שלום סעיגען,
ההודעה הבאה נשלחה אליך על-ידי מכאן דרך חשבונך ב "אידישע וועלט פארומס". אם
הודעה זו הינה דואר-זבל, מכילה חומר פוגע או הערות אחרות השנויות במחלוקת, צור
קשר עם המנהל הראשי של המערכת בכתובת הבאה:
[email protected]כלול את הודעת הדוא"ל המלאה (כולל הכותרת). שים לב שהכתובת למענה להודעה זו
נקבעה לזו של מכאן.
ההודעה שנשלחה אליך היא
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
לכבוד הרב "סגן" נשיא היקר
איך שטיי אין איך קיק מיך צי ווי די שטייסט אזוי שה אחת בין ע' זאבים, אין די
לאזט דיך נישט, דיין ריינע הארץ פארנעמט נישט די היפאקריזם וואס [וכו']
לאמיר זיך דא באציען צי א חלק פין זייערע טענות, זיי טענה'ן אז די ממשלה איז
שונאי הדת, אין זייער גאנצע מחאה איז געבויט אויף כפיית הדת, ד.ה. ארויף
צווינגען אויף אלע פרייע צי היטן תומ"צ, וואס אויף דעם האט שוין דער חזו"א
געפסק'ט אז מ'טאר נישט בזמה"ז, נאר אדרבא צריך לקרבם בעבותות אהבה, אין אזוי
האלטן אלע גדולי דורינו, אז דאס איז נישט דער וועג, אין ס'ברענגט נאר שאדן,
ווייל די פרייע קוקן אן פרומע אידן פאר פראים, אין דאס איז די גרעסטע חילול ה'
וואס קען נאר זיין, אין ס'ברענגט אז זיי זאלן נישט וועלן תשובה טין כמובן לכל
בר דעת. אבער חוץ מזה, וואס שרייען זיי שנאת הדת, זיי זענען דאך אליין מודה אז
זיי ווילן אוועקנעמען די פרייהייט פין די פרייע, איז דאך פארשטענדליך אז די
פרייע שלאגן זיך דערויף, זיי ווילן נישט מ'זאל זיי ארויפצווינגען שמירת תומ"צ,
איז וואס שרייען זיי נאציס, אפשר מיינען זיי אז די פראבלעם מיט די נאציס איז
געווען אז זיי האבן זיך נישט געוואלט מגייר זיין, וויל איך זיי מודיע זיין,
ניין , ניין , אין נאכאמאל ניין, די נאציס האבן געטין אביסל א ערגערע זאך, אין
אויב עטץ גלייבטס מיך נישט, פרעגטס ענקערע זיידעס,
אין ס'געפעלט מיך נאך ווי איינער דארט האט געשריבן אז די תורה הייסט אויך לא
תחי' כל נשמה, וויל איך אים זאגן די ביסט פארפארן, די פסוק קומט צי נוצן פאר א
מזרחיסט וואס האלט אז מ'דארף אויסהארגענען אלע אראבער אין אר"י, און פין דעם
רעדט די פסוק, פין די גוים וואס וואוינען אין א"י עיין בספר החומש דב', כ,
ט"ז, אבער לדעת רוב הפוסקים בכל הדורות זענען די פסוקים נישט נוגע בזמה"ז, אין
נאר דעמאלטס איז כלל ישראל געווען מחויב דערויף ווייל ס'איז געווען א מפורישע
ציוו ה' אויף דעם, אבער חוץ פין די פרטיותדיגע פסוקים, איז מען מחויב אויף צדק
אין יושר וואס אויף דעם איז געבויט די גאנצע תורה מבראשית עד לעיני כל ישראל,
ודרך ארץ קדמה לתורה,
אין נאך איין נקודה, איינער האט דארט געפרעגט, ווי קען זיין אז נאר די ערשטע
שבת האט דער ציבור זיך ציגעשטעלט, ביים קבלת שבת אויף בר אילן, אין נאכדעם האט
מען געלאזט די עדה אליין, איז לאמיר אים ענטפערן, די דעת פין רוב גדולי דורינו
[וואס ער רופט אן מלחכי פינכא, אבער פאקטיש זענען זיי די מאורי הדור, ווי הרב
אלישיב, הרב שטיינמאן, הרב עובדי' יוסף, הגר"ח קנייבסקי, ועוד] איז קעגן
הפגנות פין אלימות, אבער נאך אלץ איז דא א חיוב צי מוחה זיין אויף חילול שבת,
מאכט מען איין מאל א גרויסע הפגנה, נישט אויפן מקום החילול דוקא, אין יעדער
זעט, אין ס'שטייט אין אלע צייטונגען, אין שוין מ'האט אויפגעטין, מ'איז נישט
געבליבן שטיל אויפן חילול השבת קודש, אבער מער פין דעם איז נישט שייך צי טין,
ווייל ווי אויבנדערמאנט פרובירן מיר נישט ארויפציצווינגן אויף די פרייע שמירת
תומ"צ, סך הכל וואס מ'קען נאך פרובירן איז פין אינעווייניג דעמאקראטיש צי
אויפטין, אבער די עדהניקעס, זיי גייט דאך גארנישט אן, זיי גייען מיט די קאפ
אין די וואנט אריין, מ'גייט מאכן מחאות, מ'גייט איבערדרייען די שטאט, [אין דאס
איז קלאר אז זיי ווילן יא אלימות, ווייל אן דעם וואלט דאך זיי קיינער נישט
אנגעקיקט, אין קיק נאר ווי זיי רעדן מיט א שטאלץ פין איינער וואס ס'איז אים
געלונגען צי ווארפן א שטיין אויף א פאליציי, אדער עפעס א אנדערע גיט שטיקל
אפגעטין] איי די קענסט גאר נישט אויפטין, די גייסט מיט די קאפ אין וואנט,
קיינער פארשטייט נישט וואס די ווילסט, ביסט מחלל שם שמים באופן נורא ומבהיל,
דאס גייט זיי נישט אן.
אין דאס וואס זיי טענהן אז רי"ט ווייס האלט יא דערפין, איז ער א דעה יחידאה,
אין איך בין זיכער אז ער ווייסט נישט וואס עס טיט זיך אפ ביי א הפגנה, ער איז
דאך קיינמאל נישט געווען ביי אזא הפגנה, אין ער איז דאך ארימגענימען מיט
עסקנים רשעים, אבער ער מיינט מסתמא לש"ש.
עכ"פ אויף יעצט זאל דאס זיין גענוג איך יאג מיך צים שב"ק [איך וויל נישט מ'זאל
באלד מוחה זיין אויף מיר] אין אפשר קומענדיגע וואך וועל איך שרייבן מער, די
היפאקריזם האט מיך אזוי אויפגערעגט אז איך האב געמיזט עפעס שרייבן, די עיקר
איז מ'זאל שוין זוכה זיין צים גרויסן טאג, וואס והשיב לב אבות על בנים, ונדחי
ישראל יקבץ בב"א
אין צי דיר סעיגען, נאכאמאל, חזק חזק ונתחזק, די האסט די בעקינג פין רובא
דרובא שומרי תומ"צ בארץ ובחו"ל על ראשיהם וזקניהם, אין לאז נישט אז א קליינע
מיעוטא דמיעוטא, זאל היידזשקען כלל ישראל
א גיט שבת