בלאט 2 פון 6

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:38 pm
דורך צייטליך
מ'קען זעהן געשטראנדעטע פאסענדזשירן שטיין אויפן פליגער און ווארטן צו ווערן געראטעוועט.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:44 pm
דורך צייטליך
האט נישט קיין מורא, ווי לעווי זאגט שוין, דאס איז זיכער נישט אינזער קרעמער, קען זיין רעבעצין אדער א קרובה.

ס'איז אינזער האפענונג אז מיר וועלן היינט - לכבוד דעם געשעהניש - האבן א ספעציעלער פולער באריכט פון קרעמער, דער וועטעראן באריכטער און שריפשטעלער, טאן שטעלער און מייסד פון די פרעסטישטפולער ק.נ.א. נייעס פירמע.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
און נאמען פון די שטאטישע באאמטע בעט מען אז יעדער זאל זיך רוקן אין א זייט, נישט שטערן די ארבעט.

האלאו! שטייניש דא! רוקדעך...

דו בחור, קום אהער, אפשר געסטע א האנט? דו זעהסט נישט ווי די שיף מיטשעצעך?

טוהדעך אן באצעס און הייטא! געגאנען!

שלעפ מער אהין! אזוי...

פייוו טרי... קאם אין, פייוו טרי קאם אין...

אזוי ווי ס'רוקצעך אונטער א שווערע וועטער, קענעך נישט ווייטער באריכטן, העמער מוזן ווארטן צו הערן פון אנדערע ריפארטער'ס, וואס האבן א שירעם מיט זיך...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:48 pm
דורך צייטליך
א הערליכער... בילד, מ'זעהט מאנהעטן פון הינטן.

מענטשן שטייען ביים עמערדזשענסי ארויסגאנג אויפן אויפגעבלאזענער רעטונגס גליטשער און ווארטן צו ווערן אויפגעלאדענט אויף שיפן.

אנדערע שטיין אויפן פליגעל און ווארטן אויף זייער רייע.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:50 pm
דורך וויכטיג מאכער
צייטליך האט געשריבן:האט נישט קיין מורא, ווי לעווי זאגט שוין, דאס איז זיכער נישט אינזער קרעמער, קען זיין רעבעצין אדער א קרובה.

ס'איז אינזער האפענונג אז מיר וועלן היינט - לכבוד דעם געשעהניש - האבן א ספעציעלער פולער באריכט פון קרעמער, דער וועטעראן באריכטער און שריפשטעלער, טאן שטעלער און מייסד פון די פרעסטישטפולער ק.נ.א. נייעס פירמע.

יא! יעצט קאמפירמד, די שרעק איז געווען איבעריג....

מרס קרעמער פון סי בי עס. האט יעצט גערעדט לייוו, ס'איז נישט אונזער קרעמער, או נאו...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:55 pm
דורך וויכטיג מאכער
האומלענד סעקיורעטי, און די עף בי איי, האבן יעצט געזאגט פאר א ק.נ.א. ריפארטער, אז טעראריזם איז אויסגעשלאסן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:57 pm
דורך קענסט מיך?
שטאטישע באאמטע געבן איבער, אז דאס איז געווען א פראבע צו מ'קען נוצן די האדסאן ריווער אלס לופטפעלד אין פאל קענעדי און לאגווארדיע וועלן זיין איבערגעפילט.

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער טעסט געלונגען... מער פרטים וועלן נאכפאלגן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 4:58 pm
דורך וויכטיג מאכער
יו עס ערוועיס וועט געבן א פרעסס קאנפרענס, אין די נעקסטע פאר מינוט, דעטאלן פון די פרעסס קאנפרענס וועלן נאכפאלגן...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:00 pm
דורך join us
די פיקטשער אן צו קוקן איז שרעקעדיג

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:04 pm
דורך צייטליך
נעכטן נאכמיטאג האט א פרוי געגעבן א ברויט'ל פאר א פייגל צו עסן, אלץ דאנקבארקייט האט די פויגל געזאגט פארן פרוי אז זי זאל נישט פליען דארנעשטאג מיט א פליגער...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:05 pm
דורך 3x0
יישר כח פאר אלע נייעס נייעס ווערטלעך ברענגער.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:06 pm
דורך מיללער
מארשא קרעמער ארבעט פאר זעה. בי. עס. נאר פארט טיים, רוב צייט ארבעט זי פאר קנ"א איר ברודער-נייעס אגענטור וועלכע האט נישט קיין שייכות צו בי. עס. קיין כי הוא זה.

יישר-כח אייך אלע פאר די באריכטען, למעשה זענען געווען עפאס פארוואונדעטע אדער פאטאליטעטן רח"ל?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:15 pm
דורך צייטליך
מיללער האט געשריבן:יישר-כח אייך אלע פאר די באריכטען, למעשה זענען געווען עפאס פארוואונדעטע אדער פאטאליטעטן רח"ל?



לויט יעצטיגע באריכטען זענען נישטא קיין פאטאליטעטן, ניטאמאל קיין ערנסט פארווינדעטע, נאר לייכט פארווינדעטע.


