ברעיקינג: פליגער קראכט אין האדסאן ריווער - תש"ע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
באריכט:
מיטוואך, סעפטעמבער 9, תש"ע.
עס ווערט באריכטעט אז מארגן דארנעשטאג וועט דער העלדישער פילאט סאלי סולינבערגער זיך פריש אריינזעצן צו זיין אלטער ארבייט.
סולינבערגער וועט מארגן זיך אויפהייבן פון לעגווארדיע עירפארט און וועט ווידער פארן דעם זעלבען וועג ווי ער האט געפלאנט צו פארן יענעם באקאנטן נאכמיטאג קיין נאורט קארליינע.
מיט בערך א יאר צוריק האט סולינבערגער מיטגעמאכט דעם "נס אויפן האדסאן" ווען פייגלעך האבן נאכן אריינקראכן אין זיין פליגער אויסגעשאלטערעט זיינע ביידע מאטארן וועלכער האבן אום געמאכט אומ-מעגליך ווייטער צו פליען און סולינבערגער האט געניט געהאנדלט די סעטוטציע און זיך אריינגעשלייכט רואיגערהייט אויפן האדסאן ריווער ארויף, א שריט וועלעכער האט געראטעוועט אלע פאסענדזשירן און זינט דאן איז ער געווארן דער היראו און באקאנט איבעראל.
סולינבערגער וועט האבן דער זעלבער קא-פילאט דזשעפרי סקיילס, דער זעלבער וואס ער האט געהאט אין יענעם שרעקעדיער נאכמיטאג.
(קרעדיט: ליינער)

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
טענקס טיימל,
איך הער אז בין-פייגל האט ארויסגעגעבן א נייע סידי קעגן סאלענבערגער, על-זשאזירא האט אויס אויפגעשפילט, עס איז היבש שרעקעדיג ווען דער ארכי-טעראראסיט זאגט מיט א קוויטשעדיגע שטימע אומקלארע זאצן וועלכע זעהן מער אויס ווי קווויטשערייען וואס מ'הערט ביי ווייט עוו. קארנער ראסס סט. אין וומ"ס.
למאנסע וועט דער סאלי זיך נישט שרעקן און בראווערהייט אנצינדען די מאטארען להוציא מלבן פון די טעראריסטען "מיר וועלן זיך נישט שרעקן פון זייערע סטראשונקעס (וועלכע ווערן אגב די טעג פארזיכטיג אדורכגעקוקט פאר ווערים)" האט סאלענבערגער געזאגט אין א סטעיטמענט פאר קנ"א.

די פארגאנגענעם פרייטאג איז געוועהן די ערשטע יארטאג פון דעם באקאנטען "נס אויף די האדסאן" מעשה,
אלע פאסאנזשירן אינאיינעם מיט די פילאט די באקאנטע העלד סולי סולענבערגער זענען זיך צוזאמגעקומען דעם פרייטאג אויפן זעלבען פלאץ וואו די פליגער האט געלאנדעט פאר א יאר צוריק,
מ'האט נאכאמאל איבער געגעבן א דאנק פארן פילאט, און מיט טרערן און די אויגן זיך באדאנקט פאר אלע מיט העלפערס און וואו אויך פארן קאו פילאט פארן אנטייל נעמען און העלפן ראטווען יעדעם.
פאסאנזשירן האבן דערציילט זייער פערזענליכע לעבן וואו אזוי זייער יאר איז דורך, איין פאסאנזשיר האט זיך אויסגעריקט: זיצענדיג און הערענדיג וואו די פילאט רופט אויס אז מיר זאלן זיך גרייטן אויף אימפעקט, בין איך געוועהן זיכער אז ס'איז פארטיג, ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז א יאר דערנאך און מיר זיצען דא אלע צוזאמען און פארברענגען, און מיר קענען דערציילן די מעשה און פריידן. מאנכע האבן דערציילט אז זיי ליידן נאך אלס פון קאשמארן ווען זיי דארפן גיין אויף וואסער אדער אויף פליגערס,
ווען די זייגער האט געוויזן 3:31 וואס דאס איז די צייט ווען די פליגער האט אנגערירט די וואסער פלאך, האבן אלע זיך גענומען קלאטשען, און די פילאט מיט זיין קאו פילאט אונאיינעם מיט די מאנשאפט זענען דארט געזעצען און געקוואלן,

