ברעיקינג: פליגער קראכט אין האדסאן ריווער.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 19, 2009 10:33 am

טענקס מיללער פאר די פרייליכע נייעס.

עס קומט אום די כבוד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 19, 2009 11:04 am

פולע דאנקן פאר אלע רעפארטארירער און ספעציעל פאר צייטליך פאר די רעפארטאזשן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שניאור אייזיקאוויטש
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 8:34 am

תגובהדורך שניאור אייזיקאוויטש » מאנטאג ינואר 19, 2009 12:06 pm

יעדער רימט אויס דעם פילאט וואסערע גוטע דזשאב ער האט געמאכט!

איך פארשטיי נישט, חוטא נשכר? ער קראכט אריין אין אפאר אומשולדיגע פייגלעך און ער הייסט נאך א גוטער פילאט? ער האט זיי נישט געקענט אויסמיידן?

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מאנטאג ינואר 19, 2009 12:15 pm

שניאור, דער עיקר קומט מען אים אויס אז ער האט ערלעדיגט נאך אפאר פייגלעך...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 19, 2009 12:18 pm

ווי איך הער וועט ער באקומען צוגעטיילט ביים איינשווערונגס צערעמאניע פויגל-מילך וואס מען האט צוזאמגעקליבן פון די לינקע מאטאר (די רעכטע איז דערווייל טמיר ונעלם, מעגליך אז די צער בעלי חיים גרופע באהאלטן עס כדי נישט צו דערוועקן בייזע געפילן ביי די מאסן).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 19, 2009 11:45 pm

אפדעיט מאנטאג נאכט וארא

די אנגייענדע אויספארשונג איבער פלייט 1549 האט אויפגעברענגט זארג איבער א טיילווייזע פארנאכלעסיגקייט מצד די רינגען פון US עירוועיס וואס האט פארפיגט אויף דעם עראפלאן.

עס ווערט באריכטעט דורך דריי אויסגעפרעגטע פאסאזשירן וואס זענען אפגעפלויגן מיט א US עירוועיס אום דינסטאג יונואר 13 אויך אונטער פלייט 1549 פון לא-גווארדיע אז אינמיטן די לופט זייענדיג 20 מינוט נאכן ארויספליען האט זיך עטליכע מאל געהערט גאר הויכע זעצעס פונעם ענזשין, וואס האט שטארק אויפגעטרייסלט די פאסאזשירן, וועלכע האבן געווארפן איינער צום אנדערן לעצטע בליקן..

סטיוו זשעפרי פון שארלעט נ.ק. האט איבערגעגעבן פאר ק.נ.א. אין א טעלעפאנישע אינטערוויאו "עס האט אויסגעזען ווי די פליגן ברעכט זיך אפ. אזוינע הויכע קולות האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט, טראץ דעם וואס איך פלי ארום 50-60 מאל א יאר, אבער דאס איז געווען עכט שרעקעוודיג".

זשעפרי איז געפארן מיט יו עס עירוועיס פלייט 1549 דינסטאג פון לא-גווארדיע צו שארלעט אינאיינעם מיט זיין ביזנעס שותף. ער האט זיך געוואנדן צו זיין שותף זאגנדיג ער האפט ער האט אלעס ערלעדיגט אינדערהיים מיט לייף אינשורענס אד"ג ווייל עס זעהט אויס זייער נישט גוט.

די מאנשאפט האט אנגעהויבן ארומצולויפן פארזארגט זאגנדיג אז מען מאכט שוין אן עמערזשענסי לאנדונג אינעם נאנסטן עירפארט. זשעפרי פארציילט אז די לאנדונג איז קיינמאל נישט פארגעקומען, אנשטאט איז דער פילאט אויפגעקומען אויפן מיקראפאון ארום 10 מינוט שפעטער בארואיגנדיג די פאסאזשירן אז די טורבינע האט געקלאפט צוליב א מאנגל אין קאמפרעסטע לופט "עס איז נישט אזוי אפט אבער אויך נישט אבנארמאל" האט דער פילאט ערקלערט.

