ק.נ.א. וועטער ביורא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

תגובהדורך רעדנער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 6:35 pm

מ'דארף צוריק איינפירן די קוטשמעס וואס פליען נישט אוועק, היינט איז דא 5 קוטשמעס צווישן הונדערט היטן, אמאל איז געווען פונקט פארקערט, חדש ימינו כקדם
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 7:13 am

סקיקט אויס ווי עס קימט די ערשטע שניי די יאר קימעדיגע זינטאג און מאנטאג
@ק.נ.א. קום אריין קלארער

ביז ער טרעפט זיין בלויע טינט וועל איך ברענגען פון נעשנל וועטער סערוויס
https://weather.com/weather/tenday/l/a9 ... 2f3b1ed2af
אין מאנרא נ''י, מעגליך אלעס ציזאמען ביז 8 אינטשעס, אגב די וויליטש גייט נוצן צום ערשטן מאל אייגענע שארער טראקס אנשטאט ביז היינט טאון אוף מאנרא

אין די סיטי קיקט אויס ווי עס גייט זיין רעגן און פון צייט צי צייט אביסל לייכטע שניי מיקס, אבער נישט געזארגט מען וועט ברענגען עטליכע אינטשעס ווייסע זאלץ

די בייגעלייגטע בילד איז פון קרית יואל
צוגעלייגטע
20191128_070354.jpg
20191128_070354.jpg (103.52 KiB) געזעהן 1670 מאל
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:26 pm

קוקט אויס אז נאך "בלעק פריידעי" קומט "ווייט סאנדעי"!

פרישע דעטא פון די מאדלס קומען אריין, און ס'קוקט אויס מער און מער אז ס'איז צייט אנצוגרייטן די שאוולעך, זאלץ, שטיוול, טוישן צו שניי רעדער, וכו' וכו'.



די יורא מאדל וואס איז נארוואס ארויסקומען ווייזט אז די שניי וועט אנקומען זונטאג פארמיטאג, און ס'וועט זיך אנהייבן אלס שניי איבעראל, סיי אין אפסטעיט און סיי אין ניו יארק סיטי. אבער אין לעיקוואד קוקט אויס וועט זיך עס שנעל טוישן צו רעגן.


די יורא מאדל ווייזט אז ס'הייבט זיך אן מיט שניי איבעראל חוץ אין לעיקוואד
prateptype_cat_ecmwf.us_ne.png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne.png (238.05 KiB) געזעהן 1377 מאל


די טעמפראטור איז אויך גענוג קאלט אז ס'זאל פיין קלעבן, ארום 30 דעגרי אין ניו יארק סיטי, אין אין די צוואנציגער אין די אפסטעיט געגענטער
sfct.us_ne.png
sfct.us_ne.png (157.2 KiB) געזעהן 1377 מאל


זונטאג נאכט 7:00, אין ניו יארק סיטי פאלט שוין א האגל, אבער אין אפסטעיט פאלט נאך שניי
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (2).png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (2).png (238.69 KiB) געזעהן 1377 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:27 pm

זונטאג נאכט (מאנטאג פארטאגס) 1:00, א לייכטע געמיש פאלט אין די סיטי, און לייכטע שניי אין אפסטעיט (אין לעיקוואד פאלט א לייכטע רעגן)
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (4).png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (4).png (220.77 KiB) געזעהן 1355 מאל


מאנטאג 7:00 צופרי, אין ניו יארק סיטי האט זיך עס צוריקגעטוישט צו שניי, גראדע העווי, אזוי אויך אין אפסטעיט שנייט יעצט שטערקער
אין לעיקוואד האט זיך עס געטוישט צו א שטארקע האגל
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (6).png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (6).png (215.45 KiB) געזעהן 1348 מאל


מאנטאג 1:00 נאכמיטאג, ס'שנייט שטארק אין ניו יארק סיטי און אין אפסטעיט, אין די לעיקוואד געגנט פאלט לייכטע שניי
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (7).png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (7).png (209.1 KiB) געזעהן 1355 מאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:30 pm

מאנטאג נאכט 7:00 א לייכטע שניי פאלט איבעראל, לעיקוואד, ניו יארק סיטי, אפסטעיט
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (8).png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (8).png (213.21 KiB) געזעהן 1345 מאל


מאנטאג נאכט 1:00 (דינסטאג פארטאגס) אביסעלע פלאריס פאלט נאך דא דארט, אבער מער ווייניגער איז עס געענדיגט
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (9).png
prateptype_cat_ecmwf.us_ne (9).png (223.29 KiB) געזעהן 1345 מאל


סך הכל שניי לויט די היינטיגע יורא מאדל: בערך 4 אינטשעס אין לעיקוואד, בערך 14 אינטשעס אין ניו יארק סיטי, בערך 10-12 אינטשעס מאנסי און קרית יואל, בערך 9-10 אינטשעס אין די קעטסקילס
sn10_acc.us_ne.png
sn10_acc.us_ne.png (151.72 KiB) געזעהן 1345 מאל


