חאמאס, פון א פאלעסטינער שטאנדפונקט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

חאמאס, פון א פאלעסטינער שטאנדפונקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

אנדערש פון די ליבעראלע אייראפע'ער און אמעריקאנער וואס חנפ'נען די פאלעסטינער טעראריסטן, ווי עקסטרעמער אלס בעסער, ווייסן אבער פיל פאלעסטינער די ווארהייט איבער די חאמאס רעזשים, און אויף וויפיל זיי זענען שולדיג אין די איצטיגע באמבאדירונגען אויף עזה.

ביי זיין באזוך אין עגיפטען, האט פּאַלעסטינער אויטאריטעט פרעזידענט מאחמוד אבאס, אויך באקאנט אלס 'אבו מאזען', באשלודיגט די חאמאס פירערשאפט אין עזה פאר די איזראעילי אפענסיווע זאגנדיג, "מיר האבן גערופן אויף די פירער'ס פון חאמאס, און האבן זיי געזאגט דירעקט און אומדירעקט, דורך אראבישע און נישט-אראבישע פארמיטלער. מיר האבן גערעדט מיט זיי אויפ'ן טעלעפאון. מיר האבן זיי געזאגט: ביטע, טוט נישט ענדיגן דעם 'טאַהדִיאַ'."

נימר חאמאד, א ראטגעבער פאר מאחמוד אבאס זאגט: "די איינציגסטע פאראנטווארטליך פאר די מערדערייען זענען חאמאס, און נישט די ציוניסטישע צד, וועלכע טוט פון זייער שטאנדפונקט בלויז רעאגירן צו די שיסערייען פון פאלעסטינער מיסילס. חאמאס דארף אויפהערן צו האלטן לייכט די בלוט פון די פאלעסטינער. זיי טארן נישט געבן פאר די איזראעילי'ס אן אויסרייד [צו אטאקירן]." חאמאד האט געפאדערט פון די פירער פון חאמאס אויפצוהערן אויסצופירן די "אקציעס וועלכע צייגן אויף לייכטזיניגקייט, אזוי ווי די מיסיל שיסערייען."

יעדער ווייסט אז אבאס מיט די חאמאס זענען אויף מעסער שטעך, אבער די פיינטשאפט איז נאך קיינמאל נישט געווען גענוג א גוטע אורזאך פאר איין פאלעסטינער פראקציע צו שטייען אינאיינעם מיט'ן "ציוניסטישע צד" ווי איידער מיט דער קעמפערישער פאלעסטינער פראקציע. די באריכטן אין די אלוועלטליכע פרעסע איבער די "שרעקליכע אויפברויז אין די אראבישע וועלט" רעכנט אלזא נישט אריין די מערב ברעג פאלעסטינער.

דער סאודישער אויסערן מיניסטער פרינץ סעאוד על-פאיסעל, דער טשערמאן פון די מיטינג ביי די אראבישע ליגע הויפטקווארטיר אין קאירא איבער די צושטאנד אין עזה, האט באשולדיגט די פאלעסטינער אין זיין צושפליטערט צווישן זיך, און דארום ברענגענדיג אויף זיך די אטאקעס.

"אט די געפערליכע שחיטה וואלט נישט פאסירט אויב די פאלעסטינער פאלק וואלט געשטאנען פאראייניגט אונטער איין פירערשאפט. אייערע אראבישע ברודער קענען אייך נישט אויסשטרעקן א האנט מיט ריכטיגע הילף, אויב איר קענט נישט אויסשטרעקן א האנט פון ברודערשאפט איינער צום צווייטן," האט ער אויסגעפירט.

גלויבט אים אבער נישט אויפן ווארט. דאכצעך אז די אראבער האבן גאנץ א שוואכע רעקארד אין ארויסהעלפען די פאלעסטינער. די איינצעלנע פאלן פון גוט-ברודערשאפט וואס זיי ווייזן ארויס, איז ווען זיי שיקן וואפן פאר די פאלעסטינער טעראר גרופעס. מיר דארפן נישט ערווענען די שווארצע סעפטעמבער אינצידענט, ווען דער ירדנ'ער קעניג חוסעין האט אויס מורא פאר זיין טראן, אויסגעמארדעט צענדליגע טויזענטער פאלעסטינער און פארשיקט די איבריגע PLO קעמפער קיין לבנון, וואו זיי לעבן ביז היינט אין אזוי-גערופענע 'פליטים לאגערן'. דהיינו, קיין אראבישע לאנד האט זיי נישט אנגעבאטן 'ברודערישע' איינטריט, אז זיי זאלן זיך קענען געהעריג איינארדענען.

