טויטליכע וויירוס מעגליך פארשפרייט אין אמעריקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

טויטליכע וויירוס מעגליך פארשפרייט אין אמעריקע

תגובהדורך פרעזידענט » מוצ"ש אפריל 25, 2009 11:19 pm

א שרעקליכער פלו-וויירוס וואס האט שוין געקאסט די לעבענ'ס פון 68 מעקסיקאנער, מאכענדיג קראנק טויזענטער אנדערע אין מעקסיקא, האט זיך מעגליך אריבערגעכאפט קיין אמעריקע, וואו 11 מענטשען זענען פארדעכטיגט אין האבען דעם פלו-וויירוס, 8 ניו יארקער, צוויי קענסעס איינוואונער אין איינער אין קאליפארניע זענען אנגעשטעקט מיט דעם סארט שרעקליכער וויירוס, עס איז נאר נישט קלאר צו די אמעריקאנער זענען אנגעשטעקט אין די זעלבע טויטליכע וויירוס וואס האט אומגעברענגט 68 אין מעקסיקא, אדער עס איז נאר ענליך צו דעם.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אפריל 25, 2009 11:39 pm

דער וויירוס רופט זיך 'שוויין-פלו' על שם וואס עס שטאמט אריגינעל פונעם 'חזיר'/דבר אחר. האפנטליך זענען מיר אוכלי כשר פארמיטן דערפון א דאנק דעם.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מוצ"ש אפריל 25, 2009 11:53 pm

דער אמעריקאנער פרעזידענט אובאמא האט זיך געטראפען אין מעקסיקא [זייענדיג דארט אויף א באזוך] אפריל 16 מיט א מענטש וואס איז געשטארבען עטליכע טעג שפעטער זייער מעגליך פון דעם וויירוס, דער פרעזידענט איז נישט אנגעשטעקט געווארען מיט די וויירוס פון דעם פערזאן.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג אפריל 26, 2009 1:08 am

קרעמער האט געשריבן:דער וויירוס רופט זיך 'שוויין-פלו' על שם וואס עס שטאמט אריגינעל פונעם 'חזיר'/דבר אחר. האפנטליך זענען מיר אוכלי כשר פארמיטן דערפון א דאנק דעם.

קרעמער;
איז דער קרענק אנשטעקיג? אז יא קען מען דאס דאך איבערנעמען חס ושלום.
נאכדערצו וואס חזירים ווערן אפט געהאדעוועט אינאיינעם מיט קוען און אנדערע טהור'ע בהמות קען זיך דער וויירוס פארשפרייטן צווישן די בהמות.

השם ישמר את עמו ישראל לעד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 26, 2009 1:15 am

דא האסטו א לינק צו די פעדעראלע געזונטהייט אגענטור (סי די סי):

http://www.cdc.gov/swineflu/key_facts.htm

זיי שרייבן אז עפ"י רוב מאכט זיך עס ביי מענטשן וואס האדעווען חזירים (וואס חז"ל האבן שוין לאנג פארשאלטן די שוויין האדעווער), אבער מען האט שוין געהערט פון מענטשן וואס האבן דאס איבערגעגעבן פאר אנדערע מענטשן. (זיי שרייבן אבער אויך אז מען קען נישט כאפן דעם פלו פון אכילת דבר אחר, אלזא, קענען מיר נאך אלץ זאגען אפשי לאכול בשר חזיר...).

yankl36
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 29, 2008 6:07 pm

תגובהדורך yankl36 » מאנטאג אפריל 27, 2009 4:11 am

קײן מומחה פון קראַנקײטן בין איך אין גאַנצן ניט אָבער ס'זעט אױס אַז יעדעס יאָר שטאַמען אַלע גריפּעס טאַקע פון חיות, געװײנטלעך הינדלעך אָדער חזירים. טאַקע שרעקלעך. צום באַדױרען װאָס פאַר אַ מין דיעטע מ'האַלט בײ װעט ניט העלפן מיט דעם דאָזיקן װירוס װײל זי פאַרשפּרײט זיך שױן דורך מענטשן. ס'זעט אױס אַז בײם אָנהײב האָבן די ערשטע מענטשן זי יאָ געכאַפּט פון חזירים צוליב האָדעװען אַזעלכע חיות אָבער די מענטשן אין ניו יאָרק האָבן גאָרניט צו טאָן מיט דעם, אַדרבא זענען זײ שילער אין אַ מיטלשול אין קװינס.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 28, 2009 9:20 am

למעשה גייט נישט די נייעס אראפ פון טיש. עס ווערן געמאלדן יעדן טאג אנדערע לענדער וואס האבן זיך שוין אנגעשלאסן אונעם וויירוס..