אוועטאר
חד יומא
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 11:25 am

תגובהדורך חד יומא » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:37 pm

הייסט עס בערך א פוס שניי

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:39 pm

די GFS מאדל ווייזט ארום 2-1 אינטשעס פאר לעיקוואד און ניו יארק סיטי
3 ביז 5 אינטשעס פאר מאנסי
8-7 אינטשעס פאר קרית יואל-בלומינגבורג
sn10_acc.us_ne (2).png
sn10_acc.us_ne (2).png (154.54 KiB) געזעהן 1294 מאל


קענידיען מאדל ווייזט אויך גרויסע זאכן
ארום 12 ביז 15 אינטשעס פאר מאנסי קרית יואל און בלומינגבורג

ארום 4-3 אינטשעס פאר ניו יארק סיטי, און ארום א אינטש פאר לעיקוואד
gem_asnow_neus_20.png
gem_asnow_neus_20.png (151.35 KiB) געזעהן 1294 מאל


אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 14218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:44 pm

ישר כח.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:52 pm

ממש א ריזיגער חילוק פון איין מאדעל און צווייטן.

לויט יורא דארף איך זיך איינהאנדלען שטיוול וואס גיכער, לויט די אנדערע צוויי, נאר קאלאטשן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אור
שר האלפיים
תגובות: 2353
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:53 pm

ישר כח
קלאר מיט בילדער! פירוש חי :grin:

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:55 pm

איז האב מיר דא 3 מאדעל'ס, איך פארשטיי צו דעם ווי מיין עלטער באבע און לאגער, סאוי הרב ק.נ.א. וועם זאלן מיר די מערסטע גלייבן מורא מאדעל אדער די GFS מאדעל אדער די קענעדיען מאדעל????

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 2:56 pm

אהבת השם האט געשריבן:איז האב מיר דא 3 מאדעל'ס, איך פארשטיי צו דעם ווי מיין עלטער באבע און לאגער, סאוי הרב ק.נ.א. וועם זאלן מיר די מערסטע גלייבן מורא מאדעל אדער די GFS מאדעל אדער די קענעדיען מאדעל????


ווער איז נארמאל די קראנטסטע???

א פיס שניי איז נישט קיין קלייניגקייט....

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:06 pm

רעדנער האט געשריבן:מ'דארף צוריק איינפירן די קוטשמעס וואס פליען נישט אוועק, היינט איז דא 5 קוטשמעס צווישן הונדערט היטן, אמאל איז געווען פונקט פארקערט, חדש ימינו כקדם

איך פראקטיציר דאס יעדן ווינטער, מ'נעמט ארויס די קוטמע א קאלטן טאג, מ'גייט אזוי אפאר טעג, ביז... מ'טרעפט אן מיין שיעור געווארענעם שווער אין שול וואס באטראכט מיט א געהיימנוספולע מינע מיין קוטשמע ביי הויכע שמו"ע מנחה פון אויבן ביז אראפ, ווען פון זיין שטערן לייענט זיך "כא מזל דער קוקו איז נישט געווארן מיין איידעם"...

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:מ'דארף צוריק איינפירן די קוטשמעס וואס פליען נישט אוועק, היינט איז דא 5 קוטשמעס צווישן הונדערט היטן, אמאל איז געווען פונקט פארקערט, חדש ימינו כקדם

איך פראקטיציר דאס יעדן ווינטער, מ'נעמט ארויס די קוטמע א קאלטן טאג, מ'גייט אזוי אפאר טעג, ביז... מ'טרעפט אן מיין שיעור געווארענעם שווער אין שול וואס באטראכט מיט א געהיימנוספולע מינע מיין קוטשמע ביי הויכע שמו"ע מנחה פון אויבן ביז אראפ, ווען פון זיין שטערן לייענט זיך "כא מזל דער קוקו איז נישט געווארן מיין איידעם"...

:lol: :lol: :lol: ווען איך ווייס ווען. אז מיט דעם קוטשמע קומט מיט אזא סענס אוו יומער. וואלט מיך נישט אזוי געארט אז די ווערסט מיין איידעם.

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:12 pm

יישר כח, זייער קלאר.

(הרב קנא, איך מיין ס'װאלט געװען ראטזאם שוין צו לאזן װיסען דעם עולם װען מקען ערװארטן אן אָפּדעיט, נישט יעדער זאל דארפען מיטשענען עקסטער)

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:18 pm

הייסן הייסט עס אז די יורא מאדל איז די בעסטע, ס'איז אבער נישט אייביג אזוי.