אדער זאלן מיר דערמאנען די ביז-היינטיגע 'שטיצע' פון איראן און סיריע פאר די פאלעסטינער. שטיצע וועלכע נוצט די פאלעסטינער אלס קאנאנען פלייש אין זייער קאמף קעגן מדינת ישראל און מערב וועלט אינטערעסן.

דער דירעקטאר פון די פאלעסטינער טעליוויזיע און ראדיא אויטאריטעט 'באסעם אבו-סומאיא' פון די אנגעזעהנסטע אראבער אין פאלעסטינע, האט אנגענומען א ווייכערע טאן מיט שטיצע פאר די אלגעמיינע פאלעסטינער קאמף, אבער פארט קריטיקירט חאמאס.

"חאמאס האט פארשטאפט זייערע אויערן.. זיי וואלטן געדארפט נוצן א ביסל מער פאליטישע און זיכערהייט איינזעהניש, און נישט איבערלאזן די פאלק אזוי ווי וואנדערער וואס האבן פארלוירן דעם וועג, ווערנדיג דערהארגעט און פארוואונדעט. עס איז קלאר אז חאמאס איז געטראפן געווארן פון 'מאגלאמעניע' (איינגערעדטע גרויסקייט) זינט זיי האבן איבערגענומען עזה, וועלכע האט זיי פארבלענדעט אז זיי זאלן נישט אויסהערן קיינעם'ס ראט. חאמאס האט זיך אויפגעפירט אזוי ווי א וועלט'ס-מאכט, כאילו זיי האבן די וואפן און מעגליכקייטן אזוי ווי חיזבאללא אין לבנון, איינרעדנדיג זיך אז זיי קענען פירן א קריג אזוי ווי די יולי קריג (פון 2006). די חאמאס לייט האבן געמיינט אז זיי האבן גענוג מיסילס וואס וועט זיי ערמעגליכן איבערצולעבן אין אזא גרויסע קריג."

יעדער פארשטייט אז דער אבו-סומאיא פארדאמט נישט חאמאס פאר'ן אטאקירן אומשולדיגע ציווילע דורך נאכאנאנדיגע ראקעטן געצילט אויף מדינת ישראל בירגער, פרויען און קינדער. אזא זאך איז נישט קיין פראבלעם פאר א געטרייע פאלעסטינער. זיין טענה איז נאר, פארוואס חאמאס האט זיך זעלבסט-איבערגעשאצט און געמיינט אז זיי קענען מלחמה האלטן מיט מדינת ישראל. דערווייל, חאפן זיי אריין פון אלע זייטן. אבו-סומאיא וואלט נישט געהאט קיין טענות ווען חאמאס האט די מעגליכקייטן פאר אן ערנסטע קריג. ער זאגט אבער אז ביז דאן, זאל חאמאס שכל האבן און זיצן שטיל, כאטש אזוי שטיל ווי די חיזבאללא זיצט דערווייל. און אז נישט, זענען זיי אליין שולדיג פאר די "וואנדערדיגע פאלק וואס ווערט געהארגעט און פארוואונדעט."

עגיפטען'ס רעגירנ'דע פארטיי האט אין א סטעיטמענט באשולדיגט חאמאס דעם פארגאנגענעם מיטוואך אין ווילדקייט, אומפאראנטווארטליכקייט, און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די עגיפטישע ראט.

"די פארטיי באצייכנט אז די פירערשאפט פון חאמאס איז פאראנטווארטליך פאר די פארערגערונג פון די צושטאנד אין עזה," זאגט די NDP סעקרעטאריעט. אינאיינוועגס פארגעסן זיי נישט צו פארדאמען די מדינת ישראל אטאקעס.

אבער זיי צימבלען ווייטער חאמאס: "די חאמאס רעגירונג האט אפגעווארפן אלע פרואוון צו דערגרייכן פאלעסטינער נאציאנאלע אחדות און האט נישט אנגענומען די נאכאנאנדיגע אנבאטן און ראט פון עגיפטען איבער די וויכטיגקייט פון אנהאלטן די אפמאך (מיט מדינת ישראל)."

