וועם ווילט איר פאר ניו יארק מעיאר אמט?

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויב די וואלן וואלטן היינט פארגעקומען פאר וועם וואלט איר געשטימט?

8
15%
44
80%
3
5%
 
סך הכול שטימען: 55

שליסל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2009 3:15 pm

וועם ווילט איר פאר ניו יארק מעיאר אמט?

תגובהדורך שליסל » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 3:42 pm

אויב מעגליך ביטע מעלדן נאכן שטימען פארוועם מ'האט געשטימט, און פארוואס?

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:09 pm

דער סיבה פאר וואס איך האב געשטימט ביל טאמפסאן אז גאנץ פשוט, די סיבה פארוואס אסאך מענטשן וועלן איהם שטיצן, נישט ווייל מען וויל איהם פערזענליך, נאר מען וויל נישט בלומבערג.
העבר אין, העתיד עדיין, ההווה כהרף עין.... דאגה מנין???

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:19 pm

האסט נישט געלייגט א אפשען "אומבאשלאסן"..

איך ווייס נאך נישט, איך וועל אי"ה וואוטען פאר וועם די עסקנים וועלן הייסן.

אויב ווילסטו וויסן וואס איך האלט, בלומבערג דארף איך נישט.

טאמפסאן איז א נארמרלער מענטש, אבער היסטארי לאזט מיך נישט וועהלן פאר א שחור, און דעם דריטן קען איך נישט.

סאו דערווייל ציה איך מער צו טאמפסאן, אבער איך וועל ווארטן צו הערן וואס די עסקנים וועלן הייסן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:22 pm

איך האב געשטימט פאר מייקל'ן, שפרינגט נישט ארויף אויף מיר...

איך בין כמעט זיכער אז די עסקנים וועלן הייסן פאר אים שטימען, און אויך קוקט אויס ווי ער וועט עס מאכן עני וועי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 4:52 pm

געשטימט פאר טאמפסאן.

סיבה:
מייק בלומבערג רעגט מיך אויף כמעט יעדן אינדערפרי ביים אויפשטיין.

ער האט געהויבן פראפערטי שטייערען. (ס'האט מיט מיר גאנץ וווינציג)
ער האט דראסטיש געהויבן די פארקינג רעגוליאצעס טיקעט פרייזן.
ער האט גענומען די פארקינג טיקעט'ס פאר זיין הויפט איינקונפט אין די סיטי קאסע. אלעס אויף אונזער פיקל.
ער האט פארקריפלט די גאסן פון מאנהעטן, בראדוועי געגענט וכדו', ווי איך פלאג זיך ארומצופארן. און הערשט האט עס גארנישט קלענער געמאכט די טראפיק, אויב עפעס פארקערט.
ער וויל לייגן טאלל אויף די איסט ריווער בריק'ן.
ער הייבט די MTA פרייזן.
ער האט זייער א עקעלדיגער עיגא.
ער איז נאך א בחור..
ער האט אויפגעזאגט א ארבייטער אין סיטי האלל צוליב שפילן אויפן קאמפויטער א פאוקער שפיל.
ער האט צוגעזאגט ביים לויפן צום ערשטען טערמין מיט הערליכע קאלירפולע בראשור'ס אז ער וועט בויען דירות פאר אונזערע וויליאמסבורגע ברודער אין די גרויסע נעווי יארד קאמפלעקס. (זיייער א פאני דזשאוק)
ער האט אינסטאלירט בייק ליניע'ס איבער גאנץ וויליאמסבורג.
ער איז א ריזיגער עושר, אין די היינטיגע וועלט ברויכן מיר איינער וואס פארשטייט דעם מיטל פארדינער, א זאך וואס ער האט נישט קיין מושג וואס דאס איז.

איך האב נאך, נאר יעצט האב איך נישט אזויפיל צייט, וועלמיר נאך צוריקקומען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 5:37 pm

פארוואס לייגסטו נישטא אן אויסוואהל קיינעם פון זיי קיינעם?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 5:51 pm

צום באמערקן:

שליסל האט נישט געפרעגט פארוועם איר גייט שטימען, ער האט סך הכל געפרעגט וועם איר וואלט ענדערש געוואלט אלס מעיאר.

ד.ה. אז איר וועט סייווי שטימען פאר וועם די עסקנים וועלן הייסן, נאר כדי צו וויסן דעם עולם'ס מיינונג פרעגט ער וואס איר וואלט געטון אויב די וואלן וואלטן היינט פארגעקומען, און די עסקנים אינדארסירן קיינעם נישט, פארוועם וואלט איר געשטימט?

