ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 8:36 am

מען קען שוין רעדן פון די וועטער אויף סוכות. נאך עטליכע קורצע רעגן מארגן ערב יו''ט וועט זיך אויסקלארן און עס וועט זיין טריקן אי''ה די ערשטע טעג יו''ט. בייטאג אין די נידריגע מיטעלע 60'ער און ביינאכט אין די נידריגע מיטעלע 40'ער. מאנטאג חוה''מ הייסט שוין יא רעגן אויף בייטאג.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:32 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:מאנטאג חוה''מ הייסט שוין יא רעגן אויף בייטאג.

בלויז א לייכטע רעגן, וואס וועט זיך שוין אנהויבן מוצאי די ערשטע טעג, און וועט זיך ענדיגן מאנטאג אין די צופרי שעה'ן.

נאך א רעגן קען זיין ארום מיטוואך אדער מיטוואך נאכט, דאס מאל אביסל שטערקער, אבער וועט זיין א קאם ענד גאו.

חוץ דעם וועט בעז"ה גאנץ יו"ט זיין רעגן פריי.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:33 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:מאנטאג חוה''מ הייסט שוין יא רעגן אויף בייטאג.

בלויז א לייכטע רעגן, וואס וועט זיך שוין אנהויבן מוצאי די ערשטע טעג, און וועט זיך ענדיגן מאנטאג אין די צופרי שעה'ן.

נאך א רעגן קען זיין ארום מיטוואך אדער מיטוואך נאכט, דאס מאל אביסל שטערקער, אבער וועט זיין א קאם ענד גאו.

חוץ דעם וועט בעז"ה גאנץ יו"ט זיין רעגן פריי.

ייש"כ!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

בסד
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך בסד » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 2:34 pm

ב"ה.
געבענטשט זאלסטו זיין.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:02 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:מאנטאג חוה''מ הייסט שוין יא רעגן אויף בייטאג.

בלויז א לייכטע רעגן, וואס וועט זיך שוין אנהויבן מוצאי די ערשטע טעג, און וועט זיך ענדיגן מאנטאג אין די צופרי שעה'ן.

נאך א רעגן קען זיין ארום מיטוואך אדער מיטוואך נאכט, דאס מאל אביסל שטערקער, אבער וועט זיין א קאם ענד גאו.

חוץ דעם וועט בעז"ה גאנץ יו"ט זיין רעגן פריי.

ייש״כ! וואס בערך וועט זיין די וועטער אין קרית יואל אומגעגנט? קאלט? מען דארף א היטער?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4311
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 3:06 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:מאנטאג חוה''מ הייסט שוין יא רעגן אויף בייטאג.

בלויז א לייכטע רעגן, וואס וועט זיך שוין אנהויבן מוצאי די ערשטע טעג, און וועט זיך ענדיגן מאנטאג אין די צופרי שעה'ן.

נאך א רעגן קען זיין ארום מיטוואך אדער מיטוואך נאכט, דאס מאל אביסל שטערקער, אבער וועט זיין א קאם ענד גאו.

חוץ דעם וועט בעז"ה גאנץ יו"ט זיין רעגן פריי.

דאנקע שעין

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2061
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 8:05 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:מאנטאג חוה''מ הייסט שוין יא רעגן אויף בייטאג.

בלויז א לייכטע רעגן, וואס וועט זיך שוין אנהויבן מוצאי די ערשטע טעג, און וועט זיך ענדיגן מאנטאג אין די צופרי שעה'ן.

נאך א רעגן קען זיין ארום מיטוואך אדער מיטוואך נאכט, דאס מאל אביסל שטערקער, אבער וועט זיין א קאם ענד גאו.

חוץ דעם וועט בעז"ה גאנץ יו"ט זיין רעגן פריי.

אין אנדערע ווערטער, זונטאג נאכט רעגן, מאנטאג צופרי רעגן, מיטוואך - מיטוואך נאכט רעגן,
וויפיל בלייב מיר שוין איבער עס זאל זיין א רעגן פרייע יו"ט? ווי לאנג ניצט מען דען די סוכה?..

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 9:34 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:[ואס בערך וועט זיין די וועטער אין קרית יואל אומגעגנט? קאלט? מען דארף א היטער?

ווי ס'קוקט אויס וועט כמעט גאנץ סוכות זיין פארטאגס אין די פערציגער אין קרית יואל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 9:46 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, זונטאג נאכט רעגן, מאנטאג צופרי רעגן, מיטוואך - מיטוואך נאכט רעגן,
וויפיל בלייב מיר שוין איבער עס זאל זיין א רעגן פרייע יו"ט? ווי לאנג ניצט מען דען די סוכה?..

זונטאג נאכט וועט ווארשיינליך רוב נאכט זיין טרוקן אן רעגן, די עיקר לייכטע רעגן קען זיין פון מאנטאג פארטאגס ביז אנהייב נאכמיטאג.
און מיטוואך נאכמיטאג און אנהייב נאכט פאר עטליכע שעה, דאס איז א קליינע פראצענט פון גאנץ יו"ט סוכות.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2020 11:28 pm

Thank you Kanu

טוט זיך...?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך טוט זיך...? » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 2:03 am

ווי אזוי גייט זיין די טעמפערטור?

קעדילעק
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך קעדילעק » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 10:16 am

קיין עיר קאנדישן גייסטו נישט דארפן, [אויסער אויב דו ביסט אין פלארידע], ביינאכט וועסטו דארפן הייצונג אפילו אין די סיטי, בייטאג ווענדט זיך צי דו ביסט אפסטעיט אדער דאון סטעיט.