זשעפרי פרובירט זיך צו דערמאנען "איך האב דאן געטעקסט מיין ווייב אז עפעס פאני קומט פאר אויפן עראפלאן מען גייט יעצט מאכן אן עמערזשענסי לאנדונג און איך וועל דיך שפעטער רופן".

אן אנדערער פאסאזשיר פון דעם דינסטאג'דיגן פלייט זשאן האבאק האט באריכטעט אייניג איבער אומגעווענליכע זעצעס אינעם עראפלאן און פונקען אינעם ענזשין. "די מאנשאפט האט אנאנסירט אז מיר מאכן אן עמערזשענסי לאנדונג אבער דער פילאט האט געמאלדן נאך אפאר מינוט אז עס איז בלויז די קאמפרעססאר סטאאלס אינעם טורבין און מיר פארן ווייטער".

לויט ווי א פריוואטע אויספארשונג גרופע פון אלינאוי איבער פלי געצייג איז קלאר געווארן אז דער זעלבער פלי-שיף פון יו עס עירוועיס באצייכענט מיט די סיריעל N106US איז ארויסגעפלויגן סיי דינסטאג און סיי דאנערשטאג פון לא-גווארדיע צו שארלעט אונטערן זעלבן פלייט נומער 1549. כאטש יו עס עירוועיס האט אין אנהויב נישט געוואלט קאמענטירן איבער די אנפראגע, זיי האבן בלויז געזאגט אז מען וועט איבערקוקן די מעינטענענס רעקארדס וואס ווערן געהאלטן. און זשעפרי פארציילט אז US עירוועיס האט זיך היינט מאנטאג מודה געווען צו אים אז די פליגערס זענען געווען די זעלבע.
די פראבלעמען וואס האבן איר געטראפן אין די דינסטאג'דיגע רייזע וואלט געדארפט פירן צו א גרינטליכע אונטערזיכונג ביי די טורבינען, וואס איז למעשה נישט פארגעקומען.

א טורבין ענזשין באשטייט פון עטליכע הויפט באשטאנדטיילן וואס ערמעגליכן איר צו פליען. א פען, א קאמפרעססאר, א קאמבאסשען, א מאטאר, א טורבין און א עקזהאסט. אויב עס אנטוויקלט זיך אן אבנארמאלע ערשיינונג, צי פון א געגענשטאנד וואס קומט אריין אנשטאט לופט קען די קאמפרעסאר בלעידס שאפן א סטאאָל וואס לאזט נישט לופט געהעריג דורכגיין דעם קאמפרעסאר און דערנאך ארויסגיין פון די אנדערע זייט. דאס ברענגט אז די מאס לופט וואס ווערט אריינגעצויגן דארף זיך ספראווען מיט צופיל לופט וואס די קאמפרעסאר האט נאכנישט איבערגענומען און קען צעברעכן דעם ענזשין.

לויט עקספערטן איז א קאמפרעסאר סטאאל נישט קיין פראבלעם, עס קען פארראכטן ווערן דורך בלויז ריסטארטן דעם ענזשין.
אין דעם פאל איז מעגליך אז געגענשטאנדן זענען שוין געווען אינעם ענזשין בעפאר, און דאס האט געפירט דאנערשטאג צו פארלירן טאטאל קראפט אין ביידע ענזשינס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 20, 2009 12:40 am

יישר כוח שוועמל פאר די הערליכע ארבעט, נישט נאר די, נאר דא שרייב איך באדאנק איך זיך אויך.