מדינת ישראל האט היינט געמאלדן איבער זייער ערשטער אנגעשטעקטער, די פאראייניגטע שטאטן און דאס זעלביגע די קאנאדישע רעגירונג האבן שוין עטליכע טאג צוריק פאררופן אן אמערדזשענסי סטוטציע איבער דעם "שוויין פלו" וואס האט זיך שטארק פארשפרייט.

מאנכע שפעקולירן אויב עס האט זיך נישט אנגעהויבן ביים לעצטיגען סאמיט צווישן די וועלט פירער..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1909
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » דינסטאג אפריל 28, 2009 10:09 am

;l;p-

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אפריל 28, 2009 11:40 am

ס'האלט שוין ביי ארום 45 אין ניו יארק.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג אפריל 28, 2009 12:01 pm

דער פון אויבן זאל האלטן דאס רעכטע האנט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:33 pm

איינער פון די חברי הקרעטשמע האט מעורר געווען אז די 'שוויין פלו' האט זיך שוין אנגעהויבן ווען אבאמא האט ארויפגעשטעלט ליפ-שמיר אויפן שוויין.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:34 pm

חחחחחחחחחחח
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אפריל 28, 2009 3:27 pm

קרעמער ;l;p-

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:48 pm

מיטרייזענדע פון א פלייט וואס איז אפגעפלויגען מוצש"ק פון ניוארק לופט-פעלד קיין ארץ ישראל ברויכען זיך אינטערזוכען ווייל א פאסאנדשיר אויף יענעם פלייט איז אנדעקט געווארן מיט די שוויין-פלו וויירוס.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:51 pm

עפעס א מיניסטער ליצמאן, מסתמא פון גור, האט ביי א פרעסע קאנפערענץ געזאגט אז אין איזראעל וועט מען דאס אנרופן "מעקסיקאנער פלו", כדי מען זאל נישט נכשל ווערן צו רעדן פון שוויינען.

ש..... וואס ער איז.

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:56 pm

א אמעריקאנער רעגירונג אפישעל האט שוין געטוישט די קרענק'ס נאמען צו "H1N1 virus" ווייל דבר-אחר פארקויפער זאגען אז עס שאדט פאר זייער מארקעט.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך אפריל 29, 2009 7:37 am

א 23-חדשים'דיגע קינד אין טעקסאס, איז די ערשטע אמעריקאנער צו שטארבען פון די שוויין פלו.
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » מיטוואך אפריל 29, 2009 10:19 am

ס'איז באקאנט אז איי"ר איז נוטריקון א'ני ה' ר'ופאיך, ווי אויך שטייט אין בנ"י אז די חודש מאי איז מסוגל לרפואה, לאמיר האפן אז אלע מחלות וועלן זיך טאקע אפטראגן פון דא, און אלע אידישע קינדער זאלן בלייבן געזונט און שטארק, און די חולי ישראל זאלן שוין האבן א רפואה שלימה במהרה בימינו אמן.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מיטוואך אפריל 29, 2009 12:35 pm

בדרך אגב איז דאס א גוטע לעקציע נישט צו קומען אין בארירונג מיט מעקסיקאנער גוים.......
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אפריל 29, 2009 4:57 pm

סאדאר סיטי, באגדאד. - א 2 קאר זעלבסטמארד טעראר אטאקע האט היינט אויפגעטרייסלט באגדאד - די הויפט שטאט פון "איראק" ווען 2 (- 3 לויט טייל באריכטען) קארן האבן עקספלאדירט אין די פארנומענע צענטער אין באגדאד

אוואו ס'האלט יעצט איז שוין באריכטעט 41 טויטע, און 68 פארוואונדעטע (ס'האלט נאך אין איין שטייגן)

...א רגע.. ווי קומט עס דא אריין..??? וכי מה ענין גלאבאל ווארעמונג אצל (כמו..) צפת'ער הדסים???!!!

אה! ס'קומט שוין נאך וואו אריין! די "וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע" (WHO) האט - אין א סטעיטמענט - איבערגעגעבן אז ס'איז נישט קלאר צי איינע פון די אומגעקומענע ביי די אטאקע איז אויך געווען אנגעשטעקט מיט די "סוויין פלו" וויירוס, נאך מער זאגן זיי, אז ס'איז מעגליך אז מ'וועט עס קיינמאל נישט קענען קלארשטעלן!