"אנשטאט, האבן זיי באהאנדלט די צושטאנד מיט א ווילדע כאראקטער און אומפאראנטווארטליכקייט, אן צו נעמען אין באטראכט די קאנסעקווענצן פון זייערע אויפפירעכט'ס. די חאמאס פירערשאפט האט זיך געלאזט פארפירן פון פאלשע צוזאגונגען דורך פארטייען און גרופעס (איראן וכדו') וועלכע האבן בלויז בייגעשטייערט צו די פאלעסטינער פראבלעם מיט ווערטער און סלאגאנען," זאגט דער סטעיטמענט.

די סטעיטמענט זאגט אויך אז וויבאלד חאמאס האט איגנארירט די נאכאנאדיגע ווארנונגען פון די עגיפטישע רעגירונג איידער מדינת ישראל האט אנגעהויבן די אטאקע, קענען זיי בלויז זיך זעלבסט באשולדיגן פאר די קאנסעקווענצן.

'על-דזשאדידא חאפעז על-בארגותי' (אזוי רופט מען אים...) דער רעדאקטאר פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט טעגליכע צייטונג 'על-חאיאט', האט באהאנדלט דעם נושא אביסל מער דירעקט:

"פארלענגערן די טאַהדִיאַ איז געווען א הויפט נאציאנאלע אינטערעס. פארוואס האט חאמאס נישט פארמיטן דעם אגרעסיע און שחיטה? וויפיל מאל האבן מיר געשריבן, און פרעזידענט אבו מאוזען האט דערקלערט, אז די מיסיל'ס וואס חאמאס שיסט אויף מדינת ישראל זענען אומ-עפעקטיוו און פארקערט פון די הויפט נאציאנאלע אינטערעסע. אפילו חאמאס זעלבסט האט דאס אויך איינגעזעהן אלס קעגן די נאציאנאלע אינטערעס בשעת די טאהדיא. מיר האבן אויך געזאגט, אז דאס פארכאפן פון די מדינת ישראל סאלדאט גלעד שליט האט אונז געקאסט 500 פארלוסטן אין איין יאר."

די טאַהדִיאַ, פאר די וואס האבן נאכנישט פארשטאנען, איז טייטש "רואיגקייט" און מען מיינט דערמיט די זעקס מאנאטיגע פייער-אפשטעל אפמאך. קהאלעד מעשאל, דער דרייסטער חאמאס פירער וועלכער באהאלט זיך אויס אין דמשק, האט דערקלערט אין אן אינטערוויו מיט א רעפארטער דעצעמבער 14 אז חאמאס וועט ענדיגן דעם טאַהדִיאַ ווען עס לויפט אפ דעצ. 19.

קהאלעד מעשאל: "די טאַהדִיאַ איז געווען באגרעניצט פאר 6 מאנאט, און ענדיגט זיך דעצ. 19. עס דארף באצייכנט ווערן אז דער פיינט האט נישט איינגעהאלטן די טערמינען פון די טאַהדִיאַ, און אז די באלאגערונג טוט נאך אלץ אונטערדרוקן אונזער פאלק. דעריבער, מיר אין חאמאס, און איך גלויב מערסטע פון די אנדערע קרעפטן, זאגן הויך און קלאר אז נאך דעצ. 19 2008, וועט זיך די טאַהדִיאַ ענדיגן, און וועט נישט באנייט ווערן."

אינטערוויוער (נישט גלויבנדיג וואס ער הערט): "דאס קען זיין א סקוּפּ (א גוטע נייעס באריכט). דו דערקלערסט אלזא אז עס וועט נישט זיין קיין טאַהדִיאַ נאכדעם וואס עס לויפט אפ דעצ. 19..."

קהאלעד מעשאל: די טאַהדִיאַ וועט נישט באנייט ווערן, אבער מיר, אלס קעגנערשאפט קראפט אינעם לאנד, וועלן האנדלען לויט די אומשטענדן אויפ'ן ארט, און אין איינקלאנג מיט אונזער קעגנערשאפט צו די אקופאציע און פארטיידיקונג פון אונזער פאלק."

ביז אהער פון די אינטערוויו.