ווען ער וויל וויסן פאר וועם איר 'גייט' שטימען, קען ער דאך גלייך גיין צו די עסקנים פארן ענטפער.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:14 pm

געשטימט פאר ביל טאמפסאן.

ערשטענס איז סימפעל. איך ברויך נישט א דיקטאטור. דאמאקראטיע מיינט אז די בירגער זענען בעה"ב אויפן ערוויילטן. ניו יארקער בירגער האבן באשטימט 8 יעריגע טורם לימיטס אויף אלע פאזיציעס אינעם סיטי. קומט דער מעיאר, און קרויזט אויס א רעפערענדום איבער א איבערהאקונג דערפון.

איך האלט בשיטה אז ער איז א פיינעם מעיאר, אבער ביז זיך אויסלאכן פון די בירגער. פארוועם האט מען איינגעפירט טורם לימיטס אויב נישט פאר אזא איינעם וואס האט ימ'ען פון גרינע און האט גאר א שטארקן איינפלוס?

צווייטענס. אזויווי ס'איז גאנץ מעגליך אז ס'וועט נאך אריבערגיין יארן ביז ס'וועט זיין נאך א שווארצן פרעזידענט, האמיר איצט דעם געלעגענהייט צו האבן א מעיאר, א גאווערנאר און פרעזידענט פון די בני חם, לקיים מה שנאמר וחוט המשולש לא במהרה ינתק.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:41 pm

לויט די רעזולטאטן און קאמענטארן ביז איצטער וואלט די אויס פרעג באדארפן צו זיין,
פאר וועמען ווילט איר נישט שטימן ?




יאך בין גאר ניקס אזוי זיכער אז דער ציבור גייט פאלגן די געלט עסקנים, וד"ל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג אוגוסט 25, 2009 6:47 pm

געשטימט פאר???? ביל!!!!

די סיבות איז שוין דערמאנט געווארען פריערט,
דאס מערסטע וואס האט מיך ארויסגענומען פין די כלים איז די זיך נישט רעכענען מיט די אלגעמיינע מענטשהייט, אויב האבען מיר מענטשען איינגעזעהן אין געוואוט "2" מאל אז מיר דארפען טוירם לימיטס, קום נישט וואו א חכם פין א הינטער טירעל אין טרעף א לאך אין די געזעץ אז די זאלסט עס קענען טוישן....

איך פארשטיי אז דיין תירוץ גייט גראד זיין; אז די ווילסט מיך נישט וואוט נישט פאר מיר, אין אויב געווין איך איז א ראי' אז דער עולם דארף מיך יא...

אבער לאמיך דיך פרעגען די אלטע בחור (נישט די ניק) די ווייסט דאך יא וואו משיגע די אלגעמיינע גאס איז, איך די ווייסט אויך אז מיט דעם וואס די ספענדס דריי מאל מער וואו דיין עפאנענט ביל כאפסטו אריין די אלע שווארצע הארלעם האום לעסעס,
אויב אזוי נעם דאס נישט פאר דיין באווייז אז דער נארמאלער עולם איז מסכים מיט דיין דאקטורישקייט,
8 יאר איז גענוג אין וואק אראפ פין דארט,

(איך קוק ארויס אין איך ווארט צו זעהן וועם די עסקנים גייען אינדארסירען, מ'דארף געדענקען אז פאר אפאר חדשים צוריק ווען אונזער שווארצע גאווערנאר האט ארויף געברענגט די תואבה ביל איז בלומבערג געוועהן די ערשטע דאס צי שטיצען....)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:27 am

טאמפסאן איז זייער גוט דא ווייל ער וועט ארויסברענגען די שווארצע וויילער.
א צווייטער אנטקעגן בלומבערג וועט קיינמאל נישט אנציען אזוי שטארק ווי טאמטסאן.

איך בין נאר מתפלל אז בלומבערג זאל פארלירן, תכלה שנה וקללותיה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:16 am

געשטימט קעגן בלומבערג.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 10:49 am

דאס זעלבע איז מיט די בייק לעין אויף בעדפארד. ער גייטעס אוועקנעמען נאכ'ן כאפן אז אויף איין זייט בעדפארד קען מען פארקן צופרי, און די שטאט דערלייגט געלט, אראפ מיט די בייק לעין, און צוריק מיט די טיקעטס(אויף בעדפארד טויאט מען, דערפאר איז עס א שיינע הכנסה.

וויפיל ביזנעס ליידן פון זיינע איבערגעטריבנע אינספעקשענס.