איי למאי נפקא מינא? איה"נ ס'איז טאקע נישט נוגע למעשה און אפילו נישט להלכה, נאר צו וואס דען יא? למען הא'סטאסטיסטיק' רעקארדס, צו וויסען צו מ'קען רעכענען איראק אלץ איינע פון די לענדער ווי די פלו האט זיך פארשפרייט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 29, 2009 5:06 pm

איז געווען א באמבע אויפרייס אין סאדאר סיטי אדער נישט? וואס טרייבסטו קאטאוועס?

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך אפריל 29, 2009 5:17 pm

מעקסיקאנע-פלוּ נאטיצן

א 2 יעריג קינד אין טעקסאס איז געווארן די ערשטע פאטאליטעט פון די מעקסיקאנע פלוּ אין די פאראייניגטע שטאַטן, האט דער CDC דירעקטאר ריטשארד בעסער געמאלדן מיטוואך.

די פרעסע האט שפעטער באריכטעט אז דאס קינד שטאמט גאר פון מעקסיקאו סיטי, און איז געקומען קיין טעקסאס אויף באהאנדלונגען אין די 'טעקסאס קינדער שפיטאל' אין יוסטאן.
אמווייניגסטנס 6 פון די 91 באשטעטיגטע מעקסיקאנע-פלוּ פעלער אין די פאראייניגטע שטאַטן זענען באריכטעט געווארן אין טעקסאס וועלכע גרעניצט זיך מיט מעקסיקאו.

בעסער זאגט אז די CDC וועט נישט טוישן אירע רעקאמענדאציעס אלס רעזולטאט פון די באשטעטיגטע טויט פאל. "איך ריש זיך אויף מער פעלער, און מיר וועלן זיך דערפון לערנען. און אויב מיר וועלן דארפן ארויסגעבן שטרענגערע רעקאמענדאציעס וועלן מיר אזוי טאן."

די איינציגסטע טויט-פעלער פון די פלוּ זענען דערווייל געשעהן נאר אין מעקסיקאו, פון איבער 112 באשטעטיגטע סוויין-פלוּ פעלער איבער'ן וועלט.

בעסער זאגט אז מענטשן קוקן נישט ריכטיג אויף די פלוּ. "צענדליגע טויזענטער שטארבן יערליך אין די פלוּ סעזאן אין אמעריקע – בערך 36,000 טויט-פעלער פער יאר," זאגט בעסער. "די דאזיגע פלוּ וויירוס איז דעריבער נישט קיין סאך אנדערש ווי דאס וואס מיר זעהן געווענליך ביים פלוּ סעזאן."

--

היימלאנד זיכערהייט סעקרעטערי דזשענעט נאפאליטאנאו האט צוריקגעצויגן פון איר אויסדרוק איבער די אקטיוויטעט פון די גרעניץ באאמטע.

דינסטאג אינדערפרי האט זי געזאגט אז די גרעניץ וואך נוצט "פאסיווע סורוועילענס" נאכקוקענדיג די אנקומענדע פאר די פלוּ. מיטוואך האט זי געזאגט ביי א סענאט פאנעל אז די אויסדרוק "איז נישט קיין פונקטליכע בילד פון וואס עס קומט פאר ביי די גרעניצ'ן פון לאנד."

נאפאליטאנאו זאגט אז די אמעריקאנע גרעניץ באאמטע טוען איצט "אקטיוו אויספרעגן באזוכער ביים גרעניץ, פרעגנדיג פראגעס "טאמער זיי זענען קראנק, וואו פונקטליך זיי זענען אלס ארומפגעפארן, א.ד.ג."

זי האט אוועקגעמאכט דאס נוצן היץ מעסטער צו זעהן אויב עמיצער האט פיבער, און זאגט אז זי גלויבט נישט אז די איצטיגע צושטאנד פאדערט דאס צושפארן די גרעניצ'ן.