קיין טאַהדִיאַ איז אין דער ווירקליכקייט קיינמאל נישט געווען. אין די 6 מאנאטן פון די פייער אפשטעל זענען געפלויגן בלויז עטליכע קאסאם מיסיל'ס פער וואך אנשטאט די צענדליגע ראקעטן טעגליך אזוי ווי פאר די אפמאך. אין די לעצטע וואכן פון די פייער אפשטעל האט חאמאס געשאסן נאכאנאנד, ניטאמאל פרובירנדיג צו מאכן אן אנשטעל פון טאַהדִיאַ. אזוי פיל יא, זיי האבן נאך באשולדיגט מדינת ישראל אין ברעכן די אפמאך מיט'ן נישט אריינשיקן טעגליך די צענדליגע טראקס הומאניטערישע הילף און עפענען די גרעניצן אריינצולאזן די פאלעסטינער קיין מדינת ישראל. וואס? איר האט
מורא פון טעראר אטאקעס? מיר האלטן דאך עפעס אינמיטן א טאַהדִיאַ?!

עס איז גאנץ קלאר, חאמאס האט נישט געהאט קיין כוונות אויסצופאלגן, אנצוהאלטן, און פארלענגערן דעם אזוי-גערופענעם טאַהדִיאַ, און האט עס אפען געזאגט פאר דריי וואכן צוריק.

פון טעהראן קומט די נייעס אז די איראנער רעגירונג האט פארמאכט דעם הויפט רעפארמיסטישער 'קארגאזאראן' צייטונג מיטוואך, פאר'ן חטא פון פאַרעפענטליכן אן ארטיקל וועלכע האט קריטיקירט די פאלעסטינער טעראריסטן.

"קארגאזאראן איז פארבאטן געווארן איבער א פרעסע פארלעצונג און די קלאגע איז ארייגעגעבן געווארן אין געריכט," האט געזאגט מוחאמאד פארוויזי, דער הויפט פון אינערליכע פרעסע אין די איראנער קולטור מיניסטעריום.

אינטערסאנט צו באצייכענען זיין ערקלערונג פארוואס די צייטונג איז "פארבאטן געווארן". צוליב "אן ארטיקל נעכטען וועלכע בארעכטיגט די ציוניסטישע רעזשים'ס פארברעכנס קעגן די מענטשהייט אין עזה, און שטעלט אראפ די פאלעסטינער קעגנערשאפט אלס טעראריסטן וועלכע פאראורזאכן די טויט פון קינדער און ציווילע דורכ'ן קעמפען פון קינדערגארטן'ס און שפיטעלער."

די רעפארמיסטן אין איראן זענען נישט געגאנען אזוי ווייט ביז צו באטיטלען חאמאס אלס טעראריסטן פאר'ן פאראורזאכן די טויט פון קינדער און ציווילע אידן, דאס איז לויט זיי קיין פארברעך נישט. סך הכל האבן זיי באשולדיגט חאמאס אין ביליג האלטן די בלוט פון פאלעסטינער ציווילע און קינדער.

פארט עטוואס פארשריט אין איראן.

טראץ דעם וואס א פרעצעדענטלאזער קוואנטום פון מעדיצינישע הילף איז
אריבערגעליפערט געווארן קיין עזה פון מדינת ישראל אין די פארגאנגענע טעג, זאגט חאמאס אז די שפיטעלער פאלן צוזאם, און עס איז דא א געפערליכע מאנגל אין מעדעצין.

מדינת ישראל מיליטער באאמטע פאראנטווארטליך פאר די הומאניטערישע ליפערונגען, זאגן אז חאמאס זעלבסט האלט אפ סופלייס פון די שפיטעלער און האט אויך אפגעזאגט צו טראנספערירן פארוואונדעטע קינדער צו מדינת ישראל שפיטעלער פאר באהאנדלונג.

איבער הונדערט טראקס אנגעפילט מיט מעדעצין, מעדיצינישע געצייג, בלוט פארציעס און סתם עסן, זענען געליפערט געווארן קיין עזה אין די לעצטע וואך. טערקיי האט אוועקגעשאנקען עטליכע אמבולאנסן, און פאטאח זעלבסט האט עס אריבערגעברענגט קיין עזה.

לויט ווי די אינטערנאציאנלע פרעסע האט באריכטעט אנפאנג 2008, האט די חאמאס רעזשים אפגעהאלטן מדינת ישראל געליפערטע גאזאלין פון די עזה באפעלקערונג, כדי אונטערצוהייצן דעם צעיושעטען פאלעסטינער המון קעגן די איזראעילי רעגירונג.

