ערלי וואוטינג שטים בודקע

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גיט אפ אייער שטימע פארן פאסיגן קאנדידאט

2
6%
27
75%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
2
6%
5
14%
 
סך הכול שטימען: 36

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

ערלי וואוטינג שטים בודקע

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 5:24 pm

אזוי ווי אין נוא יארק גייט אונזערע שטימן סייווי נישט קיין סך אויסמאכן, סא זייטשע מוחל און געט דא אפ אייער שטימע(דא וועט עס אויסמאכן), און לייגטס צי פארוואס איר שטימט פאר וועם איר שטימט, אדער פארוואס איר שטימט נישט פארן אנדערע קאנדידאט.

הכל ע"פ בקשת בס"ד.
לעצט פאראכטן דורך זאנוויל אום מיטוואך אוקטובער 29, 2008 10:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 5:39 pm

מיין שטימע גייט פאר דזשאן מעקעין.
סיבות דערצו
אין מוקדם ומאוחר, נאר אלעס צוזאם, איך שרייב נאר לויט ווי עס קומט מיר אויפן געדאנק

א. סופרים קאורט. דהיינו איך בין אין אידעלאגישען געדאנק שטארק רעכט גענויגט, און היות אין די נעקסטע פיר יאר גייען ווערן צוויי ליידיגע בענקלעך, און איך וויל אז עס זאל אנגעפילט ווערן דורך קאנסערוואטיווע ריכטער, און נישט דורך לינקע ליבעראלן.
ב. שרה פעלין. איך בין שטארק אנציקט פון איר קאנסערוואטיזם, און טאמער זי וועט זיין וויצע פרעזידענט האט זי שטארקע מעגליכקייטן, און די צוקונפט צו זיין פרעזידענט, וואס די רעפובליקאנער פארטיי האט יעצט נישט נאך איינער וואס איז שטארק קאנסערוואטיוו און פאפולער ביים היימישען רעפובליקאנער עולם.
ג. באראק אבאמא. איך קען מיר בשום אופן נישט ערלויבן צו שטימען פאר אים, אויב נישט צוליב זיין קאליר איז צוליב זיין ראדיקאלע אנשויאונגען, וואו עס האלט כסדר ארויסקומען נאך ווי צ.ב.ש. זיין מיינונג איבער די אמעריקאנער קאנסטוטוציע, וואס טאמער די פרעזידענט האלט נישט דערפון איז תוצאותיו מי ישורנה.
ד. איך מוז לויפן, איך וועל שפעטער מער מאריך זיין,
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 5:58 pm

געשטימט פאר זשאני.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 5:59 pm

מיין שטימע איז געגאנגען פאר די מקעין-פעילין טיקעט. פששששי, נישט געטראכט דערפון, הא? וואט עי סופרייז! די סיבות דערצו זענען פארשידענארטיג.

א) קהל האט אזוי געהייסן.

ב) ליינענדיג די לעבנס היסטאריע פון ביידע פרעזידענטן פיל איך פאר א פליכט אפצוגעבן מיין שטימע פאר מקעין, א איד.. וואס האט זיך אוועקגעגבן פאר זיין לאנד פון ווען ער איז געבוירן, ער האט קיינמאל נישט געוואוינט אויף א נארמאל פלאץ, אלעמאל ארומגעוואנדערט פון איין מלחמה פראנט צום צווייטער. זיינע עלטערן מיט דורות צוריק זענען אלע געווען פיר שטערן'דיגע גענעראלן, ער אליין איז געווען געפאנגען און זיך צוזאמגעליטן און דארט בשעת מעשה ארויסגעוויזן זיין געטריישאפט פאר זיין לאנד.

פון די אנדערע זייט איז א אינגערמאן, מיט גאנץ א גוט פיסקל. אבער פארט גארנישט אויפגעטוען אין די פארגאנגענהייט, חוץ ארגענעזירן קאמיונעטי'ס. ער האט גארנישט געגעבן ספעציעל פאר זיין לאנד אז ער זאל זיין ווערט מיין שטימע.

ג)דזשאן מקעין איז נישט קיין בלינדער רעפובליקען. זיין רעקארד אין סענאט ווייסט אז ער האט גענוג שונאים זיך געשאפט במשך פון די יארן - פון זיין אייגענע פארטיי - ווייל ער האט אייביג געהאט זיין מיינונג און נישט געפאלגט בלינדערהייט וואס די פארטיי הייסט.

אבאמא פון די אנדערע זייט איז א וויסטער ליבעראלער. וואס ער זאגט איז נישט ער. זיינע געהילפן וועלן מער פירן ווי ער פערזענליך.

ד) דער פרעמדער באראק אבאמא - וואס איז ביז לעצטענס נישט געווען באוויסט ביים היימישן ציבור - האט מען שוין אין די קורצע צייט געטראפן זיך חבר'ן מיט צופיל שלעכטע חברים, ער האט זיך געדרייט מיט די ערגסטע מענטשן אין אמעריקע, מענטשן וואס זענען קעגן אינזער נארמאלער פארשטאנד. הגם ער האט זיך אפגעשאקלט פון די אלע חברים און ידידים, אבער ער האט דאס נאר געטוען נאכדעם וואס די מידיאו איז געוואויר געווארן דערפון. דאס צינד אן א רויט לעמפל ביי מיר.