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 776
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
Yonkers: A Small Plane crashed down in the Hudson River near the JFK Marina, 2 people were removed from the water in a stable condition.
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 776
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9083
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
דעם היינטיגן למספ׳ טאג יאנעווער 15 געפאלט אויס די צענטע יארטאג פונעם היסטארישע געשעעניש וואס האט פאסירט אין די ניו יארק סיטי הימלען און זיך אויסגעלאזט מיט א שטוינענדע ענדע, ווען א קאמערצינאלע פליגער האט געקראכט אינעם האדסאן ריווער, און אלע מענטשן האבן עס ווינדערליך איבערגעלעבט.
די מעשה האט פאסירט מיט יונייטעד עירוועיס פלייט נומבער 1549, א עירבאס 320 עירקרעפט, ווען מינוטן נאכדעם וואס דער פליגער האט זיך געהויבן פונעם לעגווארדיע עירפארט האבן א גרופע פארבייפליענדע גרויסע קאטשקעס אריין געפלויגן אין די 2 מאטארן פונעם פליגער, פון וואס ביידע האבן זיך צובראכן און אויסגעלאשן, ברעגענדיג אז דער פליגער זאל פארלירן קראפט זייער שנעל, אויף א ראטע מיט וואס ער האט נישט געקענט גרייכן א ראנוועי צו לאנדן, אפילו נאכן אריינגיין אין גלייד_מאוד. (שוועבן אין די לופט).
דער הערואישער פילאט, א וועטעראן פונעם אמעריקאנעם עיר פארס האט מיט זיינע יארן ערפארונג צו עמערדזשענסיס, צוזאמען מיט א ריזיגע פעקל געדולד, און נאך א גערעסערע פעקל קוראזש געמאכט דעם איינציגסטן אפציע באשלאס, לאדן דעם פליגער אויפן וואסער! דער האדסאן ריווער וואס איז געווען צו זיין לינקע זייט.
ער האט געמאלדן דעם קאנטראל טאוער אז ער נעמט למעשה נישט די אפציע פון אים צושטעלן א ראנוועי אין לאג, אוו אויך נישט טירעבארא עירפארט, פשוט ווייל ס׳איז קיין אפציע נישט געווען.
“Will be in the Hudson” האט ער אריינגעזאגט, און אראפגעלייגט דעם מייק, און ווייטער פארזיכטיג מענוווערד דעם פליגער.
די אנדערע פילאטן וואס האבן עס מיטגעהאלטן אויפן ראדיאו זענען געווען שאקירט ביז גאר, צוקוקענדיג לעבעדיג ווי א גרויסע פליגער מאכט זיך גרייט אויף א קראך. זיי האבן געהאלטן די קאנטראל טורעם געשפאנט מיט אפדעיטס וואס זיי זעה׳ן מיט די אויגן.
ווען דער פליגער האט נאך עטליכע מינוט אנגערירט דעם וואסער פלאך האט דאס צו יעדעם׳ס שטוינונג געבליבן אויפן וואסער אויבערפלאך, גאנצערהייט, זיך נעמענדיג שווימען ווי א שיף ביים טאטן אין סווימינג פול.
נאך געציילטע רגעים האבן זיך די עמערדזשענסי טויערן פונעם פליגער געעפענט, און צו יעדעמס ווינדער האבן די מענטשן אנגעהויבן ארויסקומען ארויף אויף די צוויי פליגלען, אויסציווארטן הילף זאל אנקומען.
ביז עטליכע מינוט האבן צוויי קרוז שיפן פונעם סערקל ליין קאמפעני וואס האבן אריבערגעשווימען יענעם שטח זיך דערנענטערט צום געקראכטן ערעפלאן, ארויסווארפענדיג לייוו וועסטליך פאר די (אומ)גליקליכע פאסאדזשירן, און זיי צוביסלעך ווייז זיי אנגעהויבן ארויפלאדענען אויפן די שיפן.
די געשיכטע האט געהאלטן געשפאנט גאנץ אמעריקא, און צו יעדעם׳ס פרייד האט זיך נאך אראפ שעה ארויסגעשטעלט אז קיינער איז נישט אומגעקומען פונעם קראך, ניטאמאל איז געווען ערענסטע פארוואונדערטע.
דא האמער בייגעלייגט א לינק ווי מ׳קען הערן די קאמיוניקאציע עקסטשעינש צווישן די פילאט אונעם קאנטראל טורעם, ס׳איז שרעקעדיג!
דראפבאקס — גוגל דרייוו
א אומקלארע קליפיטש וויזוי דער פליגער קראכט און זיצט אויפן וואסער אויבערפלאך מיט אירע פאסאדזשירן אויף די פליגל׳ן. און די אינטערגענומענע רעטונג אקציע דורך די פארבייפארענדע שיפן.

לעצט פארראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג יאנואר 15, 2019 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רשעות קאלטע סעלצער
- האסט נייעס
- שר האלף
- תגובות: 1099
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
- לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דעם היינטיגן למספ׳ טאג יאנעווער 19 געפאלט אויס די צענטע יארטאג פונעם היסטארישע געשעעניש וואס האט פאסירט אין די ניו יארק סיטי הימלען און זיך אויסגעלאזט מיט א שטוינענדע ענדע, ווען א קאמערצינאלע פליגער האט געקראכט אינעם האדסאן ריווער, און אלע מענטשן האבן עס ווינדערליך איבערגעלעבט
דעם היינטיגן למספ' טאג יאנעווער 19?
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9083
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דעם היינטיגן למספ׳ טאג יאנעווער 19 געפאלט אויס די צענטע יארטאג פונעם היסטארישע געשעעניש וואס האט פאסירט אין די ניו יארק סיטי הימלען און זיך אויסגעלאזט מיט א שטוינענדע ענדע, ווען א קאמערצינאלע פליגער האט געקראכט אינעם האדסאן ריווער, און אלע מענטשן האבן עס ווינדערליך איבערגעלעבט
דעם היינטיגן למספ' טאג יאנעווער 19?
פאראכטן.
כ׳האב פשוט אויסגעמישט מיט די יאר.
רשעות קאלטע סעלצער