די אינטערסאנטסטע רעאקציע קומט אבער פון 'אבדאללא אוואד', א קאלומניסט פאר די טעגליכע פּאַלעסטינער אויטאריטעט צייטונג די 'על-איאם'. ער זאגט אז חאמאס איז דא געשטאנען פאר א פרשת דרכים און האט געדארפט פאסן א שווערע באשלוס:

"די מדינת ישראל אטאקעס נאך 2000 [בשעת די אל-אקצא אינטיפאדא] און דאס פארניכטן פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט הויפטקווארטיר זענען געווען גענוג [פאר די פי.על.או.] איינצוזעהן אז מען קען נישט זיין א רעגירונג אין דער זעלבער צייט וואס מען קעמפט אלס קעגנערשאפט פראקציע... מיר האבן דאן געצאלט דעם פרייז פון נארישקייט, און די קראנקע ליבע פון פירערשאפט, וועלכע אנטהאלט גארנישט אין זיך אויסער הוילע סלאגאנען. אן אויסוואהל דארף געפאסט ווערן, אדער ביזטו א רעגירונג, אדער א קעמפערישע קעגנערשאפט. ווען די צוויי קומען זיך צוזאם, דאן גיבט עס פאר די אקופירענדע מאכט (מדינת ישראל) גרינגע צילן... די משל פון דאס פארניכטן פון די פּאַלעסטינער אויטאריטעט הויפטקווארטיר אין די מערב ברעג בשעת די אינטיפאדא האט געזאלט זיין גענוג... דאס וואס האט איצט פאסירט אין עזה טוט דעמאנסטרירן אז די לעקציע איז נישט געלערנט געווארן."

מען קען נישט זיין א רעגירונג און א טעראר ארגאניזאציע צו דער זעלבער צייט, ווען יא פארדינט מען די זעלבע באציאונג ווי יעדע טעראריסטישע ארגאניזאציע. די פי.על.או. האט דעם לעקציע קענען-געלערנט. חאמאס?

דערווייל נישט.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

ר' יודל מורא'דיג שיין באהאנדעלט א גרויסן יישר כח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יודל, דער ארטיקל איז ווערט אלע געלטער,
אסך ידיעות און א שטיק היסטאריע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

פשיהא, האב איך נישט געוויסט וועם מיר האבן דא צוווישן אינז.
א גרויסן שכוח, שטארק האנה געהאט, און געוואור געווארן אסאך נייעס.
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

הערשי קניהויז האט געשריבן:פשיהא, האב איך נישט געוויסט וועם מיר האבן דא צוווישן אינז.
א גרויסן שכוח, שטארק האנה געהאט, און געוואור געווארן אסאך נייעס.


איך האב נאך נישט געליינט דאס איציטיגע ארטיקל, אבער איין זאך קען איך דיר זאגן, עס לוינט אפיר צו זוכן אלע ר' יודל'ס ארטיקלן!!! איינס בעסער פון צווייטען, זייער רייך און פראפעסיאנאל אראפ געלייגט.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יודל, דאס מאל האסטו מיר איבערראשט, דו צונעמסט א נושא אין וואס איך האב נישט די מינדעסטע השגה און איצט שפיר איך זיך ווי דער שטאטס עילו.

יישר כח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' יודל פארן הערליכן באריכט.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ג"א מצטרף ליאנאש.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אייער ארבעט איז אומשאצבאר, יישר כח.
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

ג"א מצטרף להנ"ל
ודבריו אין צריכין להסכמה
(לש"ק מאחד הגדעילים)
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

ר' יודל, שכוח!

עס קומט א המשך..?
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יודל מענדלזאהן האט געשריבן:גלויבט אים אבער נישט אויפן ווארט. דאכצעך אז די אראבער האבן גאנץ א שוואכע רעקארד אין ארויסהעלפען די פאלעסטינער. די איינצעלנע פאלן פון גוט-ברודערשאפט וואס זיי ווייזן ארויס, איז ווען זיי שיקן וואפן פאר די פאלעסטינער טעראר גרופעס. מיר דארפן נישט ערווענען די שווארצע סעפטעמבער אינצידענט, ווען דער ירדנ'ער קעניג חוסעין האט אויס מורא פאר זיין טראן, אויסגעמארדעט צענדליגע טויזענטער פאלעסטינער און פארשיקט די איבריגע PLO קעמפער קיין לבנון, וואו זיי לעבן ביז היינט אין אזוי-גערופענע 'פליטים לאגערן'. דהיינו, קיין אראבישע לאנד האט זיי נישט אנגעבאטן 'ברודערישע' איינטריט, אז זיי זאלן זיך קענען געהעריג איינארדענען.