די ליסטע איז גרויס. די חובת השעה צו גיין שטימען קעגן א פאליטשאן, מיין איך איז קיינמאל נישט געווען אזוי וויכטיג.

ווער עס איז גוט מיט די עסקנים וואס אינדארסען געווענדליך קאנדידאטן, זאלן ביטע זיין ווייזן דעם אשכול.

ווער עס וויל באמת העלפן, זאל אריינשיקן אפאר דאלער צו טאמפסאן, אז מען גיט 25 דאלער, מעטשעט עס די שטאט צו 175 דאלער.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 1:32 pm

אלעס ביז געלט. באט געשטימט האבעך פאר טאמפסאן.

און יא אפילו כ'וואוין נישט אין די סיטי, באט ווען מ'קומט אהין פאר א וויזיט און מ'קען נישט פארן דא און נישט פארקן דארט, קען מען צוקראכט ווערן, די צודרייטע בייק לעינס, קריכן אויף די נערווען אז ס'איז א שרעק, און מילא ווען ס'מארשירן ווען דערויף בייקס, נו, קעמען זיך טענה'ן צו ס'לוינטצעך אדער נישט, בעט מ'קען קוים זען דערויף א בייק פאר א רפואה, סאו וואס פאר א גוט יאר פעלטעס אויס?

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:28 pm

געשריבן אין אן אנדערן אשכול:

דשאסט פאר די רעקארד, וויליאמסבורג און בארא פארק, פלעטבוש, כמיין צן זאגן אידישע וואטוס קען גאר גאר אסאך אויסמאכן. ביי די לעצטע וואלן ווען בלומבערג איז געלאפן קעגן פערנאדרא פערער האט בלומבערג געווינען 705.089 שטימען קעגן 503.210 פאר פערער.

א דיפרענץ פון 201.879 שטימען.

דאס מיינט אז אויב עס גייען אוועק בערך הונדערט טויזענט שטימען פון בלומבערג צו זיין קעגנער, דאן איז ער א פארלירער.

קען דאס געשען היי יאר?

לאמיר עס צולייגן אויף קליינגעלט.

בלומבערג איז דאן געלאפן אויף די רעפאבליקאנער ליניע, וואס האט אים געגעבן שטימען, וואס בלינדע רעפאבליקאנער האבן געשטימט פאר אים. (נישט קיין גרויסע נומ', באט א שיינע פראצענט אראצוציפן פון די הונדערט טויזענט שטימען).

בלומבערג האט דאן נישט געהאט קיין שונאים, אזוי ווי ער האט היינט, וואס זיי און זייערע פאמיליעס וועלן שטימען פאר זיין קעגנער.

אונזער שטאט האט א שטארקע שווארצע באפעלקערונג, וואס גייט שטימען פאר טאמפסאן אלץ א שווארצער, אפילו זיי זענען צופרידן פון בלומבערג, ווייל "הי איז מיי בראדער".

אויב אבאמא וועט קומען קאמפיינען פאר אים, וועט ער נאר באקומען שטיצע, און אראפשלעפן פון בלומבערג.

אסאך ניו יארקער גייען שטימען קעגן בלומבערג דאסמאל, צוליב די פאטשקעריי וואס ער האט אנגעמאכט איבער טוירם לימיטס, וואו ער האט געוויזן איך האב דיר פלעינע מענטש פארפאקט אין בוזעם, איך האב געלט, און איך וועל טון מיט דיר וואס מיר שמעקט.

עס איז דא נאך פאליטישע און מענטשליכע חשבונות, כמיין אבער אז איר האט שוין גענוג ביז אהער פארוואס בלומבערג וועט פארלירן איבער 100.000 שטימען וואס ער האט געהאט פאריגע מאל.

דאס איז נאר די חשבונות ביי די אלגעמיינע באפעלקערונג. ביי די אידישע געמיינדע וואס פארמאגן בערך 50.000 משפחות אין וויליאמסבורג בארא פארק פלעטבוש און איר אומגעגנט, וואס באדייט א כח פון בערך 120.000 שטים בארעכטיגטע וואס אויב אלע וועלן ארויסקומען, איז דאס זיכער א זיכערע דורכפאל פאר בלומבערג. עס גייט אבער נישט געשען אז הונדערט פראצענט זאל ארויסקומען, אבער 50 פראצענט זאלן ארויסקומען און שטימען קעגן בלומבערג איז א גרויסע מעגליכקייט, וואס וועט זיין מער ווי העלפט צו באזיגן בלומבערג. ווער רעדט נאך אויב עס וועט זיין א שטארקע ארגאנעזירטע קאמפיין צו גיין שטימען קעגן אים.