--

די דבר אחר אינפלוּענזא, אדער "פלוּ", איז אן אנשטעקיגע אטעמען קראנקהייט וועלכע אפעקטירט באשעפענישן, איבערהויפט דעם ד"א. אבער אויב די פלוּ פארשפרייט זיך צווישן מענטשן, און נישט דירעקט פון די באשעפעניש צום מענטש, דאן האלט זיך די קרענק אין איין פארענדערן (mutation). עס איז דעריבער פיל שווערער צו באקעמפן, אויך ווייל מענטשען האבן נישט קיין נאטירליכע באשיצונג דערפון. עס איז אויך נאכנישט דא קיין וואקסין קעגן דעם נייעם קרענק. דערפאר איז די זארג גרויס אז די קרענק זאל זיך נישט אויסשפרייטן איבער'ן וועלט.

צווישן די סימפטאמען זענען: א פיבער, רינענדיגע נאז, ווייטאג אין האלדזש, קאפ שווינדלען, ברעכן און לויזע מאגן.

געווענליכע סעזאן פלוּ ברענגט אום איבער א פערטל מיליאן מענטשען איבער'ן וועלט יערליך, ווען 9 פון 10 זענען העכער פינף און זעכציג יאר אלט. געווענליך האבן די מענטשען אויך אנדערע געזונט פראבלעמען וועלכע די פלוּ פארערגערט.

--

פראנקרייך האט געמאלדן אז זיי וועלן דאנערשטאג פארלאנגען פון די אייראפע'אישע פאראיין אפצושטעלן אלע פלי-רייזע'ס קיין מעקסיקאו צוליב די פלוּ-אויסברוך. ראזעלין באשעלאו, די פראנצויזישע געזונטהייט מיניסטאר'שע, האט געזאגט מיטוואך אז די פארלאנג וועט ארויסגעשטעלט ווערן ביים מיטינג פון די 27 אייראפע'אישע פאראיין געזונט מיניסטארן וועלכע וועט פארקומען אין לוקסעמבערג.

זי האט אויך געזאגט פאר פראנקרייך וועט אויך פארלאנגען א מיטינג מיט די אי.יו. טראנספארט מיניסטארן וואו די פארשלאנג וועט איבערגעשמועסט ווערן.

באשעלאו זאגט אז אפצושטעלן רייזע'ס צוריק פון מעקסיקאו וועט זיין קאנטער-פראדוקטיוו, ווייל די פאסאזשירן וועלן דאן געצוואונגען זיין צו זוכן אלטערנאטיווע וועגן אנצוקומען קיין פראנקרייך, און עס וועט פארשווערן נאכצופאלגן זייערע רייזעס צו טרעפן פון וועלכע לענדער זיי זענען געקומען און מעגליך אנגעשטעקט געווארן.

טייל לענדער, ווי כינע און רוסלאנד האבן ארויפגעלייגט א פארבאט אויף דבר אחר פלייש אימפארטן פון די פאראייניגטע שטאַטן און מעקסיקאו, כאטש די וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע זאגט אז די קרענק "איז נישט אנשטעקיג דורכ'ן עסן די סארט פלייש און אנדערע פראדוקטן פון די באשעפענישן." אמעריקאנע באאמטע האבן אויסגעדרוקט זייער פראטעסט קעגן די פארבאטן.

אנדערע לענדער אין אזיע וועלכע האבן געליטן פאר עטליכע יאר פון די 1N5H פויגל וויירוס און SARS, צווישן זיי יאפאן און אינדאנעזיע, נוצן טערמא-גראפיק אפאראטן צו מעסטן די היץ פון פאסאזשירן וועלכע קומען אן פון מעקסיקאו.

אבער עקספערטן זאגן אז אן אינפעקטירטע מענטש קען גרינגערהייט אריבערגיין די היץ-אויפכאפער און נישט אויפגעכאפט ווערן, וויבאלד עס קען דויערן ביז דריי טעג פאר די פלוּ זיך אריינצוארבעטן אינעם קערפער און ארויפטרייבן א פיבער.

"די סקענערס וועלן נישט אויפכאפן יעדן, נאכדערצו אויב זיי זענען ערשט אינפעקטירט געווארן," זאגט דער דירעקטאר פון די אויסטארלישע 'אינסטיטוטציע פאר גליקאמיקס'.

די נייע H1N1 סוויין פלוּ וויירוס וועלכע האט שוין אומגעברענגט בערך 160 מענטשען אין מעקסיקאו, איז געפינען געווארן אין די פאראייניגטע שטאַטן, קאנאדע, ניו זילאנד, ענגלאנד, מדינת ישראל, שפאניע, און איצט אויך דייטשלאנד און עסטרייך.

