אלעס איבער די סטימיוליס פעקעדזש והמסתעף

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

וואס איז געווארן אין סענאט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מ'האט געדארפט היינט וואוטען?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

סתם פאר אינטערעסאנטקייט: היינט לערנענדיג חק, (באזונדערע אשכול) איז מיר אינטערגעקומען א אינטערעסאנטע פסוק און משלי, ווי מען זעהט אז די דעמאקראטישע וועג איז נישט אויסגעהאלטן.
והא לך: משלי ט"ו פסוק א: צדקה תרומם גוי-פירוש: די צדקה וואס די אידישע פאלק געט, טוט זיי דערהייבן.- וחסד לאמים חטאת-פירוש: די חסד וואס די אוה"ע טוהן איז א זינד. זאגט די הייליגע רש"י (ווער קוקט נישט אריין? טייטל!) שכנענים גוזלים זה, ונותנים לזה- פירוש: ווייל די גוים גנב'ן פון איינעם, און גיבן עס איבער פארן צווייטן ע"כ. ודי (בלע"ז ספרעט די וועילז)
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

פיין פיין!! ר' ברוך א יישר כח.

למעשה האב איך שוין אסאך אריין געקלערט וועלכער פון די צוויי דרכים איז מער אויסגעהאלטן ע"פ תורה און דערווייל האב איך געפונען סברות לכאן ולכאן, אפשר אין אן אנדערע געלעגנהייט עמיר עס אראפשרייבן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

איך האב מיר אייביג געוואונדערט פארוואס ס'איז נישט קיין שאלה אויב מ'מעג נעמען פונעם רעגירונג די אלע געלטער, די גמרא זאגט'אך עשה שבתך חול ואל יצטרך לבריות.

יעצט האט מיר שוין ר' ברוך אלעס פארענטפערט, ווייל מ'דאך נישט מער ווי א גונב מן הגנב :!:
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

א פרישע רעסמוסען אנקעטע ווייזט אז שטיצע פארן סטימיולעס ביל איז געפאלן צווישן אמעריקאנער.

טראץ פרעזידענט אובאמא'ס הוין צופרידענהייט ראטע, האלטן אבער בלויז 37 פראצענט בירגער דערפון קעגן 43% וואס זענען קעגן דעם געזעץ. 20 פראצענט זענען נישט זיכער.

45% זאגן אז דער געזעץ וואלט געברויכט באשטיין בלויז פון שטייער שניטן, 34 פראצענט זענען דערקעגן. אינטערסאנט איז נאר, אז 72% זענען קעגן א געזעץ וואס זאל ערהאלטן בלויז אויסגאבן.

לכתחילה האט אובאמא געשריבן דעם געזעץ אז ס'זאל האבן אין זיך 350 ביליאן דאלאר אין שטייער שניטן, די דעמאקראטישע קאנגרעס פירער האבן עס געשניטן צו בלויז 275 ביליאן כדי צו קענען אריינשטיפן נאך אביסקעלע רעגירונג אויסברענגעריי. ס'איז ערווארטעט איז דער ביל וועט רייכער ווער מיט א שיינע פאר בעלאונעס אינעם סענאט, וואו ס'קען מעגליך שטייגן ביז 900 ביליאן דאלאר (נישט קשה, אה? איך האלט אז ווען זיי געבן דאס פאר די אידעלעך וואלטן זיי אסאך בעסער אנגעקומען).
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

עס געפעלט מיר זייער שטארק צו זעהן אז מיט דעם וואס אבאמא האט געווינען מיט א גרויסע פראצענט, און מיט דעם וואס רוב פונעם פאלק גלייכט אים, און מיט דעם וואס ער האט א גרויסע מאיאריטעט און סענאט און קאנגרעסס, קען ער גארנישט טון מיט די סטימולעס פלען, אויסער זיך רעגן און האלטן שארפע דרשות און עדיטאריעלס.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

איך זעה דא אויף CNN וואו מען דעבעיט עס אין סענאט. צווישן אנדערע האט איינער (איך ווייס נישיט ווער) געזאגט אז די סטימולעס וועט ראטעווען 1.5 מיליאן פארקלאושערס פון אמריקאנע מענטשן. וויל איך וויסן וואס די פעקעדש האט מיט פארקלאוזערס. ווי ווייט איך ווייס אז די סטימולעס איז געמאכט צו קריעטן דשאבס, וואס האט דאס מיט פארקלאוזערס. (אויסער אז אויב איינער ארבעט קען ער באצאלן זיין מארטגידש....)
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מעקעין און אבאמא שארף צעטיילט איבער די פרישע סטימיולוס פעקל.

פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט האט פרעזידענט אבאמא געהאלטן א פייערדיגע רעדע פאר סענאט און גערופן צו שטימען פאר זיין ביל. ער האט שטארק פראבירט צו פאראייניגן די פארטייען דורך געבן אנצוהערן אז מיר זענען ערוועלט געווארן דורכן פאלק ווייל זיי ווילן נישט זען די אלטע אומערפאלגרייכע פירערשאפט, זיי ווילן א שטארקער טויש... (ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט וואס פרובירט כאטש צו האלטן זיין קאמפיין צוזאג..)

צווישן אנדערן האט ער געזאגט "וואס מיינט איר די סטימיולוס פעקעזש איז פאר? דאס איז די גאנצע פאוינט. ערענסט גערעדט דאס איז די פאוינט".

פרייטיג צופרי האט דער רעפאבליקאנער מעקעין גערעדט אין סענאט און ארויסגעברענגט זיין מיינונג איבער די אישו "די גאנצע פאוינט מר. פרעזידענט איז צו שניידן הוצאות פונעם פאלק ווי טעקס קאטס וכדומה, א זאך וואס וועט אמתדיג סטימולירן די עקאנאמיע. קוקנדיג אויף דיין ביל איז פארהאן צענדליגער ביליאנען וואס וועלן נישט ברענגען קיין שום ערפאלג נישט אין צוויי, דריי פיר יאר און אפשר קיינמאל נישט".

די צוויי זענען ווידער אויסגעשארפט איינער קעגן אנדערן ווען דערווייל קענען זיך די פארטייען נישט פאראייניגן איבער א ביל וואס זאל שטימען לויט ביידע פאליטישע אנשויאונגען, דער וויל מער טעקס קאטס און דער אנדערער וויל מער אוועקטיילן.

ביי די ענדע האט מעקעין אים סאלוטירט....

בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

למעשה; איז דאס אדורך אין סענאט?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל;

אבאמא'ס ליל ששי רעדע איז נישט געווען אין סענאט, נאר אין וויליאמסבורג (ניין, נישט אין בעדפארד גארדענס, די אנדערע וויליאמסבורג... עס געפונט זיך אין ווירדזשיניע) וואו די דעמאקראטישע סענאטארן האבן זיך פארזאמעלט אויף טועמיה און בעבאלעך.

מעקעין'ס רעדע איז געווען פרייטאג צופרי אין סענאט, אבאמא איז נישט דארט געווען, און די בילד איז פון אן אנדערע געלעגנהייט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גערעכט קרעמער. איך האב געמיינט אז די וויליאמסבורג זשאוק איז גענומען געווארן פון קרעטשמע..

סתם;
עס איז נאכנישט דורך אין ערגעץ נישט. די דעמס האבן שבת אנגעהויבן איבערמאכן די פלאן און אוועקגעשניטן אסך אויסגאבן. פון די 900 ביליאן האלט מען יעצט ביי 780 ביליאן האפנטליך וועט דאס מאנטאג דורכגיין ביים ווייטערדיגן דעבאטע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווי איז שייך דורכצוגיין, און זיך נישט באדאנקן?

צום ערשט דעם בני לוי הרב משה הלוי לעווי שליט"א וואס מיט זיין קלארן מהלך, שטעלט ער אראפ דעם ריכטיגן דעת פאליטיק. יעדעס ווארט זיינע, איז דאך מתוק מדבש, געשמאק צו די זאך.
א טראפ קריטיק מוז איך אויך זאגן, דער פרעזידענט איז א מאן, פאסט זיך אים אנצורופן בלשון 'דער' און נישט 'די' בלשון נקבה.

