בלאט 4 פון 6

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 12:09 pm
דורך bailout
יש''כ ר' יודל ס'קוקט מיר אויס אז אויב וואלט ער געווען א שווארצער וואלט שוין געווען לעבעדיג

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 12:14 pm
דורך צייטליך
איך האב היינט געקריגן אן אפציעלער אימעיל וואס גייט ארום פאר מוסדות התורה אין וויליאמסבורג פון א אידישע ארגענעזאציע איבער די ערשטע היימישע שוויין פלו וויירוס פאלן אין שטאט וויליאמסבורג.

איך לייג עס כמו שהוא:

Good Morning

No reason to panic, but 3 cases of swine flu have been reported here in Williamsburg by a heimische doctor in the community.

IMPORTANT: If a child develops fever during the day, he should be sent home immediately as not to infect the other children. If you see that there are more children than usual not coming to school as a result of fever, that may indicate that more children are affected and you should consult your physician to determine further action.

Please check your email for updates. Thank you


(אקעי, איך דארף ענדיגן צו שרייבן, איך מיז לויפן קויפן א מאסק פאר מיין פנים.. לאמיר גיין דא צום מעקסיקאנער נויז סטענד, ער האט זיכער איבעריגע..)

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 12:25 pm
דורך חידוש נפלא
יוי עס הייבט אן צו ווערן שרעקעדיג, השם ירחם

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 1:10 pm
דורך צום זאך
אוי! דער באשעפער זאל האלטן זיין רעכטע האנט! עס איז שוין אזוי ווייט פארשפרייט, אין כמעט א יעדע סטיעט איז ליידער דא באריכטן פון די פלו ליידענע, אפילו אזא סטעיט ווי "וויליאמסבורג" גרייכט עס שוין! ווי אנטלויפט מען??
כ'מוף קיין מאונט-קיסקא...

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 1:32 pm
דורך חידוש נפלא
צום זאך לאז אפ די מאנט קיסקא אידעלעך, פריי דיך אז זיי האבן נישט די וויירוס (הלוואי?!) טראג נישט אריבער די וויליאמסבורגע פראבלעימען אהין

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2009 2:07 pm
דורך סתם_אזוי
איך פארשטיי נישט. אויב איז אמת דאס וואס שטייט אין די אי מעיל וואס צייטליך האט אהערגעברענגט. פארוואס האב איך נישט געהערט אז קיין איין ת"ת/בית חינוך האט צוגעשפארט פאר אפאר טעג? דארף מען דען נישט אפוואשן יעדע זאך וואס דאס קינד האט אנגערירט, כדי נישט צו אנשטעקן דערמיט אנדערע קינדערלעך?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 11:17 am
דורך זיידעניו

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 1:15 pm
דורך Yes_or_no
Breaking.......

A himisha mosed in willyamsburg is sending home 1 citha because of the flu.

More will follow.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 1:19 pm
דורך Yes_or_no
The matzav is not good.

Please pray a lot.

השם ירחם

There is a few of confirmed cases in the mosdos...

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 1:22 pm
דורך ראמני 08
וועלכע מוסדות?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 1:27 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב יעצט געהערט שוין פון די דריטע מענטש.. 'קראסנע' תת אין וויליאמסבורג האט געטראפן ביי זיי א יונגל מיט די פלו..

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 2:03 pm
דורך איך_הער
ישיבה תפארת ישראל אין פלעטבוש (חפץ חיים) האט צוגעמאכט די ישיבה אויף ביז נאך שבועות, וועגן די פלו.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 2:23 pm
דורך Yes_or_no
Just confirmed

Krasne Chaidr will be closed tomorrow because of the flu....

They say that we should keep it cool. Its not so dangerses as a lot of people say.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 2:24 pm
דורך קרעמער
הייסט דאס אז די שוויין פלו פון אמעריקע האט זיך שוין אויך אויסגעשפרייט ביז קיין וויליאמסבורג... קען מען שוין טוישן דעם קעפל פונעם אשכול.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 2:43 pm
דורך גארנישט
סתם_אזוי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אויב איז אמת דאס וואס שטייט אין די אי מעיל וואס צייטליך האט אהערגעברענגט. פארוואס האב איך נישט געהערט אז קיין איין ת"ת/בית חינוך האט צוגעשפארט פאר אפאר טעג? דארף מען דען נישט אפוואשן יעדע זאך וואס דאס קינד האט אנגערירט, כדי נישט צו אנשטעקן דערמיט אנדערע קינדערלעך?



ווי סקוקט אויס וועט קראסנא זיין די ערשטע ת"ת וואס נעמט די ריכטיגע שריט צו בייווארנען די וואוילזיין פון די טייערע "צאן קדשים" מארגן העט די ת"ת קראסנע פון וויליאמסבורג זיין צוגעשפארט.

זיי האבן אראפגערופן א קאמפעני צו קלינען און מאכן זיכער אז די בילדינג איז ריין פון זשערמס.

זיי גיבן איבער אז מען זאל נישט זיין באזארגט (ווייל סוועט ממילא נישט העלפן) און זיי טוען אלעס און זייערע הענט אז די קינדער זאלן זיין סעיף.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 2:53 pm
דורך וויכטיג מאכער
ק.נ.א. האט זיך פארבינדען מיט איינע פון די דאקטוירים אין וויליאמסבורג, און ער האט באשטעטיגט אפאר פעלער פון די שוויין פלו, ער האט אבער געזאגט, אז ס'איז נישט מער ווי א פשוט'ע וויירוס...