ה) איינער וואס איז פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן טאר זיך נישט ערלויבן צו מאכן טעותים אויפן דזשאב. דאס הייסט, ווען די קומט אויפן דזשאב ברויכסטו שוין וויסן פונקטליך וואס דיין אויפגאבע איז און וואס עס קען דיר אלץ אינטערקומען. דזשאן מקעין איז דער מענטש דערפאר און באראק אבאמא איז זייער ווייט דערפון.

דאס איז פאר היינט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 6:11 pm

דשאן מ'קען. נאך אזויפעל הסברים דארף איך שוין נישט מסביר זיין
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

בסייעתא דשמיא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 3:55 pm

תגובהדורך בסייעתא דשמיא » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 7:17 pm

געשטימט פאר זיידי.

עס קען טאקע זיין אז אבאמא וועט זיך ארויסשטעלן צו זיין א געלונגענעם פרעזידענט, און מיר וועלן הנאה האבן פון פראגראמען, אבער יעצט קוקט ער אויס צו שרעקעדיג פאר מיר צוליב די סיבות פון צייטליך און סאדע באטל. מעקעינס היסטאריע האט געוויזן אז ער איז א פייטער און ער וועט דעליווערן זאכן אפילו עס איז קעגן די רעפאבליקאנער אגענדע. זייט זיכער אז אויב ווערט ער ווערט פרעזידענט, וועט ער האבן אן אויסגעמישטע קאבינעט פון מענטשן פון די צוויי פארטייען. און וועט אי"ה דעליווערן די גוטע זייטן פון די צוויי פארטייען.

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 7:33 pm

געשטימט פאר דעם שחור נאך אלעם וועט ער מער אויפטוהן ווי דער אלטער זעצער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון
איין פראבלעם האב איך נאר מיט דעי וואכעדיגע סדרה

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 7:47 pm

געשטימט מקעין

אז איך קען נישט שטימען ביי די וואלן זאל כאטשיג מיין וויי געשריי דערהערט ווערן ביי אונז אין קרעטשמע

והכל משום סיבות הנ"ל וישמע חכם ויוסיף לקח צא דו"ק ותשכח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 7:47 pm

דערווייל געווינט מקעין מיט א לענסלייד...

ווען פארמאכט זיך די היזיגע שטום בודקע?
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 7:53 pm

כ'מיין אז די קרעטשמע וואלטא געדארפט זיין איינע פון די שטאטן אין אמעריטשקע, מיט א דרייסיג אילעקטארלס...
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 8:10 pm

נאר דרייסיג עלעקטארלס פארגינסטו אונז? 271 איז פיין מיט מיר.

געשטומט פאר "מעקעין", דער איינציגסטער ערפארענער קעמפער און העלדישער פערזאן אינעם היי יעריגן פארמעסט.

נישט געשטומט פאר אבאמא צוליב די היי-וואכיגע סדרה.

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 8:20 pm

שמערי ווי סקוקט מיר יעצט אויס איז א נעט פון דרייסיג נאך נישט גענוג פאר מעקעין

אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

תגובהדורך פריץ » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 8:22 pm

ווי איך זעה בין איך דעראיינציגסטער דא אין קרעטשמע וואס פארדינט אונטער 250.000 א יאר...
אפשר אויך דער איינציגסטער וואס האט דער אכטער מיט פא סמך מיט אלע אנדערע זאכען

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 8:52 pm

זשאן מעקעין.

נישט צוליב קיין שום פאליטישע אנשויאונגען, עס גייט מיר אין לינקן פאה, פאר מיר קליינער שוועמעלע וועט קיין סך נישט אויסמאכן מעקעין'ס צי אבאמא'ס טעקס קאט פראגראם אדער העלטה פאליסי. איך בלייב אלעמאל די זעלבע, א שוועמל.

נאר וואס דען?
איך האלט אז אבאמא איז אינפילטרירט געווארן אלס א שפיאן פאר בין לאדין
Stay tuned

גיב א קוק אויף די לינקע זייט א רגע ...

















קענסט שוין גיין, געכאפט א פיקטשור....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 8:57 pm

מיט 15 פראצענט פון די שטימען אפגעציילט האלט מ'קעין ביי 93 פראצענט קעגן 6 נפראצענט פאר אבאמא, דיטעילס טו פאללאו.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

אוועטאר
געפילטע פיש
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2008 12:59 pm
לאקאציע: אין טאפ

תגובהדורך געפילטע פיש » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 9:02 pm

כ'קלער ערנסט צו שטימען פאר ראלף נדר.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 9:35 pm

ביינונז אידן ווייס מער אז יעדע זאך איז בלי 'נדר'.

געשטימט פארן אלטן.