א דאנק האב יאך נישט וואס אויס צו דרוקן, נאר אויף די אויבן דעמאנטע איז דא גענוג און נאך ביישפילן, כוסעין פון איראק [דער וואס לעבט אין באהעלטעניש ביי די סאויד'ער ? !] וואס ער האט געטוהן צו די קורדן אין צפון און די שאיט'ער אין דרום, אסאד דער ערשטער פון [חאלאב-אר"ץ] סיריע וועלכער האט אויס געשאכטן א גאנצע שטאט, נו ר' יודל, וואו אזוי האט עס נאר געהייסן, און בכלל אלע דיקטאטורישע רעזשימען דורך אויס די היסטארע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

גערעכט זענט איר הרב ביקסאד.
נו, אויב די אראבער האבן נישט קיין איינזעהניש צו זייערע אייגענע בירגער, טא ווי אזוי קען מען פון זיי פארלאנגען "ברודערשאפט" צו די פאלעסטינער.

ווען מדינת ישראל צאלט אבער אפ פאר די חאמאס טעראריסטן א מנה אחת אפים, דאן שפרונגען די היפאקריטן ארויס פון די הויט מיט טענות...

עס איז קיין סוד אז די איזראיעלי אראבער ווילן נישט קיין אראבישע הערשאפט, וויסנדיג אז זיי וועלן דארט קיין האניג נישט לעקן. וויפיל זיי זענען מכלומרש'ט 'אונטערדריקט' אונטער די ציונים, לעבן זיי נאך אלץ בעסער ווי אין רוב אראבישע לענדער. איך האב דאס נישט געלייענט אין קיין צייטונגען, איך האב עס געהערט פון זיי אליין מערערע מאל, רעדנדיג מיט אראבער אין ירושלים, באר שבע, און גליל. ואכמ"ל.
אי"ה ביי א צווייטן געלעגענהייט.

--

איך וויל דא אויך אפגעבן א דאנק פאר די קרעטשמע זיצער וועלכע ליינען געדולדיג מיינע ארטיקלען און נעמען די מיה אפצוגעבן א דאנק און א גוט ווארט, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

אגב: איר מעגט אויך קריטיקירן, קאמענטירן, סעקירן, פילאזאפירן, אטאקירן, און אפפרעגן (עכ"פ פרובירן...). אויב און ווען איך וועל נאר קענען, וועל איך זיך באמיען צו ענטפערן אי"ה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ביקסאד האט געשריבן:כוסעין פון איראק [דער וואס לעבט אין באהעלטעניש ביי די סאויד'ער ? !] וואס ער האט געטוהן צו די קורדן אין צפון און די שאיט'ער אין דרום, אסאד דער ערשטער פון [חאלאב-אר"ץ] סיריע וועלכער האט אויס געשאכטן א גאנצע שטאט, נו ר' יודל, וואו אזוי האט עס נאר געהייסן, און בכלל אלע דיקטאטורישע רעזשימען דורך אויס די היסטארע.

ר' יודל ביטע קאמענטירן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

חאפעז אסאד, וועלכער האט אין פעברואר 1982 אונטערדריקט די רעוואלוציע פון די "מוסלעמענער ברודערשאפט" אין שטאט חאמא, אויסהארגענענדיג במשך דריי וואכן צענדליגער טויזענטער ציווילע בירגער.

פאר אינטערסאנטע ארטיקלען איבער יענעם היסטארישן פרק זעה דא און דא.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך האב שוין געליינט די ארטיקל דאן בעיתו ובזמנו, און צום באדויערן באמערק איך יעצט אז קיין געהעריגע שכח האב איך דערווייל נישט אפגעגעבן, איז דא האט איר עס.


דא האט איר אן אינטרעסאנטע קליפ פון אן נאך א שטאנדפונקט, און איר זאלט וויסן אז עס זענען פאראן אזעלכע סעקולערע אראבער אין די מיליאנען.

אזהרה!! די רעדנערין איז א פרוי!!

http://switch3.castup.net/cunet/gm.asp? ... wmv&ak=nul
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
ירא שמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא שמים »

שכוח ר' יודל טייערער
כ'טרינק דיינע ארטיקלעך מיט דורשט
דאסמאל איז חאמאס שרעקליך דורך געפאלען מיט זייער סטרארעגיע
אין זיי וועלען עס געדענקען זייער לאנג
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”