אזויווי עס קומען יעצט ארויס וויצן ווי שוועמל נאכן פארלירן.. וועלמיר צולייגן נאך איינס.

בין לאדין האט יעצט געמאלדן אין א פריש ארויסגעקומענע טעיפ (ער האט שוין כמעט מער ווי משה גאלדמאן..) אז ער נעמט פאראנטווערטליכקייט פארן טרענירן די פייגלעך אראפצוברענגען דעם פליגער..

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:21 pm
דורך קענסט מיך?
צייטליך האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר-כח אייך אלע פאר די באריכטען, למעשה זענען געווען עפאס פארוואונדעטע אדער פאטאליטעטן רח"ל?



לויט יעצטיגע באריכטען זענען נישטא קיין פאטאליטעטן, ניטאמאל קיין ערנסט פארווינדעטע, נאר לייכט פארווינדעטע.


אזויווי עס קומען יעצט ארויס וויצן ווי שוועמל נאכן פארלירן.. וועלמיר צולייגן נאך איינס.

בין לאדין האט יעצט געמאלדן אין א פריש ארויסגעקומענע טעיפ (ער האט שוין כמעט מער ווי משה גאלדמאן..) אז ער נעמט פאראנטווערטליכקייט פארן טרענירן די פייגלעך אראפצוברענגען דעם פליגער..

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:27 pm
דורך פויער
יישר כח פאר אלע אפדעיטס און ווערטלעך ;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
צייטליך נעם דיר נאך אפאר פון די וואס קענסט מיך האטיר געגעבן!

לויט די "סי אי או" פון יו עס ערוועיס, זענען געווען 150 פאסאנדזשירען אויפן עראפלאן, אריינגערעכנט 5 מאנטשאפט, און יעדער איז געראטעוועט געווארן.

אויך האטער געבעטן אז מ'זאל נישט מאכן קיין פריצייטיגע באשלוס'ן וואס ס'האט צוגעברענגט די קראך, נאר מ'זאלעס איבערלאזן פאר (וויכי, און די ק.נ.א., אבער פאר די פאבליק זאגט מען אז מ'זאלעס איבערלאזן פאר) די "עפ עי עי", און זיי וועלן עס אויספארשן.....

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 5:51 pm
דורך אלטעבחורל
מאנכע גיבן איבער אז די ציבור זיצענדיג אויפן פליגל האבון געווארפן שניי-באָליס צו די איבריגע מחנה אויפן טאאָפ.

וואס איז יעצט? טאָטעל איז אזוי: די מענשטן זענען געראטעוועט, מען ווארעמט זיך פון די קעלט - אלעס איז אויף די יבשה, אויסער די פעקלעך... א חלק נאר.
די פליגער איז צוגעשלעפט צום פארט, מען וועט אויספארקויפן ביז א וואך צוויי שטקלעך דערפון.

וואס איז זיכער איז זיכער אז "יו עס עירוועיס" האט דערלייגט א פליגער! אין די מענטשען פונעם פלייט זענען דא געבליבן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 6:40 pm
דורך קענסט מיך?
מען קען הערן אויף קול מבשר, באריכטן. (נומ' 3)

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 7:20 pm
דורך דארפסמאן
די מענטשן האבען שאדען זייערע פעקלעך ?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 7:20 pm
דורך שוועמל
צייטליך מיין קאלעגע;

א דאנק פארן מיך איבערנעמען מיט די באריכטן, אבער מיט די ווערטלעך האסטו מיך איבערגעשטיגן ..... !!!!!
סארי איך בין געווען פארלוירן... זיך ענדליך אפגעפונען.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 7:42 pm
דורך קרעמער
ב"ה אז מען קען זיך ערלויבן צו מאכן ווערטלעך, אפגעקומען בלויז מיט אן עראפלאן און אפאר נאסע וועש.

בעוה"ר וועט נישט קומען קיין קרעמער באריכט, צוליב די שווערע עקאנאמיע ביי ק.נ.א....

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 7:49 pm
דורך קרעמער
יעצט געפונען א חסיד'ישן בחור אויפן פליגער, ער האט אויסגעווארט די ענדע פונעם מואווי.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 7:52 pm
דורך פויער
חחחחחחחחחחחחחחח קרעמער ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 8:00 pm
דורך שוועמל
קרעמער א גוט ווארט...

קען עמיצער אפירזוכן א קליפ פון די עצם לאנדונג אין וואסער?
איך בין זיכער ס'יז דא ערגעץ רעקארדירט.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 15, 2009 9:03 pm
דורך שוועמל
לויט "די שוועמל אנאליז" עט ק.נ.א. ריפארט צענטער, האט דער פילאט אויסגעלאשן ביידע ענזשינס כדי צו פארמיידן א מעגליכער קראך אדער עקספלאזשען. און נאר אזוי האט ער באוויזן סוקסעספול צו גליידן דעם פליגער אין וואסער.

דא איז א בילד וואס איז ברייט באריכטעט אין די פרעסע וואו חרדי'שע וואלונטירן העלפן די עטליכע פארוואונדעטע.
עס איז א גרויס קידוש השם.