וואס איז דער פראבלעם מיט דעם, כ'פארשטיי פשוט נישט.
שוועמל האט געשריבן:לויט ווי א פריוואטע אויספארשונג גרופע פון אלינאוי איבער פלי געצייג איז קלאר געווארן אז דער זעלבער פלי-שיף פון יו עס עירוועיס באצייכענט מיט די סיריעל N106US איז ארויסגעפלויגן סיי דינסטאג און סיי דאנערשטאג פון לא-גווארדיע צו שארלעט אונטערן זעלבן פלייט נומער 1549. כאטש יו עס עירוועיס האט אין אנהויב נישט געוואלט קאמענטירן איבער די אנפראגע, זיי האבן בלויז געזאגט אז מען וועט איבערקוקן די מעינטענענס רעקארדס וואס ווערן געהאלטן. און זשעפרי פארציילט אז US עירוועיס האט זיך היינט מאנטאג מודה געווען צו אים אז די פליגערס זענען געווען די זעלבע.
די פראבלעמען וואס האבן איר געטראפן אין די דינסטאג'דיגע רייזע וואלט געדארפט פירן צו א גרינטליכע אונטערזיכונג ביי די טורבינען, וואס איז למעשה נישט פארגעקומען.

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג ינואר 20, 2009 8:57 am

שכוח שוועמל. הערליכע ארבייט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 20, 2009 10:31 am

שוועמל טענק יו.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך ינואר 21, 2009 11:53 am

יאנאש האט געשריבן:שוועמל טענק יו.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג ינואר 29, 2009 10:32 am

איך האב דאס באקומען אין אימעיל.


פארדעם לוינט זיך צו האבן געלט און זיצן אין ערשטע קלאס!!!


.
צוגעלייגטע
file000.gif
file000.gif (66.38 KiB) געזעהן 2341 מאל
file001.gif
file001.gif (74.86 KiB) געזעהן 2341 מאל
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דאנארשטאג ינואר 29, 2009 12:05 pm

לעווי גוט!!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג ינואר 29, 2009 12:09 pm

עס איז נישט אינגאנצן אזוי. די פירסט קלעסס האט נישט גורם געווען די קראך. די בענקערס האבן יא.....
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג ינואר 29, 2009 12:10 pm

ווען זיי ווייזן בענקערס איז ממש אזוי אין די זין פון די ווארט. עס זענען געווען 2ם גרויסע קנאקערס פון בענק אוו אמעריקא אויפן עראפלאן.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג ינואר 29, 2009 12:14 pm

בענק אוו אמעריקא האט נישט קיין פריוואטע פליגערס?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 12:45 pm

http://www.yahoo.com/s/1026242


די טעיפס פון די שמועס צווישן די פיילעט און די קאנטראל טאוער גלייך פארן לאנדען.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 12:50 pm

ווי אזוי וואלט איר זיך אן עצה געגעבן אינעם פילאט'ס זיץ?
וואלט איר אויך געווארן א HERO?

פרובירט אויס אייער פעאיגקייט דא:
www.atom.com/fun_games/tocci_double_bird_strike/

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 12:55 pm

YOUR ACCESS HAS BEEN DENIED

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 12:57 pm

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 1:01 pm


אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 1:41 pm

זעיער אינטערסאנט, ער רעדט מיט אזא רואיגקייט.

דזשעי נעט לאזט מיר אבער נישט אויספרובירן אינעם באנקירער'ס לינק אויב איך קען לאנדן א פליגער אינעם וואסער.

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » זונטאג פאברואר 08, 2009 2:16 am


אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג פאברואר 10, 2009 1:45 pm

א פולע אינטערוואוי מיט סולענבערגער
http://www.wcbs880.com/-Sully--Describe ... es/3811148
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מיטוואך פאברואר 11, 2009 3:07 pm

אין די היינטיגע וועלט טוען מיר אנקאנטערן טראגעדיא גאנץ אפט.

די קונץ איז צו ארויסנעמען די קאמעדיא פון די טראגעדיא.

וי אזוי טוט מען דאס?



מען שוקט די פיילאטס פון די געקראכטע פליגער צו דוד לעדערמאן

(מען זעהט אויך פרויען)
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 11, 2009 3:35 pm

יישר.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אהרן הלוי, בעל דמיון, וואס קען שוין זיין, יודל קליין, יש ברירה, פאר וואס נישט, ר' יום טוב, רינדעכיג, רעסטאראנט און 68 געסט