# גלאבאלע ווארעמונג אלערט

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אוקטובער 02, 2020 12:49 pm

אפדעיט: ס'איז דא א שאנס אז געוויסע געגענטער אין אפסטעיט וועלן אינגאנצן אויסמיידן די לייכטע רעגן מוצאי יו"ט ראשון/מאנטאג פארמיטאג חוה"מ.
פון די אנדערע זייט איז אבער דא א שאנס אז די לייכטע רעגן וועט אנקומען פריער אין טייל געגענטער, און קען שוין אנהויבן פאלן אין די ערשטע העלפט נאכט פון מוצאי יו"ט ראשון.

לעיקוואד האט די גרעסטע שאנס פאר רעגן, און די האדסאן וואלי ראיאן די שוואכסטע.


לגבי מיטוואך נאכמיטאג חוה"מ איז אויך שוואכער געווארן די שאנסן פאר רעגן.

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 12:53 am

עני פרישע אפדעיט?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 1:38 pm

maybeeynot האט געשריבן:עני פרישע אפדעיט?

ב"ה אז אונז האב מיר אויסגעמיטן די לייכטע רעגן וואס איז געווען ערווארטעט אויף היינט (ווי שוין געשריבן ערב יו"ט אז די שאנסן ווערן שוואכער).

מיטוואך נאכמיטאג איז נאך אלס דא א קליינע שאנס פאר א שנעל דורכגייענדע רעגן, אבער ס'איז מעגליך אז מ'וועט אויך דאס אויסמיידן.

לגבי טעמפראטור וועט שוין זיין אביסל מילדער אין די קומענדיגע טעג, אבער ליל הושע"ר וועט זיין צוריק היפש קיל (ווי רוב יארן).

נעקסטע שאנס פאר ערנסטע רעגן איז שמחת תורה בייטאג, וואס וועט קומען אין רעזולטאט פון שטורעם "דעלטא" וואס איז ערווארטעט צו ווערן א מעידזשער האריקעין און וועט אנפאלן אויף לואיזאנא אום הושע"ר, און די שיריים דערפון וועט ארויפקומען ביז ניו יארק אבער אן ווינטן, ס'וועט בלויז זיין שווערע רעגן (א "דעלטא" פלייט פון לואיזאנא קיין ניו יארק).

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3666
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 2:24 pm

יישר כח פאר די אפדעיט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 2:44 pm

Thanks

צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מאנטאג אוקטובער 05, 2020 3:07 pm

א דאנק אייך פאר די גוטע וועטער באריכט. מיינע קינדער וואס האבן זיך אהנגעארבייט מיט די שלאק, זענען אבער נישט צופרידן... :grin:

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך שואלכענין » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 8:55 am

א דאנק אייך הרב קנא.

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:00 am

א דאנק פארן בורא עולם פאר די שיינע וועטערס ,

און א דאנק פאר קנא פארן זיין דער שליח עס אונז עס מודיע זיין.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
Bissli
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 11:12 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך Bissli » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 9:53 am

shimon7323 האט געשריבן:א דאנק פארן בורא עולם פאר די שיינע וועטערס ,

און א דאנק פאר קנא פארן זיין דער שליח עס אונז עס מודיע זיין.

אט אזוי רעדט א איד!
ווי איז די לייק קנעפל?
.If they don't know you personally, don't take it personal

מיר בענקען זיך נאך @ניין און יא

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ישוב הדעת » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 12:38 pm

לדעתי פונקט ווי מען כאפט א ציפ ווען עס רעגנט די ערשטע נאכט און מען דערמאנט זיך פון שפך קיתון על פניו, דארף מען דאנקען דעם רבוש״ע פאר די הארת פנים פון אזא יאר וואס דער שלאק ווערט נישט באנוצט.


————-

א דאנק הער קנא פאר די קלארע באריכט
ביידן איז נאט מיי פרעזידענט!


דיסקלעימער: זאכן וואס איך ברענג נאך פון אנדערע פלעצער מיינט נישט אז איך האלט אזוי אדער גלייב עס.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוקטובער 06, 2020 4:13 pm

די שאנסן פאר א קורצע רעגן מארגן נאכמיטאג ווערט צוריק שטערקער, ספעציעל אין די קעטסקילס, און אין די האדסאן וואלי ראיאן.

ס'איז אויך ערווארטעט שטארקע ווינטן פון מיטוואך נאכמיטאג אריין אין דאנערשטאג - אין אלע חרדישע געגענטער פון די טריי סטעיט געגנט, ס'קען טיילמאל זיין אזוי שטארק ווי 45 צו 55 מייל א שעה!

ס'איז ראטזאם צו לייגן "2 ביי 4" העלצער אויפן סכך אז ס'זאל נישט אוועקפליען, אזוי אויך אויב איז אייער סוכה נישט גענוג באפעסטיגט דאן טוט עס באצייטענס בעוד מועד.

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך פלוני » מיטוואך אוקטובער 07, 2020 12:46 pm

ב"ה האמיר שוין גענוצט דעם שלאק דעם יום טוב, צווייע ביינאכט האט געגעבן א שפריץ, אראפ מיט'ן שלאק, 5 מינוט דערויף צוריק געעפנט, און יוצא געווען....
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: ק.נ.א. וועטער ביורא

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוקטובער 13, 2020 11:25 am

צייט שטיפער האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, זונטאג נאכט רעגן, מאנטאג צופרי רעגן, מיטוואך - מיטוואך נאכט רעגן,
וויפיל בלייב מיר שוין איבער עס זאל זיין א רעגן פרייע יו"ט? ווי לאנג ניצט מען דען די סוכה?..

נו? איבערגעבליבן גענוג טעג רעגן פריי?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”