בלאט 3 פון 6

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 11:22 pm
דורך אלחנן
זייפלעך גיט מען שוין לאנג נישט, אבער ס'אגוט ווארט

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 11:40 pm
דורך קרעמער
DotCom האט געשריבן:
קענסט מיך? האט געשריבן:אידן?


לויט באריכטן איז געווען עטליעסט 1 איד ווייל עטליכע זייפלעך מיט העדפאון'ס פעלן.

;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2009 11:50 pm
דורך אלחנן
איך ווייס נישט ווי אמת דאס איז, אבער איינער שרייבט און YNET

אז (איינער פון) די פיילעט פינעם פליגער איז געווען א איד, מיטן נאמען 'נועם'

און ער ארבעט ביי די ערליין שוין 2 יאר.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2009 1:12 am
דורך יאנאש
וואס איך האב דא צאמגעלאכט, יוי איז א שרעק.

צייטליך, דיין בילד אויפן צווייטן פעידש איז ווערט קעש, אן אנריעל בילד וואס וועט בלייבן אין מיין זכרון פאר אפאר טאג זיכער אויב נישט מיין גאנץ לעבן.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2009 9:49 am
דורך מיללער
היימישע אידן שטייען און וואונדערען זיך "איז דען דאס דער ערשטער קומזיץ אויפן האדסאן?'

געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2009 1:03 pm
דורך שוועמל
יאנאש האט געשריבן:וואס איך האב דא צאמגעלאכט, יוי איז א שרעק.

צייטליך, דיין בילד אויפן צווייטן פעידש איז ווערט קעש, אן אנריעל בילד וואס וועט בלייבן אין מיין זכרון פאר אפאר טאג זיכער אויב נישט מיין גאנץ לעבן.

וועלכע בילד איז אנריעל?

געשריבן: פרייטאג יאנואר 16, 2009 1:55 pm
דורך צוביילטער
אה, די סי.איי.עי. איז שוין געקומען פארשן די בילדער ביי ק.נ.א., רבותי, געט אכט וואס איר שרייבט.

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 17, 2009 9:51 pm
דורך קענסט מיך?
לענ"ד איז דער קעפל פון אשכול נישט פאסיג, ער האט דאך למעשה נישט געקראכט...

צ"ל "פליגער לאנדעט אין האדסאן ריווער"

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 17, 2009 10:27 pm
דורך שוועמל
3:27 PM
פאלגענד איז א שמועס צווישן דער העלדישער פילאט סאללי סולענבערגער און דער קאנטראל טורעם אין לא גווארדיע דאנערשטיג נאכמיטאג אנדערהאלבן מינוט נאכן אפפליען.

פילאט: דעס איז קאקטוס 1549, אנטפאנגען פייגלעך, פארלוירן קראפט אין ביידע מאטארן, מיר קומען שוין צוריק.
קאנטראלער: מיר מאכן פריי איין ראנוועי, האלט אן.
פילאט: מיר מאכן עס נישט צוריק, איך גיי קיין האדסאן ריווער.
קאנטראלער: ווילסט פרובירן אין זשערסי, 6 מייל מערב?
פילאט: אוממעגלך, איך וועל זיין אין האדסאן.

איין רופער פון דער בראנקס אויף 199'סטע סטריט האט אריינגערופן היסטעריש די פאליציי אום 3:29 זעענדיג אן עראפלאן מיט פלאמען אין איין ענזשין,
רופער: "אוי מיין גאט, עס איז א גרויסער פליגער ער ברענט און פליט אראפ צום האדסאן".
דיספעטשער: קענסט דערקענען וואסערע פליגער ס'יז, און וואו שטייסטו פוקנטליך?
רופער: איך בין אויף 199 ביים וואסער, איך הער יעצט א הויכע בוווום, אוי מיין גאט.
דיספעטשער: אקעי, איך שיק שוין יעדן איינעם אהין.

אן אנדער רופער וואס האט געהאט א ווידיאו קאמערע און אפגעכאפט די פליגער ווי זי פארט אריין אינעם ריווער פון די מאנהעטן זייט אויף די 40'סטע גאס צו מערב האט גערופן הילף בערך 3:32.
"איך האב יעצט געזען א גרויס US AIR אריינקראכן אין ריווער, אוי מיין גאש."