דער סך הכל דערפון איז: אז ווען איינער זאגט אייך אז בלומבערג איז אוממעגליך צו באזיגן, ווייזט אים די נומ' פון פאריגע מאל, אן דאס וועט אריינגעבן קוראזש פאר מענטשן צו גיין קעגן אים, און צו העלפן זיכער מאכן אז יעדע שטים בארעכטיגטע אויף וועם ער האט א השפעה, דריקט אראפ דעם קנעפל וואס וועט אי"ה העלפן ארויסצוטראגן בלומבערג פון אפיס.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 3:13 pm

איך האב געשטימט פאר טאמפסאן (איך בין שוין פטור פון גיין צי די בודקעס?)

ווייל ער האט די "מערסטע" טשענס "נאך בלומבערג", אין איך וויל עים געבן דעם טשענס, ווייל יעצט איז דעם בירגערס טשענס צי זאגן וועמנס טשענס ס'איז.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 5:22 pm

ווען פונקטליך קומען פאר די וואלן?

כ'זע מייקל האט שוין 3 שטימע'ס אבער זיינע שטיצער שעמען זיך עס צו מעלדן דא ברבים... פון וואס האט איר מורא? מען טיילט נישט קיין קלעפ דא!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:54 pm

איך וועל מסתמא אויסזיצן די וואלן אינדערהיים (א זאך וואס איך טוה נישט געווענליך).

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 4:47 pm

צייטליך האט געשריבן:געשטימט פאר טאמפסאן.

סיבה:
מייק בלומבערג רעגט מיך אויף כמעט יעדן אינדערפרי ביים אויפשטיין.

ער האט געהויבן פראפערטי שטייערען. (ס'האט מיט מיר גאנץ וווינציג)
ער האט דראסטיש געהויבן די פארקינג רעגוליאצעס טיקעט פרייזן.
ער האט גענומען די פארקינג טיקעט'ס פאר זיין הויפט איינקונפט אין די סיטי קאסע. אלעס אויף אונזער פיקל.
ער האט פארקריפלט די גאסן פון מאנהעטן, בראדוועי געגענט וכדו', ווי איך פלאג זיך ארומצופארן. און הערשט האט עס גארנישט קלענער געמאכט די טראפיק, אויב עפעס פארקערט.
ער וויל לייגן טאלל אויף די איסט ריווער בריק'ן.
ער הייבט די MTA פרייזן.
ער האט זייער א עקעלדיגער עיגא.
ער איז נאך א בחור..
ער האט אויפגעזאגט א ארבייטער אין סיטי האלל צוליב שפילן אויפן קאמפויטער א פאוקער שפיל.
ער האט צוגעזאגט ביים לויפן צום ערשטען טערמין מיט הערליכע קאלירפולע בראשור'ס אז ער וועט בויען דירות פאר אונזערע וויליאמסבורגע ברודער אין די גרויסע נעווי יארד קאמפלעקס. (זיייער א פאני דזשאוק)
ער האט אינסטאלירט בייק ליניע'ס איבער גאנץ וויליאמסבורג.
ער איז א ריזיגער עושר, אין די היינטיגע וועלט ברויכן מיר איינער וואס פארשטייט דעם מיטל פארדינער, א זאך וואס ער האט נישט קיין מושג וואס דאס איז.

איך האב נאך, נאר יעצט האב איך נישט אזויפיל צייט, וועלמיר נאך צוריקקומען.


די טיקעטס רעגן מיר די מערסטע אויף ווי אזוי זיי טיילן אויס הונדרעטער טיקעטס איעדע מינוט. איך בין שוין א געליטענער און איך לייד נאך אלץ

פנים חדשות
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:14 am

תגובהדורך פנים חדשות » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 11:29 am

צייטליך האט געשריבן:געשטימט פאר טאמפסאן.

סיבה:
מייק בלומבערג רעגט מיך אויף כמעט יעדן אינדערפרי ביים אויפשטיין.