דערנאך ווילעך זעך באדאנקן פאר ידידי מנוער הרב שוועמל, און זיין קאלעגע הרב שלמה ליפשיץ שליט"א וואס זענען אונז מחי' דא יעדער מיט זיין כשרון.

לעצם הענין איז קיין סאך נישט דא וואס מוסיף צו זיין, נאר אזויפיל קען איך יא זאגן צו די דעמאקראטישע בהמות: אויב פארט דער באן ווייטער ווי ביז איצט, קענט איר אין פיר יאר ארום עפענען א נייע פארטי. און הלוואי זאל עס אזוי זיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ליינט אביסל די שניידונגען וואס די סענאטארן האבן געשניטן במשך דעם שב"ק בשלח.
עס איז צום שטוינען זעענדיג וואו די געלט האט אלס געברויכט געשפענדט ווערן.......
http://www.cnn.com/2009/POLITICS/02/07/ ... topstories
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

$1.2 billion for retrofitting Project 8 housing


איז דאס סעקשאן 8?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לויט מיין אינפא. איז "האויזינג רעטראפיטינג" א פראגראם וואס האט צוגעשטעלט פראדזשעקט דירות פאר עלטערע און הענדיקעפט מענטשן, אריין געלייגט ברייטע טירן, אא"וו.
איך ווייס אבער נישט פארוואס זיי רופן עס אן
"פראדזשעקט 8"
ווייל פראדזשעקטס איז דאך נישט סעק. 8. און סעק. 8 איז דאך נישט פראדזשעקטס.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »




נאכן ליינען דער ליסטע פון עמערדזשענסי זאכן וואס מוזן לויט די פרעזידענט זאפארט באשטעטיגט ווערן, ווייל אויב נישט שטייט די לאנד אויס אריין צו פאלן אין א שווערע קאטעסטראפע, וואונדערט זיך מיר גאר שטארק פארוואס די פרעזידענט האט נישט אריין געלייגט א גוטע 1.8 ביליאן אינעם סטימיוליס פעקל פאר קאווע אין בית המדרש?
:lol:
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

לעווי, ;l;p-, אייגענטליך, ווער זאגטער? האסט אדורך געליינט די איבער אכט הונדערט פעיפער'ס?
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

לעווי ;l;p-
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב דאס באקומען אין אימעיל, עס איז א גוטס!!!

This is a very exciting new

program that I will explain using the Q and A format

> Q. What is an Economic Stimulus Payment?
> A. It is money that the federal government will send
> to taxpayers.
>
> Q. Where will the government get this money?
> A. From taxpayers.
>
> Q. So the government is giving me back my own money?
> A. Only a smidgen.
>
> Q. What is the purpose of this payment?
> A. The plan is that you will use the money to purchase
> a high-definition TV set, thus stimulating the economy.
>
> Q. But isn't that stimulating the economy of
> China ?
> A. Shut up.
>
>
> Below is some helpful advice on how to best help the
> US economy by spending
> your stimulus check wisely:
>
>
> If you spend that money at Wal-Mart, all the money
> will go to China .
> If you spend it on gasoline it will go to the Arabs.
> If you purchase a computer it will go to India .
> If you purchase fruit and vegetables it will go to
> Mexico , Honduras , and
> Guatemala (unless you buy organic).
> If you buy a car it will go to Japan .
> If you purchase useless crap it will go to Taiwan .
>
> And none of it will help the American economy.
>
> We need to keep that money here in America . You can
> keep the money in America by spending it at yard
> sales, going to a
> baseball game, or spend it on p********s, beer and wine
> (domestic ONLY), or
> tattoos, since those are the only businesses still in the
> US .






.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

לעווי, איינס בעסער פונעם צווייטן!

אבער דאס צווייטע איז מורה'דיג! ;l;p-
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צוביילטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוביילטער »

לעווי, גוט גוט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ריזיג ריזיג, יישר כח לעווי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לעווי
דיין אימעיל איז געוואלטיג גוט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

לעווי, דיין אימעיל איז זייער גוט, און דו ביסט נאך בעסער...

איינער שיקו מיט א טעקסט, די בעסטע סעלושען פאר די עקאנעמי איז, אז די אלע וואס אבאמא וויל נאמענירן פאר א אמט, זאלן באצאלן זייערע טעקסעס....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”