וועם ווילט איר פאר ניו יארק מעיאר אמט?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויב די וואלן וואלטן היינט פארגעקומען פאר וועם וואלט איר געשטימט?

8
15%
44
80%
3
5%
 
סך הכול שטימען: 55

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 7:25 am

poor english

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 7:55 am

Rather call it poor gramer

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:04 am

כ'זעה ער אנטשולדיגט זיך אז ער מאכט טעותים, אבער וויאזוי וויל ער אז איינער אינדרויסן פון די היימישע באקס זאל עס ליינען, ווען ער הייבט אן אז טאמפסאן איז 'קאנטראלער'....

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » פרייטאג אוקטובער 30, 2009 12:47 pm

געלעגער האט געשריבן:פוילישער, דאכט זיך און די ניו יארק טיימס איז עס געשטאנען, נישט קיין חילוק וואו, די שפיץ איז אמת,

אונז שטאט ניו יארק איז נישט גרייט יעצט פאר א מעיאר וואס דארף זיך נאך לערנען, און נאכען זיך לערנען גייט מען זעהן צו ער האט זיך גוט דערלערענט, די מצב איז יעצט צו קריטיש אז איינער זאל זיך יעצט לערנען אויף אונזערע ביינער.

איך האלט נישט אז בלומי איז בארעכטיגט יעצט צו לויפן פאר די אמט, נאכען אריין פייפן און די וויילער, איבער די אישו פון טורם לימיטס, גערעכט,
אבער, נאך אלס איז נישט טאמפסאן מיין נעקסט טשויס.
סאררי,
בלומבערג'ס מזל אז טאמפסאן איז זיין אפפונענט.


סארי, באט איך פארשטיי נישט. אונטער וועמענס זייגער איז די מצב געווארן קריטיש, אז מען מוז "דווקא" האבן בלומבערג עס צו פאררעכטן? כ'מיין אז אונטער בלומבערג'ס, סאו, פארשטיי איך נישט פארוואס דו שרייבסט נישט אז צוליב די קריטישע מצב אין וואס די סיטי געפינט זיך, איז געשען אונטער זיין קאדענץ, דערפאר דארף ער פליען פון סיטי האול... וועסטו ענטפערן אז די מצב איז נישט געווארן דורך אים, דאן קען ער עס דאך אויך נישט פאררעכטן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אוקטובער 30, 2009 3:46 pm

פוילישער, איך פארשטיי ניקסט!
שווערע צייטן איז פאר גאנץ אמעריקע,
ניו יארק איז אבער די שווערסטע ווייל דאס איז די שווארץ אפפעל פון די אקענאמיע, וואו אויך איז דאס די ציהל ברעט פאר די טערעריסטען.
די לעצטע אכט יאר איז אפשר נישט גוט געוועהן אבער וואס ווייס איך וואס גייט זיין אונטער די טאמפסאן עפאכע?
ער זאל מיך יעצט טעסטען, און אויב פעילט ער זאל איך מיזען ווארטען פיר יאר אום ארויסציזעהן, איז אביסעל א גרויסע ריסק.
איך ווייס נישט צו איך גיי וואוטען בלומי, אבער איך קען מיך נישט זעהן ריקען די קנעפעל פאר טאמפי.
עמער זעהן, איך האב נאך אפאר טעג זיך איבער צו טראכטען.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג נובעמבער 01, 2009 7:33 pm

געליינט אויף היידפארק:

בלומבערג: איז דער עולם משוגע?
איז דער עולם משוגע אדער צודרייט? דאס איז מיין שאלה.

פארוואס?, געווענדליך אינטערסירט מיך נישט בכלל צו גיין שטימען ווייל אלע פאלטישענס זענען איין גארביטש, זיי מיינען נאר זיך און טוען גארנישט פארן ציבור.

אבער איצט מיט בלומבערג, האט עס מיך געכאפט א קיצל.

