיט וועלכען דו פארדינסט ווידעראמאל יונטעל'ס קאמפלימענט: "דער קונצלער הידועה.. וכו'".
אן עקסטערן דאנק פארן מיך דערמאנען בתוך די קרעטשמע נייעס :grin: ס'האט מיר גרויס הנאה געטוהן.
א כתיבה וחתימה טובה פאר חברינו די קרעטשמער יושבים, און פאר'ן גאנצן כלל ישראל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 7:06 am

א הערליכן קלעקציע קרעמיש,
גרויזאמערס חתימה טויש וואלט געמעגט באקומען אן אויבן אן ביי דיין קלעקציע,

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 8:33 am

איך_הער דער סעקרעטאר ערייכט 20,000 תגובות,
זכור ימות עולם אף טיילונג ווערט פארמירט,
על הצדיקים באקןמט א הוספה מיט על החסידים,
זיידעניו הק' זיידל זיידענפעלד חו"פ קרעטשמע יע"א, הפרדס [ז"ל] וד"ל,
צוויי ראש הקהל ערוועלט צייטליך און שמערי בערי במשך דעם פארגאנגענעם יאהר.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 8:45 am

יישר כח אלע באדאנקער און צוגעבער, איך ווייס אז מיין ליסטע איז נישט קיין שלימות'דיגער, אלע הוספות ווערן געשעצט.

--
בני יששכר; די חתונה רעוואלוציע איז שוין איינגעפירט געווארן אין תשס"ח, טרעף עס אין די פאריעריגע איבערבליק
געלעגער; חתימות איז א זאך וואס טוישט זיך כסדר, קען מען דאס נישט אראפשטעלן אלס א נייעס (למשל, איך פלאן אראפצונעמען מיין חתימה נאכן דרוקן שלח).
ביקסאד; זיידעניו זעלבסט האט טאקע פאראיאר ארויסגעהאלפן מיטן איבערזיכט, צוגעבנדיג א תוספת כמעט מרובה על העיקר עיין שם.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:34 am

כ'האב אמאל געהערט פון הרה"ג ר' שלמה רובין שליט"א ווי ער האט ארויסגעברענגט בגנות פון זיין פארנומען א גאנצן טאג מיט פארשידענע נייעסן, האט ער געגעבן א גוטע עצה וויאזוי מען קען זיך צוביסליך אפגעוויינען דערפון, אדער עכ"פ נישט זיין פארנומען א גאנצן טאג דערמיט, אז יעדע ענדע טאג אדער ענדע וואך זאל ער צוגיין צו זיין חבר און פרעגן א סך הכל וואס האט פאסירט און וויאזוי אלעס האט זיך אויסגעלאזט, פארוואס זאל מען זיין ביזי יעדע מינוט און יעדע רגע צו עפעס האט זיך געטוישט אז מען קען עס מאכן קורץ איינמאל א טאג אדער וואך ודפח"ח
נאך אזא מאסיווע ארבעט האלט איך אז מען קען נוצען די עצה אויף איינמאל א יאר.................

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24883
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:50 am

קרעמער, א דאנק פארן קורף און שארפן איבערזיכט, איך מיין אז אט וועל איך מיך שוין סיי ווי מוזן באנוצן מיט הרב רובין'ס עצה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 2:07 pm

קרעמער, מעיזשער. א הערליכע ארבעט אראפ געלייגט.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 2:08 pm

קרעמער טעינקס

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 2:58 pm

קרעמער, חוץ דעם וואס איך באוואונדער ווי די ברענגסט צוזאם אלעס ממש! איז אבער א קונץ אראפצולייגן אזוי בקיצור אלע נייעס. (ווי יו"טערליך האט שוין ארויסגעברענגט)

א גרויסן יישר כח, א אמת'ער קיצור פון יאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

טשיקאווער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2009 6:01 pm

תגובהדורך טשיקאווער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 3:32 pm

נעא נאצי פארטיי פירער פון עסטרייך "יארג היידער" פגר'ט אפ אין קאר עקסידענט.

דאס איז פון די פארגאנגענע יאר?
נישט עטליכע יאר צוריק?

קרעמער, יור די בעסט.
קיפ אן.

טשיקאווער
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2009 6:01 pm

תגובהדורך טשיקאווער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 3:37 pm

תשס"ט: סאוט קארעא גייט נוקלעאר.

תש"ע: איראן גייט נוקלעאר, היל"ת
סיריע גייט נוקלעאר, היל"ת

יודן זייט מתפלל. תכלה שנה וקללותי', תחל שנה וברכותיה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 5:34 pm

טשיקאווער האט געשריבן:נעא נאצי פארטיי פירער פון עסטרייך "יארג היידער" פגר'ט אפ אין קאר עקסידענט.

דאס איז פון די פארגאנגענע יאר?
נישט עטליכע יאר צוריק?

קרעמער, יור די בעסט.
קיפ אן.

די היי יעריגע ליסטע האב איך צוזאמגעשטעלט דורך איבערגיין די קעפלעך פון אלע אשכולות וואס זענען געגרינדעט געווארן זינט ר"ה תשס"ט, אלזא, היידער האט היי יאר גע'פגר'ט, פאזיטיוו.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 5:57 pm

בוש'ס שיך עפיזאד איז אויך געוועהן דאס יאר ניין?

קרעמער די קענסט נעבעך אפדעיטען דיין ליסטע מיט די היינטיגע נייעס פין די מאמע אין א"י וואס האט איבער געלאזט צעהן יתומים,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 9:29 pm

גערעכט, איך האב פארגעסן פון די שיך עפיזאד. עס וואלט זיכער געדארפט אריינגיין אינעם סך הכל פונעם יאר.

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 10:15 pm

א אידישע טעקסט סיסטעם

כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:08 pm

תגובהדורך כולל יונגערמאן » זונטאג סעפטעמבער 13, 2009 10:16 pm

אז טוויטער כאפט זיך אריין צום היימישן עולם, בלעקבעריס ווערט א מערהייט פון היימישן ציבור

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 6:58 pm

קרעמער, א ריזעגער ארבעט ווי יעדעס יאר, גלייב מיר מיר קוקן ארויס דערויף.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2009 11:07 pm

דאס יאר איז נאכנישט פערטיג....
מארגן דארף נאך קומען א נייעס
................ געווינען פארמעסט אין ברוקלין.
.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 5 מאל, police, בלינצע, היסטאריקער, זזה, יש ברירה, מטעמים, עולם האמת און 67 געסט