בלאט 1 פון 6

ברעיקינג: פליגער קראכט אין האדסאן ריווער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז אריינגעקומען א קאל אין די העדקוואטערס פון ק.נ.א. אז א פליגער האט געקראכט אין די האדסאן ריווער.

ק.נ.א. האט אראפגעשיקט א ריפארטער, מיר וועלן אפדעטן דעם עולם, אזוי ווי מיר באקומען א באריכט.

וויכי, ק.נ.א.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:46 pm
דורך איך_הער
אין האדסען ריווער, ביי וועסט 42 סטריט. א פליגער, מיט ארום 60-70 מענטשן דערויף. א פילע מאבעליזאציע פון אלע הילף'ס אגענטורן זענען אויפן וועג.

מער נייעס וועט נאכקומען, ווען מ'וועט וויסן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:47 pm
דורך קענסט מיך?
אידן?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:48 pm
דורך איך_הער
נאכנישט דא קיין דיטעילס.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:52 pm
דורך קענסט מיך?
דא האט איר א בילד...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:52 pm
דורך וויכטיג מאכער
דא קען מען מיטהאלטן לייוו...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:53 pm
דורך צייטליך
צייטליך איז יעצט אויפן וועג פארנומען מיט מעכאניקער וויאזוי אראפצונעמען דעם שלאס וואס האט פארשפארט CNN...

מער פרטים אין עטליכע מינוט..

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:53 pm
דורך איך_הער
די פליגער אז געווען א קליינע קאמערשל פליגער, און פאר ארום 60-70 מענטשן, אבער יעצט איז ריפארטעט, אז ס'איז געווען דערויף, 146 פעסענזשער'ס, מיט 5 פליגער איינגעשטעלטע.

און ס'איז ביי וועסט 34 סטריט.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 3:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט אריין, די פליגער איז שוין ליידיג פון מענטשען...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:00 pm
דורך קענסט מיך?
מען שלעפט יעצט די פליגער צו די יבשה מיט די הילף פון עטליכע שיפן

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:01 pm
דורך לעווי
קענסט מיך? האט געשריבן:אידן?


מען שאצט אז עס איז געווען כאטש איין איד, מען האט געטראפן א הויזן מיט א שליסל האלטער און דריי סעלפאונס הענגן פון די פאסיק שווימען אויף די וואסער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויך דא קען מען זעהן...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:03 pm
דורך וויכטיג מאכער
לעווי האט געשריבן:
קענסט מיך? האט געשריבן:אידן?


מען שאצט אז עס איז געווען כאטש איין איד, מען האט געטראפן א הויזן מיט א שליסל האלטער און דריי סעלפאונס הענגן פון די פאסיק שווימען אויף די וואסער.


לעווי, זאג זיי אז ס'איז מיינס...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:04 pm
דורך איזאק
151 people were on board

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:05 pm
דורך צייטליך
די פליגער איז שוין ליידיג פון מענשטן. לויט די פאליציי.

עס גייען יעצט אריין נאך דייווער'ס אין וואסערצו זיכן פאר מעגליכעדערטרנקענע מענטשן אין וואסער.

עס איז א יו.עס. עירוועיס, פלייט נומער 1549, עס האט זיך אפגעהויבן פון לעגווארידע עיר-פארט עטליכע מינוט נאך דריי אזייגער מיט 146 פאסענדזשירן אויפן פליגער. מיט נאך 5 אבייטער דערויף.

ס'אז דערווייל נישטא קיין באריכטן איבער זייער צושטאנד.

לויט באריכטן האט עס פאסירט דורך פויגל וואס זענען אריינגעפלויגן ביים מאטאר פונעם ערעפלאן.

לויט ווי א NYPD הייוועי פאליציי האט באריכטעט. האט ער אריינגעריפן ווען ער האט געזעהן דעם פליגער אין די לופט אינטער פייער.

מער בארוכטן ווען מיר וועלן האבן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:11 pm
דורך איזאק
all the people that got out are fine, they assume that everyone is out

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:12 pm
דורך קענסט מיך?
צייטליך האט געשריבן:די פליגער איז שוין ליידיג פון מענשטן. לויט די פאליציי.