איך רייב מיט די שטערן די וואך ווען אלע צייטונגען איז פיל מיט גאנצע בלעטער, קאלערדיגע, שווארצע, אלע מיני, וואס זאגט אז עס ברענט א פייער, און מען מיז לויפן שטימען פאר אים אז נישט גייט זיין צרות ווי א בארג פאר אונז, און מיר וועלן ביטער חרטה האבן.

טראכט איך אזוי לאמיר מאכן א חשבון, בלומבערג איז שוין מעיאר 8 יאר וואס האט ער פאר אונז געטאן?

1) געהעכערט אונזער הויז שטייערן דאפעלט.

2) אוועק גענומען פעקעלטי צו בויען, ממילא זענען די פרייזן פון דירות ארויף שרעקליך.

3) געוואלט מבטל זיין די מצוה פון מציצה בפה.

4) געוואלט אוועק נעמען סקול וואטשערס.

5) געהעכערט אלע פארקינג טיקעטס אויף דאבל.

6) געמאכט א בייק לעין אין וויליאמסבורג.

7) געמאכט א מאווי סטודיא אין וויליאמסבורג.

8) ביטער געמאכט פאר אלע בילדערס מיט צודרייטע נייע געזעצען, אזוי איז די פרייז פון דירות ארויף שרעקליך.

9) איינגעפירט רעסייקלינג צו קענען טיילן נאך טיקעטס.

10) קריים אין ווילי איז נישט אראפ נאר אפשר גאר ארויף.

11) אוועק גענומען פארקינג און גאנץ ווילי ווי ער האט נאר געקענט האט ער געשטעלט א no standing סיין.

12) געהעכערט די פרייזן פון מיטערס.

13) געדאפעלט די פרייז פון די וואסער בילס.

14) אפגעהאקט סעקשאן 8, און אוודאי גיט ער נישט קיין נייע.

15) שרעקליך געהעכערט אלע מיני טיקעטס ווי בילדונג, גארביטש, וכו'

16) נישט צוגעשטעלט קיין איין עפאריבאל דירה פאר אידן.

וכו' וכו'

ועל כולם די רשעות'דיגע וועגן ווי אזוי די טרעפיק פאליציי טיילט טיקעטס מיט די גרעסטע מאס רשעות.

וכו' וכו'

רייב איך מיך די אויגן צו ליינען וואס זענען די טעמים פארוואס מען דארף יא שטימען פאר אים איז אזוי:

1) ער האט געוואלט מבטל זיין די מצוה פון מציצה בפה און נאך זיך הרגענען מיט אים האט ער עס דערווייל נישט מבטל געווען...

2) ער האט געוואלט אוועק נעמען סקול וואטשערס און נאך זיך הרגענען מיט אים האט ער עס דערווייל נישט מבטל געווען...

3) ער האט געמאכט א בייק לעין אין ווילי אין איצט גייט ער מסתמא אראפ נעמען בעדפארד עוו...

4) ער האט געוואלט בעטן טאל ארויף צו פארן אפען וויליאמסבורג בריטש און דערווייל האט ער עס נישט געטאן...

דאס זענען די פיר זאכן פארוואס מען מיז שוין ארויס לויפן שטימען....

איז די שאלה זייער קלאר איז דער עולם משוגע....? גייט מען זיך שיסן אין קאפ..?

איך דערמאן מיך יעצט ווען בלומבערג איז געלאפן פאר 8 יאר צוריק האט ער א וואך פאר די וואלן אונז אנגעשיקט מיט א ריזיגע קאלערדיגע מאפע ווי ער שרייבט אז ער גייט אויף די נעווי יארד בויען טויזענטער דירות פון אידן.

גיי איך פריער דורך די נעווי יארד זע נישט קיין אידישע דירות, נאר א ריזיגע מאווי סטודיא האט ער אנגעבויעט דארט...

איין זאך האט ער יא אויפגעטאן די לעצטע 8 יאר, פאר 8 יאר צוריק איז ער ווערט געווען בערך 7 ביליאן דאלער, איצט איז ער ווערט דאפעלט 14 ביליאן...

טא פאר דעם זאלן מיר זיך לאזן פון זיין געלט אין גיין שטימען פאר אים?

וואס טוט זיך דא?