אין דעם קליפ אפגעכאפט פון א סעקיוריטי קאמערע אין ניו זשערסי ווערט געזען ווי איינער פאלט אריין אין וואסער און די פאסאזשירן שלעפן אים גלייך ארויס.

די אויטאריטעטן האבן צוגעבינדן דעם פליגער צו גרויסע בארזשעס און עס צוגעשלעפט צום בארטן פון וואו מען ארבעט עס ארויסצושלעפן און אפפירן פאר אויספארשונג. עטליכע חפצים זענען געפונען געווארן דערווייל, ווי רענצלעך און אנדערע באשטאנדטיילן. דער לינקער ענזשין איז אפגעבראכן געווארן פונעם עראפלאן און דערווייל נאכנישט געפונען געווארן.

דער פליגער וועלכער וועגט אריגינעל ארום 75 טאן, איז אין איר יעצטיגן מצב גאר שווער מיט א געשאצטע 500 טאן פון וואג צוליב די וואסערן אין איר. דער ארויסשלעפ פראצעדור גייט צו זייער פאמעליך כדי צו ערלויבן די וואסערן זאלן זיך אויסשעפן פון איר, ווי אויך צוליב די פראסטיגע טעפעראטורן און די אייזיגע וואסער.



קוקט די בילדער פון אונטן ארויף.

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 17, 2009 10:39 pm
דורך קרעמער
א ריזיגן יישר כח פאר די הערליכע באריכט.

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 17, 2009 11:03 pm
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח רב שוועמל -פאר די באריכט, אזוי אויך די שמועס פון די פילאט מיטן קאנטראל טורעם און - ווי אלעמאל - נאכפאלגענד מיט די גוטע בילדער ספעציעל אפגעכאפט און געברענגט דורך ק.נ.א.

כה לחי!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 17, 2009 11:04 pm
דורך איך_הער
שוועמל, א גרויסן יישר כח.

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 1:04 am
דורך DotCom
זייער שיין באשריבן שוועמל, שקויעך.

איך האב אויסגעהערט די 911 קאל'ס, עס געפעלט מיר זי פרעגט אים אויס פונקטליך ווי ער שטייט, 199ST אין בראנקס קראסינג... נאמען... סייז פונעם פלעין... און זי זאגט אים יא, זי שיקט שוין אהין אלעס... EVERYTHING, שטיי נאר דארט...ווארט אויף יעדעם, בהמה וואס זי איז, האט זי נישט געהערט ווי ער זאגט אז עס גייט אריין אינעם האדסאן? איך האף נאר אז קיינער איז נישט טאקע אהינגעגאנגען.

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 2:54 pm
דורך צייטליך
אפדעיט: זונטאג פר' וארא מיטאג צייט.

ערעפלאן ענדליך ארויסגשלעפט פון וואסער.

ניו יארק - שלעפער עקסטפערטן האבן ענדליך די נאכט סוקסעספל ארויפגעברענגט דעם יו.עס. עירוועיס פליגער פון וואסער נאכדעם וואס פארגאנגענע וואך דארנעשטאג נאכמיטאג האט עס געלאנדעט אינעם האדסאן ריווער, נאכן פארלירן ביידע מטארן פון א אנגעבליכע פייגל אינוואזיע.

אויספארשער האבן צום ערשט ארויסגענומען דעם שווארצן באקס (באקאנט אלס "בלעק באקס") וואס איז געווען אנגעפילט מיט פרישע וואסער און דאס אפגעשיקט קיין וואשינגטאן צו פעדעראלע אויספארשער פאר אינטערזיכונג.

אינטערסאנט איז אז א גרויס חלק פון פליגער איז געבליבן גאנץ און אומבארירט, מער ווייניגער די אויבערשטע העלפט וואס קוקט אויס ווי עס איז גרייט יעצט אפציפליען.

די אונטערשטע חלק איז אין קאנטראסט אינגאנצן אנדערש, גרויסע אייזערנע חלקים פונעם פליגער פעלן, די רעכטע זייט מאטאר איז נעלם געווארן אין וואסער אא"וו.

