אמעריקא אין רעסעשין

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

אמעריקא אין רעסעשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

דאס אז אמעריקא איז אין א ריסעשין, איז נישט קיין סוד פאר קיינעם.
אבער ליינענדיג עס דא האב איך נאכגעקוקט אין אנדערע סייטס, און איך האב נישט געזעהן אז עס זאל זיין אפעציעל.

איינער קען מיר געבן א מקור, וואו עס שטייט אז אמעריקא איז "אפיציעל" אין א ריסעשאן?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אמעריקע האט א מאדנע מנהג, אז טראצדעם וואס אפיציעל באדייט א רעסעשן ווען די עקאנאמיע שרינקט 2 פערטל-יארן נאכאנאנד, קען עס נישט באשטעטיגט ווערן נאר דורך די רעגירונג, און ווילאנג די רעגירונג באקראצט זיך נישט איינצומעלדן די המון עם דערוועגן, לעבן מיר אין גוטע צייטן.
שעפעלע זיסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפעלע זיסע »

איך בין אויפגעקימען מיט א עצה פארן עקאנעמי
הערט!!!
יעדע מענטש אין די יאניידעט סטעטס אויף אמעריקא (נאר ליגאלע אימיגראנטען) זאלען עפענען א באנק פאר עטליכע טעג דערנאך גיין באנקראט אין באקימען א בעילאויט פעקידזש פין די גאווערמענט וחוזר חלילה
אוועטאר
קאלטס און ווארעמס
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטס און ווארעמס »

און אויב עס ארבעט זיך אויס דאן קענען אויך אומלעגאלע אימיגראנטן נוצן די פראגרעם.
:lol: :lol:
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

קרעמער האט געשריבן:אמעריקע האט א מאדנע מנהג, אז טראצדעם וואס אפיציעל באדייט א רעסעשן ווען די עקאנאמיע שרינקט 2 פערטל-יארן נאכאנאנד, קען עס נישט באשטעטיגט ווערן נאר דורך די רעגירונג, און ווילאנג די רעגירונג באקראצט זיך נישט איינצומעלדן די המון עם דערוועגן, לעבן מיר אין גוטע צייטן.

אזוי ווי מ'קעין האט זיך פאררעדט.
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ציניקער געבן איבער אז די רעגירונג ווארט, כדי מען זאל נישט קענען זאגן אויף בוש ווען ער פארלאזט דעם ווייסן הויז, אז אין זיינע צייטן איז געווען א רעסעשאן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אךךךך! כ'האף מ'האט נאכנישט עמטליך געמאלדן "רעסעסיע", דאס קען שלעכט אויסנעמען ביים עולם, ווען עס וועט אויסקוקן אז די אקענעמי גייט שלעכט.

בעסער מאכן א שווייג דערפון. ווילסט שרייבן? שרייב, אבער נישט אפציעל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”