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג נובעמבער 01, 2009 11:33 pm

עס איז היינט געווען באריכטעט אין די מידיע אז די בלומבערג קאמפיין ספענד אין די טעג $35,000 א שעה פאר עדס אד"ג! (צו האבן אן השגה פון וואס מ'רעדט - ס'איז בערך וויפיל ס'באטרעפט 300 פארקינג טיקעטס פון $115!)

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:17 am

אן אנקעטע נעכטן נאכט גענומען דורך פוילישער ענד קא. אין וואס עס האבן אנטייל גענומען צען יונגעלייט וואס מען האט זיי געפרעגט פארוועמען זיי און זייערע ב"ב גייען שטימען? (א סך הכל פון 20 שטימען) האבן 95% גענטפערט אז זיי גייען שטימען פאר טאמפסאן, אלץ א דירעקטער פראטעסט קעגן בלומבערג. 5% האט געענטפערט אז ער גייט נישט שטימען פאר קיינעם, ווי באלד ער אן אויסלענדער.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:21 am

פאטאקי די ביסט וואויל גערעכט מיט די אלע טענות, אבער ווען די רעדסט פון די מאווי סטודיא, ברענגסטו מיר ארויף בלוט און קאפ,
אויב לייגסטו דאס אויף בלומבערג'ס זייגער אז דאס איז איינע פון זיינע שלעכטס וואס ער האט געטוהן פאר די וויליאמסבורגע איינוואונער, דעמאלטס פארטונקעלסטו די איבריגע ליסט.

דא איז געפירט געווארען א מערכה אן קיין שום זין, אויפגעטוהן האט מען גארנישט א-חוץ אז אידן האבען דערלייגט געלט.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 5:03 pm

איך לאך שוין לאנג פון די אראפ נעמען די בייק לעין אויף בעדפארד.

ומשל למה הדבר דומה:

נאך די מלחמה איז - ווי באקאנט - געווען אין אמעריקא א שטריימל די ערגסטע זאך, אסאך מענטשן האבן קוים געוואוסט וואס דאס איז און ווען מ'נוצט עס און ווי אזוי מ'עסט עס.

איז געווען א פרומער יונגערמאן וועלכער האט חתונה געהאט, אבער דער שווער און דאס ווייב האבן אים בשום אופן נישט געלאזט גיין אין א שטריימל. ער איז געווען אין א ערנסטע מבוכה, ביז ער איז אויפגעקומען אויף א געניאלן איינפאל:

ער האט אנגעהויבן אנצוטון דעם שטריימל יעדן טאג פון די וואך!, זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, א.א.וו. דאס ווייב און דער שווער האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, זיי האבן ממש געוויינט צו אים אז ער זאל עס אויסטון, נאך א לענגערע דין ודברים זענען זיי געקומען אויף א מסקנא. נעמליך: דער יונגערמאן גייט זיך אויסטאן די שטריימל, און "נאר איינמאל א וואך" זענען זיי מסכים אז ער זאל גיין מיטן שטריימל, ער האט אויסגעוועלט דעם איינעם טאג אלס שבת, און שלום על ישראל...


כלפי מה דברים אמורים: בלומבערג האט געמאכט א בייק לעין אויף ווייט, ס'טיצעך דארט א געשטעלאכץ און א געטיקעטאכץ, אבער אראפ נעמען האלט ער נישט דערביי, איז ער אויפגעקומען אויף א קלוגער'ן איינפאל, ער מאכט אויף בעדפארד אויף א בייק לעין, און נאך השתדלות "גייט ער עס אראפנעמען", WOW!, ער איז גוט, ניין? לאמיר לויפן וואוטן פאר אים...

ווי זאגט יענער "קאמאן סענס"...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 1:56 pm

וועם איך וויל האב איך שוין נעכטן געלאזט הערן אין שטים בודקע, אבער ווי אנאליסטן גיבן איבער, איז די אויסגאנג גאר גוט, בלומבערג גייט ווערן אזא גוטער מעיאר, ער גייט זיך אנהייבן צו רעכנען מיט קאמיונעטיס, ער האט באקומען צו א שטארקע מעסעדזש, וואס האט קלאר ערקלערט, אז אויב וויל ער אנקומען ערגעץ העכער, און האבן א גאלדענעם אימעדזש, וועט ער עס קענען באקומען זיך צו רעכנען מיט די פשוט'ע בירגער.