עכ"פ וואס מ'זעהט דערווייל איז אז מ'דארף זיין "גרייט" פאר א גרויסע שניי [ספעציעל אין די האדסאן וואלי ראיאן], אבער פונקטליך וויפיל אינטשעס ס'וועט פאלן איז נאך אונטער א גרויסע פראגע צייכן.
אזוי אויך זעהט מען דערווייל אז ס'וועט זיין א לאנגע שטורעם וואס קען זיך ציען פון זונטאג צופרי ביז מאנטאג ביינאכט

די שארט רעינדזש מאדלס וואס הייבן אן אריינצוקומען וועט שטארק העלפן אויסקלארן די וועטער אויסגאנג

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:25 pm

פריערדיגעס מאל וואס ס'איז געווען ווינטן איז מיר די קוטשמע אויך אוועק געפלויגן, האב איך מיר אויסגעבויערט אזעלכע לעכער, אז איך זאל קענען אריין שטעקן די פיאות דערין, און הערשט דערנאך ארום דרייען דעם אויער, האפנטליך אזוי וועט זיך דאס האלטן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

סעקרעטאר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 11:45 am
לאקאציע: אין אפיס

תגובהדורך סעקרעטאר » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:25 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז נאך באמת זייער פרי צו וויסן די אלע פונקטליכע אינפארמאיציע,
און מ'וועלמיר נישט זיין סורפרייזט אויב ס'וועט נאך זיין א פיס אדער נאר צוויי אינטשעס אדער גארנישט

שׁטילער
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

תגובהדורך שׁטילער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:26 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:הייסן הייסט עס אז די יורא מאדל איז די בעסטע, ס'איז אבער נישט אייביג אזוי.

עכ"פ וואס מ'זעהט דערווייל איז אז מ'דארף זיין "גרייט" פאר א גרויסע שניי [ספעציעל אין די האדסאן וואלי ראיאן], אבער פונקטליך וויפיל אינטשעס ס'וועט פאלן איז נאך אונטער א גרויסע פראגע צייכן.
אזוי אויך זעהט מען דערווייל אז ס'וועט זיין א לאנגע שטורעם וואס קען זיך ציען פון זונטאג צופרי ביז מאנטאג ביינאכט

די שארט רעינדזש מאדלס וואס הייבן אן אריינצוקומען וועט שטארק העלפן אויסקלארן די וועטער אויסגאנג

א גרויסן גרויסן שכח!

איין זאך נאר אזוי ווי מהאלט שוין ממש א צוויי טעג פארן שטורעם און סאיז נאך פעסט צימושט

ביטע בלייב מיט אונז און ווער נישׁט אנטרינען....

און בּיטע אפדעיטן ווען סדא אפדעיטס...

א דאנק נאכאמאל

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:31 pm

אין 2 טעג ארום גייט זיין שבת נאכמיטאג נאכן קוגל
און דעמאלס גייט נאך זיין בערך 18 שעה פארן אנהייב פונעם שטורעם

פלעסטיק
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

תגובהדורך פלעסטיק » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:43 pm

א דאנק קנ״א פאר די קלארע ריפארט.
אויב ווייסטו אפשר אויב וועלן פלייט ווערן געקענסעלט זונטאג?

סיפורי צדיקים
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:48 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:פריערדיגעס מאל וואס ס'איז געווען ווינטן איז מיר די קוטשמע אויך אוועק געפלויגן, האב איך מיר אויסגעבויערט אזעלכע לעכער, אז איך זאל קענען אריין שטעקן די פיאות דערין, און הערשט דערנאך ארום דרייען דעם אויער, האפנטליך אזוי וועט זיך דאס האלטן.

מיין איך אז איך ווייס שוין וואספארא מין קוטשמע די האסט, לכאו' די פאפאקארן קוטשמע....
ענדליך טוה איך שוין דאס וואס מיין ניק שטעלט פאר http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=43236

אוועטאר
Mister
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 02, 2019 1:23 pm

תגובהדורך Mister » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:49 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין 2 טעג ארום גייט זיין שבת נאכמיטאג נאכן קוגל
און דעמאלס גייט נאך זיין בערך 18 שעה פארן אנהייב פונעם שטורעם


אפשר רעדט ער פון ביזנעס דעיס....

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:04 pm

פלעסטיק האט געשריבן:א דאנק קנ״א פאר די קלארע ריפארט.
אויב ווייסטו אפשר אויב וועלן פלייט ווערן געקענסעלט זונטאג?

מסתם יא אבער קיינער קען דיר דאס נישט ענטפערן יעצט אויף זיכער,

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:05 pm

Mister האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין 2 טעג ארום גייט זיין שבת נאכמיטאג נאכן קוגל
און דעמאלס גייט נאך זיין בערך 18 שעה פארן אנהייב פונעם שטורעם


אפשר רעדט ער פון ביזנעס דעיס....

היינט איז אויך נישט קיין ביזנעס דעי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אינדיאנער, באריכט, ווייס פרעזידענט, עולם האמת, שטילער און 52 געסט