נאך א טאג ווארטן האט זיך די שלעפ פראצעדור פריש אנגעפאנגען און נאך עטליכע שעה איז דאס געווען אין די לופטן, אויספארשער האבן גלייך ארומגענימען דעם פליגער און אנגעפאנגען איבערציקוקן אלעס, אן אמערדזשענסי גליטשער הענגט נאך פון איין זייט, איין טיר איז געליבן אפען און עס הענגט צו דער זייט, מ'קען אריינזעהן עטליכע באגאדזשן ליגן אין זייער אפטיילונג און אויף עטליכע פלעצער איז פשוט נישטא מער קיין פנים פון א פליגער.

די סיבה פארוואס עס האט גענומען אביסל לענגער ווי געפלאנט איז וויבאלד דער ערעפלאן האט געוואויגען פיל מער ווי געווענטליך, א געשאצטע מיליאון פונט, דייווער האבן דעריבער ארומגענימען דעם ערעפלאן און געמאכט אינטערן וואסער לעכער פון אלע זייטן אז די ווואסער זאל צוביסלעך ארויסגיין בשעת'ן אויפהייבן.

דער ערעפלאן וועט יעצט אפגעפירט ווערן צו אומ-אינדיפעצירטן ארט פאר ווייטערדיגע אויספארשונג.

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 3:02 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח צייטליך זייער שיין אראפגעלייגט מיט בילדער "געוואלדיג"

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 3:45 pm
דורך שוועמל
שכוח צייטליך;

דא איז דא מער בילדער, זייט אייך מהנה
http://kontain.com/stevo/#entries/entry/11607

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 3:55 pm
דורך בונדאש
יישר כח פאר אלע רעפארטערס דא, וואס האבן אזוי שיין אראפגעברענגט די נייעס.
נאכדערצו מיט דזשאוקס.

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 5:12 pm
דורך צוביילטער
צום ערשט א יישר כח פאר די באריכטער.

קען מען ערגעץ זעהן בילדער אדער א קליפ פון בשעת דער פליגער לאנדעט?

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 6:16 pm
דורך מיללער
טענקס אלל ק.נ.א רעפארטערס פאר די קאנטיניועס אפדעיטס, טיימלי ענד מאש-רום, עז אללוועיס יו גייס אר גר8.

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 6:26 pm
דורך אלחנן
צייטליך און שוועמל, שכויח פאר די שיינע בילדער..

ק.נ.א. האט געעפענט א ענגלישע סניף מיטן נאמען K.N.A.i

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 6:46 pm
דורך קרעמער
צוביילטער האט געשריבן:צום ערשט א יישר כח פאר די באריכטער.

קען מען ערגעץ זעהן בילדער אדער א קליפ פון בשעת דער פליגער לאנדעט?

אויף די CNN לינק אינמיטן שוועמל'ס לענגערע תגובה אנהייב פון דעם בלעטל קען מען זעהן עטליכע קליפס פונעם לאנדן גופא.

געשריבן: זונטאג יאנואר 18, 2009 7:00 pm
דורך צוביילטער
יישר כח קרעמער, יישר כח שוועמל.

זייער אינטערסאנט.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2009 10:13 am
דורך מיללער
דער פיילאט מר. סאליבסורי און די מאנשאפט אויפן פליגער, זענען געלאדנט געווארן דורך פרעזידענט-ערוויילט באראק א-באמא צו די איינשווערונג פייערונגען מארגן אינעם הויפטשטאט וואשינגטאן דע. צע.

עס ווערט ערווארט פאר זיי א מכובד'יגער ארט מיט ספעציעלע סערוויסעס פאר זייער העראישקייט פאריגע וואך ביים אימערווארטעטן עראפלאן פאל/קראך אינעם האדסאן-טייך.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2009 10:33 am
דורך צייטליך
טענקס מיללער פאר די פרייליכע נייעס.

עס קומט אום די כבוד.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 19, 2009 11:04 am
דורך farshlufen
פולע דאנקן פאר אלע רעפארטארירער און ספעציעל פאר צייטליך פאר די רעפארטאזשן.