עס איז קלאר אז ער גיט נישט אויף זיינע פרעזידענטליכע גלוסטענישן, אבער עס וועט קומען מיט א פרייז, פון זיין גוט צו אונז - די ענדגילטיגער באשלוסער איבער זיין עתיד - די וויילער.

ונזכה ונחי' ונראה

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:31 pm

הפנים אין דריי יאר ארום איז בלומבערג שוין צו אלט פאר פרעזידענט.
אלטערבחור
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 7:23 am

שמערי יעצט געליינט דיין משל מיט די שטריימל עס איז אזא גוטס ס'איז געווען ובדחי רבנן, ווי עס קוקט אויס גייט אי''ה זיין חלא פסק חוכא מפומא כל ההוא יומא

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 11:13 am

געוואלד ווי א שירעם נאכן רעגן
בין איך געוואר געווארן פון די פארטיי

ראבויתיי לאמיר זיך איינשרייבן אין

THE RENT IS TO DAM HIGH

דער מעיר קאנדידאט זאגט צו גאלדענע גליקן

JIMMY MCMILLEN

Change is coming to New York.

Our City Care program will pay for itself the rolling back of rent will generate $3 to $6 Billion Dollars in just 3 to 6 months.

The City is now in a $5 Billion Dollar deficit. We are confident this program will be a success. There are Government grants available in support of this type of program.

City Care’s propose is to uplift the spirit of New Yorkers who go to the Dentist for a root canel to only have their tooth removed because they can not afford it.


Change is coming to New York.


Landlord Tenant Court

With City Care the Judges in the Court room will have access to the following information?

1. your address/ Phone No./ other personnel information
2. how much you pay in rent
3. if the landlord have “Violations”
4. if the landlord “Registered” the Building
5. what the last tenant paid in rent before you moved in
6. ENT Care/ Dental Care
7. all information about the landlord renting to you...
8. Other.....

To qualify you must be a New Yorker;

1. Proof of Residency
2. DD214
3. NYC tax statement. (that shows you are a resident of Brooklyn, Bronx, Staten Island, Manhattan, Queens.)

There is so much more…
http://rentistoodamnhigh.org

/
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 11:29 am

Operation Fresh Start

"No More Parking Tickets"

My name is Jimmy McMillan and I am the founder of the Rent Is Too Damn High Party. We are an independent political party located in Brooklyn, NY. We have been vigorously fighting to end discrimination against the following delivery companies:

UPS FEDex DHL Other...
We at the Rent Is Too Damn High Party believe that the above aforementioned have the same right to make deliveries in the streets of New York City as the US Postal Service. In the boroughs of Brooklyn, the Bronx, Staten Island, Manhattan, and Queens, there are approximately 10 million people. UPS, FedEx, DHL, and Other... are very much needed to help the US Postal Service handle the heavy volume of packages.


We are going into an election year and I, Jimmy McMillan, will be running for mayor vote for me on November 3rd. In our quest for continuing change, as mayor I would propose that the City of New York ("Waive all Current, Past, and Previous Parking Violations/ Tickets) received in the five boroughs by the companies listed above, including every New Yorker. The US Postal Service is never ticketed.

This move can save these companies millions of dollars and allow them to hire new employees and improve their working capital and at the same time help this economy.
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 11:32 am

איך וואלט געבעטען די מנהלים שיחי" אפשר זאל מען כאטש דא אין קרעטשמע שטימען לאמיר זעהן וויפיל פראצענט ער קען האבן ביי אונז

נ.ב.
אין די וואלן האט ער אנגעצויגן גאנצע 1500 שטימען
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 11:42 am

א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Jobless, בר דעת, ליידיג גייער, פינחס, פרעג נישט, קאנטרי און 39 געסט