ער האט געהויבן פראפערטי שטייערען. (ס'האט מיט מיר גאנץ וווינציג)
ער האט דראסטיש געהויבן די פארקינג רעגוליאצעס טיקעט פרייזן.
ער האט גענומען די פארקינג טיקעט'ס פאר זיין הויפט איינקונפט אין די סיטי קאסע. אלעס אויף אונזער פיקל.
ער האט פארקריפלט די גאסן פון מאנהעטן, בראדוועי געגענט וכדו', ווי איך פלאג זיך ארומצופארן. און הערשט האט עס גארנישט קלענער געמאכט די טראפיק, אויב עפעס פארקערט.
ער וויל לייגן טאלל אויף די איסט ריווער בריק'ן.
ער הייבט די MTA פרייזן.
ער האט זייער א עקעלדיגער עיגא.
ער איז נאך א בחור..
ער האט אויפגעזאגט א ארבייטער אין סיטי האלל צוליב שפילן אויפן קאמפויטער א פאוקער שפיל.
ער האט צוגעזאגט ביים לויפן צום ערשטען טערמין מיט הערליכע קאלירפולע בראשור'ס אז ער וועט בויען דירות פאר אונזערע וויליאמסבורגע ברודער אין די גרויסע נעווי יארד קאמפלעקס. (זיייער א פאני דזשאוק)
ער האט אינסטאלירט בייק ליניע'ס איבער גאנץ וויליאמסבורג.
ער איז א ריזיגער עושר, אין די היינטיגע וועלט ברויכן מיר איינער וואס פארשטייט דעם מיטל פארדינער, א זאך וואס ער האט נישט קיין מושג וואס דאס איז.

איך האב נאך, נאר יעצט האב איך נישט אזויפיל צייט, וועלמיר נאך צוריקקומען.


ביז צייטליך קומט צוריק וועליך צו לייגען נאך עפעס:
ער האט געטוישט די מיטערס פון א קוואדער פאר א האלבע שעה, צו א קוואדער פאר צוואנציג מינוט.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 10:36 am

מקען נאך יעצט שטימען?

געשטימט יעצט פאר בלומבערג, כאטש די לאנגע ליסטע וואס צייטליך האט פארגעשטעלט איז פון די זאכן וואס שטערט מיך אויך פונקט ווי אנדערע, אבער איך זעה דערווייל נישט וואס טאמפסאן גייט צושטעלן אויסער שרייען אז עס איז שוין גענוג מיט די פירערשאפט פון די רייכע דא אין ניו יארק.

נישט אז איך בין גענצליך צופרידן מיט בלומבערג, אבער אין אלגעמיין פירט ער די שטאט אויף נארמאלע רעלסן, און ווי לאנג טאמפסאן אדער איינער פון זיינע שטיצער וועט נישט אראפ ברענגן זיין רעקארד, וואס וועט איבערצייגן אז ער איז א ריכטיגע פירער מיט די נויטיגע קוואליפיקאציעס, בין איך אים נישט גרייט אויפצוטוישן מיט מיין שונא בלומבערג.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוקטובער 07, 2009 8:59 pm

טאמפסען ביי מונקאטשער רבי
צוגעלייגטע
bill%20by%20munkatch.jpg
bill%20by%20munkatch.jpg (23.3 KiB) געזעהן 2644 מאל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11983
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אוקטובער 08, 2009 12:26 pm

חריד'ישע אקטיוויסטען פארברענגען מיטן גאווערנאר נעכטען ג' דחוהמ"ס
צוגעלייגטע
governor.jpg
governor.jpg (23.82 KiB) געזעהן 2601 מאל

געדולד
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 8:01 pm

תגובהדורך געדולד » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 3:29 pm

לאמיר האפן אז די רעזולטאטן וועט זיין פונקט ווי אי קרעטשמע....

די וואך איז דא שיינער אינטערוויו אין דער לינק מיט ביל טאמפסאן.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24659
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 6:16 pm

געדולד, דו האסט זייער א שיינע חשבון.. און ס'קען מעגליך זיין אויך.. (איך רעד פון דיין חשבון אויף זייט 1..)

אבער דו האסט געשריבן אז ווען 100,000 וואוט'ס פון בלומבערג גייען צו טאמפסאן, איזעס 200,000.. גערעכט!!

אבער ווען דו רעכנסט 100,000 חרדישע שטימען, קענסטו נישט רעכענען אז "זיי גייען פון בלומבערג".. ווייל ליידער איז די טוירנאוט זייער קליין ביי אונזער עולם.. אפילו אויב מ'זאל איין מאל יא ארויסגיין יעצט קעגן בלומבערג, דארפסטו "לויט דיין חשבון" האבן נאך 100,000 וואוטס, ווייל דו האסט נאכנישט אוועקגענומען פון בלומבערג גארנישט.. כאפסט? א נישט פרעג איבער..
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: masmid, אור מופלא, בלתי לה' לבדו, בעקעלע.הפוכה, מה שמו, מיגו, נישטאמת, שטילער, שיעלע בהמה, שמייכל תמיד, שפיצער און 82 געסט