ער זאגט אז ער האט געהאט מער פאציענטן די סעזאן מיט 'מיזעלס' ווי מיט סוויין פלו.. ער לייגט צו, דאס וואס אנדערע האבן שוין ערוועינט.. אין אמעריקע שטארבן יערליך 36,000 פון פארשידענע פלו'ס.. און קיינער רעדט נישט דערפון.. נאר, די יעצטיגע מאכט די מידיע א מצב דערפון..

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 3:14 pm
דורך יהיה כן
עס איז אראפ געקומען פון די BQE (פון פלעטבוש) עס האט די ערשטע באגעגנט די קראסנע חדר..........

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 5:33 pm
דורך סאכדעס
יהי' כן, א גוט ווערטל, אבער ווייטאגלעך. איך האב נעכטן געהערט הרב מייזליש אויף קול מבשר, ער בעט זיך אז מ'זאל נעמען וויטאמין D, אז מ'זאל באשיצט ווערן פון די פלו.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 5:59 pm
דורך Yes_or_no
I just got info that krasna changed there mind. And it will be tomorrow chaider normal.

Let's wait and see if they will change there mind again.

As I was told they are cleaning the building now and they say that as of tomorrow it will be clean.

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 7:57 pm
דורך חידוש נפלא
וויכי האט עס שוין ערווענט אז וואס איז די גרויסע בהלה, אין גאנץ אמעריקע איז ממש דא געציילטע טויט פעלער און אויך איז עס נישט זיכער אז עס איז נאר געקומען פון די פלו אן די צוגאב פון אנדערע מחלות וואס זיי האבן געהאט, און דאס איז אויך נאר ווען מען האט דאס אנגעפאנגען צו באהאנדלען געפערליך שפעט (די מעשה מיט די פרינסיפיל וואס איז געשטארבען דערפון איז געווען אז ער איז שוין געווען קראנק דערפון פאר צוויי וואכן פאר ער האט באשלאסן זיך צו גיין באהאנדלען)

איז אויב אזוי מה כל הרעש, עס איז עכ"פ נישט ערגער פון א געווענליכע פלו, נישט אזוי?

געשריבן: זונטאג מאי 24, 2009 11:26 pm
דורך קרעמער
נאך א ניו יארקער געשטארבן פון די שוויין פלו, דאסמאל א פרוי אין די פופציגער יארן. פרטים יבואו.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 9:52 am
דורך ראמני 08
כמיין אז מען דארף אראפנעמען די ''מעגליך'' פונעם קעפל

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 12:38 pm
דורך חידוש נפלא
ר' הערשל פרידמאן אויף קול מבשר האט ערווענט א נקודה וואס געוויסע ברענגען אויף מיט א פשט'ל אז אפילו יעצט איז די סכנה פון די ד"א פלו נישט אזוי שעדליך אבער מעגליך אז מיט דערצייט וועט עס ווערן מער מסוכן, די פשט'ל גייט אז היות די פלו קומט דאך פון א בעל חי פון א דבר אחר, ממילא וועט די אימיון סיסטעם פון א מענטש צוריקפייטן מיט די וויירוס און עס אויסשפייען פון זיך וויבאלד דאס איז דאך נישט קיין מענטשליכע וויירוס, עס קומט דאך פון א בעל חי

אבער-טענה'ן געוויסע דעה זאגער-מיט דער צייט וועט די וויירוס שוין זיין זייער פארשפרייט ביי מענטשן דערנאך וואס איינער כאפט דאס איבער פון א צווייטן און א צווייטער פון א דריטן אא"וו, און דעמאלס וועט דאס שוין אטאמאטיש ווערן א מענטשליכע וויירוס, וואס די אימיון סיסטעם פון א מענטש וועט נישט אזוי גרינג וועלן אויסשפייען,

אזא סברא זאגט ער נאך, אבער ווי פארשטענדליך איז דאס נאר א סברא ווייל קיינער קען דאס נישט וויסן פאר עס פאסירט טאקע, השם ירחם.

לויט דעם האט דער דאקטאר מיט וועם ער האט די אינטערוויו אויסגעפירט אז בדיעבד איז עס א מעלה ווער עס באקומט יעצט די פלו ווען עס איז נישט אזוי שעדליך, ווייל דער וועט דאס נישט אזוי גרינג באקומען אין די קומענדיגע סיזען ווען עס וועט שוין זיין מער שעדליך ה"י ווייל זיין קערפער האט דאס שוין אמאל געהאט און האט עס שוין געפייט, דער אייבערשטער זאל באהיטן אלע אידישע קינדער מען זאל דאס נישט האבן נישט יעצט און נישט קיינמאל, און ער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר כל חולי עמו ישראל במהרה

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 1:01 pm
דורך שוועמל
קען זיין עס וועט ווערן א רוטינע אומיוניזעשאן אין אמעריקע.

אגב, זאגן וויסנשאפטלער אז כאטש די וויירוס טראגט די נאמען "שוויין" פלו, האט מען עס דערווייל נישט געפונען אין קיין שום שוויין איבער די וועלט. ווארשיינליך האט עס דעם נאמען וויבאלד עס טרעפט זיך דאס מערסטע ביי די וואס האדעווען די שוויינען.

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2009 1:35 pm
דורך אלחנן
ווען מען פרעגט בתמיה לייגט מען צוויי ??