פריץ, אסאך חברה האבן דעם אכטן, און רעדעך נישט איין, אז דער אלטער גייטערעס אוועק נעמען.

הער אביסל אויס דעם שחור, ווען עריז נישט פארגעקוקט, און הער וואסארא שטותים דער רעדט צוזאם. הוילע לופט.

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:06 pm

געשטימט פאר "כוסעין".

כאטשיג איך האלט אסאך מער פון מקעין(נישט פון פעילין) מתוך כמה טעמים, אבער אין מיין פיצי וועלטל האט זיך מיר אויסגעוויזן אז פאר מיין טעשל זענען די דעמאקראטן אייביג בעסער, ודו"ק ותשכח.

ועוד כמה טעמים עוחז"ל.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:33 pm

מקעין עה אובאמה ניין מקעין עה עה ניין ניין מקעין אקעי מקעין
אבער:
זאנוויל האט געשריבן:געשטימט פאר "כוסעין".
אין מיין פיצי וועלטל האט זיך מיר אויסגעוויזן אז פאר מיין טעשל זענען די דעמאקראטן אייביג בעסער, ודו"ק ותשכח.


אקעי באראק כוסעין אבאמא - זשאו ביידן




נייייין נייייין "כוסססעעעין"?? איך האאאאאאב ממממוווווררראאא :-(
















יא געשטימט פאר מקעין!

איי די קעשענע? זיי האבן מילא די קאנגרעס אין די האנט בקרוב אויך די סענעט

זאנוויל, מסכים??
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:38 pm

יא אלחנן, איך בייג מיר צו דיר.

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:46 pm

זאנוויל האט געשריבן:יא אלחנן, איך בייג מיר צו דיר.


צו מיין ענטפער אדער מיין בילד? :smile:
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

זאנוויל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2008 11:59 am

תגובהדורך זאנוויל » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 10:54 pm

חחחחח......

צו ביידע(ן).

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דינסטאג אוקטובער 28, 2008 11:01 pm

האסט מיך דערמאנט!

בןהרחמן האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:מעקעין'ס נייע סלאגאן (אויב דזשאסעף ביידען ווערט אויסגעקליבן אלס אבאמא'ס מיטלויפער): איך האב זיי ביידען פארפאקט.


קרעמער נאדיר ;l;p-

איך האלט אז דו קענסט עס יעצט שוין אריבערשיקן פאר מעקעין, זאג איהם דו האסט א גוטע רעקלאמע פאר אונזערע אידעלעך, און בעט פון איהם א גוטן פרייז
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 12:46 pm

געשטימט פאר'ן אריזאנא זיידע.

1) ווייל ער הייסט נישט באראק, און נישט כוסעין און אויך נישט אסאמא.

2) אלס א סעמיט גלייך איך מער א יפת'יסט ווי א חם'מיסט.

3) אזוי ווי איך גלייך זייער מצות פון אריזאנא ווייץ, שפיר איך א נאנטקייט צו אים.

4)איך וויל נישט זיין דער נער אין קרעטשמע.

ערענסט גערעדט, ווען דער דעמאקראט וואלט געווען א נארמאלע מענטש (איז דען דא נארמאלע?) וואלט איך אויך געשטימט פאר מעקעין, נאר אזוי ווי דער דעמאקראט איז אביסל מער ווי אינטערסאנט, שטים איך פאר דעם בן שבעים לשיבה.

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » מיטוואך אוקטובער 29, 2008 1:44 pm

עטליכע שאלות פונעם ציבור דא.

ווי וואגט זיך דער עולם אזוי שארף ארויסצוטרעטן קעגן מיר?!

פארגעסט איר אז איר זענט אויך א פאריאגטע מינעריטעט וואס די אלע וואס ווילן אויסהארגענען אונז אפריקאנע אמעריקאנע, האבן ענק פונקט אזוי פיינט?!

מיינט איר טאקע אז "מיי בראדערס" וועלן פארשווייגן די ראסיזים וואס הערשט דא אין קרעטשמע צי מיין פאלק?!

און בכלל ווייסט איר אז ווען איך וועל זיין פרעזידענט וועט זיין:

נידריגע טעקסעס פאר אלע קרעטשמע פארדינער(יא, איר זענט אלע לאו אינקאם?)

ווייניגער מיליטערישע אויסגאבן, און דאן וועט איר האבן מער פוד סטעמפס - מעדיקעיד - וכו'

יעדע האלבע יאר א פרישע סטימיולעס פעקעדזש......

ועוד ועוד ועוד

ועל כולם וועט איר אלע באקומען וויפיל טשעינדזש איר ווילט נאר, מאשקע וועט עס טיילן תיכף נאך אנדי'ס סופער סנעקס....

און יעצט מיין שטימע האב איך נאך נישט אפגעגעבן, ווענדט זיך וויפיל פלאטס עס וועט נאך ארויף קומען ביז נאוועמבער פיר.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Working, איך הער נישט, וימאןX3, ר' יום טוב און 73 געסט