עס גייען יעצט אריין נאך דייווער'ס אין וואסערצו זיכן פאר מעגליכעדערטרנקענע מענטשן אין וואסער.

עס איז א יו.עס. עירוועיס, פלייט נומער 1549, עס האט זיך אפגעהויבן פון לעגווארידע עיר-פארט עטליכע מינוט נאך דריי אזייגער מיט 146 פאסענדזשירן אויפן פליגער. מיט נאך 5 אבייטער דערויף.

ס'אז דערווייל נישטא קיין באריכטן איבער זייער צושטאנד.

לויט באריכטן האט עס פאסירט דורך פויגל וואס זענען אריינגעפלויגן ביים מאטאר פונעם ערעפלאן.

לויט ווי א NYPD הייוועי פאליציי האט באריכטעט. האט ער אריינגעריפן ווען ער האט געזעהן דעם פליגער אין די לופט אינטער פייער.

מער בארוכטן ווען מיר וועלן האבן.

וויאזוי קען מען יעצט שווימען אין אזעלכע קאלטע וואסערן?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:16 pm
דורך איזאק
Wow,what a job the rescue people did in such a short amount of time, they got them all out, all of them are out

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:16 pm
דורך דארפסמאן
באריכטערט פון צייטליך און אישית א בילד ווי מען שלעפ עס ארויס ב"ה אן קיין געשעדיגטע

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:17 pm
דורך דארפסמאן
או ראטעוועט די שיף איז שוין כמעט נישט דא ער זינקט און זינקט

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:19 pm
דורך דארפסמאן
קענסט מיך? האט געשריבן:וויאזוי קען מען יעצט שווימען אין אזעלכע קאלטע וואסערן?


די טעמפיטשער און די וואסער איז 41 F. עכ"פ אזוי זאגען זיי

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:20 pm
דורך צייטליך
דער שמש פון מיין שוהל איז יעצט אהינגעפארן מנדב זיין דאס שלאק פון די ביהמ"ד סוכה צוצידען די פעקלעך אז ס'זאל נישט נאס ווערן..

אבער ער האט שוין קאטעגאריש אפגעווארפן א אינטערוויו, זאגענדיג "איך קען נישט אלעס זאגן, זיי לאזן נישט ארויסגעבן"..

מיר פראבירן נאך א צווייט מאל, אפשר וועט עס געלונגען.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:25 pm
דורך אלטעבחורל
באמבע נייעס דאס, עס איז געווען פויגלען? איך האב מורא אז עפעס א שווארצער דארט אין די זייט האט אזוי אפגעמאכט. מארגן וועט שוין ארויסקומען די ריכטיגע...

איין זאך איז זיכער שטייען זיי דארט מיט נאסע קאלטע קליידער, הא? ווויאזוי שפורט זיך דא? אין אז שיינעם וועטער ווי היינט?

צייטליך ברענג נייעס, דער שלאק זאל א צווייטער פארזארגן, גיי בעט סעגעדין הארדווער זאל מנדב זיין.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז אריינגעקומען די ביטערע בשורה אז אונזער קארעספאנדעט קרעמער האט דעפעקטירט, ער ארבעט שוין נישט פאר ק.נ.א. מער, ער איז אריבער צו סי בי עס.

Passengers were being treated for hypothermia and shock, according to CBS 2's Marcia Kramer.

According to Kramer, survivors told her that about two minutes after takeoff, a loud "boom" was heard and the plane began descending. She reported seeing a flight attendant being taken away on a stretcher, though she said it appeared that was among the more serious injuries

אבער זארג'טס ענק נישט, אונזער קארעספאנדענט צייטליך וועט אונז ווייטער שיקן אפדעיטס...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:35 pm
דורך לעווי
אונזער קרעמער הייסט דאך 'קאסמא' אויפן ערשטע נאמען, פילייכט איז דער מארסיא זיין רעביצן.