ארגענטינע האט געמאלדן א פינף טאגיקע פארבאט אויף פלי רייזעס פון מעקסיקאו. פיר קרוז שיף ליניעס האבן אנולירט געפלאנטע וויזיט'ן צו מעקסיקאנע פארטן.

--

אין עגיפטען האט די רעגירונג פארארדענט אויסצוקוילן אלע ד"א אין לאנד, צו העלפען באשיצן קעגן די פלוּ, כאטש עס איז דארט נאכנישט פארגעקומען קיין איין פאל פון די מעקסיקאנע פלוּ.

כאטש ביי מוסלעמענער איז א ד"א אן אומווערדיגע באשעפעניש, וואוינען דארט אויך טויזענטער קריסטן, צווישן זיי פיל פארמערס וועלכע פארמאגן אינאיינעם באלד א האלבע מיליאן פון די באשעפעניש'ן וועלכע נערן זיך פון די עסן איבערבלייבענישן\מיסט פון לאנד. די ארימע פארמערס זענען ארויס אין מאסן פראטעסטן, און באווארפן מיט שטיינער די אויטא'ס פון די רעגירונג'ס געזונטהייט מיניסטעריום וועלכע זענען געקומען אויספירן די רעגירונג באפעל.

א הויפט יו.ען. עסן עקספערט זאגט אז די עגיפטישע רעגירונג באשלוס איז א "קריטישע טעות".
אין די פארגאנגענע יארן איז עגיפטען, די מערסטע געדיכט-באוואוינטע אראבישע לאנד, שווער געטראפן געווארן פון די 1N5H פויגל פלוּ וויירוס, און די לעצטע באפעל איז געגעבן געווארן צו בארואיגן די זארגן פון אן אנקומענדע מגיפה.

עגיפטען'ס רעגירונג געזונטהייט עקספערן זארגן זיך אז אזא סארט פלוּ-מגיפה קען זיך בליץ שנעל אויסשפרייטן אין לאנד, ווייל מערסטע פון אירע 80 מיליאן בירגער וואוינען אין די געדיכט באוואוינטע נילוס טאל, און פיל פון זיי אין צושטופטע שמוציגע געגענטער אין קאירא און אומגעגענד.

וכל מדוי מצרים הרעים... לא ישימם בך... ונתנם בכל שונאיך...

--

צוויי לייט וועלכע האבן זיך אביסל אנגעטרונקען, האבן פאראורזאכט א פאניק אויף א פלי-רייזע פון מעקסיקאו קיין מערילענד, און אלע פאסאזשירן האבן געדארפט בלייבן זיצן אויפ'ן פליגער ביז ווילאנג געזונט אויטאריטעט'ן האבן אונטערגעזוכט די צוויי פאר פלוּ סימפטאמען.

די טומל האט זיך אנגעהויבן ווען די עיר-טרען פלייט 85 פון קאנקון, מעקסיקאו, האט אריינגערופן צו די באלטימאר וואשינגטאן אינטערנאציאנאלע טורגוד מארשאל עירפארט, אז צוויי פאסאזשירן האבן בויך ווייטאג און פיבער.

די עירפארט'ס פייער און רעטונג איינהייט איז באלד אראפגעקומען, אונטערגעזוכט די פאסאזשירן און באשלאסן אז זיי זענען נישט קיין ריזיקע פאר'ן פאבליק...

דער עף-עי-עי ווארטזאגער דזשים פיטערס זאגט אז "זיי האבן בלויז געטרונקען אביסל צו פיל."

--

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מיטוואך אפריל 29, 2009 5:34 pm

מעקסיקאנע באשמירן זיך די פלוּ מאסקעס.



entertaininer-flu-_1393623i.jpg



flu-mask-moutache_1392579i.jpg


Flu-mask-teeth_1393637i.jpg


Skull-flu-mask_1393634i.jpg


Swine-flu-mask_1393630i.jpg


א געוואלדיגע מוסר השכל: מען דארף זיין פרייליך, און טאקע אויך פרייליך מאכן אנדערע, טראץ דעם שווערן מצב...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 29, 2009 6:07 pm

א ריזיגען יישר כח ר' יודל פאר אייערע נאטיצן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אפריל 29, 2009 6:21 pm

קרעמער האט געשריבן:איז געווען א באמבע אויפרייס אין סאדאר סיטי אדער נישט? וואס טרייבסטו קאטאוועס?

נאכן זעהן אין אישית א לינק צו די באמבע געשיכטע, בעט איך מחילה פאר די פראגע צייכענס.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט